כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

לכבוד ידידי ר׳ מבין,

מבין נומ 1 האט געשריבן:כהאב געהערט פון קראנטע מקורות אז בעפאר מ'האט אנגעהויבן דעם קאמפיין האבן די עסקנים געוואלט אפשטופן דעם מעמד אויף קומענדיגעס יאר (צוליב געלט סיבות, אבער דער סקולענער רבי האט פארפירט אז אזא זאך קען מען נישט אפשטופן קיין איין רגע, סאיז הצלת נפשות, ער האט געהייסן אריינגשפרונגען געבן א דעפאזיט פארן זאל, (א ריזן סכום!) נאך בעפאר מ'האט געוואוסט פון וואנעט מ'גייט האבן די גאצע געלט!

גערעכט, סקולעני׳ער רבי איז פערזענליך אינוואלד, ער רופט אריבער רבנים, דיינים און עסקנים. עס גייט אים בנפשו אז עס זאל צושטאנד קומען.
אבער עס איז קלאר אז עטליכע עסקנים (הרב ג-טליעב פון לעיקוואוד, און הרב דירענפעלד פון סקווירא ועוד) האבן באשלאסן אז די הצלה פאר אידן וועט קומען דורכ׳ן מאחד זיין כלל ישראל ביי א כינוס.
איך ציה נישט קיין מסקנות.

מבין נומ 1 האט געשריבן:מיין אבזערוואציע נאכן דורכבלעטערן די 27 בלעטער ביז דא:
1 - סאיז אומגלויבליך וויאזוי מענטשן ווארפן מיינונגען מיט השערות און מסכנות אנעם האבן א מינדעסטן אנונג איבער אמת'ע פאקטן... (ווי גבריאל האט גוט ארויסגעברענגט)
2 - די ווערטל אז וואו ס'איז דא פינף אידן איז דא צען דעות, איז סאך מער אמת ווי א דזשאוק... דער עולם האט אזויפיל מין מיינונגען, פאר איינעם איז מען צו פרום, פארן צווייטן צו מאדערן... סאיז ממש אוממעגליך צופרידנצושטעלן פינף מענטשן, שוין אפגערעדט פון פופציג טויזנט... (אז מקוקט גוט קען מען זען ווי געוויסע ניקס דא האבן זיך געטוישט אפאר מאל זייער מיינונג במשך די טעג... אסאך מאל ממש סתירה'דיג...)

די צעמישעניש איז אממערסטענס אדאנק די צעמישטע מעסעדזשעס וואס די קאמפיין האט מפרסם געווען (אדער ״נישט״ מפרסם געווען) און זיי זענען אויך נישט שולדיג דערין, וויל ״אז עס פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה״ און די עסקנים זעלבסט ווערען ערשט איצט קלאר אין דעם מהלך.

אין די סתירות וואס דו זעהסט ביי אונז שרייבער, איז ווייל מען איז באמת נישט קלאר, און דאס איז דער קאנסעקווענץ פון ארבעטן אומ׳מסודר, קיינע טענות צו די עסקנים, אדרבה, יהא משכורתם שלמה.

מבין נומ 1 האט געשריבן:3 - דער סטאדיום גייט זיין פיל פון איין עק צום צווייטן, מ'פרעגט אהער און מ'פרעגט אהין, אבער דער עולם גייט למעשה קומען... ווי נענטער ס'ווערט צום אירוע אלס מער ווערן מער און מער מענטשן דערביי (נישט קיין נביאות, דזשאסט אן אפשאצונג)

וואס איך נעם ארויס פון דיינע ווערטער א לימוד זכות פארוואס דער קאמפיין איז אזוי אומבאלומפערט, מסתמא צוליב די איילעניש כנ״ל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובה דורך מאנ-יימער »

איין קשיא

פארוואס ווען מ'האט געליינט אפאר נער'ישע הערות אינעם גליון וואס מ'האט ארומגעשיקט און געהערט שפעקולאציעס פון אנדערע, האט מען גלייך געצויגן מסקנות און געבויעט דערויף פיתום ורעמסס אז די עסקנים ווייסן נישט וואס זיי ווילן און זיי זענען קינדיש

אבער ווען הרב סביב העולם האט געברענגט פון א קראנטע מקור אז הרב אפרים וואקסמאן גייט זיין יושב ראש איז שטיל קיינער לערנט נישט ארויס דערפון אז די עסקנים גייען אויפן גוטן דרך און אז זיי טוען די ריכטיגע שריט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובה דורך היימישער איד »

קוק צוריק ווי עטליכע האבן שטארק ארויסגעהויבן דעם שטיקל נייעס.

כ'האפ אבער די פארשטייסט אז דער יושב ראש איז נאר א קליינע פרט אינעם טעכנישן מעמד.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובה דורך מאנ-יימער »

היימישער איד האט געשריבן:קוק צוריק ווי עטליכע האבן שטארק ארויסגעהויבן דעם שטיקל נייעס.

כ'האפ אבער די פארשטייסט אז דער יושב ראש איז נאר א קליינע פרט אינעם טעכנישן מעמד.

ווען מען וואלט עס נישט ארויסגעהויבן וואלט עס געמיינט אז ס'איז נישט קיין קלוגע שריט וואלט מיין קשיא נישט שווער געווען

בויען דערויף קען מען נאך אלץ, עטליעסט אזוי ווי מ'האט געבויעט אויף די FAA
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובה דורך היימישער איד »

מאנ-יימער האט געשריבן:ווען מען וואלט עס נישט ארויסגעהויבן וואלט עס געמיינט אז ס'איז נישט קיין קלוגע שריט וואלט מיין קשיא נישט שווער געווען

בויען דערויף קען מען נאך אלץ, עטליעסט אזוי ווי מ'האט געבויעט אויף די FAA

נאופ. א גוטע יושב ראש פאר א מסיבה אן קיין קלארע ציל אדער מהלך איז נישט קיין סאך קלענרע חוזק ווי די FAA. זאג וואס די ווילסט מיט די מסיבה, דאן העליך הערן ווער די יושב ראש העט זיין, און ווער ס'פארופט עס און ווי חשוב דער איד איז. נישט פארקערט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

בנוגע יו"ר ר' אפרים וואקסמאן

איך פערזענליך הער אים זייער אסאך און איך האלט פון אים, אבער זיי וויסן אז ס'איז דא אסאך ואס קרומען פאר אים אויך מיט די נאז ווייל ער רעדט דרשות אין ענגליש אויך ---- שריי נישט אויף מיר, איך זאג נאר איבער וואס איך האב געהערט פון אנדערע

=====

צוריק צום נושא, מען האט גערעדט דא פריער וועגן פילטערס, אז דזשעי נעט איז נעכטן געגאנגען שטאט, קען זיין אין ווילי, ווייל ביי מיר האט עס געהעריג געארבעט, און יעצט זע איך טאקע מען לייגט אן דעם פראבלעם אויף ווערייזאן
עניוועי ווי ערווענט דורך אנדערע, פראבלעמען קען זיך מאכן מיט יעדע קאמפאני, איך ווי לאנג איך נוץ שוין דזשעי נעט האב איך שוין געהאט מער פראבלעמען מיט פראנטיער אז זייער סיסטעם האט נישט געארבעט ווי מיט דזשעי נעט
נומער 2, קיינער האט נישט געשריבן דו דארפסט נעמען דזשעי נעט, ס'איז נאך דא אסאך אנדערע פילטער'ס, ס'איז דא פילטער נעט וואס קאסט גאר ביליג, ס'איז דא K9 דאכט זיך ס'קאסט גארנישט, עין רואה, וועב חבר, וכו' וכו'

עפעס א פילטער דארף מען האבן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובה דורך מאנ-יימער »

מי יודע האט געשריבן:צוריק צום נושא, מען האט גערעדט דא פריער וועגן פילטערס,

צוריק אוועק פונעם נושא, ס'דא עטליכע אשכולות וואס באהאנדלען פילטערס דא און דא, די אשכול איז פאר די כינוס,
מנהלים ביטע צוטיילן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

אין בעפארברייטונג צום כינוס
אטעטשמענטס
9132 asifa by solomon  (3).JPG
9132 asifa by solomon  (2).JPG
9132 asifa by solomon  (1).JPG
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

JDN דארט?
טוויטער קאנטע האבן זיי שוין פארמאכט. געווען א גוטע לאך צו זעען אלע טוויטערס בנוגע די כינוס געשיקט דורך ענדרויד-טוויטער
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

מיט אזעלכע אידען וועלען מיר גיין צוזאם צום כינוס? עס געפעלט מיר נישט איינעם'ס קאפעלוטש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

קויף אים א נייע
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

וועם זעט מען אלס דארט?

הגר"מ סאלאמאן, וויענע רב, גאלאנטע רב, הג"ר הלל וויינבערגער, דעם עסקן ר' זילבער. וועם נאך?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

אבדק"ק פאיע שליט"א, בנו של כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, רב הצעיר דקהל גאלאנטא שליט"א.

סארי, ווער זיצט נעבן אדמו"ר מגאלאנטא, אבד"ק פאיע אדער אחיו דומ"ץ סקולען וומ"ס?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

הרב יוראפ, וואו זעהט איר דעם פאיע'ר רב זז"ג? דאס איז אחיו ר' שמעון יואל דומ"ץ סקולען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

א חרפה און א בושה

תגובה דורך בערטשע »

טייערע אידן, הערט מיר אויס א מינוט ביטע.

איך בין נישט קיין בעל עגלה און כ'פיר נישט קיין מענטשן פון איין דארף צום צווייטן... איך בין א יונגערמאן וואס טוט שוין עטליכע יאר מיט בחורים וואס מוטשענען זיך מיט זייערע לימודים אין ישיבה, און אויף דעם פאסטן האב איך אייך גאר אסאך צו פארציילן איבער דאס ווארט "אינטערנעט".

שוין יארן וואס דאס הארץ בלוטיגט מיר, עס רייסט שטיקער צוצוזען מיט די אייגענע אויגן ווי בחורים וועלכע האבן אפילו פיינע שאיפות און לעבן, בחורים וועלכע קומען אפילו פון חשובע שטובער ווי מען האט נישט געהאט קיין אינטערנעט, דאך ווען זיי קומען נאנט צו א חבר וואס האט די איינע פון די כלים זענען זיי אין א געפערליכע סכנה, עס לייגט זיי אוועק און עטליכע טעג.

איך פרוביר דערפאר מיט אלע כוחות די ערשטע זאך צו פועל'ן ביי מיינע תלמידים אז זיי זאלן נישט האבן קיין צוטריט צו איינע פון די אפענע זאכן, און.. דו מיינסט עס גייט מיר? א רעטעך! זיי האבן ברודערס, שוואגער'ס, שכנים און חברים וועלכע האבן דאס יא, פארוואס זאלן זיי זיין די נעבעכדיגע פאלגעדיגע און דערלייגן די אלע בענעפיט'ס??????

אויב האב איך שוין יא אמאל גע'פועל'ט ביי איינעם אז ער זאל נעמען א כשר'ע דערפון האט עס גענומען א וואך צויי און ער קומט צוריק אז עס איז גארנישט ווערד און ער איז נישט אינטערעסירט דערין, און דעמאל'ס ווייס איך שוין אז דער בחור איז 'עט ריסק'. ס'שרייבט זיך אזוי גרינג, עס איז אבער גאר אנדערש ווען מ'רעדט פון א בחור אין וועם כ'האב אזויפיל אריינגעשוויצט און כ'זע מיט די אייגענע אויגן ווי ער גייט צוגרינד, און כ'רעד נישט נאר פון איינ'ס, כ'רעד פון אסאך.

יארן, אן קיין גוזמא, וואס די הארץ קלעמט מיר, פארוואס טוט מען נישט עפעס זאכליך וואס זאל אויפרידערן די וועלט?????? פארוואס זענען נאך טאטע'ס נאיוו און מיינען טאקע, מיט א אמת אז זייער קינד קען מען יא טראסטן???? כ'האב זיך ממש געאמפערט מט עטליכע עלטערן אז זיי זאלן נישט לאזן זייערע קינדער קויפן די כלים, און... טויבע אויערן.

מ'האלט שוין דא, כ'האב געזען די מעלדונג אז יעצט קומט עפעס, כ'האב געפילט ווי ענדליך ענדליך טוט מען צו דער זאך, כ'בין געווען פארזיכערט אז די גאנצע חרד'ישע וועלט אנערקענט שוין באמת די סכנה פון די אלע זאכן און וועלן אוודאי זיין גאר ענטיזיאזטיש אז פיינעלי, ענדליך, האבן זיך עטליכע ערוועקט און טון די ריכטיגע שריט פון מאכן א געזונטע, א היסטארישע, באמבאסטישע מצב אז יעדער זאל כאפן אז עס איז ווייט ווייט פון ווערטליך און משלים...

למעשה... איך שפאציר אריין אינעם "אידישע וועלט" און? וואס ליינט זיך דארט??????? געוויסע ניקים גיבן זיך ארויס געהעריג מיט די "קאווע שטיבל" מיינונגען, מ'טרעפט אויס תירוצים מתירוצים שונים אז די זאך וועט נישט אויפטון, וועט, כ'ווייס נישט וואס, איינער טענה'ט אז די קינדער וועלן גאר שאדן האבן אין די באנען, און די צווייטער אז מ'זאל אויסווארטן ביז יודישקייט ווען שוין ווערן א עקסייטמענט.... כ'האב מיך באמת געריבן די שטערן, חלום איך אפשר? בין איך דא טאקע אין אייוועלט? אבער ליידער איז דאס די פאקט, ס'טוט באמת וויי, ס'איז נאך א צייכן ווי מיר האלטן שוין, יארן וואס מ'ווארט אז איינער זאל טון, ווען ער טוט שוין הייבט זיך אן די נארישע פלאפלערייען.

כ'בין כלל נישט געקומען ענטפערן קיין תירוצים, אנדערע ניקים זענען שוין דא עוסק דערין, כ'ווייל בלויז ארויסגעבן וויייטאג, און כ'האף אז מ'פרשטייט מיר.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

הרב בערטשע די אלע תגובות דא זענען נישט קאווע שטיבל אינז טוט וויי די זעלבע ווי די, אינז וויל מיר זיך נישט בארואיגן פון עפעס א כינוס, אינז וויל מיר הערן וואס נאך פראגרעס גייט זיין, און די עסקנים ווילן דאס נישט פארציילן
.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

farshlufen האט געשריבן:הרב יוראפ, וואו זעהט איר דעם פאיע'ר רב זז"ג? דאס איז אחיו ר' שמעון יואל דומ"ץ סקולען.

אויף די דריטע בילד זעהט מען קלאר אז עס איז דער סקולענער דיין, אבער אויף די ערשטע בילד בין איך געווען מסופק, ווען דעם האב איך געטראכט הויעך
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

רב מאשקאוויטש. יישר כח פאר אייער תגובה דא. זייער קלאר און גוט ארויסגעברענגט. (הלוואי זאלן די צעטלעך רעדן אזוי קלאר)

רוב פון די תגיבות האקן דא בלויז לשם האקן.

--
דער עולם האקט..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פה

תגובה דורך SPUSMN »

הרב בערטשע, אוודאי פארשטייט מען אייך דברים היוצאים מן הלב, יעדער דא פארשטייט אייך, אבער ליידער וועלען זיין אזעליכע וואס ביודעים ובלא יודעים וועלען/ווילען אלעס אפקילען.

פאר די וואס קווענקלען, וואס איז מיט האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פה?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

תגובה דורך משה קארנפעלד »

בערטשע, אין שטערן איז אמאל געווען באשריבן אן אינטערוויו צווישן שמעון ראלניצקי מיט א ריפארטער פון די רעקארד צייטונג אין אראנדזש קאונטי.

שמעון האט געפרעגט איבער דעם וואס מען זעט אפט העסליכע אנטיסעמיטישע קאמענטס דורך מענטשען אקעגן קרית יואל. די ריפארטער האט אים געענטפערט אז מערסטענס מענטשען לאזן נישט אפט קאמענטס וואס מען קען זעען פון די קליינע צאל קאמענטארן, נאר די מער היציגע וועלכע זענען עקסטרעם גענויגט צו איין זייט זיי לאזן זיך כסדר הערן, און דעריבער טוט נישט קאמענטס רעפלעקטירן די מיינונג אין אלגעמיין פון אראנדזש קאונטי איינוואוינער.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4486
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

ווער זיצט אויף ווינער רב'ס לינקער זייט?
לפי קול מבשר אז אב''ד וויזשניץ מאנסי איז דארט געווען איז עס לכאורה ער
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

SPUSMN האט געשריבן:הרב בערטשע, אוודאי פארשטייט מען אייך דברים היוצאים מן הלב, יעדער דא פארשטייט אייך, אבער ליידער וועלען זיין אזעליכע וואס ביודעים ובלא יודעים וועלען/ווילען אלעס אפקילען.

פאר די וואס קווענקלען, וואס איז מיט האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פה?


בערטשע
ביזטו נישט געשטאנען דארט נעכטן ביי יענעם ווינקל?, בעת כ'האב געשמיסט מיט א קרוב מיינער (א מגי"ש אין א ישיבה גדולה) ממש ווארט ביי ווארט וואס די שרייבסט האט ער מיר געזאגט בעל פה....
נו תאכלעס, אנייצע האט איינער??????
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

איין עצה היעוצה איז געבליבן!!! משיח זאל שוין קומען נישט ווארטן אפילו איין סקונדע נאך, מ'טראסקעט און מ'טראסקעט באלד גייט מען כאפן דעם לעצטען קלאפ פון די שמוציגע ערד, קום צו לויפן לייג אינטער דיין הענט און כאפ אונז ווייל באלד איז דערנאך!!
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובה דורך דזשעב 012 »

מאנטריאלע'ר האט געשריבן:איין עצה היעוצה איז געבליבן!!! משיח זאל שוין קומען נישט ווארטן אפילו איין סקונדע נאך, מ'טראסקעט און מ'טראסקעט באלד גייט מען כאפן דעם לעצטען קלאפ פון די שמוציגע ערד, קום צו לויפן לייג אינטער דיין הענט און כאפ אונז ווייל באלד איז דערנאך!!


עס איז פארהאנען א נוסחא
פון רבי בונם מפרשיסחא
וואס ער האט געזאגט צום נורא עלילה

באשעפער זיי צופרידן
לייז אונז אויס אלס אידן
ווי איידער אלס גוים חלילה

אבער די עצה איז נישט פאר אונז, הנסתרות לה' אלוקינו. אונז דארפמער טוהן כל מה שב'יכלתינו', אין אונזער יכולת.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובה דורך אויפריכטיג »

צייטליך האט געשריבן:רב מאשקאוויטש. יישר כח פאר אייער תגובה דא. זייער קלאר און גוט ארויסגעברענגט. (הלוואי זאלן די צעטלעך רעדן אזוי קלאר)
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”