ווינקל האט געשריבן:אלוועלטליכער איד; זעהר שיינע הערליכע ארבעט. דער ענגלישער רעיון פונם מחנך האט שוין איינער געלינקט אויבן.
איין זאך האב איך דיר נאר געוואלט זאגן, איך ווייס נישט וואו דו ביסט אויפגעוואקסן, ווייל ביי "אונז" פאקט מען יא אריין מוסר און חסידות, מעגליך מען ברויך שטאפן מער פון דעם, אבער מיר האלטן ווייט פון זאגן אז מיר זענען מחנך אונזערע קינדער ווי ראבאטן.
געהערט א גוט ווארט דעם שבת, אויף דעם צו נוצן רעיון פאר א לעזונג קייגן די אינטערנעץ. ס'איז באקאנט פונם צעטל קטן אז אויסארבעטן א מדה ברויך מען 40 טאג זיך צווינגן צו טאן די זאך, דאן ווערט עס טבע שני. וואס טוט מען שבת נאכמיטאג די קינדער האלטן זיך נישט ביים צולאנען? אנהייבן א פראגראם פון 40 טאג...? די אינטערוועש ברענט יעדן טאג, ביז מען וועט פיל ווערן מיט גענוג יר"ש, קען מען פארברענט ווערן פון די אש זרה.
ר׳ אלװעלטליכער איר האט גענומען דעם בריף פין דעם ״מחנך״ אין עס פארװאסערט פון אלע זייטען צולייגענדיג די חב״דסקער השקפה אין אויך א בריף פין מהרי״ץ זצ״ל.
דערװייל איך װייס נישט צו איר האט באמערקט, אבער עס פארט זיך נישט אזוי גיט צוזאמען, בפרט דער מכתב פינעם מהרי״צ מיט יענעמס מהלך זעט אויס מער סתירה׳דיג װי גלייך..