מיללער האט געשריבן:שטארק זיך האט געשריבן:ער זאגט וואס ער האלט פאר כל הדורשים,
א אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט געפרעגט דעם שארמאשער רב צו ער זאל גיין. פרעגט אים דער רב: דו האסט אינטערנעט? זאגט ער ניין. דארפטו נישט גיין, דער וואס האט אינטערנעט זאל גיין.
דערמאנט מיך פון יענעם רב וואס האט געפרעגט וי אפט מ'ברויך טוישען דעם פילטער אויף די אינטערנעט.
ממנ"פ אויב איז דער כינוס להצלת הדורות פון אלע סארט טעכנעלאגיע בעבר בעתיד ובהווה, וואס איז דער תירוץ אז אויב בהווה האט מען נישט קיין אינטערנעט זאל מען נישט גיין? א סעלפאון האט יענער? און זיינע קינדער בעטן פאר אפיקומן איי-פאדס און מפ"3'ס? וכו' וכו'
דער יעצטיגער כינוס איז אדער א מצוה אדער אן עבירה, ד.ה. ס'איז נישט אפשאנעל, לויט די רבנים המחייבים איז עס א חיוב און די רבנים האוסרים האלטן דאס פאר א פראבלעם ואלו ואלו דא"ח ווי דער חשובע'ר מנהל פון די סאטמארער ישיבה (מהרי"י) האט ארויסגעברענגט ביי זיין דרשה.
די אלע וואס פרובירען זיך מעמיק צו זיין בדברי הגה"צ מ'שאפראן שליט"א און מדייק צו זיין בדבריו פארזעהן איין עיקר פונקט, דאס ווערט אנגערופען 'סאטמאר' כאמור, ביי אונז אין סקרענטאן פארן באסעס צום כינוס, עפ"י הוראת והתחייבות בית דינינו הצדק בראשות הגה"צ האב"ד שליט"א, אבער ווער עס איז אויפגעוואקסן צווישען די סאטמארער ווענט, אין באורום סט., סענז סט., טרופ עוו, ראדני סט., נעפאנאק, דעירילענד, סעקשאן וואן, סעקשאן טו, בארדיטשוב רד., נעפ מענשאן, 500 בעדפארד עוו. וכו' האט די ווערטער פונעם שאפראנער רב געהערט טויזנטער מאל, אדער געליינט אין דער איד, די צייטונג (י.מ. סופר עי. קעי. עי. רמ"פ), דער בלאט.
דאס האבאן גע'חזר'ט די מנהלים, מלמדים, דרשנים, רבנים, דיינים, מוצי"ם און אפי' בעה"ב און טראק דרייווערס, די ווערטער; התבדלות, סטרא אחרא, דף היומי, אגודה, כל צרוע וכל זב, ברכים אשר לא כרעו לבעל, כח הפועל בהנפעל, פראטעסט, נשא תורה, על הגאולה, שלש שבועות, לא לנו ולהם לבנות, ושבתם וראיתם בין עובד ה' ללא עבדו, על כן לא נירא בהמיר ארץ, לבי לבי על חלליהם, עס וועט זיי נאך באנג טאן די נצחונות, שלחן איזבל, התחברות לרשעים, יהרג ואל יעבור, און נאך אזעלכע ווערטער, דאס זענען האוז-האולד טערמינען וואס א פרעמדער ווייסט נישט אמאל במה דברים אמורים, דאס קען מען נישט מסביר זיין דאס איז א קולטור, א באוועגונג, אן איינגעבאקענע סטיגמע וואס נאר א סאטמארער מבטן ולידה קען ארויסהאבן.
לסיכום, דער שאפראנער רב שליט"א איז נישט באקאנט אלס אן אטענשאן כאפער אדער עמיצער וואס האלט דרשות יעדן שני וחמישי, ער איז אן ערנסטער מענטש וואס רעדט מנהמת לבו לויט ווי ער לערנט אפ שיטת רבו זצ"ל, ווידער אויב אנדערע רבנים האלטן אנדערש הזכות להם.
מיר וועלן גיין צום כינוס עפ"י הוראת הרבנים און די אנדערע וועלן בלייבן אינדערהיים עפ"י הוראת הרבנים, ועשית ככל אשר יוריך מוריך, דער קידוש השם וועט זיין פון ביידע פונקט אזוי, קיין פיצינקע חילוק נישט
וואס איז די גרויסער וואונדער אויפ'ן פסק פון שארמאשער רב שליט''א?? ער טענה'ט אז דו האסט אינטערנעט פאלגסטו סיי ווי נישט דער פסק פון די רבנים, ממילא דריי נישט קיין קאפ פון התבדלות.
דאס וואס דו שרייבסט אז אלע וואס פארשטייען נישט די ווערטער פון הגה''צ משאפראן, פארזעען אז דאס מיינט סאטמאר. הגרמ''מ טירנויער איז נישט גענוג סאטמארער??? הגרז''ל פילאפף שליט''א איז נישט גענוג סאטמארער??? הרב ישעי' בנימין האלצער, הג''ר אפרים הערש שמילאוויטש זענען נישט גענוג סאטמארע???? אין פאקט איז דא גענוג תלמידי וחסידי סאטמאר וואס זענען אויפגעוואקסן אין סענדז סט. און אין 500 בעדפארד וואס האלטן פונעם כינוס, מאך דיך נישט אזוי תמימות'דיג כאילו שאפראן איז סאטמאר ותו לא.