כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג מאי 14, 2012 12:40 pm

מיללער האט געשריבן:[ווידעראום פאר קהל בני יואל איז דאס געווען כמים קרים ווייל עס גיט אסאך צו צו זייער ביז היצטיגע שארפע התנגדות צום כינוס בראשות בית דינם ורבניהם.

וועמען האסטו געגעבן דעם טיטול??

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 14, 2012 12:46 pm

derech eretz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:[ווידעראום פאר קהל בני יואל איז דאס געווען כמים קרים ווייל עס גיט אסאך צו צו זייער ביז היצטיגע שארפע התנגדות צום כינוס בראשות בית דינם ורבניהם.

וועמען האסטו געגעבן דעם טיטול??


הגה"צ משארמאש שליט"א
הגה"צ ראה"כ דרך החיים שליט"א
הגה"צ מטשאטה שליט"א

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג מאי 14, 2012 12:52 pm

derech eretz האט געשריבן:
מלאכי האט געשריבן:יוחנן שיף האט שוין געשריבן זיין צווייטע חלק?

לכאורה וועט עס קומען מיט די מארגענדיגע בעה''ב אימעיל


יוחנן שיף שרייבט היינט אויף זיין בלאג:

ווי עס קוקט אויס וועט די בעל בית ארויסקומען נאר איין מאל אין צוויי וואכן פאר די קומענדיגע שטיק צייט.

נישט זייענדיג באוואוסטזיניג צו דעם פאקט, האב איך פארגאנגענע וואך פארשפראכן ממשיך צו זיין מיט די ארטיקעל דער לעצטער קויל אין די בעל בית פון די וואך. איך האף אז איר וועט נישט זיין צו שטארק אנטוישט און געדולדיג אויסווארטען נאך א וואך.

אמת, קומענדיגע מאנטאג וועט שוין זיין נאכן כינוס, אבער ווי עס שיינט -נאכן רעדן צו עטליכע מענטשן וואס זענען באקאנט מיט די זאך- פלאנען סיי ווי נישט די עסקנים צו טוישען אדער דורכשמועסן זייער סטראטעגיע מיט אינדערויסענדע מענטשן, ממילא כאפט נישט קיין גרויסע נפק”מ ווען עס וועט ווערן אפגעדריקט.

ממה נפשך אויב וועט עס מער נישט אויספעלן נאכן כינוס, איז זיכער גוט, און אויב נישט איז דאך דא צייט דעמאלס.

אין אמת’ן וואלט ווען אפשר בכל אופן גוט געווען צו ווארטען מיטן המשך, וויבאלד עס איז געווען אזאנע וואס האבן אויסגעטייטשט מיינע ווערטער ווי מיר זענען אקעגן דעם כינוס. עס איז מעולם לא עלתה על דעתנו אריינצורעדן אין א זאך וואס באלאנגט פאר גדולי ישראל. מיין ציל איז געווען צו עצה’נען און ראטן אזוי אז עס זאל ארויסקומען די גרעסטע תועלת וואס שייך. אבער ווי ערווענט, וויבאלד עס זענען דא מענטשן וואס זענען סענסעטיוו צו די נושא, איז שוין בעסער צו ווארטן אויף א צייט וואס עס וועט שוין נישט קענען ווערן אפגעטייטשט אז מיר האבן אנדערע כוונות דערביי.

והייתם נקיים מה’ ומישראל.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג מאי 14, 2012 1:00 pm

ווער ס'האט נאך פלאץ אין מח צוהערן נאך א מיינונג, זאל אויסהערן אויף די קול מבשר אינטערוויא מיט רש''א מייזעלס די מעשה פון סקלענער רבי זצ''ל מיט סאטמער רבי זצ''ל


אן מיינען איינעם ספעציעל, איז דא איינער וואס האלט, אז א רב וואס ס'קומען נישט אן צו אים די קעיסעס פון אינטערנעט אוועקגעפאלענע, קען האבן א מיינונג יא אדער נישט צו גיין צום כינוס???

אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובהדורך בערטשע » מאנטאג מאי 14, 2012 1:16 pm

derech eretz האט געשריבן:אן מיינען איינעם ספעציעל, איז דא איינער וואס האלט, אז א רב וואס ס'קומען נישט אן צו אים די קעיסעס פון אינטערנעט אוועקגעפאלענע, קען האבן א מיינונג יא אדער נישט צו גיין צום כינוס???


א מיינונג קען יעדער האבן, דו דארפסט מקבל זיין דער מיינונג פון דיין רב וועם דו נעמסט אן אלץ די מערסטע אויפריכטיג און אויסגעהאלטן, און יענער מעג טענה'ן אז זיין רב פארשטייט די מערסטע ווען עס קומט די ענין וויאזוי און מיט וועם ממעג זיך צוזאמענען אפילו אויף אויפצוטון.
סך הכל, יעדער זאל פאלגן זיין רב, און יעדער מעג וויסן ביי זיך וואס ער האלט, אן דעם וואס ער זאל יענעם אוועקמאכן.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22890
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 14, 2012 1:25 pm

מחזור האט געשריבן:האט ר' ישראל מענדל וואגשאל שליט"א ליגנט געזאגט אין שארמארשער רב'ס נאמען ?

מן הסתמא האט ער אים נישט רעכט פארשטאנען זייענדיג פארקאכט במחשבותיו.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

חכם צבי
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

אויסשטעל פון סיטי פיעלד - כינוס כלל ישראל

תגובהדורך חכם צבי » מאנטאג מאי 14, 2012 1:31 pm

חכם צבי האט געשריבן:לויט די בייגעלייגטע מעפ וועט איר קענען זעהן ווי איז אייער פלאץ


צוגעלייגט א בעסערע בילד
צוגעלייגטע
citi_field-8143.jpg

חכם צבי
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

תגובהדורך חכם צבי » מאנטאג מאי 14, 2012 1:33 pm

צוטרעפן אייער פלאץ
צוגעלייגטע
3405897244_f450c0f97f_o.jpg

חכם צבי
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

תגובהדורך חכם צבי » מאנטאג מאי 14, 2012 1:34 pm

נאך א בילד פון די אנדער זייט
צוגעלייגטע
images.jpg
images.jpg (11.11 KiB) געזעהן 2403 מאל

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מאי 14, 2012 1:35 pm

חכם צבי האט געשריבן:לויט די בייגעלייגטע מעפ וועט איר קענען זעהן ווי איז אייער פלאץ


די עטעטשמענט עקזעסטירט שוין נישט מער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג מאי 14, 2012 1:36 pm

derech eretz האט געשריבן:
אן מיינען איינעם ספעציעל, איז דא איינער וואס האלט, אז א רב וואס ס'קומען נישט אן צו אים די קעיסעס פון אינטערנעט אוועקגעפאלענע, קען האבן א מיינונג יא אדער נישט צו גיין צום כינוס???

אפי' די רבנים וואס זאגען אז מ'זאל נישט גיין איז עס נישט ווייל זיי האלטען נישט פון די כינוס, זיי האלטען נאר אז מ'דארף מאכען אן עקסטרע אסיפה און נישט מיט מענטשן וואס די וואלסט נישט מיט זיי געזיצען צוזאמען,

שאפראנע רב שליט"א זאגט קלאר אז מ'האלט און מיטן די פלענער צו מאכען אן עקסטערע אסיפה וועגן אינטערנעט,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג מאי 14, 2012 1:40 pm

מיללער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:עימיצער פארשטייט דעם בריוו?

א מכתב חיזוק, א המלצה, א צוריק ציה?
שארמאשע רב שליט״א שרייבט עפעס דברי ברכה אז ״ער זאל זוכה זיין ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש״.

עפעס נעמען זיי זיך אונטער תקנות... ווער האט פארגעשלאגן תקנות... עס מאכט א רושם ווי אן איבערבעטונגס בריוו.


איך זעה נישט וואס איז שווער צו פארשטיין, הגה"צ דער שאפראנער רב שליט"א תלמידו של רביה"ק מסאטמאר זצ"ל וממעתיקי השמועה האט געזאגט זייער קלארע דיבורים איבער זיין מיינונג לפי קבלתו ממרן זצ"ל, אויף דעם דאנקען אים די קהילה קדושה בני יואל פון קרית יואל, וועלכע קלאמערן זיך צו שיטתו הבהירה פון רביה"ק ווי זיי האבן מקבל געווען חוות דעתו בדעת רבינו און דערויף שרייבט צו הגה"צ משארמאש שליט"א אז אויף ער איז מחזק דעם שאפראנער רב.

איר פרעגט פ"וו דער רב שליט"א ברויך חיזוק? זייער פשוט זייענדיג א מקורב ומחותן מיט'ן סאטמארער רבי שליט"א (מהרי"י) אשר הוא ובית דינו זענען ארויסגעקומען גאר שטארק לטובת וחובת ההשתתפות, האט עס פארלאנגט א שטארקע כאראקטער פונעם שאפראנער רב משמיע צו זיין דאס פארקערטע, ובפרט פון א רב וואס איז אין דרכו בכך, ווידעראום פאר קהל בני יואל איז דאס געווען כמים קרים ווייל עס גיט אסאך צו צו זייער ביז היצטיגע שארפע התנגדות צום כינוס בראשות בית דינם ורבניהם.


יא, אויף די מחלוקת קען מען ריכטיג זאגן אז ס'איז א מחלוקת לש''ש, כאטש האדמו''ר מהר''יי ובית דינו זענען אויף איין זייט, איז עס נישט קיין סתירה פאר אנדערע תלמידי מרן מסאטמאר זי''ע צו זאגן פארקערט, און קיינער האט קיין פאראיבל, ומפי השמועה שמענו, אז האדמו''ר מהר''יי האט געזאגט פאר מחותנו, אז ער האט נישט קיין פאראיבל אויף זיין דרשה ואדרבה כך הוא דרכה של תורה, זה בונה וזה סותר.

לאמיר האפן אויף ווייטער, אז די חילוקי דיעות אינערהאלב די סאטמארער קרייז וועט נישט ארויסגיין פון אירע גבולים, און וועט בלייבן אן איינפאכע חילוקי דעות ומחלוקת לש''ש, אן מיטברענגען די איבלן פון מחלוקת שלא לש''ש ח''ו.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג מאי 14, 2012 1:41 pm

מיללער האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:[ווידעראום פאר קהל בני יואל איז דאס געווען כמים קרים ווייל עס גיט אסאך צו צו זייער ביז היצטיגע שארפע התנגדות צום כינוס בראשות בית דינם ורבניהם.

וועמען האסטו געגעבן דעם טיטול??


הגה"צ משארמאש שליט"א
הגה"צ ראה"כ דרך החיים שליט"א
הגה"צ מטשאטה שליט"א


אביסל אומקארעקט, ווייל שארמאשער רב איז קלאר נישט געווען אויסגעשפראכן קעגן דעם כינוס, ביז צום שאפראנער רב'ס דרשה
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג מאי 14, 2012 1:45 pm

געהערט פון אומבאשטעטיגטע קוועלער, אז הגה''צ דומ''ץ סאטמאר מונטריאל שליט''א קומט ארויס מיט א בריוו לטובת הכינוס.

ואחרי ככלות הכל, איז אינטערעסאנט ווי אזא כינוס כללי, זאל צאמברענגען אזויפיל דיעות שונות אינערהאלב די סאטמארער קרייז, מיט בריוון שונים ומשונים, דרשות ופלפולים וכו', דאס איז אן אינטערעסאנטער אנעקדאט פאר זיך, און ס'איז נאך דא אפאר טעג ביז'ן כינוס.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מאי 14, 2012 1:45 pm

ולא מיין האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:[ווידעראום פאר קהל בני יואל איז דאס געווען כמים קרים ווייל עס גיט אסאך צו צו זייער ביז היצטיגע שארפע התנגדות צום כינוס בראשות בית דינם ורבניהם.

וועמען האסטו געגעבן דעם טיטול??


הגה"צ משארמאש שליט"א
הגה"צ ראה"כ דרך החיים שליט"א
הגה"צ מטשאטה שליט"א


אביסל אומקארעקט, ווייל שארמאשער רב איז קלאר נישט געווען אויסגעשפראכן קעגן דעם כינוס, ביז צום שאפראנער רב'ס דרשה


ער האט געזאגט פאר ר' ש"י בלום פאריגע וואך נאך זיין דרשה אז ער האט זייער הנאה ווי אזוי ער האט עס אזוי גיט ארויסגעברענגט אקעגן די כינוס, (עס מיז טאקע נישט זיין אז ער האלט אזוי נאר ארויס געברענגט איין צד)

לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז דאס א ריכטיגע מחלוקה לשם שמים, זאל דער אייבישטער העלפן אז עס זאל בלייבען לשם שמים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
בדיל ויעבור
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 3:39 pm
לאקאציע: במקום הנ"ל
פארבינד זיך:

תגובהדורך בדיל ויעבור » מאנטאג מאי 14, 2012 1:58 pm

אמן
הק' בדיל ויעבור

חכם צבי
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

תגובהדורך חכם צבי » מאנטאג מאי 14, 2012 2:06 pm

היינט אינדערפרי איז געווען אויסגעשפרייט אין די בארא פארק'ע גאסן לעבן די בתי מדרשים די צייטונג 'הצלת הדורות'

חכם צבי
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

תגובהדורך חכם צבי » מאנטאג מאי 14, 2012 2:08 pm

דארפסמאן האט געשריבן:
חכם צבי האט געשריבן:לויט די בייגעלייגטע מעפ וועט איר קענען זעהן ווי איז אייער פלאץ


די עטעטשמענט עקזעסטירט שוין נישט מער


viewtopic.php?f=6&t=16877&start=1975#p571786

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 14, 2012 2:18 pm

derech eretz האט געשריבן:אן מיינען איינעם ספעציעל, איז דא איינער וואס האלט, אז א רב וואס ס'קומען נישט אן צו אים די קעיסעס פון אינטערנעט אוועקגעפאלענע, קען האבן א מיינונג יא אדער נישט צו גיין צום כינוס???

בארירסט אן אינטרעסאנטער נקודה. נעכטען האב איך געהערט שמועסען, און מען האט געפרעגט פארוואס איז רבי מנשה פיליפ קעגען דער כינוס און הגאון רבי טודרוס זילבער איז פאר? האט איינער זיך אנגערופען אז אויב מען וועט גוט קוקען וועט מען זעהן אז דוקא די צדיקים וואס מען קלאפט אראפ זייער טיהרען און טאטעס און מאמעס וויינען זיך צו זיי ביטערלעך אויס איבער זייערע פארלוירענע קינדער; די זענען די רבנים וואס זענען בעובי הקורה און זייערע הערצער זענען און גאנצען צוריסען דערפון, איז דערפאר זענען זיי די ערשטע צו פארשטיין דאס וויכטיקייט פונעם כינוס, און דוקא א כינוס פון אלעמען, און פארוואס דא דארף מען מאכען אן אויסנאם אזוי ווי ביי די אנדערע היסטארישע כינוסים וואס דער סאטמאר רב זי"ע האט זיך פערזענליך באטייליגט צוזאמען מיט אזעלכע וואס אונטער נארמאלע אומשטענדען וואלט ער נישט.

משא"כ די אנדערע רבנים וואס זענען נישט ממש בעובי הקורה, האבען דער לוקסוס פון אריין לערנען לומדות'ן דערין.

מען זאגט נאך, אז הגאון רבי חיים בריסקער זצ"ל ווען ער פלעגט פרעגען א שאלה ביים רב, הלכה למעשה; פלעגט ער זאגען צון רב: פסק'ען מיר, אבער זאג מיר נישט פארוואס, ווייל איך וועל עס אפפרעגען.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מאי 14, 2012 2:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מאי 14, 2012 2:28 pm

עיתון מיוחד לרגל כינוס כלל ישראל - 'איחוד הקהילות לטוהר המחנה'‎

http://dl.dropbox.com/u/57562652/%D7%94 ... %D7%AA.pdf
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג מאי 14, 2012 2:32 pm

SPUSMN האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:אן מיינען איינעם ספעציעל, איז דא איינער וואס האלט, אז א רב וואס ס'קומען נישט אן צו אים די קעיסעס פון אינטערנעט אוועקגעפאלענע, קען האבן א מיינונג יא אדער נישט צו גיין צום כינוס???

בארירסט אן איטרעסאנטער נקודה. נעכטען האב איך געהערט שמועסען, און מען האט געפרעגט פארוואס איז רבי מנשה פיליפ קעגען דער כינוס און הגאון רבי טודרוס זילבער איז פאר? האט איינער זיך אנגערופען אז אויב מען וועט גוט קוקען וועט מען זעהן אז דוקא די צדיקים וואס מען קלאפט אראפ זייער טיהרען און טאטעס און מאמעס וויינען זיך צו זיי ביטערלעך אויס איבער זייערע פארלוירענע קינדער; די זענען די רבנים וואס זענען בעובי הקורה און זייערע הערצער זענען און גאנצען צוריסען דערפון, איז דערפאר זענען זיי די ערשטע צו פארשטיין דאס וויכטיקייט פונעם כינוס, און דוקא א כינוס פון אלעמען, און פארוואס דא דארף מען מאכען אן אויסנאם אזוי ווי ביי די אנדערע היסטארישע כינוסים וואס דער סאטמאר רב זי"ע האט זיך פערזענליך באטייליגט צוזאמען מיט אזעלכע וואס אונטער נארמאלע אומשטענדען וואלט ער נישט.

משא"כ די אנדערע רבנים וואס זענען נישט ממש בעובי הקורה, האבען דער לוקסוס פון אריין לערנען לומדות'ן דערין.

מען זאגט נאך, אז הגאון רבי חיים בריסקער זצ"ל ווען ער פלעגט פרעגען א שאלה ביים רב, הלכה למעשה; פלעגט ער זאגען צון רב: פסק'ען מיר, אבער זאג מיר נישט פארוואס, ווייל איך וועל עס אפפרעגען.

איר האלט למשל אז אדמו"ר מהר"א הערט נישט אזויפיל פראבלעמען ווי ר' טודרוס זילבער און דאך שטעלט ער זיך נישט צו צום כינוס

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג מאי 14, 2012 2:37 pm

געשמאקער האט געשריבן:אפי' די רבנים וואס זאגען אז מ'זאל נישט גיין איז עס נישט ווייל זיי האלטען נישט פון די כינוס


ווענדט זיך פון וועמען דו רעדסט.

דער שאפראנער רב זאגט אין זיין דרשה אז די כינוס מיט מינים ואפיקורסים איז "געציהלט" צו צוברעכן די חומת התבדלות.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 14, 2012 2:41 pm

ולא מיין האט געשריבן:ואחרי ככלות הכל, איז אינטערעסאנט ווי אזא כינוס כללי, זאל צאמברענגען אזויפיל דיעות שונות אינערהאלב די סאטמארער קרייז, מיט בריוון שונים ומשונים, דרשות ופלפולים וכו', דאס איז אן אינטערעסאנטער אנעקדאט פאר זיך.

היסטאריקער וועלען האבען גאר א סאך צו שרייבען. זיי שרייבען שוין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובהדורך בערטשע » מאנטאג מאי 14, 2012 2:46 pm

SPUSMN האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:אן מיינען איינעם ספעציעל, איז דא איינער וואס האלט, אז א רב וואס ס'קומען נישט אן צו אים די קעיסעס פון אינטערנעט אוועקגעפאלענע, קען האבן א מיינונג יא אדער נישט צו גיין צום כינוס???

בארירסט אן איטרעסאנטער נקודה. נעכטען האב איך געהערט שמועסען, און מען האט געפרעגט פארוואס איז רבי מנשה פיליפ קעגען דער כינוס און הגאון רבי טודרוס זילבער איז פאר? האט איינער זיך אנגערופען אז אויב מען וועט גוט קוקען וועט מען זעהן אז דוקא די צדיקים וואס מען קלאפט אראפ זייער טיהרען און טאטעס און מאמעס וויינען זיך צו זיי ביטערלעך אויס איבער זייערע פארלוירענע קינדער; די זענען די רבנים וואס זענען בעובי הקורה און זייערע הערצער זענען און גאנצען צוריסען דערפון, איז דערפאר זענען זיי די ערשטע צו פארשטיין דאס וויכטיקייט פונעם כינוס, און דוקא א כינוס פון אלעמען, און פארוואס דא דארף מען מאכען אן אויסנאם אזוי ווי ביי די אנדערע היסטארישע כינוסים וואס דער סאטמאר רב זי"ע האט זיך פערזענליך באטייליגט צוזאמען מיט אזעלכע וואס אונטער נארמאלע אומשטענדען וואלט ער נישט.

משא"כ די אנדערע רבנים וואס זענען נישט ממש בעובי הקורה, האבען דער לוקסוס פון אריין לערנען לומדות'ן דערין.

מען זאגט נאך, אז הגאון רבי חיים בריסקער זצ"ל ווען ער פלעגט פרעגען א שאלה ביים רב, הלכה למעשה; פלעגט ער זאגען צון רב: פסק'ען מיר, אבער זאג מיר נישט פארוואס, ווייל איך וועל עס אפפרעגען.


לויט ווי איך האב געהערט האט הגאון הצדיק ר' שלמה לייב וויינבערגער דאס געזאגט פאר אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר, אז ער ווייסט אויך פון די חומת ההתבדלות, אבער ער האלט מיט אביסל וואס די אינטערנעט הארגעט אין ענייני אישות וכדומה. און דערפאר האלט ער אז דאס קומט פאר אלעס.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22890
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 14, 2012 2:47 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
געשמאקער האט געשריבן:אפי' די רבנים וואס זאגען אז מ'זאל נישט גיין איז עס נישט ווייל זיי האלטען נישט פון די כינוס


ווענדט זיך פון וועמען דו רעדסט.

דער שאפראנער רב זאגט אין זיין דרשה אז די כינוס מיט מינים ואפיקורסים איז "געציהלט" צו צוברעכן די חומת התבדלות.

נעמסט ארויס איין שורה מדבריו זיך צו וויצלען דערויף.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זזה, חלה, ציפקע און 67 געסט