כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

היות מען האט מיך למפרע מכבד געווען מיט פתיחה אויף דעם אשכול, וויל איך אויסדרוקן שטיצע פאר די עסקנים, און מעלדן מיט א הויכהילכער פאר ווער עס איז אינטערסירט, אז יא, מיר האפן זיך אי"ה צו באטייליגן אין דעם גרויסארטיגן כינוס, ווייל עס איז א ריכטיגע כינוס לשם שמים, קיינער מיינט נישט קיין געלט, קיין פארטיי, קיין פאליטיק, בלויז אך ורק וויאזוי צו פארבעסערן דאס אידישן לעבן. אויב עס וועט עפעס אויפטוהן? ווי האט יענער מגיב שוין געשריבן: מיר מוזן טוהן, אויפטוהן איז נישט אונזער עסק קיינמאל געווען.

אלזא, מי לה' אלי, מיר האפן אנצופילן דעם זאל מיט אלע נאנט צו 5,000 אייוועלט מיטגלידער!
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובה דורך שלמי »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דזשאסט צו קארעקטן די רעקארד...

איינער האט מיר אריינגעשיקט א לינק פון א געוויסע שפיל וואס איז פארגעקומען פאראיאר אינמיטן די סעזאן ווען די מעטס זענען נישט געווען אין טאון, איי געסס אז מ'קען יא דינגן דאס פלאץ אינמיטן די סעזאן.

כ'האב געזעהן דעם ארטיקעל, אבער יענץ איז געווען א שפיל פון פאפולערע סאקער טיעמס, און די מעטס האבן מסתם געמאכט געמאכט אסאך געלט פון טיקעטס און פון די עסן-סטענדס ($5 פאר א קאוק) האט זיך געלוינט צו איבערמאכן די פיעלד גראז, אבער פאר א מסיבה וואס מען צאלט נאר אפאר טויזענט דאלאר גלייב איך נישט אז זיי וועלן לאזען שלעפן סטעידזשעס אויפן פיעלד. (אפשר זענען זיי דעספערעיט פאר יעדן דאלאר מיט די גאנצע מעידאף מעשה...)
און דאס אז זיי געבן נישט די אפשען צו באשטעלן דעם פיעלד אנליין איז אויך אן אינדיקאציע.
און דא קענט איר זעהן אז זיי האבן פלעצער צו פארדינגען וואס האט פלאץ פון 25 צו 6000 מענטשן. די מערסטע וואס זיי אפפערן איז די "ווארנינג טרעק" וואס איז טאקע אויפן פיעלד אבער נאר א קליינע חלק דערפון.
http://mlb.mlb.com/nym/ballpark/events/eventspaces.jsp

אזויפיל יא אז אונז קענען שוין טאקע נישט וויסן אויף זיכער, סאו ווי וויל דזשאסט וועיט ענד סי.
לעצט פארראכטן דורך שלמי אום דינסטאג מארטש 20, 2012 1:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

קרעמער האט געשריבן:היות מען האט מיך למפרע מכבד געווען מיט פתיחה אויף דעם אשכול, וויל איך אויסדרוקן שטיצע פאר די עסקנים, און מעלדן מיט א הויכהילכער פאר ווער עס איז אינטערסירט, אז יא, מיר האפן זיך אי"ה צו באטייליגן אין דעם גרויסארטיגן כינוס, ווייל עס איז א ריכטיגע כינוס לשם שמים, קיינער מיינט נישט קיין געלט, קיין פארטיי, קיין פאליטיק, בלויז אך ורק וויאזוי צו פארבעסערן דאס אידישן לעבן. אויב עס וועט עפעס אויפטוהן? ווי האט יענער מגיב שוין געשריבן: מיר מוזן טוהן, אויפטוהן איז נישט אונזער עסק קיינמאל געווען.

אלזא, מי לה' אלי, מיר האפן אנצופילן דעם זאל מיט אלע נאנט צו 5,000 אייוועלט מיטגלידער!

אם אתה כאן הכל כאן
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

מיללער האט געשריבן:סאמהאו עקספעקט איך אזא מודעה בקרוב:

"צוליב טעכנישע סיבות וועט די געפלאנטע אסיפה נישט פארקומען במקום ובזמן המיועד, פאלגט נאך ווייטערדיגע מודעות" ותם ונשלם, די ווייטערדיגע מודעות וועלן נישט געמאלדן ווערן.

אדער לכה"פ וועט זיין א שינוי מקום, און דער כינוס וועט פארקומען אין; עטרת אברהם, עטרת חי', אטריום, בית רחל פאראדייעס, עטרת מאיר צבי, וכו'


פארוואס טאקע זאל עס נישט זיין עקסטערע מסיבות? איך וויל פארשלאגען פאר די עסקנים א נייע געדאנק וואס קען לדעתי לעזן עטליכע פראבלעמען,

מען זאל עס מאכען אויפן זעלבען סיסטעם ווי אזוי מען האט געמאכט דעם לעצטען סיום הש"ס דף היומי דא און אמעריקע, ביים סיום הש"ס האבן זיי געהאט עטליכע זאלען, און עס איז געווען פארבינדען דורוך ווידאוי קאנפרענץ, מען האט געקענט זען די רעדנער פינעם אנדערן זאל אויף א סקרין, זיי זאלען טיען דא די זעלבע זאך, מען זאל ארויס נעמען עטליכע זאלען און עטליכע געגענטען, און יעדע זאל זאלען זיין רעדנערעס, פאר יעדע סוג מענטשן אנדערע רעדנערס, און צוויי דריי מאל בנשך די מסיבה זאלן אלע זאלען זיין פארבינדען אינאיינעם, ווי למשל ווען סקלענער רבי שליט"א גייט רעדן, אדער ווען פינקי גייט זינעגן, אבער ווען מען גייט זאגען תהילים, אד"ג, בקיצור מען זאל טאקע צוזאם נעמען כלל ישראל אונאיינעם און איין טאג, עס מוז אבער נישט זיין אינעם זעלבן פלאץ, דער פון פייווטאונס וועט זען אויף זיין סקרין הרה"ג ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א רעדן פון לעקוואד, אבער און אנדערע צייטען וועט ער זען זיינע רבנים און זיינע שטארקערע רעדנערס רעדן, און איין זאל וועט זינגען שירה מיט אייזיק האניג, און די אנדערע זאל וועט זינגען המזמרים מיט ישראל ווערדיגער,

איך טראכט אז אזא זאך קען זיך גוט אויסארבייטען
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובה דורך ליינער »

קרעמער האט געשריבן: יא, מיר האפן זיך אי"ה צו באטייליגן אין דעם גרויסארטיגן כינוס, ווייל עס איז א ריכטיגע כינוס לשם שמים, קיינער מיינט נישט קיין געלט, קיין פארטיי, קיין פאליטיק,
אלזא, מי לה' אלי, מיר האפן אנצופילן דעם זאל מיט אלע נאנט צו 5,000 אייוועלט מיטגלידער!
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובה דורך Yoely »

זיין פארבינדען דורוך ווידאוי קאנפרענץ ווען מען גייט רעדען קעגען ווידאוי???
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

איז דא 50,000 אידיש רעדענדע אידן וועלכע גייען גיין צו די אסיפה???
מען גייט דאן רעדן אויף ענגליש????
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובה דורך הורוויץ »

יוראפ האט געשריבן:אויף קול מבשר ביי די אינערוויוס #640 איז דא א אינטערוויו מיט ר' ארי פרענקל


דזשאסט מיי 2 סענס: לענ"ד איז דאס אינטערוויו'ען וכדו' אויף קול מבשר די ערשטע סתירה צו א כינוס לשם שמים, ודי.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובה דורך סביב העולם »

כ'האב געהערט היינט פון איינעם וואס האט געהערט די אינטערוויא
רוב זאכן ענטפערט דער פרענקל "איך ווייס נישט"
בלויז וואס עס שטייט אויפן צעטל ווייסט ער
מעגליך צוליב "למוד לשונך לומר אינו יודע"
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

תגובה דורך משה קארנפעלד »

אויב איינער פון די עסקנים ליינען דא וויל איך אים פרעגן וואס גייט זיין אויב עס לאזט זיך אראפ א רעגן? און אויב גייט זיין ביטער הייס גייט דער עולם קומען מיט די לאנגע\קורצע\דריי-פערטל רעקלעך און הויכע\פלאטשיגע\שטאפן\קראך\האמבורג\בענדאון\בענדאפ היטן און זיך בראטן אינטערן זון? אדער מען גייט טיילן פארן ציבור העמדער מיט קורצע ארבל וואס גייט האבן דערויף קהלה נעמען א שטייגער ווי די מענטשען וואס דרייען זיך דארט געווענטליך אינטערן זון.

אבער אין אלגעמיין האף איך עס זאל זיין טאקע א כינוס לשם שמים און טאקע אראפ שטעלן א יסוד וואס וועט אינטערהאלטן כלל ישראל פאר די קומענדיגע דורות.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

וויכי,
מאך שיף א פינעף זעקס זיצן צו רעזערווירן פאר מיינע ניקס... רוב ניקס מיינע זענען נאך וועילעבל אויף די דאטום... און מעגליך וועל איך אויך אנטייל נעמען...

לענינינו, איך מיין מען זאל זיך שטעלן אין א זייט און ציווארטן, ונזכה ונחיה ונראה!
מ׳דארף די עסקנים געבן א טשאנס.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובה דורך מאנסיאנער »

אפשר מאכט מען א באזונדערן VIP סעקשן פאר די איי וועלט מעמבערס וועלעכע זענען קרובים אל החלל...
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

קרעמער האט געשריבן:היות מען האט מיך למפרע מכבד געווען מיט פתיחה אויף דעם אשכול, וויל איך אויסדרוקן שטיצע פאר די עסקנים, און מעלדן מיט א הויכהילכער פאר ווער עס איז אינטערסירט, אז יא, מיר האפן זיך אי"ה צו באטייליגן אין דעם גרויסארטיגן כינוס, ווייל עס איז א ריכטיגע כינוס לשם שמים, קיינער מיינט נישט קיין געלט, קיין פארטיי, קיין פאליטיק, בלויז אך ורק וויאזוי צו פארבעסערן דאס אידישן לעבן. אויב עס וועט עפעס אויפטוהן? ווי האט יענער מגיב שוין געשריבן: מיר מוזן טוהן, אויפטוהן איז נישט אונזער עסק קיינמאל געווען.

אלזא, מי לה' אלי, מיר האפן אנצופילן דעם זאל מיט אלע נאנט צו 5,000 אייוועלט מיטגלידער!

און אויב וועט מען דארט האקן אויף IVELT?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

ביידעי וועי
אוי ברעדן מען פון די סטעדיום און נישט די זייטיגע זאלן
וויאזוי גייען זיי זיך אן עצה געבן מיט אלע סייינס (סקרינס) ארום?
פארוואס אריינברענגן קינדער אונטער בר מצוה דארט?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

פאטאקי08 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:היות מען האט מיך למפרע מכבד געווען מיט פתיחה אויף דעם אשכול, וויל איך אויסדרוקן שטיצע פאר די עסקנים, און מעלדן מיט א הויכהילכער פאר ווער עס איז אינטערסירט, אז יא, מיר האפן זיך אי"ה צו באטייליגן אין דעם גרויסארטיגן כינוס, ווייל עס איז א ריכטיגע כינוס לשם שמים, קיינער מיינט נישט קיין געלט, קיין פארטיי, קיין פאליטיק, בלויז אך ורק וויאזוי צו פארבעסערן דאס אידישן לעבן. אויב עס וועט עפעס אויפטוהן? ווי האט יענער מגיב שוין געשריבן: מיר מוזן טוהן, אויפטוהן איז נישט אונזער עסק קיינמאל געווען.

אלזא, מי לה' אלי, מיר האפן אנצופילן דעם זאל מיט אלע נאנט צו 5,000 אייוועלט מיטגלידער!

און אויב וועט מען דארט האקן אויף IVELT?

אוי וועט מען BOO'ען...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

אוי בין איך שפעט אריינגעקומן אין די אשכול. געברויכט ליינען 5 בלעטער אין איין אטעם (גוזמא)

איינער האט פריער געפרעגט וואס מ'פלאנט אויב ס'רעגענט, אדער אויב ס'איז זייער הייס. די ריכטיגער תירוץ איז אז די עסקנים האפן אז ס'גייט נישט רעגענען, ווייל ס'איז נישטא קיין שום פלאן אויב עס רעגענט - חוץ אז יעדער זאל זיך עפנען א שירעם. אלץ היץ איז נישט אזא פראבלעם ווייל מ'גייט טיילן טרינקען (און מזונות) פאר יעדעם איינעם.

איינער האט געפרעגט אויב עס גייט עפעס קאסטן. ס'מעגליך אז צו פארקירן א קאר אין זייער פארקינג לאט (וואס זיי בעטן נארמאל $25) וועט קאסטן $5.

ראביי ווילבער האט שוין דערמאנט נישט זיכער. וויפיל איך ווייס איז אבער דאס געבליבן דערווייל די פלאן. און אייזיק האניג, פינקי וועבער אינאיינעם מיט "שירה" וועלן דארט אראפלייגן א שטיקל פארשטעלונג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

א שאלה וואס מען האט שוין פריער ערווענט אבער עס איז געבליבן הענגען. וואס פארא שפראך גייט מען דארט רעדן? אידיש גלייב איך אז נישט. אויב ענגליש, דאן וואס האבן דארט קינדער צו זוכן?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

געלעגער האט געשריבן:א שאלה וואס מען האט שוין פריער ערווענט אבער עס איז געבליבן הענגען. וואס פארא שפראך גייט מען דארט רעדן? אידיש גלייב איך אז נישט. אויב ענגליש, דאן וואס האבן דארט קינדער צו זוכן?

פארוואס קלערסטו אזוי? די דרשות וועלן זיין אויף די אידישע שפראך, פונקט ווי די פאוסטער'ס זענען אויף די אידישע שפראך. (מעגליך ס'וועט זיין א דרשה אין ענגליש אויך, וואס איך האב נישט געהערט דערפון)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

וויפיל פארצענט פון די פיפציג טויזענט אידן זענען אידיש-שפראך רעדענדע מענטשען?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

רעדן אידיש אדער פארשטייען אידיש?

דאס אז גרויסע קרייזן - לאמיר זאגן - אין לעיקוואד רעדן ענגליש אינדערהיים מיינט נאכנישט אז זיי פארשטייען נישט קיין אידישע דרשות. דאס זעלביגע איז מיט אידן אין 5 טאונס, מאנהעטן וכדו'. זיי רעדן צווישן זיך ענגליש אבער פארשטייען א געהעריגן אידיש.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

איך פארשטיי נישט, סאיז פאר קינדער?? פארוואס דארפען זיי הערען די ווערטער, טוויטר, פעיסבוק, יוטוב וכו???????????
מילא ווען זיי הערען אייוועלט (למשל מאשקעס בחור)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

אוי מכטי דערמאנסט מיר אים

איז ער נאכאלץ פארבלאנדזשעט דא?

נישט פטור געווארען די קרענק

נאר קענען רעדען פינף ווערטער?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

חחח מספ איז זיכער נאך נישט פטור געווארן
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

תגובה דורך שמעק_טאביק »

צייטליך האט געשריבן: און אייזיק האניג, פינקי וועבער אינאיינעם מיט "שירה" וועלן דארט אראפלייגן א שטיקל פארשטעלונג.


וואס איז פשט פון דעם? וואו קומט אריין זינגען אין אזא סארט כינוס?

די משוגעת'ן היינט-צו-טאגס איז נישט צום באגרייפן. איינער קומט דען הערן זינגען?
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

שמעק_טאביק האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן: און אייזיק האניג, פינקי וועבער אינאיינעם מיט "שירה" וועלן דארט אראפלייגן א שטיקל פארשטעלונג.


וואס איז פשט פון דעם? וואו קומט אריין זינגען אין אזא סארט כינוס?

די משוגעת'ן היינט-צו-טאגס איז נישט צום באגרייפן. איינער קומט דען הערן זינגען?

ווען מ'זיצט אפאר שעה אויף א בענקל צו הערן דרשות, גלייכן אלץ מענטשן צו הערן אביסל נגינה אויך. די נישט? מעגליך, אבער א משוגעת???
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”