נייעס און קרישקעלעך פון וויליאמסבורג און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

Haklal האט געשריבן:פארדעם איז עס געווען איין לעין צי העריסאן אין איין לעין צי בראדוועי

ריכטיג, און זיי האבן דערנאך געטוישט צו א וואן וועי פון בראדוועי קיין העריסאן, און געמאכט די רעכטע לעין א טוירנינג לעין צו דיוויזשאן, און אויף די מיטלסטע לעין איז געווען א צוטיילטע עראו צו קענען פארן גלייך אויף הופער אדער זיך דרייען לינקס צו העריסאן כזה:
download.png
download.png (5.41 KiB) געזען 2261 מאל

און דאס איז געוועזן געמארקט אויפ'ן ראוד (און יאך בין שוין געפארן אויף דעם פעטערן) נאך פאר די נאו לעפט טוירן סיין איז דארט (בטעות) ארויסגעוואקסן.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

חסידישער קאך האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:וואס מיינט אויפן חשבון? ביטע מיר מסביר'ן וויזוי עס העלפט איינעם אז די זאכן ווערן אפגעפירט אין מיסט.

ס'העלפט אים נישט, אבער ס'באדערט אים זיכער מער אז די קטני דיעה 'כאפן' קענס טשערי פיי פיללינג פשוט ווייל ס'איז 'פאר פרי'. און זענען זיך מחיה אויף זיין דורכפאל טאקע נישט פערזענליך, באט יו געט די פוינט.

סארי מ'קען עס מיט קאלטע לאגיק נישט מסביר זיין


הלכה איז הלכה - און געפילן איז געפילן. מען קען נישט מיט געפילן באשולדיגן אידן וואס טוען להלכה.

חוץ דעם האבן די יודן אוודאי געהאט א מצוה פון פארמיידן 'בל תשחית'. פארוואס זאל יודיש געלט אנקומען אין גארביזש?

איך גלייב נישט אז דעם באלעבאס האט וויי געטון אז יודן האבן כאטש הנאה געהאט פון זיינע זאכן וואס וואלטן בכל אופן געגאנגין אין גארביזש. ער האט כאטש געהאט א זכיה צו מהנה זיין יודישע משפחות - אז זיי כאפן זאכן בחנם מיינט עס אז עס איז זיי א גרויסע הילף.

טאמער האט אים יא געבאדערט אז אידן האבן הנאה פון א זאך וואס ער האט שוין סייווי לאנג פארלוירן האט ער א פראבלעם

ס'איז נישט קיין שום סיבה נישט צו נעמען וועגן דעם

ער טענהט אז וואלט עס ג'קענט נעמען


ווען האטער אויפגעהערט צו קענען??
חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער קאך »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:ס'העלפט אים נישט, אבער ס'באדערט אים זיכער מער אז די קטני דיעה 'כאפן' קענס טשערי פיי פיללינג פשוט ווייל ס'איז 'פאר פרי'. און זענען זיך מחיה אויף זיין דורכפאל טאקע נישט פערזענליך, באט יו געט די פוינט.

סארי מ'קען עס מיט קאלטע לאגיק נישט מסביר זיין


הלכה איז הלכה - און געפילן איז געפילן. מען קען נישט מיט געפילן באשולדיגן אידן וואס טוען להלכה.

חוץ דעם האבן די יודן אוודאי געהאט א מצוה פון פארמיידן 'בל תשחית'. פארוואס זאל יודיש געלט אנקומען אין גארביזש?

איך גלייב נישט אז דעם באלעבאס האט וויי געטון אז יודן האבן כאטש הנאה געהאט פון זיינע זאכן וואס וואלטן בכל אופן געגאנגין אין גארביזש. ער האט כאטש געהאט א זכיה צו מהנה זיין יודישע משפחות - אז זיי כאפן זאכן בחנם מיינט עס אז עס איז זיי א גרויסע הילף.

טאמער האט אים יא געבאדערט אז אידן האבן הנאה פון א זאך וואס ער האט שוין סייווי לאנג פארלוירן האט ער א פראבלעם

ס'איז נישט קיין שום סיבה נישט צו נעמען וועגן דעם

ער טענהט אז וואלט עס ג'קענט נעמען


ווען האטער אויפגעהערט צו קענען??

ווען דער עולם האט גענומען
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Think and Thank האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:פארדעם איז עס געווען איין לעין צי העריסאן אין איין לעין צי בראדוועי

ריכטיג, און זיי האבן דערנאך געטוישט צו א וואן וועי פון בראדוועי קיין העריסאן, און געמאכט די רעכטע לעין א טוירנינג לעין צו דיוויזשאן, און אויף די מיטלסטע לעין איז געווען א צוטיילטע עראו צו קענען פארן גלייך אויף הופער אדער זיך דרייען לינקס צו העריסאן כזה:
download.png

און דאס איז געוועזן געמארקט אויפ'ן ראוד (און יאך בין שוין געפארן אויף דעם פעטערן) נאך פאר די נאו לעפט טוירן סיין איז דארט (בטעות) ארויסגעוואקסן.


אה, איך האב נישט געוויסט אז די לינקס האבן זיי יעצט אוועקגענומען

זיי האבן געפרעגט אונזערע שטאטישע טאטעס פאר זיי האבן געמאכט דעם גאנצן טויש
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

חסידישער קאך האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:וואס מיינט אויפן חשבון? ביטע מיר מסביר'ן וויזוי עס העלפט איינעם אז די זאכן ווערן אפגעפירט אין מיסט.

ס'העלפט אים נישט, אבער ס'באדערט אים זיכער מער אז די קטני דיעה 'כאפן' קענס טשערי פיי פיללינג פשוט ווייל ס'איז 'פאר פרי'. און זענען זיך מחיה אויף זיין דורכפאל טאקע נישט פערזענליך, באט יו געט די פוינט.

סארי מ'קען עס מיט קאלטע לאגיק נישט מסביר זיין


הלכה איז הלכה - און געפילן איז געפילן. מען קען נישט מיט געפילן באשולדיגן אידן וואס טוען להלכה.

חוץ דעם האבן די יודן אוודאי געהאט א מצוה פון פארמיידן 'בל תשחית'. פארוואס זאל יודיש געלט אנקומען אין גארביזש?

איך גלייב נישט אז דעם באלעבאס האט וויי געטון אז יודן האבן כאטש הנאה געהאט פון זיינע זאכן וואס וואלטן בכל אופן געגאנגין אין גארביזש. ער האט כאטש געהאט א זכיה צו מהנה זיין יודישע משפחות - אז זיי כאפן זאכן בחנם מיינט עס אז עס איז זיי א גרויסע הילף.

טאמער האט אים יא געבאדערט אז אידן האבן הנאה פון א זאך וואס ער האט שוין סייווי לאנג פארלוירן האט ער א פראבלעם

ס'איז נישט קיין שום סיבה נישט צו נעמען וועגן דעם

ער טענהט אז וואלט עס ג'קענט נעמען

כפי ששמעתי האט ער געהאט 30 טעג פון ווען די מארשלס האבן עס צוגעשפאראט צו ארויס נעמען זיינע זאכן. אין ער האט עס נישט געטוהן
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

איך זאג נישט אז ער איז גערעכט אבער חושן משפט שאלות טאר מען זיך נישט אליין פסקנן עס איז זייער מעגליך אז מען האט נישט געמעגט נעמען
און דאס איז זיכער אז קיין זוטו של ים הייסט עס נישט און דאס געשענט ווען מען פסקנט פון בויך ארויס אז מען גלייכט צו זאכען וואס זענען בכלל נישט גלייך
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אפשר ביסט דיך מסביר פארוואס סהייסט נישט קיין זוטו של ים?

דיסקלעמער איך האב נישט גענומען פון דארט אין איך האב נישט גארנישט אקעגן דעם אייגנטומער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאס הארץ טוט וויי צו צו זען דאס ווייטאג פון א איד.

הקב"ה ימלא חסרונו, זאל ער אויפגעראכטן ווערן ויזכה לעושר וכבוד ולעשות צדקה וחסד במאודו כל ימיו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איך זאג נישט אז ער איז גערעכט אבער חושן משפט שאלות טאר מען זיך נישט אליין פסקנן עס איז זייער מעגליך אז מען האט נישט געמעגט נעמען
און דאס איז זיכער אז קיין זוטו של ים הייסט עס נישט און דאס געשענט ווען מען פסקנט פון בויך ארויס אז מען גלייכט צו זאכען וואס זענען בכלל נישט גלייך

אדרבה ואדרבה. זוטו של ים הייסט עס זיכער יא, און עפ''י חושן משפט איז ווארשיינליך נישטא קיין שום שאלה. (לשיטתך, אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס עס זאל נישט הייבן זוטו של ים?)
נאר וואס, דאס הארץ לאזט נישט נעמען.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דאס איז בלי ספק זוטו של ים

ער האט זיך מייאש געווען דערפון נאך פאר די אידן האבן געכאפט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שלא נבוש
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלא נבוש »

באקומען אין אימעיל.

I was next to reb ,
נאמען בלויז אין אישי

When someone called him asking about the stuff was taken from Greenleaf yesterday night with the permission of the marshals . He said everyone has to return it to the owner. If this would happen in a goi'isshe neighborhood then it may be a matzil M'zitoi shel yom. the goi'ishe neighbors would steel it anyway. But here the government have no right to be mafkir anyone's stuff

פון די תשובה זעט אויס אז די שואל האט נישט איבער געגעבען די ריכטיגע פרטים אבער דאס איז א פסק פון א דיין.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אן די ריכטיגע פרטים איז די תשובה בכלל נישט אינטערסאנט, מען רעדט נישט דא פון הפקר נאר פון א מציאות אז עס ווערט אוועקגעפירט אין מיסט.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

הענדימען האט געשריבן:דאס איז בלי ספק זוטו של ים

ער האט זיך מייאש געווען דערפון נאך פאר די אידן האבן געכאפט

זאגט ווער?
חוץ דעם עס איז גארנישט אזוי פשוט נארמאל איז א תנאי אין זוטו של ים אז עס זאל זיין אבודה ממנו ומכל אדם
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

לאז געמאכט האט געשריבן:אן די ריכטיגע פרטים איז די תשובה בכלל נישט אינטערסאנט, מען רעדט נישט דא פון הפקר נאר פון א מציאות אז עס ווערט אוועקגעפירט אין מיסט.

אז איך ווייס אז איינער גייט עפעס ארויסווארפען אבער ער האט עס נאך נישט ארויסגעווארפען טאר איך עס נישט נעמען נאכדערצו דא איז עס נישט די בעל הבית וואס האט עס ארויסגעווארפען
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אויב איז עס אויפן וועג צום דאמפסטער איז עס די זעלבע ווי זוטו של ים

דא האלט יענער אינמיטן ארויסווארפן (חוץ אויב איך האב נישט די פאקטן ריכטיג)
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

הענדימען האט געשריבן:אויב איז עס אויפן וועג צום דאמפסטער איז עס די זעלבע ווי זוטו של ים

דא האלט יענער אינמיטן ארויסווארפן (חוץ אויב איך האב נישט די פאקטן ריכטיג)

וואס איז א חילוק וואס גייט אפשר (אדער כמעט זיכער) שפעטער געשען דערמיט ווי לאנג עס איז נישט ארויס פון די בעל הבית רשות (מיינט נישט פראפערטי נאר זיין בעלות) און עס איז נישט אבודה ממנו ומכל אדם הייסט עס נישט קיין זוטו של ים (נאכאמאל יעדער זאל פרעגען א דיין און מאכען זיכער ער ווייסט פונקטליך אלע פרטים איך שרייב נאר דאס צו ארויסברענגען א נקודה אז מען קען זיך נישט אליין פסקנען)
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

1) האט דער בעה"ב געוויסט אז דאס פאסירט/גייט פאסירן?
2) האט ער געקענט ווען מציל זיין אויב וואלט געוואלט?
3) איז ער דארט געווען און פראבירט צו מציל זיין וואס ער קען?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

גראדע איז די געשעפטסמאן דארט געווען בשעת'ן כאפן, אנפאנג פרובירט צו שטערן די דאמסטער'ס אבער ווען די חברה האבן איהם געוויזן א געריכט צעטל, איז געגאנגען נעמען די קאמפיוטער'ס ותו לא. נישט געזאגט מזאל נישט כאפן כו'
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:אן די ריכטיגע פרטים איז די תשובה בכלל נישט אינטערסאנט, מען רעדט נישט דא פון הפקר נאר פון א מציאות אז עס ווערט אוועקגעפירט אין מיסט.

אז איך ווייס אז איינער גייט עפעס ארויסווארפען אבער ער האט עס נאך נישט ארויסגעווארפען טאר איך עס נישט נעמען נאכדערצו דא איז עס נישט די בעל הבית וואס האט עס ארויסגעווארפען

גרייט ארויסצווארפן? די זאכן זענען שוין געליגן אין א דאמסטער און שפעטער אין א גארביטש טראק גרייט אוועקגעפירט צו ווערן! זעהט די בילדער פריער אין דעם אשכול.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

מילא איז וואס? עס איז נאך אלס זיינס ווייל ער האט עס נישט מפקיר געווען איינמאל עס איז שוין צוקוועטשט אין גארביטש טראק דעמאלטס אפשר
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

טעם וריח האט געשריבן:גראדע איז די געשעפטסמאן דארט געווען בשעת'ן כאפן, אנפאנג פרובירט צו שטערן די דאמסטער'ס אבער ווען די חברה האבן איהם געוויזן א געריכט צעטל, איז געגאנגען נעמען די קאמפיוטער'ס ותו לא. נישט געזאגט מזאל נישט כאפן כו'


אבל אם הוא דבר שאינו יכול להציל מיד והוא עומד ואינו רודף אחריו ודאי מייאש
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

חברה, חושן משפט איז נישט עפעס וואס מ'קען פסקענען פון זיך אליינס, אפי' מ'קען א גמרא אין בבא מציעא אדער מ'קען פארטייטשן א שטיקל מחבר,
מ'דארף פרעגן א בקי סיי להיתר און סיי לאיסור.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:חברה, חושן משפט איז נישט עפעס וואס מ'קען פסקענען פון זיך אליינס, אפי' מ'קען א גמרא אין בבא מציעא אדער מ'קען פארטייטשן א שטיקל מחבר,
מ'דארף פרעגן א בקי סיי להיתר און סיי לאיסור.

תורה לא בשמים הוא
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:מילא איז וואס? עס איז נאך אלס זיינס ווייל ער האט עס נישט מפקיר געווען איינמאל עס איז שוין צוקוועטשט אין גארביטש טראק דעמאלטס אפשר

זוטו של ים האט זיראו שייכות מיט יאוש אדער מפקיר זיין. המציל מזוטו של ים איז עס זיינס אפי' אויב דער בעה''ב שרייט ''איך בין זיך נישט מייאש''.
לעצט פארראכטן דורך Think and Thank אום פרייטאג אקטאבער 19, 2018 11:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ראספשע האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:חברה, חושן משפט איז נישט עפעס וואס מ'קען פסקענען פון זיך אליינס, אפי' מ'קען א גמרא אין בבא מציעא אדער מ'קען פארטייטשן א שטיקל מחבר,
מ'דארף פרעגן א בקי סיי להיתר און סיי לאיסור.

תורה לא בשמים הוא

ריכטיג, פארדעם ברויך מען פרעגן א דיין וואס איז בקי אין חושן משפט.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”