כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אזויפיל שטותים צו רעדן? הערט שוין אויף צו דערמאנען די התבדלות - טיילונג - נושא.

די טיילונג איז געווען מיט רשעים און אפיקורסים פורקי עול תורה ומצוות, אפיקורסים לשם כפירה, וואספארא צושטעל איז דאס צו אחינו בני ישראל, ערליכע אידן מיט א אנדערע סטאנדארט?

די שאלה איז בלויז, אויב מען מעג זיך מתחבר זיין צו די וואס זענען זיך נישט בודל פון די וואס זענען זיך נישט בודל פון רשעים און אפיקורסים...

די אמת'ע פראבלעם דא איז מער א טעכנישע ווי א הלכה/השקפה פראבלעם, די סטאנדארטן זענען אנדערש און אויטאמאטיש קען א געמיינזאמע ארבעט נישט קלאפן.

דאס איז קלאר אז מחליט זיין נישט צו גיין איז גאר א גרויסע אחריות, מען דארף גאר אסאך ישוב הדעת און ברייטע פלייצעס, און זיין זיכער אז עס וועט נישט שאטן פאר די עצם מערכה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

אזוי פיל שטותים אין איין אשכול
שטרוי איז צי א טייער מאכל פאר אזוילכע שטותים
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובה דורך ים רויבער »

לויט ווי ס'הייסט וועט האדמו"ר מהרי"י ארויסקומען מיט א מכתב חיזוק לטובת דעם כינוס כלל ישראל, אבער ער גייט נישט הייסען זיין עולם גיין
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

ים רויבער האט געשריבן:לויט ווי ס'הייסט וועט האדמו"ר מהרי"י ארויסקומען מיט א מכתב חיזוק לטובת דעם כינוס כלל ישראל, אבער ער גייט נישט הייסען זיין עולם גיין


דאס איז וואס איך האב נעכטן געשריבן.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובה דורך ים רויבער »

קען זיין, אבער איך האב פארשטאנען פון דיר אז ער גייט הייסען גיין
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובה דורך מחזור »

לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס גייען ביידע קהלות סאטמאר (מהר"א ומרז"ל) גיין אויפן זעלבן מהלך, כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א וועט אדער מחזק זיין מיט א בריוו אדער מיט דערמאנען ביי א דרשה אין נישט הייסן גיין, כ"ק אדמו"ר מהז"ל וועט געבן א מכתב חיזוק צוזאמען מיטן בדץ אבער נישט הייסן גיין.
ימים ידברו
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובה דורך 1x1 »

.
אטעטשמענטס
02.jpg
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

שויתי'ניק האט געשריבן:
מלאכי האט געשריבן:נטורי קרתא איז קעגן דעם כינוס, צוליב חובת התבדלות. 212-444-1117

פארוואס מעג מען גיין מיט אראבערס מוחה זיין קעגן ציונות, און נישט גיין מיט אנדערע אידן מוחה זיין קעגן דעם אינטערנעט? זענען אגודיסטן ערגער ווי אראבערס?


ס'גייט דארט זיין א "מחאה"???


איך פארשטיי נישט וואס די האסט געענטפערט, עס איז נישט דא קיין פראטעסט קעגן די אראבערס דארטן, עס איז די אראבערס מיט די נטורי קרתא גייען צוזאמען האלטן א סיין Palestine belongs for pastiness, טראגן עסן פאר די ארימע "ברודער" אין עזה, צו גאר לעצטענס ביי די קברים פון די פגרים אין לבנון און אויסדריקן "מיטגעפיל" מיט די משפחות, איז כמדומה א התחברות
אויסער מען איז מחלק צווישן א איד א רשע און א גוי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

עס קוקט אויס ווי די נאמען גייט זיך טוישן

אויף אלע צעטלעך וואס זענען געהאנגען געווארן די נאכט שטייט נישט "כינוס כלל ישראל", נאר כינוס להצלת הדורות
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

קרעמער האט געשריבן:אויב איך מעג פארשטיין ווי קומט דא אריין "התבדלות", ווי איך פארשטיי איז נאר געווען א טיילונג צווישן ארטאדאקסן און רעפארמער, אבער קיינמאל צווישן חסידים און מתנגדים א.ד.ג.

זעט אויס אז דו ביסט נישט נתגדל געווארן על ברכי יוצאי בית מדרשם של צאנזער רב און דער חת"ס זי"ע. כלשונו פון מגיני ארץ לעיל:

ווען ס'קומט צו די ענינים פארשטייען דערצו נאר יוצאי בית מדרשו פונעם הייליגן חתם סופר און הייליגען צאנזער רב.


----

שמו (און אלע אנדערע וואס האבן דערמיינט די טיילונג פון שטאטוס קווא)
די סיבה פארוואס מען האט זיך אפגעטיילט פון שטאטוס קווא איז געווען ווייל די שטאטוס קווא האט נישט אנגענומען די טיילונג און האט ערלויבט נעאלאגן צו מתפלל זיין און זייער שול און זיך משתתף זיין אין זייער קהילה, נישט ווייל "די שטאטוס קווא וכו'" (כלשונו פון שמו לעיל).
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

שנאפס האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי די נאמען גייט זיך טוישן

אויף אלע צעטלעך וואס זענען געהאנגען געווארן די נאכט שטייט נישט "כינוס כלל ישראל", נאר כינוס להצלת הדורות

אויב איז עס אמת, ברויך מען קרעדיטירן די חשוב׳ע עסקנים; ווארום דער נאמען ״כינוסכללישראל״ איז ווארשיינליך דער אורזאך פונעם גרויסן פלאנטער אין וואס דער כינוס געפינט זיך, ווייל כלל ישראל מיינט דאך ״אלע אלע״ אידן...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

אפשר ברויך מען טוישן די קעפל פון דיזען אשכול.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
מלאכי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2011 11:49 am

תגובה דורך מלאכי »

אויף SATMARHQ (מהרז"ל) מעלדט מען

rabbe made a hachluta to give a kol kora to support the kinus

דאס וואס "ים רויבער" שרייבט אז מ'גייט נאר סופפארטען און נישט הייסן גיין, איז אביסל אומפארשטענדליך פאר מיר, פארדעם האט מען איבערגעקערט א וועלט צו באקומען א סופפארט בריוו? דאס האט סקולענער רבי ועמו געוואלט?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

נאכדעם וואס עס וועט ווערן קאנפירמד.

----

מלאכי

מען האט איבערגעקערט א וועלט אז ער זאל הייסן גיין, און למעשה וועט ער נאר געבן א המלצה בריוו,

אגב, אויב איינער וויל מדייק זיין אין די סאטמארHQ מעסעדזש, ער האט אויך נישט געשריבן "כינוס כלל ישראל", נאר "כינוס אינטקעגן טעכנעלאגיע"...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

לדעתי וועט זיין מהרי״י׳ס עולם גיין; פרט לתלמידי הישיבות; אזוי קומט עס מיר פאר, כמובן געוואנדן אין דעם תוכן ההמלצה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

צו די אלע וואס ווילן וויסן מיין דעת בעל הבית:

אויב איר שרייבט אייך מיט פארשוינען וואס איר קענט נישט (אפילו בלויז אויף אייוועלט) און איר מאכט נישט קיין התבדלות, איר ליינט נייעס און בלאגס פון כל צרוע וכל זב אן קיין שום התבדלות, איז דער כינוס געמאכט פאר אייך און טאקע נאר פאר אייך, און לאזט איבער דאס התבדלות פאר ערליכע אידן וואס טוען נישט די אלע זאכן און האלטן זיך באמת צום חובת התבדלות.

נאך א ווארט: אויב א גרופע עלטערע גאונים וצדיקים מסלתה ומשמנה פונעם דור שלעפן זיך אראפ צו מיר אין שטוב, וואלט איך זיי אקעגנגעקומען כפי אשר יושת עלי, אויב נאר אלס נימוס ודרך ארץ.

(מקום חתימתי)
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובה דורך מאנ-יימער »

שטארק זיך האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי די נאמען גייט זיך טוישן

אויף אלע צעטלעך וואס זענען געהאנגען געווארן די נאכט שטייט נישט "כינוס כלל ישראל", נאר כינוס להצלת הדורות

אויב איז עס אמת, ברויך מען קרעדיטירן די חשוב׳ע עסקנים; ווארום דער נאמען ״כינוסכללישראל״ איז ווארשיינליך דער אורזאך פונעם גרויסן פלאנטער אין וואס דער כינוס געפינט זיך, ווייל כלל ישראל מיינט דאך ״אלע אלע״ אידן...

איך וואלט אראפגענומען דיינע דריי פינטלעך ביים סוף, ווייל געוויסע האבן אמת'דיג געברויזט אויף די ווארט כלל ישראל, וואס די מענטשן טראכטן ווען מ'שרייבט באלופינו צו ברבבותינו ווייס איך נישט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

שטארק זיך האט געשריבן:לדעתי וועט זיין מהרי״י׳ס עולם גיין; פרט לתלמידי הישיבות; אזוי קומט עס מיר פאר, כמובן געוואנדן אין דעם תוכן ההמלצה.

קוקט נישט אויס
על כל פנים איך און וועם איך האב געפרעגט זיכער נישט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

שאינו יודע האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:לדעתי וועט זיין מהרי״י׳ס עולם גיין; פרט לתלמידי הישיבות; אזוי קומט עס מיר פאר, כמובן געוואנדן אין דעם תוכן ההמלצה.

קוקט נישט אויס
על כל פנים איך און וועם איך האב געפרעגט זיכער נישט


וועם דו האסט געפרעגט? עס זענען דא טויזענטער סאטמארע אידן, איך גלייב נישט אז דו האסט ארומגערופן מאכן א אנקעטע,

ווי אויך האבן די אלע אידן וואס האבן שוין געענטפערט, נאכנישט געזען דעם המלצה בריוו
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

לענ"ד גייען אויך גיין אסאך חסידי מהר"א מסאטמאר, און אפשר גאר אסאך, צו ס'וועט יא זיין א בריוו צו נישט, מהר"א האט סך הכל ערווענט פאר די רבנים זיין פראבלעם פארוואס ער קען נישט הייסן גיין, אבער הייסן נישט גיין, דאס וועט ער זיכער נישט טון, און ער האט דאס געזאגט פאר די רבנים, איך זאג מיינע סיבות פאר אייך, און נאר פאר אייך, איר זאלט מיך פארשטיין, איך זאג עס נישט פאר מיין ציבור, ווייל איך וויל קיינעם נישט צוריקהאלטן פון גיין, און למעשה טוט מען דאך א דבר גדול.

און איך מיין אז קרעמער יר"ה האט געמאכט זייער א גוטע הכרעה

קרעמער האט געשריבן:צו די אלע וואס ווילן וויסן מיין דעת בעל הבית:

אויב איר שרייבט אייך מיט פארשוינען וואס איר קענט נישט (אפילו בלויז אויף אייוועלט) און איר מאכט נישט קיין התבדלות, איר ליינט נייעס און בלאגס פון כל צרוע וכל זב אן קיין שום התבדלות, איז דער כינוס געמאכט פאר אייך און טאקע נאר פאר אייך, און לאזט איבער דאס התבדלות פאר ערליכע אידן וואס טוען נישט די אלע זאכן און האלטן זיך באמת צום חובת התבדלות.


(מקום חתימתי)


;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

תגובה דורך יוסף שרייבער »

מיר האט מען מחנך געווען אז מען זאגט נישט פאר א רבי וואס צו טוהן אבער דאך איז כדי צו באמערקען ווי עס דרייט זיך א וועלט.

בשעתו איז געווען באקאנט פון א געוויסע גרויסע רבי זצ"ל וואס ווען ער פלעגט זיך טרעפן מיט הרה"ק מסאטמאר פלעגט פליען פונקען... דער סאטמארער רב פלעגט עם בעטען אינטערצושרייבען אויף די מערכות פון יענע יארען און דער אדמו"ר האט נישט געוואלט אלס מנהג אבויתיו, וויפיל סאטמארער רב האט פראבירט מסביר צו זיין אז אין רוסלאנד איז פשוט נישט געווען א מציאות אינטערצושרייבען אויף א ק"ק ווייל גאנץ שנעל וואלט דער צאר דיר געמאכט מיט א קאפ קלענער משא"כ און אמעריקע א מלכות של חסד איז אנדערש און מען דארף טוהן להצלת הדת האט יענער אדמו"ר זיך געהאלטען ביי זיינס .

איז אינטרעסאנט ווי מיר האלטען היינטיגע טעג שיין דערלעבט אז אנשטאט סאטמאר זאל זיין די פאהנטרעגער און גרעסטע שטיפער צום כינוס ברענגט מען אפיר קאפיס פון אסיפת מיהאלווויץ... פון תרכ"ו.. און איינער דא פאבריצירט א פיינעם פריש געבאקענע מעשה אויף סאטמערער רב אז ער אליינס זאל עפעס האבען אזאנס געזאגט פאר סקולענער רבי זצ"ל.

בשולי הדברים מיין איך מען קען קרוינען דעם אשכול אלס "דער אשכול מיט די מערסטע נאנסענס"
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום מיטוואך מאי 02, 2012 11:57 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

קרעמער גוט געזאגט!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

קרעמער האט געשריבן:צו די אלע וואס ווילן וויסן מיין דעת בעל הבית:

אויב איר שרייבט אייך מיט פארשוינען וואס איר קענט נישט (אפילו בלויז אויף אייוועלט) און איר מאכט נישט קיין התבדלות, איר ליינט נייעס און בלאגס פון כל צרוע וכל זב אן קיין שום התבדלות, איז דער כינוס געמאכט פאר אייך און טאקע נאר פאר אייך, און לאזט איבער דאס התבדלות פאר ערליכע אידן וואס טוען נישט די אלע זאכן און האלטן זיך באמת צום חובת התבדלות.


נאך א ווארט: אויב א גרופע עלטערע גאונים וצדיקים מסלתה ומשמנה פונעם דור שלעפן זיך אראפ צו מיר אין שטוב, וואלט איך זיי אקעגנגעקומען כפי אשר יושת עלי, אויב נאר אלס נימוס ודרך ארץ.

(מקום חתימתי)

;l;p- ;l;p-
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
אקעי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 3:40 pm

תגובה דורך אקעי »

גבריאל האט געשריבן:געהערט מפי מתפלל אצל הרב בלום פון בית רפאל קאשוי, האט די פארגאנגענע של"ש שטארק געהאקט קעגן זיך משתתף זיין מטעם התבדלות




קיינמאל נישט אמת, איך האב אסאך גערעדט צו זיינע ארומיגע.. און 1 מאל (פאריגע וואך) בין איך געווען דערביי ווען א ידיד זיינע האט גערעדט צו אים וועגן דעם ענין האט הר"ר געזאגט אז ער איז זייער צימישט
און לכבוד דיין תגובה האט איך אויפגעהויבען א טעלעפון און גערופן א יוד וואס דאווענט ביי אים, און ער געזאגט אז ער האט נישט גערעדט דערפון די פארגאנגענע של"ש
לעצט פארראכטן דורך אקעי אום מיטוואך מאי 02, 2012 11:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35413
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער, מיר פארלאנגען א פארמעלע בריוו..

א זב האט א חיוב התבדלות? טאקע מחוץ למחנה אבער ער מעג פארקערן מיט מענטשן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”