די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מידער האט געשריבן:פלארידע סענאטאר מארקאו רוביאו גייט געבן דעם ענטפער פון די רעפובליקאנער פארטיי צו פרעזידענט אבאמא'ס סאד"י אדרעס פארנט פון די צוויי קאנגרעס הייזער מארגן נאכט.

רוביאו, 42, האט געווינען זיין סענאט זיץ בלויז אביסל מער פון צוויי יאר צוריק, אבער שוין יעצט איז די אנגענומענע מיינונג ביי רוב פאליטישע אנאלאזירער אז ער גייט לויפן אין די רעפובליקאנער פרעזידענט פריימעריס דריי יאר ארום.

אין בעפארברייטונג צו זיין שטארקע ספאט-לייט רעדע, שרייבט "די היל" פינף סיבות פארוואס רוביאו זאל נישט לויפן פאר פרעזידענט.

אין קורצן:
1) אימיגראציע. רוביאו איז אין די יעצטיגע טעג פון די גרעסטע אנדרייער אין וואשינגטאן דורכצופירן אן אומפארטייאישע אימיגראציע געזעץ וואס זאל שטעלן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן א וועג פאר בירגערשאפט. אין א פריימערי ווען יעדע קליינע טעמע קען ארויסבלאזן א קאנדידאט פונעם פארמעסט, וועט ער האבן א שווערן פעלד זיך צו פארטיידיגן פון א קאנסערוואטיווער קאנדידאט וואס וועט אים לערנען טאנצן.

ממא נפשך, אויב איז אימעגראציע בכלל א אישא, איז עס דאך א אישא וואס דער עולם גלייכט, אז נישט, איז דאך רייען פיל בעסער ווי רוביא.
מידער האט געשריבן:2) דזשעב בוש. רוביאו איז א פרעזענליכער פריינט פון זיין געוועזענעם גאווערנאר, און אלע צייכענעס ווייזן אז דער זוהן און ברידער פון געוועזענע פרעזידענטן האלט אן אויג אויפן ווייסן הויז בעת ער קומט בקרוב ארויס מיט א בוך צוזאמען מיט א רייזע דאס צו פובליצירן. מ'גלייבט שווער אז רוביאו זאל נישט אפטרעטן פאר בוש אין פאל ער לויפט.

אלע צייכענעס ווייזען אז צו שנעל וועט א בוש נישט זיין פרעזידענט, און דזעב ווייסט עס. העכסטענס אויב איז ער אזוי נאנעט מיט רוביא, קען ער האפן אז רוביא גייט געווינען, וועט ער באקומען א קאבינעט פאסטען, ווייזען אז ער איז נישט W, וועט ער אפשר קענען לויפן (געווינען ווייס איך נישט).
מידער האט געשריבן:3) פאמיליע. רוביאו רעדט כסדר פון זיין שולד געפילן וואס ער האט פאר זיינע פיר קליינע קינדער מיט וועם ער האט נישט גענוג צייט זיך צו אפגעבן. אויב באדערט אים דאס באמת, וועט א פרעזידענט קאמפיין נישט בעסער מאכן דעם פראבלעם.

הא הא הא! וודאי זאגט ער אזוי, אבער ווייזט אים נאר דעם בענקל, וועט ער פארשטיין אז באמת איז דאס נאך בעסער פאר די קינדער! למעשה יעצט וואוינט ער אפגעטיילט פון זיין משפחה, ווייל ער איז א גאנצע וואך אין די. סי. אבער ווען ער איז פרעזידענט, וועט דאך זיין משפחה קומען וואונען אין אבאמא'ס שוויגער'ס בעדרום.
מידער האט געשריבן:4) געלט. אנדערש ווי רוב פרעזידענט קאנדידאטן, איז רוביאו גאנץ א קנאפער בר מזל. זיינע סטודענט לאונס האט ער ערשט לעצטענס געענדיגט באצאלן, און האט געהאט פראבלעמען צו באצאלן דעם מארטגעדש פאר זיין היים. אויב האט ער נאך דעם תאות הממון און וויל זיך אויפבויען א פארמעגן, האט ער גענוג אפציעס צו ווערן אויפגענומען אלס א באורד מעמבער פון א פירמע פאר פעטע געהאלטן, ווי איידער זיך גלייך זיך אריינלאזן אין תאות הכבוד.

כאילו איינער וואס איז סאקסעספול העלפט אים, ראמני בלע"ז. און אויב מאכן געלט, זאל ער נאר פרעגען ביל קלינטאן וואס הייבט אריין א פערטל מלוינע פאר יעדע רעדע, ווייל ער איז אמאל געווען פרעזידענט.
מידער האט געשריבן:5) די קאנדידאטן פעלד. כאטש רוביאו איז דער העכסטער אין אלע יעצטיגע פריימערי אנקעטעס, איז דא א שיינעם ליסטע פון שטארקע רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס וועלן אויך וועלן פרובירן זייער שאנס, און די רעפובליקאנער וועלן שטענדיג ענדערש נעמען אן אלטן לייב ווי איידער א פרישן פנים. נאכדערצו ער וועט מעגליך זיך דארפן שטעלן קעגן דעם פאפולערן הילערי קלינטאן.

אלטע לייבן? וווווווי זענען זיי???????
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:5) די קאנדידאטן פעלד. כאטש רוביאו איז דער העכסטער אין אלע יעצטיגע פריימערי אנקעטעס, איז דא א שיינעם ליסטע פון שטארקע רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס וועלן אויך וועלן פרובירן זייער שאנס, און די רעפובליקאנער וועלן שטענדיג ענדערש נעמען אן אלטן לייב ווי איידער א פרישן פנים. נאכדערצו ער וועט מעגליך זיך דארפן שטעלן קעגן דעם פאפולערן הילערי קלינטאן.

אלטע לייבן? וווווווי זענען זיי???????

טוב כלב חי מאריה מת...
בליץ
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

משנה מקום האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:5) די קאנדידאטן פעלד. כאטש רוביאו איז דער העכסטער אין אלע יעצטיגע פריימערי אנקעטעס, איז דא א שיינעם ליסטע פון שטארקע רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס וועלן אויך וועלן פרובירן זייער שאנס, און די רעפובליקאנער וועלן שטענדיג ענדערש נעמען אן אלטן לייב ווי איידער א פרישן פנים. נאכדערצו ער וועט מעגליך זיך דארפן שטעלן קעגן דעם פאפולערן הילערי קלינטאן.

אלטע לייבן? וווווווי זענען זיי???????

טוב כלב חי מאריה מת...

למשל אבאמא האט נישט געהאט קיין טשענסעס אקעגן מ׳קעין???!!!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכתחילה
מידער
;l;p- ;l;p-
איינס פאר יעדן

איך האב נאך אפאר אוועקגעלייגט דאס גייט מען באקומען ווען די וויכוח וועט זיך ציען ווייטער...
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:1) אימיגראציע. רוביאו איז אין די יעצטיגע טעג פון די גרעסטע אנדרייער אין וואשינגטאן דורכצופירן אן אומפארטייאישע אימיגראציע געזעץ וואס זאל שטעלן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן א וועג פאר בירגערשאפט. אין א פריימערי ווען יעדע קליינע טעמע קען ארויסבלאזן א קאנדידאט פונעם פארמעסט, וועט ער האבן א שווערן פעלד זיך צו פארטיידיגן פון א קאנסערוואטיווער קאנדידאט וואס וועט אים לערנען טאנצן.

ממא נפשך, אויב איז אימעגראציע בכלל א אישא, איז עס דאך א אישא וואס דער עולם גלייכט, אז נישט, איז דאך רייען פיל בעסער ווי רוביא.

דאס טאקע זאגן זיי, אז אויב וועט רייען נישט שטימען פארן ביל, וועט ער ביי א פריימערי אראפרייסן רוביאו פארן זיין אזוי לינק אויף אימיגראציע, נאכדעם וואס רוביאו וועט אראפרייסן רייען פארן שטימען צו הייבן די שטייערן פאר די וואס פארדינען מער פון הונדערט טויזענט $...

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:2) דזשעב בוש. רוביאו איז א פרעזענליכער פריינט פון זיין געוועזענעם גאווערנאר, און אלע צייכענעס ווייזן אז דער זוהן און ברידער פון געוועזענע פרעזידענטן האלט אן אויג אויפן ווייסן הויז בעת ער קומט בקרוב ארויס מיט א בוך צוזאמען מיט א רייזע דאס צו פובליצירן. מ'גלייבט שווער אז רוביאו זאל נישט אפטרעטן פאר בוש אין פאל ער לויפט.

אלע צייכענעס ווייזען אז צו שנעל וועט א בוש נישט זיין פרעזידענט, און דזעב ווייסט עס. העכסטענס אויב איז ער אזוי נאנעט מיט רוביא, קען ער האפן אז רוביא גייט געווינען, וועט ער באקומען א קאבינעט פאסטען, ווייזען אז ער איז נישט W, וועט ער אפשר קענען לויפן (געווינען ווייס איך נישט).

די רעפובליקאנער פארטיי האט א רעקארד פון ערוויילן א לאנגיעריגער ערוויילטן פאליטישאן אין וועם די וויילער האבן טראסט. צום ערשט וועלן זיי גיין צו איינעם וואס האט שוין געלאפן אמאל אין די פריימעריס (ראמני 12', מקעין 08', דאול 96', רעיגען 80') אדער וועלן זיי גיין צו אן אנדערן שטארק באקאנטן נאמען (בוש 00'). אויב וועט דער געוועזענער ארקענסאו גאווענאר מייק האקאבי, באשליסן נישט צו לויפן, איז בוש אטאמאטיש בעפארצוגט צו געווינען דעם פריימערי. דאס איז אויסער דעם וואס דזשעב איז נישט קיין דאבעליו, און ראן פאול/שטייסטעניש האט שוין געגעבן אן אקעי פארעם.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:3) פאמיליע. רוביאו רעדט כסדר פון זיין שולד געפילן וואס ער האט פאר זיינע פיר קליינע קינדער מיט וועם ער האט נישט גענוג צייט זיך צו אפגעבן. אויב באדערט אים דאס באמת, וועט א פרעזידענט קאמפיין נישט בעסער מאכן דעם פראבלעם.

הא הא הא! וודאי זאגט ער אזוי, אבער ווייזט אים נאר דעם בענקל, וועט ער פארשטיין אז באמת איז דאס נאך בעסער פאר די קינדער! למעשה יעצט וואוינט ער אפגעטיילט פון זיין משפחה, ווייל ער איז א גאנצע וואך אין די. סי. אבער ווען ער איז פרעזידענט, וועט דאך זיין משפחה קומען וואונען אין אבאמא'ס שוויגער'ס בעדרום.

אזויווי דו זאגסט, אז ער וועט באשליסן צו לויפן האט ער שוין טרעפן טויזנט און איין תירוצים פארוואס ס'איז בעסער פאר די קינדער. פארשטייט זיך אז דער הויפט טערעץ גייט זיין אז דאס איז פאר זייער טובה אויב זיי וועלן אמעריקע זאל פארן אויף די גוטע ריכטונג בלא בלא בלא.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:4) געלט. אנדערש ווי רוב פרעזידענט קאנדידאטן, איז רוביאו גאנץ א קנאפער בר מזל. זיינע סטודענט לאונס האט ער ערשט לעצטענס געענדיגט באצאלן, און האט געהאט פראבלעמען צו באצאלן דעם מארטגעדש פאר זיין היים. אויב האט ער נאך דעם תאות הממון און וויל זיך אויפבויען א פארמעגן, האט ער גענוג אפציעס צו ווערן אויפגענומען אלס א באורד מעמבער פון א פירמע פאר פעטע געהאלטן, ווי איידער זיך גלייך זיך אריינלאזן אין תאות הכבוד.

כאילו איינער וואס איז סאקסעספול העלפט אים, ראמני בלע"ז. און אויב מאכן געלט, זאל ער נאר פרעגען ביל קלינטאן וואס הייבט אריין א פערטל מלוינע פאר יעדע רעדע, ווייל ער איז אמאל געווען פרעזידענט.

ס'איז די וועג וויאזוי מ'גייט זיך אים דערמיט. אויב וואלט ראמני גלייך ביים אנהייב געשריגן אז ער איז סוקסעספול און וועט דאס אויסניצן לטובת אמעריקע, וואלט ער בענעפיטירט דערפון, פונקט ווי אסאך אנדערע פאליטישאנס וואס קאמפיינען דערמיט. אבער וויבאלד ער באשלאסן צו אנטלויפן דערפון (ביזן קאנווענשאן), האט באראק אבאמא געמאכט פאטאש פונעם. אויב זאל רוביאו אויך אנטלויפן דערפון, וועט זיין קעגנער אויך קענען מאכן פאטאש מיטעם. פארשטייט זיך אליינס אז רוביאו וועט זיכער גיין אין די קלינטאן פיסטריט אין פאל ער לויפט. לעצם הענין איז זיכער אז מ'קען בלויז פארדינען $ פון לויפן פאר פרעזידענט.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:5) די קאנדידאטן פעלד. כאטש רוביאו איז דער העכסטער אין אלע יעצטיגע פריימערי אנקעטעס, איז דא א שיינעם ליסטע פון שטארקע רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס וועלן אויך וועלן פרובירן זייער שאנס, און די רעפובליקאנער וועלן שטענדיג ענדערש נעמען אן אלטן לייב ווי איידער א פרישן פנים. נאכדערצו ער וועט מעגליך זיך דארפן שטעלן קעגן דעם פאפולערן הילערי קלינטאן.

אלטע לייבן? וווווווי זענען זיי???????

העסטע מוזן ווארטן דריי יאר זיי זאלן אלט ווערן...

פאטאקי, אהער מיט די גרינע.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מידער דו קענסט נעמען נאך איינס דא ;l;p-
איך האב נאך נאך אפאר אוועקגעלייגט סיי פאר דיר און סיי פאר לכתחילה...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לויט א גרויסער דעמאקראטישער נדבן האט הילערי שוין באשלאסען צו לויפן. ער זאגט אז "וויליאם דזשעפערסאן" (אויך באוויסט אלס בילל) האט אים אזוי געזאגט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

הילערי האט באמת נישט קיין סוקסעס מיט וואס צו שטאלצירען אלץ סעקרעטרי אף סטעיט, סיי מיט איר דשאב בכלל ווי לאזט איבער א חרבון פאר דשאן קערי, און סיי מיט די בענגאזי אישו בפרט וואס מיט א גוט באצאלטע קאמפיין קען עס ווערן א שטארקע אישו,

נאר וואס דען, די מידיא וועט זיכער זיין אלל אווער איט אז מען קען אריין וועלן די ערשטע ( דעמעקראטישע ) פרוי אלץ פרעזידענט, זיי וועלן טיען מיט הילערי דאס וואס זיי האבן געטין מיט אבאמא אלץ ערשטער שווארצער פרעזידענט און זיי וועלן מאכען זיכער אז זי גייט געווינענן, הגם אז איר קעגענער גייט מן הסתם זיין דער ערשטער ספאנישער פרעזידענט קאנדידאט (רוביא ), אבער אויב איז עס א רפובליקאנער שפילען די קליינעקייטען נישט קיין ראלע, ווי מען האט געזען ביי רייס די ערשטער שווארצע פרוי אלץ סעקרעטערי אף סטעיט.

מיט א אנדערן בליק זעט מען אז אפשר לוינט זיך אז הילערי זאל עס מאכען, ווייל די פראסק וואס לימבאו/הענעטי גייט כאפן אויב הילערי ווערט פרעזידענט גייט זיין נעקסט טו נאטינוג עס גייט זיין א פאטאלער פראסק, און זינט זיי האבן געהאלפן אינטערברענגן ריק פערי און דערמיט פארזיכערט פאר אבאמא נאך א טערמין, פארגין איך זיי אזא פראסק מיען גאנצן הארץ.

סטאפ הילערי עקספרעס...
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

דאס איז זיכער אז ביל וויל איר זעהן אין ווייסן הויז פאר אלע געלטער, די פראגע איז צי זי האלט טאקע דערביי. די פראסק וואס זי האט געכאפט אין 08' איז פארהיילבאר, אין די צייט וואס ס'איז בכלל נישט אזוי זיכער אז א מארטין אומעלי וועט איר נישט דארלאנגען א צווייטס.

אויב זאל זי טאקע לויפן, איז די פראגע צי דער אלטער יוסל ביידן וועט זיך ארויסשטעלן קעגן איר. זיי זענען באקאנט אלס גוטע פריינט.
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

מחותן, וואס איז געווען די מעשה ביי רייס?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מחותן
איך קען דיר שענקן איינס, נעם דאס ;l;p-
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מידער האט געשריבן:דאס איז זיכער אז ביל וויל איר זעהן אין ווייסן הויז פאר אלע געלטער, די פראגע איז צי זי האלט טאקע דערביי. די פראסק וואס זי האט געכאפט אין 08' איז פארהיילבאר, אין די צייט וואס ס'איז בכלל נישט אזוי זיכער אז א מארטין אומעלי וועט איר נישט דארלאנגען א צווייטס.
אויב זאל זי טאקע לויפן, איז די פראגע צי דער אלטער יוסל ביידן וועט זיך ארויסשטעלן קעגן איר. זיי זענען באקאנט אלס גוטע פריינט.

לויט די יעצטיגע פאליטישע מאפע { און לויט מיין יעצטיגע גיסטע..} זעט עס אזוי אויס,
ביי די דעמקראטען גייט קאמאו און הילערי זיין די הויפט קאנדידאטען, און הילערי גייט פארלירען צו קאמאו,
ביי די רופבליקאנער גייט רוביא און קריסטי זיין די הויפט קאנדידאטען, און קריסטי גייט פארלירען צו רוביא סיי צוליב זיין נישט קענענן לויפן זייענדיג אזוי איבערוואגיק, און סיי צוליב זיין פאראאט ביי די לעצטע וואלן און דערנאך ער האט זיך איינגעקויפט שונאים ווי אימער.

מידער האט געשריבן:מחותן, וואס איז געווען די מעשה ביי רייס?

וואלט רייס געוען א דעמעקראט וואלט די מידיא זיך נישט געקענט כאפכן דאס אטעם פון התפעלות האבענדיג די ערשטע פרוי פלאס די ערשטע שווארצע פרוי אויף אזא הויכע פאזציע, וויבאלד זי איז אבער געווען א רופוליקאנער האט זי געכאפט ווי אימער מער ווי נערמאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מידער האט געשריבן:דאס איז זיכער אז ביל וויל איר זעהן אין ווייסן הויז פאר אלע געלטער, די פראגע איז צי זי האלט טאקע דערביי. די פראסק וואס זי האט געכאפט אין 08' איז פארהיילבאר, אין די צייט וואס ס'איז בכלל נישט אזוי זיכער אז א מארטין אומעלי וועט איר נישט דארלאנגען א צווייטס.

אויב זאל זי טאקע לויפן, איז די פראגע צי דער אלטער יוסל ביידן וועט זיך ארויסשטעלן קעגן איר. זיי זענען באקאנט אלס גוטע פריינט.

מה זאת? מי זאת?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מחותן אז דו ביסט אין די גוסטע לאמיך דיר פרעגן
ווער גייט פארלירן קאומאו צי רוביאו?
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

עס איז זייער שווער פאראויס צו זאגען, ווייל אויב קוקט מען אויף די דעמקראטישע זייט און ווי אזוי זיי פירען דאס לאנד, איז שווער צו זען ווי אזוי זיי זאלן נאכאמאל אנקימען צום ווייסן הויז און די נעקסטע צוואנציג יאר,

די פראבלעם איז אבער אז די דעמקראטען האבן נישט קיין קעגענער עס איז במציאות יעצט נישט דא קיין רפובליקאנער פארטיי, די רפובליקאנער פארטיי איז א דיזעסטער, עס איז נישט דא קיין פירשאפט, עס איז נישט דא קיין אדייעס, עס איז נישט דא קיין געלונגענע פאליטישענס, זיי זענענן סטאק געבליבען ערגעץ צוואנציג יאר צוריק, און ווי לאנג די רפובליקאנער פארטיי וועט זיך נישט אויפוועקן און אנהייבן פינקאנצירען ווי א פארטיי וועלן די דעמקראטען געווינען, אבאמא האט אויך געווינען ווידערוויילנוג נאר אדאנק אזא שוואכע קעגענער,

אויב קוקט מען יעצט צוריק, לאזט זיך זאגען אז קארל ראוו האט באגראבן די רפובליקאנער פארטיי, ער האט געהאט די ערשטע זעקס יאר פון בוש אלע דריי אפטיילנוגען פון גאווערמענט די קאנגראס די סענאט און די ווייטהאוז, לא די אז ער האט נישט גוט געפירט דאס לאנד סיי עקנאמיש אינערליך און סיי אויסערן פאליטיק, נאר ער האט ניטאמאל אויפגעבויט א גיטע רפובליקאנער אינפאסטראקשער אז די פארטי זאל קענענן ווייטער וואקסן.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מחותן
זייער גוט געזאגט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היינט שרייבט איינער אז נאר מיט קריסטי האט די דזשי. או. פי. א צוקומפט וכו' וכו'

ברענגט א צווייטער א צוטאט פון א אינטערוויו מיט קריסטי, ווי ער זאגט אויף זיך:

he said, ‘I’m not much different from Andrew Cuomo. I probably agree with him on 98% of the issues

זאגט יענער אז די סטעיטמענט מיט די ליעבשאפט וואס ער האט געוויזען פאר אבאמא, וועט אים נאך אהיים קומען, און אים נישט לאזן ווערן די קאנדידט פאר די ריפאבליקען פארטיי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

פארוואס האלט דער שרייבער אז קריסטי איז דער צוקונפט פון די רעפובליקאנער?

כ'האלט גראדע אז סיי דער צוטאט און סיי סענדי דארף נישט זיין קיין פראבלעם פאר דעם קראצי, ער האט נאך א גענוג געשליפן צינגל דאס צו אויסניצן לטובתו.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מידער האט געשריבן:פארוואס האלט דער שרייבער אז קריסטי איז דער צוקונפט פון די רעפובליקאנער?

כ'האלט גראדע אז סיי דער צוטאט און סיי סענדי דארף נישט זיין קיין פראבלעם פאר דעם קראצי, ער האט נאך א גענוג געשליפן צינגל דאס צו אויסניצן לטובתו.

עס איז אין יו עס עי טודעי.

מער ווייניגער ווייל רוביא איז צו עקסטרעם, עס איז פונקט אזוי אראפ געריסן רוביא ווי ארויס געהויבן קריסטי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

זיי האבן נאך געהאט א שארפע ארטיקל קעגן רוביא בשעת מיט ראמני האט אים געקלערט צו נעמען אלס מיטלויפער. קוקט אויס אז זיי האבן א שרייבער וואס האט א שוואכקייט צו אים.
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

לכאורה האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:דאס איז זיכער אז ביל וויל איר זעהן אין ווייסן הויז פאר אלע געלטער, די פראגע איז צי זי האלט טאקע דערביי. די פראסק וואס זי האט געכאפט אין 08' איז פארהיילבאר, אין די צייט וואס ס'איז בכלל נישט אזוי זיכער אז א מארטין אומעלי וועט איר נישט דארלאנגען א צווייטס.

אויב זאל זי טאקע לויפן, איז די פראגע צי דער אלטער יוסל ביידן וועט זיך ארויסשטעלן קעגן איר. זיי זענען באקאנט אלס גוטע פריינט.

מה זאת? מי זאת?

אומעלי איז דער מערילאנד גאווערנאר, ער ווערט באטראכט ווי דער קריסטי ביי די דעמאקראטן (פאר צוויי יאר צוריק האבן זיך די צוויי ארומגע'הרג'ט מיט מעסעדזשעס אין די מידיא). ער איז א שטארק ליבעראלער אויף מאראלישע אישוס, און פירט א שטארק לינקן עדיוקעישאן סיסטעם ביי זיך אין סטעיט. כ'האלט אז ער גייט מעגליך זיין דער הויפט קעגנער פון דעם דעמאקראטישן פראנט ראנער (קלינטאן/ביידען), בעת קאומאו גייט פליען פון דארט ווי נאר מ'גייט אויפברענגען זיין אפווענהייט פונעם דעמאקראטישן קאנווענשאן פאריאר, און זיין שניידן אויסגאבן דא אין ניו יארק וועט אים אויך אהיימקומען, כאטש ביי גאן-קאנטראל און אויף מאראלישע אישוס איז ער דער העלד (סדום שפראך).

מחותן האט געשריבן:עס איז זייער שווער פאראויס צו זאגען, ווייל אויב קוקט מען אויף די דעמקראטישע זייט און ווי אזוי זיי פירען דאס לאנד, איז שווער צו זען ווי אזוי זיי זאלן נאכאמאל אנקימען צום ווייסן הויז און די נעקסטע צוואנציג יאר,

די פראבלעם איז אבער אז די דעמקראטען האבן נישט קיין קעגענער עס איז במציאות יעצט נישט דא קיין רפובליקאנער פארטיי, די רפובליקאנער פארטיי איז א דיזעסטער, עס איז נישט דא קיין פירשאפט, עס איז נישט דא קיין אדייעס, עס איז נישט דא קיין געלונגענע פאליטישענס, זיי זענענן סטאק געבליבען ערגעץ צוואנציג יאר צוריק, און ווי לאנג די רפובליקאנער פארטיי וועט זיך נישט אויפוועקן און אנהייבן פינקאנצירען ווי א פארטיי וועלן די דעמקראטען געווינען, אבאמא האט אויך געווינען ווידערוויילנוג נאר אדאנק אזא שוואכע קעגענער,

אויב קוקט מען יעצט צוריק, לאזט זיך זאגען אז קארל ראוו האט באגראבן די רפובליקאנער פארטיי, ער האט געהאט די ערשטע זעקס יאר פון בוש אלע דריי אפטיילנוגען פון גאווערמענט די קאנגראס די סענאט און די ווייטהאוז, לא די אז ער האט נישט גוט געפירט דאס לאנד סיי עקנאמיש אינערליך און סיי אויסערן פאליטיק, נאר ער האט ניטאמאל אויפגעבויט א גיטע רפובליקאנער אינפאסטראקשער אז די פארטי זאל קענענן ווייטער וואקסן.

זייער גוט געזאגט.

צווישן אונז גערעדט, אויב האלטן די רעפובליקאנער אויף אזא מצב אז זיי שעמען זיך צו פארטיידיגן די מאראלישע אישוס, זאלן זיי בעסער אפטרעטן דערפון אויב זיי ווילן געווינען וואלן. דאס נידריגקייט פון די אמעריקאנער פאלק וועט זיי האלטן ביים גארגל ביז זיי וועלן מוזן אננעמען דעם ליבערטעריען גאנג איבער דעם און דאס ארויסנעמען פון די רעגירונגס אויפגאבע. הה"ד "זיי זענענן סטאק געבליבען ערגעץ צוואנציג יאר צוריק".
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מידער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:דאס איז זיכער אז ביל וויל איר זעהן אין ווייסן הויז פאר אלע געלטער, די פראגע איז צי זי האלט טאקע דערביי. די פראסק וואס זי האט געכאפט אין 08' איז פארהיילבאר, אין די צייט וואס ס'איז בכלל נישט אזוי זיכער אז א מארטין אומעלי וועט איר נישט דארלאנגען א צווייטס.

אויב זאל זי טאקע לויפן, איז די פראגע צי דער אלטער יוסל ביידן וועט זיך ארויסשטעלן קעגן איר. זיי זענען באקאנט אלס גוטע פריינט.

מה זאת? מי זאת?

אומעלי איז דער מערילאנד גאווערנאר, ער ווערט באטראכט ווי דער קריסטי ביי די דעמאקראטן (פאר צוויי יאר צוריק האבן זיך די צוויי ארומגע'הרג'ט מיט מעסעדזשעס אין די מידיא). ער איז א שטארק ליבעראלער אויף מאראלישע אישוס, און פירט א שטארק לינקן עדיוקעישאן סיסטעם ביי זיך אין סטעיט. כ'האלט אז ער גייט מעגליך זיין דער הויפט קעגנער פון דעם דעמאקראטישן פראנט ראנער (קלינטאן/ביידען), בעת קאומאו גייט פליען פון דארט ווי נאר מ'גייט אויפברענגען זיין אפווענהייט פונעם דעמאקראטישן קאנווענשאן פאריאר, און זיין שניידן אויסגאבן דא אין ניו יארק וועט אים אויך אהיימקומען, כאטש ביי גאן-קאנטראל און אויף מאראלישע אישוס איז ער דער העלד (סדום שפראך).

א דאנק פארן אזוי שיין ערקלערן [מיין אומפארשטענדעניש האט געשטאמט פון די ווערטער "וועט איר נישט דערלאנגען א צווייטס", וואס איך האב מיר אויסגעטייטשט כאילו דער מארטיל אומעלי האט שוין איינמאל געפראסקעט קלינטאן'שע, א זאך וואס איז מיר נישט געליגן אין זכרון.]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מידער האט געשריבן:צווישן אונז גערעדט, אויב האלטן די רעפובליקאנער אויף אזא מצב אז זיי שעמען זיך צו פארטיידיגן די מאראלישע אישוס, זאלן זיי בעסער אפטרעטן דערפון אויב זיי ווילן געווינען וואלן. דאס נידריגקייט פון די אמעריקאנער פאלק וועט זיי האלטן ביים גארגל ביז זיי וועלן מוזן אננעמען דעם ליבערטעריען גאנג איבער דעם און דאס ארויסנעמען פון די רעגירונגס אויפגאבע. הה"ד "זיי זענענן סטאק געבליבען ערגעץ צוואנציג יאר צוריק".

זייער גוט געזאגט, עס קוקט אויס לויט די מצב, אז נאך אביסעל וועט מען שוין אפי' נישט רעדן פון קיין מאראלישע אישאס אין פאליטיק, דאס וועט בלייבן ביי די קירכע, און מן הסתם דארט אויך נישט פאר צו לאנג.

די רעכטע מוזן בע"כ אפלאזען די אישאס, און ליברעטעריען, איז א שיינע וועג ארויס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

א נייע קוויניפיאק אנקעטע אין ניו דזשערזי זאגט אז כאטש קריסטי שטייט מיט 40 פראצענט העכער פון זיין דעמאקראטישען קעגנער (25-65) אין די היי יעריגע גאווערנאר וואלן, וואלט ער אבער פארלוירן צו הילערי קלינטאן ביי זיך אין גארטן סטעיט 45-49 אויב די 16' פרעזידענט וואלן וואלטן אפגעהאלטן געווארן מיט כמעט פיר יאר פריער.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”