כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:14 pm

וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:אן קיין הלצות איך וואין אין קרית יואל ווא מען פארקויפט נישט קיין טיקעטס וויל איך וויסן וואו איך קען באקומען א טיקעט?


שיק א אימעיל צו: asifatickets@yeshivanet.com

זיי וועלן דיר אויף אימעיל שיקן א פארום אויסצופילן, וואס קענסט גלייך דרוקן SUBMIT נאכן אויספילן אלע אינפארמאציע (מיטן קרעדיט קארד אינפא). אדער קענסטו ארויספרינטן און שיקן מיטן מעיל צום אנגעגעבענעם אדרעססע.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:35 pm

farshlufen האט געשריבן:
היימישער איד האט געשריבן:תשובה פון הרה"ג אפרים הערש שמילאוויטש שליט"א אב"ד קרעמניץ ווימ"ס בנושא. מ'קען עס זעהן דא

ווער האט אים פארקויפט אז איז דא א פילטער פאר אפיקורסות?

דער רב שרייבט אז מ'גייט דאס מאכן. נישט אז ס'אישוין דא.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:41 pm

farshlufen האט געשריבן:
היימישער איד האט געשריבן:תשובה פון הרה"ג אפרים הערש שמילאוויטש שליט"א אב"ד קרעמניץ ווימ"ס בנושא. מ'קען עס זעהן דא

ווער האט אים פארקויפט אז איז דא א פילטער פאר אפיקורסות?

כ'האב זיך אויך געווינדערט. אלעס וואס ער שרייבט דארט איז לדעתי אין להשוב עליו, אבער אויף דער נקודה (וואס למעשה איז נישט נוגע צו זיין גאנצע תשובה) מוז מען זיך שטעלען.

בקיצור, עס איז דא א פילטער פון ערטער און א פילטער פון ווערטער. דער פילטער פון ערטער איז מער אדער ווייניגער פשוט, דער פילטער אויף ווערטער איז נישט. ובתוכם אז אפילו מען זאל יא קענען פילטערען שמוציגע ווערטער הונדרעט פרוצענט, קען מען אבער נישט פילטערען שמיץ ברמיזא וואס קען אויך אן צינדען די תאוות און רח"ל ברענגען דער מענטש צו גיין נאכדעם צו די ערטער וואס מען טאר נישט.

דאס איז פילטערען שמוץ. פילטערען אפיקורסות איז פשוט נישט מעגליך; מען קען עס אפשר מינומיזירען (אויך א גרויסע אויף טוה) אבער נישט עס עלימינירען. און ועל כולם אפילו מען זאל קענען פילטערען אפיקורסות הונדרעט פרוצענט (א דבר שאי אפשר), ווערט קיינער נישט אן אפיקורס פון איין טאג אויפען צווייטען. עס נעמט א פאר דרגות ביז מען קומט רח"ל אן אהין, דהיינו, א) קודם לאכט מען אפ פון די גדולי ישראל. די וואס דרייען זיך אויף דער גע'אסרטען VIN איז לא ימלט אז זיי זענען נישט אינפלוענסט געווארען פון דער טעגליכע באמבארדירונג דארטען אנטקעגען אונזער גדולי ישראל אז זיי טוהן גארנישט קעגען טשיילד מולעסטארס, וכו' וכו'. נאר זיי, די שקצים דארט, זיי זענען די וואס זארגען זיך פאר אונזערע קינדער! עס איז נישט דא ווער עס זאל לאכען פון אזא געדאנקען גאנג, אז די רבנים באשיצען די מולעסטערס, און די שקצים זענען גאר די וואס נעמען זיך אן פאר זיי. דער וואס ליינט יעצט מיינע ווערטער און צווייפעלט און וואס איך שרייב, האלט שוין ביי דרגא אל"ף פון זיך אויס גליטשען, ופשוט צו יעדען בר דעת.

שטאפעל בי"ת (יא עס איז בייז), איז אז מען גייט אריין און א דיאלאג מיט די חברה שקצים, און זיי פירען אים/איר אריין און דרגא גימ"ל, א גאנצע בעל עבירה, און נאכדעם דל"ת א שטיקעל כופר און נאכדעם ה"א א גאנצער כופר רח"ל.

איך קען ענק זאגען אז דאס אלעס האב איך מיטגעלעבט פון דער נאנט; אויך אויף מיר האבען געלאקערט צוויי גרויסע קאפ שטיק; איינער האט מיר געוואלט איבערצייגען אז די VIN ניקעס זענען גערעכט, און דער צווייטער האט נישט מער און נישט ווייניגער פארלאנגט צו האלטען מיט מיר א וויכוח. זייענדיג א תלמיד פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצוק"ל און האבענדיג אויס געהערט אלע זיינע טעיפס אויף די ענינים האביך געהאפט אז איך וועל דעם איד מחזיר למוטב זיין, אבער ווען איך האב געזעהן אז ער איז א געניטע lawyer מיט אן אויסטערלישען שפראך, און האט נישט קיין שום אינטערעסע און דער אמת נאר וויל דווקא איך זאל זיין זיין נעקסט קרבן, האב איך זיך אפגעשאקלט פון אים און געשיקט צו אלדע רוחות. וואס איך וויל דא ארויס ברענגען איז אז דער רשע האט שוין געמאכט עטליכע אפיקורסים, און פארלייגט זיך דוקא אויף געלערענטע. מיינס א ידיד'ס איידעם, האט ער אפגעפירט (געמאכט פון אים רח"ל א כופר) און זיי האבען זיך געמוזט גט'ן, איך ווייס אז יעצט בשעת איך שרייב די שורות רוהט ער נישט (און ארבעט יעצט אויף א גרויסען דאקטער), און רוב פון זיינע קרבנות פיקט ער אויף פון סייטס וואס אונזער פילטערס וואלטען א דורך געלאזט.

למסכנא, אפשר א פילטער אויף אפיקורסות ממש איז דא, אבער עס קען נישט זיין אויף סייטס וואס זעהט אויבען אויף צו זיין ערליך אבער איז פיל מיט גיפט און דעות כוזבות וואס דער סוף דבר פירט עס (אדער איינער דארט פירט אים) לבאר שחת. דער גרינגע קאנעקשען מיט געלערענטע רשעים איז דער אמת'ע סכנה פון דער אינטערנעט, נאך א סאך מער ווי די שמוץ.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג מאי 10, 2012 6:07 pm, פאראכטן געווארן 9 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:44 pm

קען מיך איינער מסביר זיין וואס מען גייט טוהן אויב ס'גייט רעגענען? עס איז דאך א אפענע פלאץ.....

גייט מען שטיין מיט שירעמעס?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג מאי 10, 2012 4:59 pm

דורך derech eretz » דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:29 am



msp האט געשריבן:געזעהן אז אין קרית יואל געווען אנ'אסיפה ווי איינער פון די קאשויער רבנים האט געטענה'ט אז סאטמארע אידען דארפען נישט גיין

יא, ר' שמחה ישראל, ווייל מ'האט עס נישט געזען ביי די עלטערן.
אגב, זיין ברודער ר' אליעזר חיים האט געענטפערט פאר א שואל אז ער וויל נישט זאגן יא צו ניין, ער האלט אז ס'איז א גוטע זאך, אבער ער קען עם נישט הייסן גיין ווייל ער ווייסט נישט וואס מ'גייט רעדן דארט

דעם אינטערנעט האבן זיינע עלטערן יא געהאט ? טעלעפאן ? סעלפאון ? קאמפיוטער ?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג מאי 10, 2012 5:08 pm

גלות אמעריקא האט געשריבן:קען מיך איינער מסביר זיין וואס מען גייט טוהן אויב ס'גייט רעגענען? עס איז דאך א אפענע פלאץ.....

גייט מען שטיין מיט שירעמעס?

מן הסתם
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג מאי 10, 2012 5:13 pm

גלות אמעריקא האט געשריבן:גייט מען שטיין מיט שירעמעס?


נאר ווער עס האט נישט קיין טיקעט, ווער עס האט יא גייט זיצן מיטן שירעם
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מאי 10, 2012 5:19 pm

אבער א מעיל. בעגס פון פארשידענע גראסעריס ווי אויך די בעגס מיט די רויטע הארצעלע איי לאוו ניו יארק, וועט זיין צו באקומען.

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דאנארשטאג מאי 10, 2012 5:40 pm

farshlufen האט געשריבן:
היימישער איד האט געשריבן:תשובה פון הרה"ג אפרים הערש שמילאוויטש שליט"א אב"ד קרעמניץ ווימ"ס בנושא. מ'קען עס זעהן דא

ווער האט אים פארקויפט אז איז דא א פילטער פאר אפיקורסות?


ער שרייבט דאך קלאר פון וואס ער רעדט. ער זאגט נישט אז עס איז פאראן א כלליות'דיגער פילטער וואס פילטערט אפיקורסת, ער זאגט בלויז אז ווער עס 'וויל' האבן אן אינטערנעט געפילטערט פון אפיקורסת אויך האט די מעגליכקייט דערצו. והוא, אז יעדער יחיד קען זיך פארלאנגען אז מ'זאל אים אלעס פילטערן א חוץ וואס ער דארף פאר פרנסה. און אנדערע ווערטער אז ווער עס דארף עס פאר פרנסה, זאל זיך מאכן א "ווייט ליסט" און אלץ איבעריג זאל אים זיין געבלאקט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 10, 2012 6:13 pm

ליפשיץ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
היימישער איד האט געשריבן:תשובה פון הרה"ג אפרים הערש שמילאוויטש שליט"א אב"ד קרעמניץ ווימ"ס בנושא. מ'קען עס זעהן דא

ווער האט אים פארקויפט אז איז דא א פילטער פאר אפיקורסות?

ער שרייבט דאך קלאר פון וואס ער רעדט. ער זאגט נישט אז עס איז פאראן א כלליות'דיגער פילטער וואס פילטערט אפיקורסת, ער זאגט בלויז אז ווער עס 'וויל' האבן אן אינטערנעט געפילטערט פון אפיקורסת אויך האט די מעגליכקייט דערצו. והוא, אז יעדער יחיד קען זיך פארלאנגען אז מ'זאל אים אלעס פילטערן א חוץ וואס ער דארף פאר פרנסה. און אנדערע ווערטער אז ווער עס דארף עס פאר פרנסה, זאל זיך מאכן א "ווייט ליסט" און אלץ איבעריג זאל אים זיין געבלאקט.

וויפיל מענטשען (ערליכע אידען) קענט איר וואס וועלען מסכים געווען אז ביים ארבעט זאלען זיי נאר האבען א ווייט ליסט פון געציילטע סייטס וואס זיי מוזען האבען פאר פרנסה? וועט אייוועלט אויך זיין אויף דער ליסט? ווי מאכט מען דער ליין?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג מאי 10, 2012 6:15 pm

דער קרעניצער שרייבט א תשובה מיט א גדל'ישן טעם כאחד הקדמונים, אודה ולא אבוש דער האט מיך איבערגעדרייט.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג מאי 10, 2012 7:18 pm

איז אמת אז ס'איז אין פלאן צו מטלטל זיין דע ספר תורה הגאון האדיר מרא דכולא תלמודא רבי חיים קניבסקי שליט"א עמו"ש?

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג מאי 10, 2012 7:25 pm

יהיה כן האט געשריבן:איז אמת אז ס'איז אין פלאן צו מטלטל זיין דע ספר תורה הגאון האדיר מרא דכולא תלמודא רבי חיים קניבסקי שליט"א עמו"ש?

נישט קראנט...:

לדברי אנשי ביתו של הגראי"ל שטיינמן, המשגיח דיווח על ההכנות לכנס וביקש מהגראי"ל להגיע לנאום. במהלך השיחה הועלתה ההצעה שהגראי"ל יגיע במטוס פרטי, מה שיקל עליו את טלטולי הדרך.

גם בביתו של הגר"ח קנייבסקי העלה המשגיח את ההצעה וההזמנה, לפיה יטוס הגר"ח להשתתף בכנס. ל'בחדרי חרדים' נודע, כי הגר"ח לא שלל את הרעיון, והוא שוקל את האפשרות לקיים נסיעה היסטורית לארה"ב, בפרט לאחר ששמע מהגר"מ סלומון, כי בואו עשוי למשוך עוד רבבות משתתפים, וכי אם ישיב בחיוב, כנראה ישכרו אולמות נוספים לצורך שידור האירוע.

בחדרי חרדים
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:21 pm

האדמו"ר מהרי"י האט יעצט ביים ל"ג בעומר טיש גערעדט זייער ווארעם בנוגע דעם כינוס אין צווישען אנדערע געזאגט אז " איך מיין אז ס'איז א זכיה פאר ווער ס'וועט זיך משתתף זיין"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:25 pm

האט ער בארירט די נושא פון התחברות ?
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובהדורך גובערנאטור » דאנארשטאג מאי 10, 2012 10:17 pm

ב"ה ווי א טאג נענטער צום כינוס ווערט דער עולם ווארעמער און ווארעמער,
אסאך רבנים וואס האבן אנפאנג געהאט חששות און ספיקות האבן זיך צום סוף בארעכענט אנצוווארעמען זייער עולם,
אפילו ביי פארשידענע ניקס דא זעהט מען א גרויסע שינוי,
אולי יתן ה' וירחם על עמו.
(מ'על מיר נישט זיין בייז אויב משיח עט זיך געבן א ריק אן צום כינוס...)

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג מאי 10, 2012 10:21 pm

ער מעג קומען פריער.

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג מאי 10, 2012 11:19 pm

ים רויבער האט געשריבן:האדמו"ר מהרי"י האט יעצט ביים ל"ג בעומר טיש גערעדט זייער ווארעם בנוגע דעם כינוס אין צווישען אנדערע געזאגט אז " איך מיין אז ס'איז א זכיה פאר ווער ס'וועט זיך משתתף זיין"


נאכן טיש זענען געשטאנען עסקנים ביי אלע ארויסגענג און פארקויפט טיקעטס פארן ציבור.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » דאנארשטאג מאי 10, 2012 11:21 pm

שטייסטענישט האט געשריבן:כ'האב געהערט פון חברה אינסיידערס, אז אדמו"ר מהר"יי גייט (מעגליך) רעדן ביים ל"ג בעומר טיש און הייסן דעם עולם צו גיין צום כינוס.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

חכם צבי
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

תגובהדורך חכם צבי » פרייטאג מאי 11, 2012 1:41 am

שאלות ותשובות בכל עניני הכינוס עם הרה"ג ר' משה גרין שליט"א
ראש ישיבה דמאנסי
צוגעלייגטע
גוי קדוש.pdf
שאלות ותשובות בכל עניני הכינוס עם הרה"ג ר' משה גרין שליט"א
(158.38 KiB) דאונלאודעד 150 מאל

חכם צבי
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

תגובהדורך חכם צבי » פרייטאג מאי 11, 2012 1:57 am

קונטרס מה זה ועל מה זה

http://freepdfhosting.com/d8407536eb.pdf

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » פרייטאג מאי 11, 2012 3:34 am

מאנ-יימער האט געשריבן:אפשר זאלן די חלק פרויען פון די 300 אינדרויסן גיין צו די זאלן ווי די פרויען גייען מיטהאלן לייוו דערנאך ווען זייער פינטעלע אידענע צופלאקערט זיך וועלן זיי דארט אריינגיין און מקבל זיין אויף זיך עול מלכות שמים.


איז דאס שוין א קלארער באשטעטיגטער זאך אז עס גייט זיין זאלען װי פרויען װעלען קענען מיטהאלטען?

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » פרייטאג מאי 11, 2012 3:56 am

שכוח מאשקאוויטש וכדומה פאר'ן אפדעיטען דעם עולם...

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » פרייטאג מאי 11, 2012 4:42 am

SPUSMN האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
היימישער איד האט געשריבן:תשובה פון הרה"ג אפרים הערש שמילאוויטש שליט"א אב"ד קרעמניץ ווימ"ס בנושא. מ'קען עס זעהן דא

ווער האט אים פארקויפט אז איז דא א פילטער פאר אפיקורסות?

ער שרייבט דאך קלאר פון וואס ער רעדט. ער זאגט נישט אז עס איז פאראן א כלליות'דיגער פילטער וואס פילטערט אפיקורסת, ער זאגט בלויז אז ווער עס 'וויל' האבן אן אינטערנעט געפילטערט פון אפיקורסת אויך האט די מעגליכקייט דערצו. והוא, אז יעדער יחיד קען זיך פארלאנגען אז מ'זאל אים אלעס פילטערן א חוץ וואס ער דארף פאר פרנסה. און אנדערע ווערטער אז ווער עס דארף עס פאר פרנסה, זאל זיך מאכן א "ווייט ליסט" און אלץ איבעריג זאל אים זיין געבלאקט.

וויפיל מענטשען (ערליכע אידען) קענט איר וואס וועלען מסכים געווען אז ביים ארבעט זאלען זיי נאר האבען א ווייט ליסט פון געציילטע סייטס וואס זיי מוזען האבען פאר פרנסה? וועט אייוועלט אויך זיין אויף דער ליסט? ווי מאכט מען דער ליין?


איך װייס נישט װאס איר װילט. איך האב לעת עתה ״קעי ניין״ װי די װייט ליסט קענסט די אויך אויסשטעלען אויף קאטגאריעס למשל סייטס װאס זענען קאטאגעזירט אלס ביזנעס/מעדיציען א,ד.ג. קענסט די לאזען אפען ,אלע בלאגס , פארומס, נייעס זענען פארמאכט(דאס זענען געװענלעך די אפּיקורסשע פּלעצער (מקען אייביג מאכען א אויסנאם) (אבער עס זענען דא אן א שיעור אופנים עס אויסצושטעלען אין און יעדער קאטגאריע קענסט די מאכען א אויסנאם (סיי אויף אפען סיי אויף פארמאכט) בקיצור יעדער קען עס קאסטימייזען װי ער װיל. איך קען נאך היבש סירטשען אויף גוגעל װאס עס פעלט מיר אויס אין איך פיל בכלל נישט װי עס פעלט מיר עפעס. (אויב מאכט זיך אז מען דארף עפענט מען יענער סייט אויך וכדו׳)
(ב.ד.װ. אונז זעמיר שוין היבש פארגרעבט פון זיך דרייען אן ליין און מען װיינט שוין אז מען ״מוז״ האבען ״נאך״ סייטס. למשל װאלטען מיר געקויפט דער טיימס אדער איינער פון די אנדערע גוישע צייטונגען?? (איך מיין און װילי.קען מען עס דאך נאר קריגען אינדרויסען פון געגענט) אבער דא אנליין טראכטען רוב מענטשען נישט קיין איינס נא מה שנה???
אין די װאס טענהן מילאװיץ און צאמקומען מיט נישט אזעלכע פרומע ועוד, אויב כאפּען זיי בליקען און היידפּארק, בלאגס, װאס איז נייעס, דראדז ריפארט, צייטונגען אין אן א שיעור אנדרע זאכען (אפילו נאר ״איינער״ פון דיע) זענען זיי נישט סתם אפּגעפרעגט, נאר זייער גאנצער ״נארמאלקייט״ איז אויף א פראגע צייכען!!!

צום שלוס, עלעך ברענגען א מעשה פון פריערדיגע באבובער רב ז״ל (מהר״ש), װאס איך האב געהערט פון איינער װאס האט עס מיטגעהאלטען.
אז און די ערשטע יארען על אדמת אמעריקע, אפשר און קראון הייטס, אדער גאר נאך און די װעסטסייד, האט דער מהר״ש אמאל געזען און ביהמ״ד אז מען האט געקויפט א נייע סעט משניות- װאס האט אויך געהאט א פּירוש װאס מען האט אינדערהיים ביי אונזערע אידען נישט אריינגעקיקט- (מען האט עס שוין לאנג געכשרט...) װען ער האט עס געזען האט ער געזאגט פ.װ. האט מען געדארפט קויפען די משניות ? ״איך קען עס נישט הייסען ארויסװארפען... װייל מען ליינט דאך דעם ״מארגען דשורנאל״״... (פארגייער פינעם אלגעמיינעם דשורנאל װאס האט געהאט שרייבערס װייט פון אונזער השקפה מילד גערעדט...) אבער אז מען האט שוין געקויפט פארװאס האט מען געדארפט דאס קויפען.. ע״כ המעשה והמבין יבין

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג מאי 11, 2012 6:23 am

SPUSMN האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
היימישער איד האט געשריבן:תשובה פון הרה"ג אפרים הערש שמילאוויטש שליט"א אב"ד קרעמניץ ווימ"ס בנושא. מ'קען עס זעהן דא

ווער האט אים פארקויפט אז איז דא א פילטער פאר אפיקורסות?

ער שרייבט דאך קלאר פון וואס ער רעדט. ער זאגט נישט אז עס איז פאראן א כלליות'דיגער פילטער וואס פילטערט אפיקורסת, ער זאגט בלויז אז ווער עס 'וויל' האבן אן אינטערנעט געפילטערט פון אפיקורסת אויך האט די מעגליכקייט דערצו. והוא, אז יעדער יחיד קען זיך פארלאנגען אז מ'זאל אים אלעס פילטערן א חוץ וואס ער דארף פאר פרנסה. און אנדערע ווערטער אז ווער עס דארף עס פאר פרנסה, זאל זיך מאכן א "ווייט ליסט" און אלץ איבעריג זאל אים זיין געבלאקט.

וויפיל מענטשען (ערליכע אידען) קענט איר וואס וועלען מסכים געווען אז ביים ארבעט זאלען זיי נאר האבען א ווייט ליסט פון געציילטע סייטס וואס זיי מוזען האבען פאר פרנסה? וועט אייוועלט אויך זיין אויף דער ליסט? ווי מאכט מען דער ליין?

דאס האט געשריבן דער זעלבער וואס פארארבעט מעשים לטובת די כינוס? אתמהה.

די עסקני הכינוס פארשפרעכן (אינעם קונטרס מה זה ועל מה זה) אז נאכן כינוס גייט ווערן די עמטליכע סטאנדארט ביי ערליכע אידן אז אינטערנעט איז נאר מותר בדיעבד גדול ווען מען ברויך דאס פאר ביזנעס, און גארנישט עפעס אנדערש, אויב נישט איז מען נישט קיין חלק פון כלל ישראל. דאס מיינט אז אלעס וועט מוזן זיין אפגעשפארט חוץ די סייטס וואס פעלן אויס פאר די ביזנעס.

(צו דמיונ'ען אביסל ווייטער, מעגליך אז מען וועט אויסשטעלן אזא געדאנק ווי א ווייט ליסט, די נייעס, אינטערעמענט, בילדער, ווידעאו סייטס און סתם פארומס און בלאגס וכדומה וועלן בשו"א נישט ווערן געעפנט, בלויז דאס וואס קען גענוצט ווערן פאר ביזנעס וועט ווערן געעפנט לויט די פארלאנג און לויט די איינזעהעניש פון די וועד, די אויפטו וועט זיין אז דאס וועט געפירט ווערן דורך היימישע אידן און סיי וועלכע סייט מען וועט ווילן עפענען וועט מען מוזן בעטן [בעל פה, נישט בכתב/אימעיל להגדיל הבושה] פון א היימישע איד, ממילא וועט מען ווייניגער פארלאנגען און מען וועט אויך מוזן געבן דין וחשבון פארוואס מען דארף די סייט אפן, ויקץ והנה חלום).

איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס די כינוס גייט אויפטוהן, אבער אויב גייט דאס טאקע געשעהן דאן האט זיך אלעס געלוינט, אבער אויב נישט איז א שאד די גאנצע געלט און ארבעט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: alpinest, dim, Google [Bot], א גוטן, בן הצעיר, לעימך, ראש חדשים, שאבעלע, שואלכענין און 93 געסט