כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

יהושע האט געשריבן:http://www.onlinecountdowns.com/countdown-clock/show/KINUS%20KLAL%20YISRAEL%7C4fb86c40%7C1

ס'איז א ערענסטע מצב מ'האלט שוין ביי דעם countdown......
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

אשריכם אמעריקאנער אידען שיחיו וואס עטץ האטס די געלעגענהייט צו פאלגען צדיקי הדור שליט"א און גיין צום כינוס
האטס אונז אין זין ביי געם מעמד
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובה דורך ולא מיין »

ירוחם האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:
בערטשע האט געשריבן:עס שטימט בכלל נישט לויט ווי איינער האט שוין דא ערווענט, וויבאלד אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר האט קלאר אנגעדייטעט ל"ג בעומר אז די עסקנים שטעלן זיך צו אז עס זאל נישט זיין קיין פראבלעם פאר די סאטמארע עולם צו קומען.

ראשית, עסקנים קענען נישט ארומפאפען???? והשנית, ס'איז דאך א פאקט, אז הג''ר מתתי' סאלאמאן איז געגאנגען לאדענען הרב שטיינמאן, און דאס איז א קלארע סתירה מיט'ן זיך צושטעלן.

סאטמאר מהרי"י האט זיך אויסגענומען אז יעדע בעל דרשן מוז ווערן אפראוואד ביי ר' חיים דוד כ"ץ אין ר' יצחק שטערן

בשלמא הרה"ג ר' חיים דוד כ"ץ.


עס האט טאקע נישט קיין האפט, ס''ה די ארגאנאזירער גייען געבן איבערצוקוקן אלע דרשות ובתוכם מהאדמו''ר מסקולען פאר 5 רבנים פון פארשידענע קרייזן, ובתוכם אדמו''ר מהרי''י שליט''א
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובה דורך בוידעם »

msp האט געשריבן:אשריכם אמעריקאנער אידען שיחיו וואס עטץ האטס די געלעגענהייט צו פאלגען צדיקי הדור שליט"א און גיין צום כינוס
האטס אונז אין זין ביי געם מעמד


לויט'ן פלאן וועט נישט זיין קיין געים אינעם סטעדיום יענעם טאג......
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

ג' וד' על הקיבארד מתחלפים....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובה דורך אור »

געהערט אז רחמסטריווקע רבי פון אר"הק גייט קומען פארזאגן תפלת השל"ה
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

בריוו פון הנהלת בני יואל קעגן דעם כינוס, שארמאשער רב שרייבט צו אפאר ווערטער.
אטעטשמענטס
בריוו בני יואל.pdf
(186.37 KiB) געווארן דאונלאודעד 374 מאל
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובה דורך בערטשע »

און אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די בני יואל האבן זיך עמטליך אויסגעשלאסן פונעם כינוס אין ליכט פון שאפראנער רב'ס ווערטער.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

עימיצער פארשטייט דעם בריוו?

א מכתב חיזוק, א המלצה, א צוריק ציה?
שארמאשע רב שליט״א שרייבט עפעס דברי ברכה אז ״ער זאל זוכה זיין ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש״.

עפעס נעמען זיי זיך אונטער תקנות... ווער האט פארגעשלאגן תקנות... עס מאכט א רושם ווי אן איבערבעטונגס בריוו.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

איינער ווייסט פארוואס בני יואל האט ענדערש אנגענומען די דעת פון שאפראנער רב ווי דעת קרעמניצער רב??
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובה דורך בערטשע »

שטארק זיך האט געשריבן:עימיצער פארשטייט דעם בריוו?

א מכתב חיזוק, א המלצה, א צוריק ציה?
שארמאשע רב שליט״א שרייבט עפעס דברי ברכה אז ״ער זאל זוכה זיין ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש״.

עפעס נעמען זיי זיך אונטער תקנות... ווער האט פארגעשלאגן תקנות... עס מאכט א רושם ווי אן איבערבעטונגס בריוו.


הער אויס זיין דרשה וועסטו פארשטיין, ער הייבט אן מיט א התנצלות אז ער רעדט געווענליך נישט אריין אין די זאכן, נאר די חברים האבן אים געבעטן אז היות ער איז היינט פון די עלצטע תלמידים וועלכע האבן נאך זוכה געווען צו שעפן פונעם רבינ'ס קוואל, פון די צען יאר אלט עד זיבולא בתרייתא, און דערפאר נעתר לבקשתם ארויס צוברענגען וואס ער האט געלערנט פונעם רבי'ן, אין די עניינים.

לכאורה אויף דעם ארויף שרייבן זיי אים א באדאנק'ס בריוו'ל מיט די אלע ברכות, אז ער זאל ווייטער זוכה זיין משפיע צו זיין פון דעם קוואל וכו'.
לעצט פארראכטן דורך בערטשע אום מאנטאג מאי 14, 2012 12:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

דרך ארץ, קושיתך מעיקרא לא קשיא ולא מידי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

farshlufen האט געשריבן:דרך ארץ, קושיתך מעיקרא לא קשיא ולא מידי.

קרעמניצער רב באלאנגט נישט צום זעלבן קרייז??
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

קאנסטו נישט די צוויי אידן זעהט אויס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובה דורך אייער_קיכל »

אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער באשעפער...
may 20.jpg
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובה דורך בערטשע »

הודו להשם כי טוב
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

איינער האט א העתקה פון די דרשה פון שאפראנער רב?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

farshlufen האט געשריבן:קאנסטו נישט די צוויי אידן זעהט אויס.

כ'קען זיי טאקע נישט, כ'האב נאר אזוי פארשטאנען פון מאנכע דא

אגב, בני יואל שטעלט צו כשר'ע סעלפאונס, וואס צווישן די מעלות ווערט אויסגערעכנט אז ס'פארמאגט נישט קיין העברעאיש ח"ו
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובה דורך מחזור »

האט ר' ישראל מענדל וואגשאל שליט"א ליגנט געזאגט אין שארמארשער רב'ס נאמען ?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

שטארק זיך האט געשריבן:עימיצער פארשטייט דעם בריוו?

א מכתב חיזוק, א המלצה, א צוריק ציה?
שארמאשע רב שליט״א שרייבט עפעס דברי ברכה אז ״ער זאל זוכה זיין ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש״.

עפעס נעמען זיי זיך אונטער תקנות... ווער האט פארגעשלאגן תקנות... עס מאכט א רושם ווי אן איבערבעטונגס בריוו.


איך זעה נישט וואס איז שווער צו פארשטיין, הגה"צ דער שאפראנער רב שליט"א תלמידו של רביה"ק מסאטמאר זצ"ל וממעתיקי השמועה האט געזאגט זייער קלארע דיבורים איבער זיין מיינונג לפי קבלתו ממרן זצ"ל, אויף דעם דאנקען אים די קהילה קדושה בני יואל פון קרית יואל, וועלכע קלאמערן זיך צו שיטתו הבהירה פון רביה"ק ווי זיי האבן מקבל געווען חוות דעתו בדעת רבינו און דערויף שרייבט צו הגה"צ משארמאש שליט"א אז אויף ער איז מחזק דעם שאפראנער רב.

איר פרעגט פ"וו דער רב שליט"א ברויך חיזוק? זייער פשוט זייענדיג א מקורב ומחותן מיט'ן סאטמארער רבי שליט"א (מהרי"י) אשר הוא ובית דינו זענען ארויסגעקומען גאר שטארק לטובת וחובת ההשתתפות, האט עס פארלאנגט א שטארקע כאראקטער פונעם שאפראנער רב משמיע צו זיין דאס פארקערטע, ובפרט פון א רב וואס איז אין דרכו בכך, ווידעראום פאר קהל בני יואל איז דאס געווען כמים קרים ווייל עס גיט אסאך צו צו זייער ביז היצטיגע שארפע התנגדות צום כינוס בראשות בית דינם ורבניהם.
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובה דורך בערטשע »

שויתי'ניק האט געשריבן:איינער האט א העתקה פון די דרשה פון שאפראנער רב?


מ'קען עס הערן אויף

3-4-3# 718-362-8800
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

שמעתי בשם שארמאשאר רב אז די וואס האבן נישט קיין פילטערס פאלגן דאך במילא נישט די סאטמארער דיינים, דארפן זיי גיין צום כינוס...
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

מיללער האט געשריבן:[ווידעראום פאר קהל בני יואל איז דאס געווען כמים קרים ווייל עס גיט אסאך צו צו זייער ביז היצטיגע שארפע התנגדות צום כינוס בראשות בית דינם ורבניהם.

וועמען האסטו געגעבן דעם טיטול??
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

derech eretz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:[ווידעראום פאר קהל בני יואל איז דאס געווען כמים קרים ווייל עס גיט אסאך צו צו זייער ביז היצטיגע שארפע התנגדות צום כינוס בראשות בית דינם ורבניהם.

וועמען האסטו געגעבן דעם טיטול??


הגה"צ משארמאש שליט"א
הגה"צ ראה"כ דרך החיים שליט"א
הגה"צ מטשאטה שליט"א
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

תגובה דורך משה קארנפעלד »

derech eretz האט געשריבן:
מלאכי האט געשריבן:יוחנן שיף האט שוין געשריבן זיין צווייטע חלק?

לכאורה וועט עס קומען מיט די מארגענדיגע בעה''ב אימעיל


יוחנן שיף שרייבט היינט אויף זיין בלאג:

ווי עס קוקט אויס וועט די בעל בית ארויסקומען נאר איין מאל אין צוויי וואכן פאר די קומענדיגע שטיק צייט.

נישט זייענדיג באוואוסטזיניג צו דעם פאקט, האב איך פארגאנגענע וואך פארשפראכן ממשיך צו זיין מיט די ארטיקעל דער לעצטער קויל אין די בעל בית פון די וואך. איך האף אז איר וועט נישט זיין צו שטארק אנטוישט און געדולדיג אויסווארטען נאך א וואך.

אמת, קומענדיגע מאנטאג וועט שוין זיין נאכן כינוס, אבער ווי עס שיינט -נאכן רעדן צו עטליכע מענטשן וואס זענען באקאנט מיט די זאך- פלאנען סיי ווי נישט די עסקנים צו טוישען אדער דורכשמועסן זייער סטראטעגיע מיט אינדערויסענדע מענטשן, ממילא כאפט נישט קיין גרויסע נפק”מ ווען עס וועט ווערן אפגעדריקט.

ממה נפשך אויב וועט עס מער נישט אויספעלן נאכן כינוס, איז זיכער גוט, און אויב נישט איז דאך דא צייט דעמאלס.

אין אמת’ן וואלט ווען אפשר בכל אופן גוט געווען צו ווארטען מיטן המשך, וויבאלד עס איז געווען אזאנע וואס האבן אויסגעטייטשט מיינע ווערטער ווי מיר זענען אקעגן דעם כינוס. עס איז מעולם לא עלתה על דעתנו אריינצורעדן אין א זאך וואס באלאנגט פאר גדולי ישראל. מיין ציל איז געווען צו עצה’נען און ראטן אזוי אז עס זאל ארויסקומען די גרעסטע תועלת וואס שייך. אבער ווי ערווענט, וויבאלד עס זענען דא מענטשן וואס זענען סענסעטיוו צו די נושא, איז שוין בעסער צו ווארטן אויף א צייט וואס עס וועט שוין נישט קענען ווערן אפגעטייטשט אז מיר האבן אנדערע כוונות דערביי.

והייתם נקיים מה’ ומישראל.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”