ענגלאנד אין ריכטונג פון בלאקירן שמוץ אויף די אינטערנעט!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

ענגלאנד אין ריכטונג פון בלאקירן שמוץ אויף די אינטערנעט!

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך מאי 09, 2012 3:05 pm

אין א גאר פריידיגע אנטוויקלונג, וואס ווייזט אז ווען מען טוט וואס מען דארף העלפט דער אויבערשטער, והבא לטהר מסייעין אותו, האט סי-נעט היינט באריכטעט אז די בריטישע רעגירונג באטראכט ערנסט א פארשלאג אז שמוץ סייטס זאלן זיין בלאקירט ביי דיפאולט דורך די אינטערנעט סערוויס פראוויידערס, און זאלן בלויז געעפנט ווערן אויף א קאסטומערס דירעקטן פארלאנג.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך מאי 09, 2012 3:17 pm

ערווארט עס נישט אין אונזער דעמאקראטיש לאנד (תרתי משמע).
רבינו שאג בקול גדול וגו'

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך מאי 09, 2012 3:26 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:ערווארט עס נישט אין אונזער דעמאקראטיש לאנד (תרתי משמע).


וואס איז דער תרתי משמע?

איינס, פארשטיי איך, אז דעמאקראטיע לאזט נישט בלאקן יענעמ'ס פריוואטע קאמפיוטער. אבער דעם תרתי פארשטיי איך נישט.

ערגעץ דא אין דעם אינטערנעט (אדער כינוס) אשכול, האט איינער בארירט אז לימים וועט מען אין די פאראייניגטע שטאטן גאר נישט 'טארן' אפילו פארמאגן קיין פילטער'ס, מחמת דעמאקראטיע (אפשר צו דעם האסטו מכוון געווען מיט תרתי?), יענער האט אבער נישט אנגעגעבן קיין סיבות, סברות און מקורות. אדרבה, עס וואלט גאנץ אינטערסאנט געווען מער פרטים איבער דער נושא פון אסר'ן פילטערד אינטערנעט אין אמעריקא.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 09, 2012 3:30 pm

מי חכם האט געשריבן:אין א גאר פריידיגע אנטוויקלונג, וואס ווייזט אז ווען מען טוט וואס מען דארף העלפט דער אויבערשטער, והבא לטהר מסייעין אותו, האט סי-נעט היינט באריכטעט אז די בריטישע רעגירונג באטראכט ערנסט א פארשלאג אז שמוץ סייטס זאלן זיין בלאקירט ביי דיפאולט דורך די אינטערנעט סערוויס פראוויידערס, און זאלן בלויז געעפנט ווערן אויף א קאסטומערס דירעקטן פארלאנג.

אה הלוואי, דא אין אמעריקע, זע איך נישט אז עס קען געשען, די רעכטע זאגן אז די רעגרונג טאר זיך נישט מישן, און די לינקע ווילען בפירוש האבן דעם גאנצען סוער אין קאפ.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך מאי 09, 2012 3:52 pm

ליפשיץ האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:ערווארט עס נישט אין אונזער דעמאקראטיש לאנד (תרתי משמע).


וואס איז דער תרתי משמע?

1) עס איז קעגן דעמאקראטיע, 2) ביי די 'דעמאקראטן' איז שמוץ זייער וועלקאם - בשיטה.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm

מי חכם האט געשריבן:אין א גאר פריידיגע אנטוויקלונג, וואס ווייזט אז ווען מען טוט וואס מען דארף העלפט דער אויבערשטער, והבא לטהר מסייעין אותו, האט סי-נעט היינט באריכטעט אז די בריטישע רעגירונג באטראכט ערנסט א פארשלאג אז שמוץ סייטס זאלן זיין בלאקירט ביי דיפאולט דורך די אינטערנעט סערוויס פראוויידערס, און זאלן בלויז געעפנט ווערן אויף א קאסטומערס דירעקטן פארלאנג.

דאך גארנישט אויפגעטוען?!

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אה הלוואי, דא אין אמעריקע, זע איך נישט אז עס קען געשען, די רעכטע זאגן אז די רעגרונג טאר זיך נישט מישן, און די לינקע ווילען בפירוש האבן דעם גאנצען סוער אין קאפ.

לויט דיין שיינעם ביאור באשכול אחר (אין א פרעזידענט אשכול, גיי ווייס וועלכע..), רעדסטו דא דוקא פון די עקסטרעים רעכטע (ליבערטעריען), אבער נישט פון די אלגעמיינע רעפובליקאנער. שטימט?
רבינו שאג בקול גדול וגו'

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך מאי 09, 2012 4:00 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:ערווארט עס נישט אין אונזער דעמאקראטיש לאנד (תרתי משמע).


וואס איז דער תרתי משמע?

1) עס איז קעגן דעמאקראטיע, 2) ביי די 'דעמאקראטן' איז שמוץ זייער וועלקאם - בשיטה.


לא הבנתי,
1] עס איז קעגן דעמאקראטיע אויב א מענטש וויל זיך בוחר זיין צו לייגן א פילטער? קען מען דאס לעגאלעזירן אלס א געזעצליכע פארבאט, עד כדי כך אז עס זאל זיין אסור מטעם החוק דאס צו פארמאגן פאר ווער עס וויל דאס? דעמאקראטיע איז דאך א חבל בשני ראשים.

2] אז ביי זיי איז דאס וועלקאם, קענען זיי דען שטערן א צווייטן פון דאס בלאקן געזעצליך?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 09, 2012 4:05 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אה הלוואי, דא אין אמעריקע, זע איך נישט אז עס קען געשען, די רעכטע זאגן אז די רעגרונג טאר זיך נישט מישן, און די לינקע ווילען בפירוש האבן דעם גאנצען סוער אין קאפ.

לויט דיין שיינעם ביאור באשכול אחר (אין א פרעזידענט אשכול, גיי ווייס וועלכע..), רעדסטו דא דוקא פון די עקסטרעים רעכטע (ליבערטעריען), אבער נישט פון די אלגעמיינע רעפובליקאנער. שטימט?

נישט געלערענט גענוג טיף, די רעכטע ווילן אויך למשל אז מען זאל האבן העלט אינספעטערס, און די ליבערטעריען'ס נישט, אבער למשל רעגיולעשאנ'ס אויף ביזנעס ווילן ביידע נישט, אין איין ווארט, ביידע האלטען אז די רעגירונג טאר זיך נישט מישן, די שאלה איז ווי ווייט נישט, און דאס אליינס - ווי ווייט- רוקט זיך יעדע פאר יאר אויך לויט די ווינט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

מויל מאכער
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2012 7:11 am

תגובהדורך מויל מאכער » מיטוואך מאי 09, 2012 4:57 pm

דא אין אמעריקע איז דער פרעזידענט היינט געגאנגען אין פארקערטן ריכטונג, ליידער.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מאי 09, 2012 5:02 pm

ליפשיץ האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:
וואס איז דער תרתי משמע?

1) עס איז קעגן דעמאקראטיע, 2) ביי די 'דעמאקראטן' איז שמוץ זייער וועלקאם - בשיטה.


לא הבנתי,
1] עס איז קעגן דעמאקראטיע אויב א מענטש וויל זיך בוחר זיין צו לייגן א פילטער? קען מען דאס לעגאלעזירן אלס א געזעצליכע פארבאט, עד כדי כך אז עס זאל זיין אסור מטעם החוק דאס צו פארמאגן פאר ווער עס וויל דאס? דעמאקראטיע איז דאך א חבל בשני ראשים.

2] אז ביי זיי איז דאס וועלקאם, קענען זיי דען שטערן א צווייטן פון דאס בלאקן געזעצליך?


1] עס איז קעגן דעמאקראטיע (לשיטתם) אז די סערוויס פראוויידערס זאלן בלאקן די סייטס אן רשות און מ'זאל מוזן עקסטער אנרופן עס צו עפענען

2] ביי זיי איז דאס וועלקאם, זיי ווילן דאס דווקא יא האבן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך מאי 09, 2012 5:04 pm

מויל מאכער האט געשריבן:דא אין אמעריקע איז דער פרעזידענט היינט געגאנגען אין פארקערטן ריכטונג, ליידער.

ס'אמת אז ער איז די ערשטע פרעזידענט וואס האט אזא מיינונג?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 09, 2012 5:06 pm

derech eretz האט געשריבן:
מויל מאכער האט געשריבן:דא אין אמעריקע איז דער פרעזידענט היינט געגאנגען אין פארקערטן ריכטונג, ליידער.

ס'אמת אז ער איז די ערשטע פרעזידענט וואס האט אזא מיינונג?

יא
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » מיטוואך מאי 09, 2012 5:10 pm

וואס איז דער גרויסע ליידער
אז ער עסט טריפות ונבילות גייט ענק אויך אן?
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מאי 09, 2012 5:15 pm

ניין.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מאי 09, 2012 5:19 pm

מאנסיאנער האט געשריבן:וואס איז דער גרויסע ליידער
אז ער עסט טריפות ונבילות גייט ענק אויך אן?

מאנסיאנער, גיי נישט קאפ אין וואנט אריין, כתובה על הזכר איז פון די ארגסטע פאר. גוי.
Stop it
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך מאי 09, 2012 6:05 pm

מאנסיאנער האט געשריבן:וואס איז דער גרויסע ליידער
אז ער עסט טריפות ונבילות גייט ענק אויך אן?


אונזערע פרעזידענט פלעגן זיין אסאך מער מאראליש, עכ"פ ברבים, ס'באדערט באמת פאר אסאך 'גוים' אז זיי דארפן זיך שעהמען מיט זייער פרעזידענט אז ער אינדארסירט אזא זאך.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך מאי 09, 2012 6:22 pm

אז די לופט איז שמוציג, ווערן מיר אויך אביסל אנגעשמיצט ח"ו
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך מאי 09, 2012 7:06 pm

עס איז נישט די ערגסטע, עס איז די זעלבע ווי יעדע אנדערע עריות וואס א בן נח איז אסור. אפשר מינסטו א עבד.

בכל אופן ברויך מען זיין נזהר נישט זיך צו אידענטיפיצירן מיט די קריסטן בענין זה. מיר האבן א אנדערע פראבלעם ווי זיי.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 09, 2012 7:12 pm

מי חכם האט געשריבן:עס איז נישט די ערגסטע, עס איז די זעלבע ווי יעדע אנדערע עריות וואס א בן נח איז אסור. אפשר מינסטו א עבד.

בכל אופן ברויך מען זיין נזהר נישט זיך צו אידענטיפיצירן מיט די קריסטן בענין זה. מיר האבן א אנדערע פראבלעם ווי זיי.

כ'זעה אז איר קוקט נישט אין די אנדערע אשכול, וועלעך עס ברענגען אהער אויך:

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אן אריינגיין אין קיין פרטים, מיר דארפן גרויס רחמי שמים, עס איז נישט סתם א פאליטישע אישא, יעדער איד דארף מתפלל זיין אז עס זאל ח"ו קיינמאל נישט קומען אויף למעשה ח"ו, ווייל עס איז א גרויסע סכנה.

מדרש רבה, בראשית, פרק ו:
רבי הונא בשם רבי אמר, דור המבול לא נימוחו מן העולם עד שכתבו גמומסיות לזכר ולבהמה.

ודי בזה.

(נ.ב. דאס האט גארנישט מיט וועלן פאר די פאלעטישענס, - און ביטע נישט מאכן דערפון א שמועס דא - נאר אויף מתפלל צו זיין, ווייל דאס מעג מען דאך לכולי עלמא)


פארשטייסט? עס איז אויסדריקלעך נישט "די זעלבע ווי יעדע אנדערע עריות"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], maybeeynot, אלי' מקוה יוד, למדן ת''ח, ציגרעטל און 36 געסט