די פרעזידענטליכע פארמעסט 2012

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

זיידע, זאגסט א שטארקע פוינט. בכלל אויב וועט האלאנדעס פאליסיס פארשטייטערן די פראנצויזישע-אייראפעאישע עקאנאמיע וועט עס שלעכט אפעקטירן עקאנאמיש אויך דא אין אמעריקע. שלעכטע נייעס פאר קעניג אבאמא.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מי חכם האט געשריבן:ייש"כ לכתחילה פאר די כסדרדיגע באריכטן מיט די זאפטיגע שפראך (און די פולע שטרעכעלעך...)

ביטע אויב מעגליך אביסעלע אביעקטיוו.

פאטאקי08 האט געשריבן:לכתחילה זייער שיין שכח אייך
ביטע ברענג אויך די נייעס פון די אנדערע זייט פון די מטבע

די וועלט זאגט אזוי "אז יעדער זאגט ביסט שיכור, לייג זעך שלאפן"!

שוין די צווייטער, האב איך נישט קיין ברירה.

למעשה פראביר איך געווענדליך צו ברענגען ביידע זייטן, אבער דא איז כל הקהל מודה אז עס איז א דורכפאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

דא זאגט נישט "יעדער" גארנישט. ביזט זייער גוט וויאזוי ס'איז. אויב אלבערט פריעדמאן דארף נישט זיין אביעקטיוו ווען איך צאל פאר זיין פאפיר, מעגסטו דא שרייבן וויאזוי דיר געפעלט, ווילאנג ס'איז האנעסט.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

שטייסטענישט האט געשריבן:אויב אלבערט פריעדמאן דארף נישט זיין אביעקטיוו ווען איך צאל פאר זיין פאפיר, מעגסטו דא שרייבן וויאזוי דיר געפעלט, ווילאנג ס'איז האנעסט.

;l;p-
לכתחילה, דערשרעק דיך נישט פון קיינעם, שרייב וויאזוי דיר געפעלט. (פשוט, ווייל דאס איז וויאזוי כ'האב עס ליב).
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

קוק אהער לכתחילה, מיין באשיידענע ביטע איז געווען זאלסט שרייבן די נייעס איינמאל, נאר פון א צענטריסטישן בליק, אבער מטריח זיין צו שרייבן ביידע זייטן,(אזוי גוט ווי דו באשרייבסט די קאנסערוואטיווע זייט) ס'עפעס? איך צאל דיר דען? אבער אויב מיין ערשטע בקשה איז אויך צו (אדער אביסל) שווער, זאלסטו זיך חלילה נישט אנשטרענגען אדאנק דעם.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לכתחילה;

טויש דיך נישט כי הוא זה, אויב יא, טויש ניק.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

די מעלה פון א ליבעראל איז אז ער קען זאגן/שרייבן -אן רויט ווערן- פון טעמעס וואס ער וואלט זיך ווען געדארפט האלטן דאס פיסק פארמאכט. אבער דאס מאל האב איך שוין געוואלט עפעס צופליקען פאר כעס!

ביל קעללער איז 10 יאר געווען די עדיטאר פון אמעריקע'ס מערסט ליבעראלע -בייעסט -אן פעיר -אן פאטריאטיק צייטונג: דער נ.י. טיימס. א יאר צוריק האט ער רעזיינט און געווארן א עמטליכער קאלומניסט פארן "טיימס". קומט דער קליינער מחוצף און שרייבט אפ א לאנגס און א ברייטס איבער די "בייעסט" פון פאקס ניוז... כאב מיר געקראצט מיינע אויגן צי איך לייען גוט. וואס ???

איך ברענג אפאר ציטאטן.

My complaint is that Fox pretends very hard to be something it is not, and in the process contributes to the corrosive cynicism that has polarized our public discourse.
און וואס פרעטענד די טיימס צו זיין ?? ALL THE NEWS THAT FITS TO PRINT נאר ווען ס'שאדט פאר א רעפובליקען!

"But we (the Times) try to live by a code, a discipline, that tells us to set aside our personal biases,
(כ'ווייס נישט צי לאכן אדער וויינען) וואס ????

"I doubt that people at Fox News really believe their programming is “fair and balanced” — that’s just a slogan for the suckers"
אה פאר די סאקקערס וואס קויפן נישט דיין פראפאגאנדע צייטונג ? פאר די סאקערס וואס ווילן נישט לייענען א יעדן טאג אין דיין שטורמער אז אלעס וואס אמעריקע טוט (ווען די פרעזידענט איז א רעפובליקען) איז בעד און איוועל ??

שעים אן יו!!

http://www.nytimes.com/2012/05/06/opini ... wanted=all
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מי חכם האט געשריבן:קוק אהער לכתחילה, מיין באשיידענע ביטע איז געווען זאלסט שרייבן די נייעס איינמאל, נאר פון א צענטריסטישן בליק, אבער מטריח זיין צו שרייבן ביידע זייטן,(אזוי גוט ווי דו באשרייבסט די קאנסערוואטיווע זייט) ס'עפעס? איך צאל דיר דען? אבער אויב מיין ערשטע בקשה איז אויך צו (אדער אביסל) שווער, זאלסטו זיך חלילה נישט אנשטרענגען אדאנק דעם.

כ'וועל דיר זאגן, ס'איז אמת אז כ'צי מער צו די רעכטע זייט (פארוואס, איז א לאנגע מעשה, אפשר אז ס'אינטערעסיערט איינעם וועלעך נאך שרייבן מיין היסטארי אין פאליטיק) עניוועי, איז אפי' כ'צי אביסל רעכט פון צענטער, פראביר איך קוקען אויף זאכן מיט א אביקטיווער בליק, און וווען כ'שרייב א ענין, בעיקר א לענגערע באריכט, שרייב איך עס נישט פון רעכטס און נישט פון לינק, און אפי' נישט פון צענטער, נאר ווי איך זעה עס.

ביי די באשרייבונג פון די העלט קעיר מלחמה אין סופרים קארט האט tell.me.something געשריבן:
tell.me.something האט געשריבן:לכתחילה. א הערליכער און אביעקטיווע באריכט איבערן גאנצן נושא. פון דיין ארטיקל קען מען נישט זעהן וואס דו ביסט באמת....

און אזוי טריי אין יעדע זאך, און אז ס'קומט אויס אז עס איז רעכט, איז פשט אז דאס איז די מציאות אין מיין אויגן, און אז עס איז דא עפעס וואס די לינקע ענטפערן, פראביר איך עס אריינצולייגן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

זיידע כ'האב געטראכט ווי דיר אז די סאציאליסטישע געווינס וואס שיקט שוין שאק כוואליעס איבער גאנץ יוראפ (לאמיר מארגן צופרי זעהן די יוראפעאישע מארקעטן, אזוי אויך די ניו יארקער סטאק מארקעט) וועט ווארשיינליך איבערלאזן אפדריקן אויף די עקאנאמיע, זיכער אזוי אין יוראפ, אבער אויך אין אמעריקע, און דאס איז א שטארקע מיינוס פארן אמטירענדן כוסעיני.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

די סענאט שפיאנאזש קאמיטע צוזאמען מיט דער פארזיצער א 'דעמאקראט' האט ארויסגעגעבן א באריכט אז די טאליבאן אין אפגאניסטאן האבן זיך גאר שטארק געשטארקט לעצטנס, אין פאקט זאגן זיי אז די טאליבאן זענען יעצט די שטערקסטע ווי אין די לעצטע פיהר יאר... יא! שטערקער ווי ווען בוש - וואס האט פארקוקט די ריכטיגע מלחמה - איז געווען אין אמט.

דאס קומט שוין נאכן 'ענדיגן' די מלחמה, מיט א פלאן צו 'פארבלייבן' עטליעסט ביז 2024.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

מז"ט פאר רוסלאנד, די אינאגוראציע פון זייער נייעם פרעזידענט קומט פאר ממש איצטערט. זיין נאמען איז וולאדאמיר פוטין יר"ה. (רינגט א בעלל ?)
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

שטייסטענישט האט געשריבן:אינאגוראציע פון זייער נייעם פרעזידענט

וואס מיינט דאס?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

איינשווערונג.
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

לכתחילה. איך האב זייער ליב וויאזוי דו שרייבסט(און ביסט גערעכט אז ביי לענגערע ארטיקלען קען מען כמעט נישט זען וואס דו ביסט). אבער למעשה ווען עס קומט צו שרייבן אויף אזא פלאץ אלס ליבעראל פילט זיך עס ווי איך בין אבאמא. און די גאנצע קאנגרעס/סענאט זענען רעפובליקאנער....

לגבי די צייטונגען האב איך שוין נעכטן אנגעהויבן צו שרייבן. "יעדע" צייטונג איז בייעסד. די קאנסערוואטיוון פארן קאנסערוואטיוו. און די ליבעראלן פארן ליבעראל. נאר וואס יא? נישט אלע רעפובליקאנער זענען עכט שטארק קאנסערוואטיוו(אויף סאך א גרעסערן פארנעם ווי מעסיגע ליבעראלן ביי די דעמאקראטן)אויטאמאטיש ווען די קאנסערוואטיווע מידיע איז נישט אזוי ענטוזיאסטיש פאר א מעסיגן. און שטארק ענטוזיאסטיש פאר א שטארק-רעכטן. גיבט עס די אימפרעשן ווי זיי זענען נישט בייעסד. והא ראי' זיי שטיצן נישט יעדן רעפובליקאנער

איין ביישפיל: שרה פעילין. אסאך אמעריקאנער(אריינגערעכנט אונזער אלטע זיידע...) האלטן אז זי איז -און בעסטן פאל- זייער נישט קלוג(נישט קיין חילוק ווער עס האט איר געגעבן דעם נאמען)למעשה וועסטו אבער כמעט נישט טרעפן א קאנסערוואטיווער שרייבער זאל עפעס שרייבן קעגן איר. פארוואס? ווייל זי איז אן אולטרא קאנסערוואטיוו!
משא"כ פרעזידענט בוש. וואס איז געווען היבש א מעסיגער פרעזידענט. האסטו געהאט אסאך רעכטע וואס האבן געהאקט אויף אים
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2011 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך alte zida »

דא איז א ליסטע מיט מעגליכע וויצע פרעזעדענטליכע קאנדידאטן.

מארקוי ראביוי[b] איינער פון די צוויי סענעטארן פון פלארידא וואס איז א סווינג סטעיט, דער ראביוי איז א יונגער כארזימאטישער פאלעטישען וואס איז א אויפגייענדיגן שטערן און די ריפאבליקאנער פארטיי און איז א לובלינג און די טיי פארטיי, די חסרון איז אז ער האט נישט קיין סאך ערפארונג און עס איז געווען עפעס א קאמפיין געלטער סקאנדאל וואס האט געפלאגט זיין קאמפיין.

קריס קריסטי די גאווענער פון אונזער שכן ניו זשערסי
קריס קריסטי איז א נייער סארט פאלעטישן וואס מען זעט נישט קיין סאך און די פאליטישע וועלט, ער זאגט וואס ער טראכט, אבער נישט אייביק טראכט ער וואס ער זאגט, ער האט א שטארקע הומארוסטישן חוש, אבער איז נישט א ווייט רעכטער קאנסארוועטיוו אזוי ווי ראביו.

פארטמאן איז די גאווענער פון ווערזשיניע און איז א רעכטער ריפאבליקאנער וואס וועט פיין אפעלירן צום טיי פארטיי די פראבלעם איז אבער אז ער איז א טריקענער מענטש אן קיין כאריזמע.

קאנדעליזע רייס איז די געוועזענע אויסערן סעקרעטאר אונטער פרעזידענט בוש און סי איז פיל מיט מעלות פאר ראמני׳ס טיקעט, אבער אויך נישט ריין פון חסרונות, זי האט שטארקע אויסערן פאלעסי ערפארונג זי איז א פרוי זי איז טונקל הויטיג אין איבער אלעמען איז זי שטארק פאפעלער צווישן דעם אמעריקאנער המון עם, די חסרון איז אבער אז זי האט געדינט אונטער פרעזידענט בוש און אבאמא פראבירט שוין אזוי אויך צו פארבינדן ראמני מיט בוש מיט איר אויפן טיקעט וועט עס אים זיין פיל לייכטער.
[/b][/b]
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

באבי (נישט דזשינדאל), ביטע ריק אראפ זיידי'ס טייפרייטער פון קעפס-לאק אויף געווענליכע אותיות [און אז מען רעדט שוין, לערן אים אויס אביסל בעסער אויסצולייגן אותיות, עס וועט זיך ליינען פיל גרינגער].
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

פארטמאן איז גאווערנער פון אהייא, נישט וויר'גיניע
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איז היינט ארויסגעקומען די טעגליכע טרעקינג פאול'ס געלאפ און רעסמיוסען, און אויך צוויי אללגעמיינע פאולס, בעטטעלגראוינד\פאליטיקא, און יו. עס. עי. טודעי\געלאפ.

געלאפ טרעקינג:
ראמני 46 (פון 45)
אבאמא 45 (פון 46)

רעסמיוסען:
ראמני 48 (פון 47)
אבאמא 45 (פון 46)

בעטטעלגראוינד\פאליטיקא:
ראמני 48 (פון 43)
אבאמא 47 (פון 53)

יו. עס. עי. טודעי\געלאפ:
אבאמא 47 (פון 51)
ראמני 45 (פון 42)

עכ"פ דאס איז יעדער מודה אז ראמני איז העכער מיט מאמענטום, אדער איז ער כמעט העכער (ביי יו. עס. עי. טודעי\געלאפ) און אויפן וועג ארויף, די שאלה איז פארוואס?

דאס איז יעדער מודה, אז א חלק פון די סיבה איז אז די רעכטע קומען צוביסלעך זיך צוזאם אינטער ראמני, און אויך אז אבאמא האט געהאט נעגעטיווע נייעס. די ראמני שטיצער זאגן אבער אז נישט יעדער איז שוין אינטער ראמני, און עס וועט נאר ווערן בעסער, און די אבאמא שטיצער שרייבן יעצט אז די רעכטע זענען שוין אלע ביי ראמני, און דאס איז די מערסטע וואס ער וועט ווערן, און פון דא קען ער נאר פאלן, אז די נייעס פאר אבאמא וועט ווערן בעסער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

א וואשינגטאן פאוסט ארטיקל היינט באשולדיגט די הויכע צעהן - עלעף פראצענט ארבעטסלאזע ראטע (ווי עס וואלט געווען אויב מ'וואלט געציילט אזוי ווי מ'האט געציילט דריי יאר צוריק), אין די 'בעבי בומערס' זאגנדיג אז זיי הייבן אן צו רעטייערן, און זיי מאכן די ארבעטסלאזיקייט אזוי הויעך.

א גרויס געלעכטער האט דאס ארויסגערופן ביי די קאנסערוועטיוון און רעפאבליקאנער צוגלייך, ווייל לויט זייער חשבון וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט, ווייל יעדער פארשטייט אז ווען איינער ריטייערט 'פארלירט' ער נישט זיין זשאב, נאר ער 'געט אויף' זיין זשאב, אויב אזוי געשעהט צוויי זאכן, איינס, ער פאלט ארויס אינגאנצן פון די ארבייטס קראפט, און די אנעמפלאומענט ראטע דארף פאלן ווייל ער זוכט בכלל נישט קיין ארבייט, צוויי, איינער דארף אים איבערנעמען זיין אלטן פאסטן, איז דארף גאר ציקומען זשאבס, ווייל ער פאלט אינגאנצן ארויס, און זיין ממלא מקום וואס האט ביז היצט געזוכט ארבייט האט דאך יעצט געטראפן, נאר וואס דען? וואשינגטאן פאוסט!.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איז היינט ארויסגעקומען די טעגליכע טרעקינג פאול'ס געלאפ און רעסמיוסען, און אויך צוויי אללגעמיינע פאולס, בעטטעלגראוינד\פאליטיקא, און יו. עס. עי. טודעי\געלאפ.

געלאפ טרעקינג:
ראמני 46 (פון 45)
אבאמא 45 (פון 46)

רעסמיוסען:
ראמני 48 (פון 47)
אבאמא 45 (פון 46)

בעטטעלגראוינד\פאליטיקא:
ראמני 48 (פון 43)
אבאמא 47 (פון 53)

יו. עס. עי. טודעי\געלאפ:
אבאמא 47 (פון 51)
ראמני 45 (פון 42)



הצד השוה שבהן אז ביי אלע איז ראמני ארויף און אבאמא אראפ.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

שטייסטענישט האט געשריבן:פארטמאן איז גאווערנער פון אהייא, נישט וויר'גיניע

און נישט גאווערנאר נאר סענעטאר
alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2011 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך alte zida »

פאר די אלע וואס מיין באלד אויתיות האט געבאדערט, סלח לנו...

מארקוי ראביו די סענעטאר פון פלארידא איז ארויסגעקומען מיט א שטעכעדיגע אטאקע קעגן אבאמא, זאגענדיג אז ער איז כלל נישט דער זעלבער מענטש ווי פאר פיר יאר צוריק, אין די טשעינטש וואס ער האט פארשפראכן איז געווארן פארזינקען און די וואשינגטאן פאליטיק.

מיט ראמני האט היינט קאמפיינט און די סווינג סטעיט פון אהייא ווי ער האט זיך געהאלטן אויפן טאפיק פון זשאבס, און האט שטארק געפליקט אבאמא פאר די שוואכע זשאב נומערן, אלס א ריספאנס האט די אבאמא קאמפיין ארויסגעשטעלט אן עד מיט בערך די זעלבע פוילע תירץ וואס ער נוצט אויף אלעס וואס גייט נישט גיט אונטער זיין זייגער, אז ער האט איבערגענומען א שלעכטע עקאנאמיע און עס איז נישט זיינס נאר בוש׳ס שולד.

ביידען דער וויצע פרעזידענט איז ווייטער ביזי געווען אז ער ווייסט נישט אויב ראמני וואלט ווען געווען פרעזידענט וואלט ער אויטערעזירט די בין לאדין אקציע.

די אבאמא קאמפיין האט היינט געמאלדן אז זיי וועלן ספענדן פינף און צוואנציג מיליאן דאללער און קאמפיין עדס אנקעגן ראמני און may אליין.

די אסויסיעטעד פרעס מעלדט אז סענטורם האט היינט מאנטאג אינדארסט ראמני.
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

ראסמוססען דעילי טרעקינג פאול.
ראמני 49
אבאמא 45
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח אלטע זיידע פאר די שינע באריכטן
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

קרעמער האט געשריבן:באבי (נישט דזשינדאל), ביטע ריק אראפ זיידי'ס טייפרייטער פון קעפס-לאק אויף געווענליכע אותיות [און אז מען רעדט שוין, לערן אים אויס אביסל בעסער אויסצולייגן אותיות, עס וועט זיך ליינען פיל גרינגער].


קרעמער, די פרייעמעריס איז שוין פאריבער, שוין צייט זיך איבער צו בעטן. אפילו דיין קאנדידאט הרב נטע האט זיך שוין איבער געבעטן מין זיידי'ס קאנדידאט ראמני, אלזא, לייג אראפ די געווער.... און לאמיר אינאיינעם אפהאלטן אבאמא פון באקומען נאך א טערמין................

הכונו ! איחוד הקהילות להצלת הדורות !!!!!
רצונינו לעשות רצוניך.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”