כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 07, 2012 7:04 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:ענק האבן נישט פארשטאנען די נקודה פון שיף
די נקודה איז אז ווען מען גייט שיסן די לעצטע קויל דארף עס זיין גיט און אויסגערעכענט, און אויב נישט דערלייגט מען, דעריבער דארפן ווען די ארגאנאזירערס זיין מיט די קאפ אויפן פלאץ און ווען איינער שיקט זיי אפאר געדאנקען און זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג איבער א וואך איז עס א שטארקע ריעותא, און בכלל האט ער א טענה אויף וואס פארא סארט מענטשן זענען אונטער דעם און ער טענה'עט אז די ראשי קהלה קען מען נישט ניצן פאר דעם ווייל זיי פארשטייען נישט דערצו.
וואס אויף די לעצטע טענה קען מען זיך דינגען אז נאר די בילד ווייזט מען פאר די פאבליק

מען האט גיט פארשטאנען, און אויף דעם גענטפערט, אז מען האט נישט קיין ברירה אזוי טענה'ן די עסקנים, זאגט שיף אז עס איז נישט אזוי, נא וועלמער ווארטן א וואך.

מען רעדט פון די נושא פארוואס הערן זיי נישט אויס יענעם און בכלל לויט ווי עס קוקט אויס האבן זיי גארנישט מחדש געווען, אינדערצייט וואס
1) פאר קעיבל איז נישט דא קיין פילטערס
2) רוב פאונס איז נישט דא קיין געהעריגע פילטער

במילא איז די טענה אז ווען די שיסט דעם קויל און א צוויי יאר ארום גייט זיין א פילטער פאר די פאונס איז עס א דיזעסטער

איך האב מיך באצויגען צו דעם חלק וואס איך האב געמאכט באלד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 07, 2012 7:05 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:סאררי, הרב לכתחילה, עס האט מיר אויסגעזען ווי מען גייט שיסן דעם לעצטן קויל מתוך יאוש.

א איד טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין, און אוודאי אין מלחמת היצר.

און אגב, מיר שיסן נישט דעם לעצטן קויל! דער באשעפער האט נאך נישט אויסגעליידיגט אונזער ארסענאל פון קוילן, ווייל ווען יא, קען ער אונז אהיימרופן.

גיט געזאגט און חומר למחשבה.

איז אלזא וואלט איך עס אנגערופען אנדערש, נישט דאס לעצטע קויל, נאר דאס לעצטע מעגע וואפען און אונזער ארסינאל, און אויב דאס ח"ו געלונגט נישט איז פשטות האבען מיר שוין מער נישט אן אנדער נוקליארע וואפען צו שעכטען דער יצרו של האיטערנעט, און מהיום והלאה everyone is on his own, זיך צו שלאגען מיט פשוטע קוילען קעגען דער מעכטיגער יצר הרע וואס הייסט אינטערנעטס, וכשמו כן הוא, אן א פילטער איז עס א poisonous spider וואס שטייט שטיל פון דער ווייטענס ווארטענדיג to run circles ארום זיין נעקסטען קרבן, און פאר מען זעהט זיך ארום ווי מען איז, איז שוין צו שפעט, מען איז שוין געכאפט און זיין נעץ, דער שפין לויפט צו און מאכט א מכה בפטיש און זיין קרבן איז פערטיג FOREVER.

דער באבובער רב זי"ע דער מהר"ש השני האט געזאגט אז כלל ישראל האט א הבטחה פון דער רבונו של עולם אז נצח ישראל לא ישקר אז עס וועט אייביג זיין א אידיש פאלק, און אייביג א הייליג אידיש פאלק; אבער קיין איין יחיד האט נישט קיין גאראנטיע אז דער future פון כלל ישראל וועט דייקא זיין פון אים. איז אויף דעם דארף יעדער יחיד מתפלל זיין אז כלל ישראל זאל זיך ווייטער צוהען דורך מיר אויך.

איז ממילא, אוודאי האט דער באשעפער נאך נישט אויסגעליידיגט אונזער ארסענאל פון קוילן, ווייל ווען יא, קען ער אונז טאקע אהיימרופן, אבער דאס איז נאר בכללות, געזאגט געווארען כלפי כלל ישראל as a whole, אבער דאס קען אבער נישט געזאגט ווערען פאר יעדען יחיד; פאר טויזענטער היימישע אידען איז דאס אפשר יא דער לעצטע קויל פאר זיי קענען זאגען קדיש אויף זיך און אויף זייערע ווייטערע דורות, און דער כינוס הבא איז זייער לעצטער טשאנס. גדולי ישראל שרייען מי לה' אלי, איז שטייט מען נישט אזוי גלייך גילטיג אז נישט מיר האט מען געמיינט; יא דיר האט מען טאקע געמיינט, און ווי דער וויענער רב האט געזאגט אל תאמן בעצמך קיינער איז נאך נישט פארזיכערט מיט זיך און אוודאי נישט אז מען וועט בכלל האבען נאך זיך אידישע דורות.

דער גמרא זאגט כיון שעבר אדם רוב שנותיו ולא חטא שוב אינו חוטא, אויב מען דערגרייכט 36 יאר און מען איז נישט א בעל עבירה, וועט מען שוין אזוי בלייבען אן ערליכער איד. דער וועלט זאגט אז דער עפעלע פאלט נישט ווייט פון בוים, זאגט מען נאך פון קאצקער אז דאס איז נאר ווען עס איז נישט דא א ווינט. היינט צו טאגס דינערט און בליצט, און עפעלעך (אונזערע היימישע עפעלעך) פאלען נעבעך ווייט ווייט אוועק פון בוים, און עס שטעלט זיך אפילו דארט נישט אפ, א שטורעם קומט און טראגט עס ווייטער און ווייטער. היינט צו טאג און דער קלימאט וואס מיר לעבען און, איז דא אידען וואס נישט רוב שנותיו זענען זיי געווען בלא חטא, נאר כל שנותיו זענען זיי געווען בלא חטא, זיי זענען שוין זיבעציג יאר אלט ווען זיי ווערען פארכאפט אונעם נעץ און הייבען אן נעבאך צו ווערען בעלי עבירה. און אזא מצב, איז נישט קלוג צו זיין אן אויבער חכם און פארפאסען דאס לעצטער טשאנס פאר זיך אדער פאר א צווייטען. דאס איז זיכער אז טעכנעלאגיע רוהט נישט, איז דאס ווינציגסטע וואס מיר קענען טוהן, איז זיך צאם נעמען כאיש אחד ובלב אחד און בעהטען און שרייען צום באשעפער פאר א ישועה.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מאי 07, 2012 8:34 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג מאי 07, 2012 7:14 pm

ווינקל האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:כדי צו קענען אנפולען נאך זעכציג בלעטער אין דעם אשכול, לאמיר טראכטן די גאנצע קומענדיגע וואך וואספארא געווער מיסטער שיף פארמאגט אין זיין ארסענעל' וואס די עסקנים האבן נאכנישט געטראכט דערפון.

  • סתם א פילטער קען דאך נישט זיין - ס'דאך שוין דא דזשעי-נעט.
  • א ווייט ליסט אויך נישט - ס'דאך שוין דא ישיבה-נעט.
  • וועב חבר/עין רואה - איז דאך שוין אויך דא.
  • אן אידישע אינטערנעט פראוויידער - הממ... סאונד גוט, אבער איך גיב שוואכע שאנסן דאס זאל געלונגען.
נו, וואס יא?

גראדע דעם מוצאי שבת געהאט א שמועס מיט איינעם (שיף איז זיין פעסוואדנים? מעגליך), און יענער האט געהאט גאנץ א גוטן חידוש בענין זה. ער האלט אינמיטן ארבעטן מיט מענטשן וואס דאס דארף קאסטן אויפצוסעטן, דערנאך קומט ער ארויס פובליק.

איך פארשטיי נישט. פאר ער סעט עס נישט אויף איז עס א סוד? פארוואס קענסטו אונז נישט זאגן די חידוש? און צו ארבעט ער מיט עסקנים? ווי איך הער איז איינער דרו, א גרויסע טעקנישאן פון לעיקוואוד אינוואלווד אין די לאחר-המעשה דעטאלן פונעם מסיבה און ווי איך פארשטיי גייען זיינע פלענער אז מ'גייט מאכן כמו-דזשעינעט פילטערס בחנם. איז אויב דיין חבר ארבעט אויך אויף א פלאן, זאג אים ער זאל אנרופן דעם דרו כדי מ'זאל נישט ארבעטן דאפעלט.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 07, 2012 7:34 pm

אמשטרדם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:נאך א שטיקעל היסטאריע פון התבדלות צווישען ספרדים און ספרדים אליין. און רנ"ב איז געווען דער גירוש שפאניע, אבער עס האט געהאט און זיך א silver lining; מען האט געגעבען די ברירה צו פארלאזען שפאניע און זיך נישט דארפען רח"ל שמד'ן, אבער מיטען תנאי אז מען לאזט איבער אלע האב און גיטס און מען גייט ארויס בעירום וחוסר כל. פונדעסטוועגען זענען געווען איבער דריי הונדערעט טויזענט אידען וואס האבען במסירות נפש אויס געקליבען צו ענדערש אלעס פארלירען און ארויס גיין מארץ מולדתם בעירום וחוסר כל כדי צו קענען בלייבען ערליכע אידען. דאס זענען געווען די ערליכסטע פון די ערליכסטע אידען. א טייל האבען פארלאזט דורכען ים וואס פון זיי איז א גרויס טייל איין געזינקען אדער פארקויפט געווארען פאר קנעכט נישט האבענדיג קיין געלט צו באצאלען פאר די שיפען וואס האבען זיי געפירט אדער פאר די פיראטען וואס האבען זיי פארכאפט, א טייל זענען געגאנגען צו אנדערע לענדער דורך די יבשה אדער מדבריות און אויס געשטארבען אויף דער וועג, און א גרויסער טייל איז אנגעקומען צו דערנעביגען רייכען פורטוגאל.

דארט האבען געוואוינט זייערע רייכע ברידער, האט פורטוגאל געמאלדען אז מען וועט מוזען באצאלען פאר א יעדער איד פון שפאניע וואס וויל דארט בלייבען א פאר גילדען (געדענק נישט אויפען מומענט ווי די געלט האט געהייסען), איז האבענדיג גארנישט מיט זיך האבען זיי דאך געמוזט אנקומען צו זייערע רייכע ברודער פון פורטוגאל וואס האבען זיך אנטזאגט פון געבען פאר זייערטוועגען אזא סומע געלט.

האט דער קעניג פון פורטוגעל געזאגט, אזוי? עטץ האט נישט רחמנות אויף ענקערע אייגענע ברודער? איז און שנת רנ"ח ווען דער קעניג פון פורטוגאל איז געווארען אן איידעם ביים קעניג פרעדינאנד פון שפאניע אויף דער תנאי אז ער וועט אויך ארויס טרייבען די אידען פון זיין לאנד, האט ער שוין מער נישט געגעבען די ברירה, ער האט אויס גערופען אז א יעדער איד מוז זיך רח"ל שמד'ן און אויב נישט וועט אים דערגרייכען די מערדערישע הענט פון די אינקוויזיציע. דאס איז געווען התבדלות פון די פורטוגעזישע ספרדים און זייערע ערליכע ברודער די שפאנישע ספרדים.

לויט ווי איך געדענק האט דון יצחק אברבנאל - וועם די שפאנישע קייזער האט ערלויבט צו בלייבן אין לאנד, און ער האט דאס אפגעווארפן, און ער איז געווען בארעכטיגט מיטצונעמען זיין פארמעגן - אויסגעצאלט דאס גאנצער געלד, פאר זיינע ברודער.

דער אברבנאל איז נישט געגאנגען קיין פורטוגאל ווייל ער איז דאך אנטלאפען 9 יאר פריער פון דארט צוליב א בלבול אז ער האט געהאט א יד און וועלען הרג'נען דער קעניג דארטען. (עס ווינדערט מיר טאקע יעצט וויאזוי נאכען שידוך צווישען שפאניע און פורטוגאל האט ער נאך געקענט בלייבען יועץ (און פונאנס מיניסטער) פון פרעדינאנד און איזבעללע ימ"ש). איז אלזא מען האט אים געלאזט בלייבען, אבער איז געגאנגען קיין
נאפולי (kingdom of Naples), און געווארען דארט יועץ פון דער דארטיגע קעניג אויך א פערדינאנד. ווען נאפולי איז איין גענומען געווארען דורך די פראנצויזען האט ער פארלאזט נאפולי צוזאמען מיטען קעניג און געוואנדערט דורך איטליע ביז ער האט זיך צון סוף באזעצט און ווינעציע ווי ער איז נפטר געווארען און שנת רס"ח און מען האט אים קובר געווען און פאדאווא לעבען דער מהר"י מינץ וואס איז נפטר געווארען א יאר פריער.

די געלט וואס איר רעדט, איז צוויי מאל האט ער פרובירט אפצושרייען דער גזירה מיט געלט. פארען גירוש האט ער גע'אפערט פאר פערדינאנד 30,000 גאלדענע דוקאטען אויב ער צוהט צוריק דער גירוש, און שפעטער שוין און ווינעציע זייענדיג דארט א דיפלאמאט צו פאר האנדלען צווישען די איטאליענער און שפאניע, האט ער גע'אפערט 600,000 זילבערנע קראהנען אויב שפאניע צוהט צוריק דער גירוש. רוב וואס איך שרייב דא שרייבט דער אברבנאל אליין און זיינע הקדמות. עס איז אינטרעסאנט אז עס איז שיעור געלונגען פאר די אידען און שפאניע (אויך פאר געלט) צו אוועק לייגען דער הויפט אינקוויזיטאר טורקעמאדע ימש"ו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 07, 2012 7:59 pm

שטייסטענישט האט געשריבן:יוחנן שיף

די חשובע רבנים ועסקנים וואס ארבעטן כל כלו לשם שמים געבן זיך אוועק פאר דעם ענין און פרובירן פארשידענע מיטלען און מעטאדן “אויסצוראטן” דעם אינטערנעט פראבלעם און גאנץ לעצטענס איז מען אויפגעקומען מיט א געדאנק, א טאקטיק וואס קוקט אויס ווי א “לעצטע מיטל”, א זאך וואס אין כדוגמתו אין די קורות הדורות פון כלל ישראל, נעמליך, מען וועט צוזאמרופן גאנץ כלל ישראל אל מקום אחד און דארט וועט מען מתריע זיין כלפי שמיא און קבל עולם ומלואה איבער דעם ביטערן פראבלעם, מען וועט אויפטרייסלען דעם דעת הקהל, אויפקלערן כי בנפשנו ובנפש בננו הוא, און אזוי איז צום האפן אז דער ציבור וועט באגרייפען דעם עומק הפראבלעם, עד היכן הדברים מגיעים.

עס איז א זייער פיינער ארטיקעל און חומר למחשבה, עס איז דא א סאך צו שמועסען איבער די גוט ארויס געברענגטע פונקטען פונעם ארטיקעל. איך וויל נאר אויך צו ברענגען וואס מען האט דא נאך געזאגט פונעם וויענער רב וואס דער ציל פון כינוס "כלל ישראל" איז:
מענטשן פרעגן פארוואס מקען נישט מאכן אז יעדער רב זאל רעדן ביי זיך אין בהמ"ד?
זאגט ער מיט א משל פארוואס יעדער פארשטייט אין מען פרעגט נישט די רעגירונג פארוואס זיי קענען נישט בויען אפאר קליינע בנינים?? פארוואס פעלט אויס אזאלעכע גרויסע הויעכע בנינים ווי דער עמפייער סטעט??
נאר יעדער פארשטייט אז דאס איז די תועלת אז יעדער וואס קימט נאר אמאל אין אמעריקע ווייסט אז ער קען נישט אוועק פארן אן כאפן א בילד פין אזא פלאץ, אזוי אויך דא יעדער וואס איז א איד זאל וויסן אין געדענקן אז א איד מיט טריפה אינטערנעט איז קיין איד נישט,
זאגט ער אז א אזא גרויסע עולם וועט מאכן א רושם אויפן מענטש אין וועט בלייבן איינגעקריצט אויף יארן די מראה ווי אלע גדולי ישראל זיצען ציזאמען נאר צי ראטעווען די דורות, אין ער זאגט אז בלי שום ספק בלייבט אזא מעמד איינגעקריצט אינעם זכרון אויף יארן.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מאי 07, 2012 8:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 07, 2012 8:07 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:נאך א מזל פאר די אסיפה, ווען נישט וואלט הרב שיף (און אלע אנדערע וואס האבן גוטע עצות) מיטגענומען מיט זיך די אלע עצות נאך די הונדרעט און צוואנציג, א דאנק פארן אסיפה וועלן מיר זוכה זיין צו הערן די סודות.

גיט געזאגט, מיר זעהן שוין ב"ה פירות איידער דער כינוס האט זיך אפילו אנגעהויבען. הימעל און ערד רעדען פון דער כינוס, און עס האט שוין אריין געברענגט א שינוי לטובה און דער צוגאנג פון מענטשען צום גאנצען נושא וואס ביז היינט האט מען גערעדט צום וואנט. און מי יתן אז עס זאל איינעם טאקע איין פאלען עפעס מעכטיג. רבותי put on your thinking caps.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג מאי 07, 2012 8:32 pm

אז זיי האבען אים נישט געוואלט ענטפערען מאכט מיך אנפאנגען צי טראכטען שלעכטע מחשבות

אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

תגובהדורך אשר ווילבער » מאנטאג מאי 07, 2012 8:41 pm

לוט, אין די גוטע צייטן איז נישט געוועהן אזוי שיכור ווי אסאך פון די חברה דא.

שאפראנע רב זצ"ל איז געוועהן א גרויסע קנאי, און א גרויסע חסיד פון די רבי זי"ע (סאטמער) און ער האט אמאל געזאגט, אז די סאטמעריזעם האט אויך א שמעק פון ציונות, קיינער זאל מיך נישט שיסן, נישט מיט די לעצטע קויל און נישט מיט די זיביעטע,

ער האט געמיינט צו זאגען, אז דעיס אז מ'ווייסט נישט ווי איין ווי אויס און אויב יענער האלט א טראפ אנדיש ווי דיר איזער דער עוכר ישראל וואס היטלער איז א רשע פאר'ן עם איבער לאזן.

ס'איז אן אריכות וואס ער האט געמיינט צו זאגען, די איקסטרימקייט וואס די חסידים זענען געוועהן נאך מער ווי די רבי זי"ע האט נישט מיט יודישקייט.

וואס איך מיין צו זאגען, איך האב גארנישט מיט טאלנע אדער א צווייטן, נאר יעדע פרישע נאמען וואס קומט דא ארויף, טאנצן אויף אפאר ציווילדעוועטע יודן מיט קורצע הויזן און לאנגע פיאות, העיייי עריז א אגודיסט א ציוני א עוכר, ער האט געוואלט מאכען א פשרה ביי מציצה, וואס הייסט? צוויי יונגעלייט האבן זיך אויף געשטעלט, און די ווייסט וועכע יונגעלייט? חברה וואס זיצען אויף אינטערנעט רוב טאג... הערויף מיט די שטותים.

נאך פאר מ'ווייסט ווער טאלנע רבי איז אדער צו ער וואוינט אין העייטי אדער בארצעלוינע, שרייט מען שוין, פוי.... זיין נאמען האט מען קיינמאל נישט געזעהן אויף סאחדעס צעטלעך, סוי איזער פסול ווי א ערבה אן א עיקץ, אפשר איזער יא א קנאי? אה? יא? אקעי סוי איזער גוט, איים סארי.... אזוי זעהט אויס דא די געשפרעכן.

מ'זוכט דא צו ראטעוון א פראבלעם און טאנץ נישט אויף ווי א ביבער פאר כפרות שעכטן, ווייל ס'אינטרעסירטיך כבוד שמים ווי מיך אינטרעסירט וועלכע בארבער שאפ אבאמא ניצט.

און ח"ו איך מייניש אוועק צו מאכען דו וואס האלטן אז זיי קענען נישט גיין צוליב כבוד בית אבותם, זיי האלטן טאקע אזוי אבער זיי קומען נישט ארויס דערקעגען, (ווי די פאר קורץ קעפיגע וויידלעך וואס מיינען אז אזוי העט מען רעדען פון זיי, גראדע רעדט מען טאקע פון זיי, איז זיי עס יא געלונגען) אדרבא מ'איז עס מחזק, נאר זיי וואס פארטרעטן די עלטערנ'ס פלאץ האט אפשר נישט די פשט זייער אנטייל נעמען.

די אויפשפרינגען אויף יעדע רעדנער/דרשן עריז א משכיל און ער האט מחשבות זרות ביי התרת נדרים אדער מאכט אשר יצר אן א היט, איז שטותים מיט הבל וואס עטס האלט נישט דערביי, נאר אבי זיך צו פילען גוט אז איך נעם מיך נאך אן פאר די שיטה און יענער איז א אויסגעבלאזענע אייער קיך.

און איך ווייס אז מענטשן גייען יעצט אנהייבן מיט קולות. אבער נעמט'ס עס נישט צום הארצן, דארפסט נישט ענפערן, שלינג עס אראפ מיט אסאך וואסער, (געפילטערטע שטייצער) ס'איז נאך א וויץ פון אשר ווילבער.
געטס א שמייכל און ווישט'ס אפ די שפייאכט'ס און טרינקט קוילע.

וואס נאך איז נייעס???
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג מאי 07, 2012 8:51 pm

אשר, ווי האט יענער געזאגט? די גאנצע פרומע התנגדות צום כינוס איז נאר כדי צו מאכן די אויפגעקלערטע שפירן אויפגעקלערט מיטן קומען צום אסיפה, ודפח"ח.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מאנטאג מאי 07, 2012 8:55 pm

אשר ווילבער האט געשריבן:וואס נאך איז נייעס???

עס גייט זיין א כינוס כלל ישרא-ל...
אז סיז גוט איז גוט ;l;p-

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4568
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג מאי 07, 2012 8:57 pm

אשרל דאס מאל איז נישט שייך בכלל צו האלטען אנדערש, אויף העברעאיש [פויייייי] זאגט מען 'כל מילה פנינה'.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 07, 2012 9:07 pm

משנה מקום האט געשריבן:אז זיי האבען אים נישט געוואלט ענטפערען מאכט מיך אנפאנגען צי טראכטען שלעכטע מחשבות

מיר האט עס אויך געבאדערט, אבער אפשר האבען זיי נישט פארשטאנען וואס ער וויל. דאס גייט אריין און די וואס טענה'ן אז בעלי בתים מומחים פארשטייען טעכנילאגיע און איטערנעט בעסער ווי די רבנים.

עס איז זייער האקעל אריין צו רעדען און דעם ענין, און עס וואלט זיך מיר געטרייסעלט די הענט צו שרייבען וועגען דעם, אויב נישט אז מען האט עס שוין דא אראפ געברענגט און עס האט איבער געלאזט מענטשען צומישט. איז לאמיר כאטש עס פרובירען אראפ לייגען ריכטיג.

לאמיר נעמען הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל אלץ א משל. ער האט תשובות אויף ענינים ווי טעכנעלאגיע וואס ער האט נישט געהאט קיין עצם מומחיות און די טעכנאלאגיע דערפון, איז האט ער זיך באראטען מיט זיין איידעם וויאזוי דאס פונקטליך ארבעט און אויף דעם האט ער ארויס געגעבען תשובות הלכה למעשה. וועט איינער קומען זאגען אז וואס דארף מען גיין צו רבי משה פיינשטיין, מען קען דאך גיין צו זייין איידעם וואס איז טאקע נישט אזא גאון אבער ער קען דאך עפעס לערנען, און איז דאך א מומחה און סייענס? קיינער וועט נישט זאגען אזוי. פארוואס? ווייל עס איז דא צוויי חלקים, איינס איז דאס מומחיות און טעכנעלאגיע, און דער צוויטער איז זיין א פוסק, און דער ענדזעניר איז נישט א פוסק, נישט קיין נפקא מינה וויפיל נאבעל פרייזעס ער באקומט פאר פיזיקס.

דאס זעלבע דא. רוב גאוני ארץ ליגען א גאנצע טאג און לערנען און ווייסען נישט ערשט האנט וואס איז דאס אינטערנעט און וואסערע טעכנילאגיע ליגט אונטער דעם, דארפען די וואס ווייסען יא מסביר זיין פאר די פוסקים גאונים ויושבים על מדין וואס דאס איז, און איבער לאזען די עצם פסק הלכה צו די אמתע פוסקים. די מומחים קענען נאר מציע זיין, נישט פסק'נען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג מאי 07, 2012 9:31 pm

SPUSMN האט געשריבן:

די חילוק איז אז די מהות פון אינטערנעט איז זייער שווער מסביר זיין בע"פ משא"כ וויסנשאפטליכע פאקטן. וויפיל איך האב נאר געהערט פון חבירים און באקאנטע וואס איז דאס פעיסבוק און טוויטער האב איך נישט עכט פארשטאנען וואס דאס איז ווי לאנג איך האב עס נישט געזען פון אינעווייניג. איך האב מיך איינגערעדט אז איך ווייס וואס דאס איז, אבער נאר ווען איך האב עס געזען פון אינעווייניג האב איך עס ריכטיג ארויסגעהאט (און דאס זעלבע מיט אינטערנעט בכלליות).
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7060
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מאי 07, 2012 10:00 pm

אשר האט מורא פון קולות, ס'איז קולות פון געלעכטער, אזא שפראך צו האבן, קילט אביסל אפ די געמיטער :lol: :lol: :lol:
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובהדורך גובערנאטור » מאנטאג מאי 07, 2012 10:04 pm

אגב איז מיר אינטרעסאנט פארוואס דער אשכול ליגט אין דעי אפטיילונג
דאס גייט אריין אין גדר פון "אידישע", "וועלטליכע", אדער "נייעס"? איינער ווייסט?...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 07, 2012 10:12 pm

גובערנאטאר, די נייעס איז איז דער מספר הדפים פונעם אשכול..
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג מאי 07, 2012 11:12 pm

בערך א האלבע שעה צוריק האט זיך געענדיגט אן אסיפה אין ראוז קעסטל בעניני חינוך על ידי מוסדות פאפא. פאפער רבי שליט״א האט פארפירט אז טעקסט איז ערגער פון אינטערנעט ווייל אינטערנעט ווייסט יעדער איז א פראבלעם משא״ך טעקסט. בנוגע דעם כינוס האט מען אויפגעפאדערט דעם עולם אז יעדער זאל זיך משתתף זיין ביים כינוס. אינעם זאל איז לכאורה געווען אינעם געגנט א דריי הונדערט אידן בלע״ה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 07, 2012 11:15 pm

SPUSMN האט געשריבן:
שויתי'ניק האט געשריבן:סאררי, הרב לכתחילה, עס האט מיר אויסגעזען ווי מען גייט שיסן דעם לעצטן קויל מתוך יאוש.

א איד טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין, און אוודאי אין מלחמת היצר.

און אגב, מיר שיסן נישט דעם לעצטן קויל! דער באשעפער האט נאך נישט אויסגעליידיגט אונזער ארסענאל פון קוילן, ווייל ווען יא, קען ער אונז אהיימרופן.

גיט געזאגט און חומר למחשבה.

איז אלזא וואלט איך עס אנגערופען אנדערש, נישט דאס לעצטע קויל, נאר דאס לעצטע מעגע וואפען און אונזער ארסינאל, און אויב דאס ח"ו געלונגט נישט איז פשטות האבען מיר שוין מער נישט אן אנדער נוקליארע וואפען צו שעכטען דער יצרו של האיטערנעט, און מהיום והלאה everyone is on his own, זיך צו שלאגען מיט פשוטע קוילען קעגען דער מעכטיגער יצר הרע וואס הייסט אינטערנעטס, וכשמו כן הוא, אן א פילטער איז עס א poisonous spider וואס שטייט שטיל פון דער ווייטענס ווארטענדיג to run circles ארום זיין נעקסטען קרבן, און פאר מען זעהט זיך ארום ווי מען איז, איז שוין צו שפעט, מען איז שוין געכאפט און זיין נעץ, דער שפין לויפט צו און מאכט א מכה בפטיש און זיין קרבן איז פערטיג FOREVER.

דער באבובער רב זי"ע דער מהר"ש השני האט געזאגט אז כלל ישראל האט א הבטחה פון דער רבונו של עולם אז נצח ישראל לא ישקר אז עס וועט אייביג זיין א אידיש פאלק, און אייביג א הייליג אידיש פאלק; אבער קיין איין יחיד האט נישט קיין גאראנטיע אז דער future פון כלל ישראל וועט דייקא זיין פון אים. איז אויף דעם דארף יעדער יחיד מתפלל זיין אז כלל ישראל זאל זיך ווייטער צוהען דורך מיר אויך.

איז ממילא, אוודאי האט דער באשעפער נאך נישט אויסגעליידיגט אונזער ארסענאל פון קוילן, ווייל ווען יא, קען ער אונז טאקע אהיימרופן, אבער דאס איז נאר בכללות, געזאגט געווארען כלפי כלל ישראל as a whole, אבער דאס קען אבער נישט געזאגט ווערען פאר יעדען יחיד; פאר טויזענטער היימישע אידען איז דאס אפשר יא דער לעצטע קויל פאר זיי קענען זאגען קדיש אויף זיך און אויף זייערע ווייטערע דורות, און דער כינוס הבא איז זייער לעצטער טשאנס. גדולי ישראל שרייען מי לה' אלי, איז שטייט מען נישט אזוי גלייך גילטיג אז נישט מיר האט מען געמיינט; יא דיר האט מען טאקע געמיינט, און ווי דער וויענער רב האט געזאגט אל תאמן בעצמך קיינער איז נאך נישט פארזיכערט מיט זיך און אוודאי נישט אז מען וועט בכלל האבען נאך זיך אידישע דורות.

דער גמרא זאגט כיון שעבר אדם רוב שנותיו ולא חטא שוב אינו חוטא, אויב מען דערגרייכט 36 יאר און מען איז נישט א בעל עבירה, וועט מען שוין אזוי בלייבען אן ערליכער איד. דער וועלט זאגט אז דער עפעלע פאלט נישט ווייט פון בוים, זאגט מען נאך פון קאצקער אז דאס איז נאר ווען עס איז נישט דא א ווינט. היינט צו טאגס דינערט און בליצט, און עפעלעך (אונזערע היימישע עפעלעך) פאלען נעבעך ווייט ווייט אוועק פון בוים, און עס שטעלט זיך אפילו דארט נישט אפ, א שטורעם קומט און טראגט עס ווייטער און ווייטער. היינט צו טאג און דער קלימאט וואס מיר לעבען און, איז דא אידען וואס נישט רוב שנותיו זענען זיי געווען בלא חטא, נאר כל שנותיו זענען זיי געווען בלא חטא, זיי זענען שוין זיבעציג יאר אלט ווען זיי ווערען פארכאפט אונעם נעץ און הייבען אן נעבאך צו ווערען בעלי עבירה. און אזא מצב, איז נישט קלוג צו זיין אן אויבער חכם און פארפאסען דאס לעצטער טשאנס פאר זיך אדער פאר א צווייטען. דאס איז זיכער אז טעכנעלאגיע רוהט נישט, איז דאס ווינציגסטע וואס מיר קענען טוהן, איז זיך צאם נעמען כאיש אחד ובלב אחד און בעהטען און שרייען צום באשעפער פאר א ישועה.

די בעסטע תגובה וואס איך האב געליינט אין גאר א לאנגע צייט, שפתים ישק משיב דברים נכוחים.

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג מאי 07, 2012 11:18 pm

ירוחם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:אז זיי האבען אים נישט געוואלט ענטפערען מאכט מיך אנפאנגען צי טראכטען שלעכטע מחשבות

מיר האט עס אויך געבאדערט, אבער אפשר האבען זיי נישט פארשטאנען וואס ער וויל.

וואלטען זיי נאר באקומען עצות נאר פון איינעם וואלט מען געקענט קלערען, איך שטעל מיר אבער פאר לויט וויפיל בלעטער עס איז דא אויפן אשכול דא זעהט אויס אז עס איז געווען גאר אסאך דעה זאגערס, נא אווי פאנגט מען א, קען מען דען זיך גיין איבערשמועסען מיט א יעדעם? כנלע"ד

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג מאי 08, 2012 8:29 am

http://www.col.org.il/חדשות_חבד_האדמור_מסקולען_קרא_לחבד_להשתתף_בכנס_נגד_האינטרנט_68626.html
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג מאי 08, 2012 8:30 am

משלחת רבני חב"ד אצל האדמו"ר מסקולען שליט"א

האדמו"ר מסקולען שליט"א, יוזם הכינוס אחדות ישראל בעניין האינטרנט, נפגש עם רבני חב"ד ליובאוויטש והזמינם להשתתף בכינוס, וביקשם לעורר את אנ"ש חסידי ליובאוויטש להשתתף בכינוס ● ומה השיבו רבני חב"ד? לסיפור המלא האדמו"ר מסקולען שליט"א, יוזם הכינוס אחדות ישראל בעניין האינטרנט, נפגש עם רבני חב"ד ליובאוויטש והזמינם להשתתף בכינוס וביקשם לעורר את אנ"ש חסידי ליובאוויטש להשתתף בכינוס.

משלחת רבני חב"ד, עמה נמנו הרב אברהם אזדבא, חבר הבד"ץ דקראון הייטס, הרב לייבל אלטיין, מד"א בית כנסת 'בית מנחם' ליובאוויטש בבורו פארק ועורך ראשי חסידות מבוארת, והרב גדליה אוברלנדר, רב קהילת היכל מנחם חב"ד במונסי, ביקרה אמש (שני) במעונו של כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א, זקן האדמו"רים.

המשלחת הנכבדה, שהוזמנה על ידי כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א, כדי לדון בנושא השפעת האינטרנט על הנוער ועל חשיבות הכנס בנושא זה, וביקשם שיצטרפו לקריאת גדולי התורה והחסידות מכל העדות והחוגים, שקוראת לציבור להשתתף בכנס גדול זה של אחדות ישראל.

רבני ליובאוויטש שליט"א דיברו ארוכות על הפעילויות הרבות שכבר נעשות במוסדות החינוך של חב"ד ליבאוויטש בנושא זה, והודו להאדמו"ר מסקולען שליט"א על פעילותו במסירות נפש בעניין חשוב ונשגב זה. "חבר אני לכל אשר יראוך, ולכן אכן נצטרף לקריאת הקודש שיצאה בעניין זה ונפעל בקרב הרבנים להוציא קול קורא בעניין זה", השיבו הרבנים.

עוד אמר האדמו"ר, כי בידוע שהרבי תמיד עמד בראש המאבקים לאורך כל השנים, וטבעי שכעת חב"ד תצטרף אף היא למערכה.

האדמו"ר ציטט מרש"י על פרשת השבוע, להזהיר גדולים על הקטנים, כי על ההורים והמחנכים להשגיח על צעירי הצאן, הרבנים הביאו את דברי הרבי על כך: שלא די לעסוק בסור מרע, אלא העיקר הוא להזהיר מלשון זהר, כלומר להאיר אור אל הקטנים.

כ"ק האדמו"ר מסקולען סיפר על היחידות שהיתה לו ולאביו הקדוש זצוקללה"ה אצל הרבי ועל הקשר המיוחד שהיה בין אביו האדמו"ר מסקולען זצ"ל עם הרבי, ובפרט בקירוב ילדי ישראל לאבינו שבשמיים.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » דינסטאג מאי 08, 2012 9:10 am

שכח פרעגער,

ריין פאזעטיווע אנטוויקלונג ב"ה.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג מאי 08, 2012 9:55 am

טאקע גאר שיין
מען זעהט די הנהגה פון א צדיק ה' יחלימהו וירפאהו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דינסטאג מאי 08, 2012 10:18 am

אשר ווילבער, אזוי גוט און קלאר ארויסצוברענגען אונזער מיינונג, כה לחי!

קרעמער, די ביזט בעד דעם כינוס אדער נגד?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 08, 2012 10:20 am

ווארום אז דו קענסט אזאנס פרעגן מיינט דאס אז דו ליינסט נישט דעם אשכול געהעריג. און דאס פארענטפערט אויך דיין דאנק פאר ווילבער'ן

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless, PetalBot, א פיין שמועס, אביסל טיפער, באריכט, זזה, פארקלאצט, שלים, שרייב-פעדער און 44 געסט