כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:23 am

בריוו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
צוגעלייגטע
572383227.jpg

alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 09, 2011 11:50 pm

תגובהדורך alte zida » דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:26 am

דאס אז אינטערנעט איז א חרבן- איז יעדער מסכים
דאס אז סקלענער רבי איז א ערליכער יוד וואס מיינט נישט זיך-איז יעדער אויך מסכים.
דאס אז אויף געוויסע יודן גייט דער כינוס אויפטיען איז יעדער אויך מסכים
דאס אז ליידער אויף געוויסע יודן גייט דאס נישט אויפטיען-איז (מיינעך) יעדער אויך מסכים.
טא וואס איז די בעיבישע טענהריי ווילסט נישט גיין? גיי נישט האט דיך איינער געצווינגען צו גיין???
ווילסט יא גיין כל הכבוד זאל זיך דער עס וואויל באקומען...
לאמיר שוין אויפהערן מיט די למטה משלשה שנים דעבאטעס אין זיך אנפאנגען צו פירען עטליעסט ווי בר מצוה בחורים!
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:38 am

מי יודע האט געשריבן:איך מיין אז פון ביידע סאטמארע צדדים האט קינער נישט געשריבן אז דער כינוס איז א חורבן פאר כלל ישראל, ביידע זאגן נאר ס''איז נישט פאר אונז

ווי זעסטו אז זיי זאגען "נאר ס'איז נישט פאר אונז"? זיי שרייבען דאך בפירוש "אונז און אונזערע קינדער":
אשר על כן לחומר המצב כי נורא הוא, ובנפשינו ובנפש בנינו ובנותינו, באנו בזה לחזק אסיפה קדושה זו, שהוא כינוס לשם שמים, להצלת הדורות מרדת שחת, ולגדור פרצות ישראל. ויהי רצון שתשרה שכינה במעשיהם, וכל העוסקים והמסייעים למען הצלחת העצרת, עליהם נאמר: ברוך אשר יקום את דברי התורה הזאת.

זאגען זיי דאך בפירוש אז מען רעדט פון "נפשינו ונפש בנינו ובנותינו", פון אונז און אונזער קינדער, און עס איז יא פאר אונז. אויך ווען זיי רעדען פון "הצלת הדורות", רעדען זיי דען פון יענעם'ס דורות, אדער פון די אייגענע דורות?

אגב, איז עס זייער א שטארקע בריוו, און אומגעראכטען. די חותמים זענען און מיינע אויגען שטארק ארויף.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:48 am

לאדיךארויס האט געשריבן:האט איר אפשר אריינגעקלערט וואס און ווי ביטער די קאנסעקווענצן וועל זיין אויב חלילה וחס לאזט אראפ א גאס רעגן ביים כינוס חמישים אלפי ישראל?
איך מיין נישט חס ושלום אריינצוברענגען א קאלטקייט צום מעמד הנורא, פשוט לאגיש, וויאזוי וועט מען זיך דאן אן עצה געבן?

לאזט אייך הערן מיט אייער מיינונגען!!!

אויב וועט רעגענען ביים כינוס, וועט נאך זיין א גרעסערע קידוש השם, אז דער גאנצער וועלט וועט זעהן אז נישט קיין רעגען, נישט קיין שניי, גארנישט וועט אפהאלטען אז דער עם קדוש זאל זיך מוסר נפש זיין פארען באשעפער צו בלייבען הייליג אפילו אויב עס מיינט ווערען דורך געווייקט.
דאס איז דאס ווינציגסטענס וואס מיר קענען טוהן פארען הייליגען באשעפער. זיי די אומות העולם וואס וועלען קאהפען און סוכה, וואלטען טאקע אנטלאפען פון אפילו א דריזעל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:58 am

ניק ניק האט געשריבן:שוין זוי לאנג נישט דא געווען..... יושששש אלטע זכרונות, עניוועי כ'קום נאכנישט צירוק דערווייל נאר מפעם לפעם.

איך האב געליינט דא יעצט אזא 20 בלעטע יא התבלות נישט התבלות יא ערליך נישט ערליך, וויל איך נאר אריינווארפן מיינע 10 צענט, עיין בדברי יואל פר' ... אז מ'דארף זיך נאך מער דערווייטערן פון אונזערע חסידושע ברודער וואס האבן אן אנדערע השקפה אין ציונות ווי סאטמער ווי פון ציונים אליין, עיין שם הטעם, סא א חיוב התבדלות איז זיכער דא, אלץ הפרו תורתך איז א דעסישן וואס מ'דארף האבן לייסענעס צו פסק'נען דערווייל האב איך נישט.

און צו פסק'נען אז א חיוב התבדלות איז זיכער דא, האסטו יא לייסענס? מיין מיינונג איז אז א חיוב התבדלות איז זיכער נישט דא. עס פלאקערט דאך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:04 pm

ניק ניק האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:ניק ניק, דו מיינסט צו זאגן אז דו וואלטסט נישט געזיצן ביי א כינוס וואו עס קומען וויזניצע אידן?

טאטע.

ווילסט רעדן גראב? איך נישט. קוק אריין אין מיין רביס ספרים און איך לאז דיך רעדן פאר מיר.

איך וויל רעדען איידעל. האסט געמאכט א הפרו תורתיך פון דיין רבי'נס תורה. ביי מיר איז זיכער אז "על כגון דא" האט ער זיכער נישט געמיינט, ווי עס ווערט געברענגט און 'בית ועד לחכמים' עמ' שפ"ה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:10 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:א נקודה וואס ערגעבערט מיר איבער די אסיפה איז, געווענליך ווען רבנים פאררופן אן אסיפה איז דער צוגאנג אז צום ערשטן זעצן זיך די רבנים צוזאם און מען באשלוסט וואספארא אסיפה מען דארף מאכן און וואס עס זאל זיין די רעזאלוציעס ביי די אסיפה, דערנאך נעמט מען אריין עסקנים אין בילד און מען ארגאנזשירט א פלאץ פאר די אסיפה און אלע זייטיגע איינריכטונגען און הערשט דערנאך קומען די רבנים ארויס מיט א רוף אז יעדער זאל זיך באטייליגן און צוגאב קומען די שאר ירקות די פאמפע און קאמפיין וואס די עסקנים פירן אן.

דא איז אלעס געגאנגען פונקט פארקערט. צום ערשט האט מען אנגעהויבן א קאמפיין מיט אלע קליפערליך דערנאך האט מען גענומען א זאל און הערשט דערנאך האט מען צוזאמגענומען עסקנים און אנגעהויבן טראכטן וואס מען גייט טון און אויפטון ביי די אסיפה און הערשט דערנאך איז מען געגאנגען צו רבנים זיי מסביר זיין און בעטן אז מען זאל רופן און קומען צו די אסיפה...

חז"ל זאגען אונז אז כדי לערבב השטן קומען די וויכטיגסטע זאכען אן בעקיפין, ווייל דער שטן לאט עס נישט צו.

מלכות בית דוד ומלך המשיח יוכיח. דער שטן וויל נישט צו לאזען דער גאולה שלימה און פארלייגט זיך און גאנצען צו חרוב מאכען דער כינוס אדער כאטש עס פארוואסערען. We aren't yet out of the woods
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:12 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
msp האט געשריבן:הרב קרעמער שליט"א
הנני עפר ואסקופה הנדרסת תחת רגלי הרה"ק מסקולען שליט"א והרב הגה"צ ר"מ סאלאמאן שליט"א
ביידע נעבעך נישט געזונט
בפרט הרה"ק מסקולען שליט"א איז נישט פאליטיש
האט נישט קיין אייגענע מוסדות אויף צו האדעווען סקולענער חסידים
געזעסען אין תפיסה פאר אידישקייט
רבותי
מי אני ומה אני צו רעדען אויף איין פאדיום מיט אזעלכע קאליבערס גאונים וצדיקים....
ובזה אצא חובת איגרת בקשה מאתי הקטן והשפל והמתאוה להתאבק תחת רגלי צדיקי אמת
מנחם שלום

הרב מנחם שלום
איר האדעוועט דאך יא א גאנצע וועלטעל מיט ווילקאמירער חסידים
דארפט איר זיי ווייזן את הדרך אשר ילכו בה
נא! א קול קורא


ידידיי היקרים
כ'מיין אז פון מיינע דיבורים איז קלאר אז אויב אזעלכע אידען ווי הרה"ק מסקולען שליט"א און הגה"צ ר"מ סאלאמאן שליט"א רופען צו גיין גייט מען!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:13 pm

הרב אשר ווילבער, אייזען געזאגט. ;l;p-
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:17 pm

גייט זיין א קענדי טיילער ביי די כינוס?

מ'גייט זיך וואשן צו מנחה פון גרויסע מיסט קאסטענעס מיט אנגעווארפענע פאפיר אדער מ'גייט אינסטולירן א טוץ קראנען?

ביי די דאווענען שטיבלעך גייט אויך זיין א עזרת נשים פאר די פייוו טאונס פרויען?

די ערשטע מנין מעריב גייט זיין ביי 40 אדער ר"ת?

הוקס פאר די מעיל ווערט צוגעשטעלט?

קאווע וועט כאטש זיין טעיסטער טשויס?

כאב נאך אסאך פראגן פאר די עסקנים ווי נאר די ערשטע פאר ווערן פארענטפערט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:25 pm

ווינקל האט געשריבן:פארוואס איז די חתימה לסדר דבר אל בנ"י קדושים תהיו ווען עס גייט אחרי אויך? (וואס זאגט רש"י אויף קדושים תהיו?)


ווען זיי שרייבן ווען "פרשת קדושים" וואלט דיין קשיא געקענט חל זיין, ווארום עס איז דאך אויך פרשת אחרי. אבער וויבאלד זיי שרייבן "לסדר דבר אל בנ"י קדושים תהיו" איז דאס נישט וויבאלד זיי ווילן דיר בלויז זאגן וועלכע סדרה עס איז, נאר זיי ווילן ברענגען א פסוק ווי עס איז מרומז מן הענין.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:28 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן:לפי השערתי ברענט סיי ווי נישט פאר חב"ד צו קומען כידוע ליו"ח [ליודעי ח'ן ח'יי ח'סידי ח'ב"ד].

די חב"ד רבנים האבען געארבעט שעות על גבי שעות צו פארהאנדלען מיט די עסקנים אז מען זאל זיי לאזען זיין א חלק פון כלל ישראל, און נעמען א חתימה פון זייערע רבנים (נישט משיחתטען נאר די דריי אקטיווע קראון הייטס רבנים ועוד. און מען האט זיי מדחה געווען מיט תירוצים שונים, ובתוכם אז חב"ד האט זיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט, ווייל דער חבדסקער רבי איז נישט געקימען צו גיוס בנות פראטעסט, חב"ד האט גענפערט אז דער רבי האט געשיקט די ישיבה, און די חסידים וביקצור לאחר משא ומתן ארוך וממושך, האבן זיי דארטען ארויס געברענגט אלע חסרונות פון חב"ד און אז א ליטווישער בחור קען נישט זיצען נעבען א חבדסקער, ועוד ועוד.
דודל האט געשריבן:דא בין איך מודיע פאר אלע חבדסקער אז זיי קענען רואיג קויפען טיקעטס ביי די עסקנים אדער אויף אימייל, אויב עס וועט זיין א פארלאנג וועט מען אפילו צושטעלן באסעס פון קראון הייטס

סהאט נישט קיין שום פירוש צו גיין צו א פלאץ ווי דיינע רבנים זענען ביי זיי פסול

אויב עס איז אמת, וויל זיך וויינען אז מען זאל זיין אזוי רשעותדיג און אויס שליסען חב"ד פון דער כינוס. אויב עס איז אמת האט דער בעל דבר מיט וואס צו גיין צום כסא הכבוד שרייען בניך חטאו און צונישט מאכען דער גאנצער כינוס. עס שטעכט מיר דאס צו הערען און נאך מער צו שרייבען.

אמת אז חב"ד האט זיך נישט צו געשטעלט צום כינוס אנטקעגען גיוס בנות מיט דער תירוץ אז חב"ד איז קיינמאל נישט געגאנגען צוזאם מיט כלל ישראל, נישט מיט די אגודה און נישט מיט גארנישט, און דאס איז שוין אזוי איבער הונדרעט יאר, און אוודאי האט כלל ישראל נישט מקבל געווען דאס פוילע תירוץ, און ווען מיין שווער זז"ג (וואס איז געווען ביי יענע כינוס) רעדט דערפון ברויזט ער אויף חב"ד HOW DARE

אבער דאס גיט נאך אלץ נישט קיין תירוץ נישט זיי צו אינווייטען אויך אונטער צושרייבען. קומען וועלען זיי סיי ווי, ווייל ווער עס איז ערליך און מיינט נישט פאליטיק וועט קומען, אבער דער שאדען איז שוין אנגעמאכט אויב מען אינווייט זיי נישט. בארעכענט אייך טייערע אידען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:29 pm

ס'איז עפעס א קינץ צו שטיין פון אינדערויסן פונעם שמועס און פלוצים געבן א שרייב אפ א לאנגע אנגעדרייטע תגובה ווי אן אלטע גערעגטע זיידע? האסט עפעס צו זאגן? קום אריין זאג דיין מיינונג, און אז דו האסט נישט וואס צו שרייבן שטיי אינדערויסן און הער דיך שיין צו. קום נישט אריין דא און ווארף אן אנגעבלאזענע לופטיגע תגובה.

צוריק צום נושא

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:29 pm

די רש"י האסטו געלערנט? רש"י זאגט: מלמד שנאמרה פרשה זו בהקהל!

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:32 pm

alte zida האט געשריבן:לאמיר שוין אויפהערן מיט די למטה משלשה שנים דעבאטעס אין זיך אנפאנגען צו פירען עטליעסט ווי בר מצוה בחורים!


אופס

אוועטאר
געוואלד
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

תגובהדורך געוואלד » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:37 pm

איך בין נישט אזוי אקטיוו דא,
ממילא ווייס איך נישט צו דער פאלגענדער פונקט האט מען שוין אויסגעשמועסט, ואתכם הסליחה,

איך בין אביסל פראפלעקסט וואס פונקטליך די מציאה פון דעם אסיפה איז פארן חסידישע קנאישע אידן,

דא פירט מען א מלחמה כבידה קעגן דעם שטן אליין
דער חומר היצר,
נישט קיין מענטש נישט קיין תנועה,

דער מלחמה גייט זיין א לאנגע פארצויגענע ביטערע שלאכט,
עס הייבט זיך נישט ביי א כינוס און ענדיגט זיך נישט ביי א כינוס
נו וואס גייט דארט זיין די איינע נאכט?

מ'גייט דארט שעכטן די יצרא דאינטערנעט?

מ'גייט משביע זיין מיט שמות דעם יצר הרע?

ביי די אמעריקאנע סארט אידן דארף אלעס גיין מיט א דראמא,

"מ'גייט מאחד זיין גאנץ כלל ישראל"

איטס גאוינג טו בי עמעזינג!!

או מיי גאד!!

איך ווער נישט איבערגענומען פון די זאכן,

אוואדי איז זייער א שיינע זאך אז אידישע קינדער זענען באחדות,
אויב דער כינוס וואלט געמאכט א אחדות אין די חסידישע מחלוקת'ן וואלט איך געזען א דערהער דערין,

אבער מיט וועם איז מען זיך מאחד?
מיט קרייזן וואס מ'איז קיינמאל געווען ציקריגט

פרעמדע קרייזן וואס מיר זענען מובדל פון זיי און מיר וועלן בלייבן מובדל
און נישט צוליב שנאה ומחלוקה חלילה,

נו וואס איז די קאפשטיק דא,

לפע"ד העני' וואלט איך געהאלטן אז שטאטס דעם
אויב וויל מען יא מאכן א דראמאטישע שריט,
זאלן קאארדענירן אלע קהלות מארבע כנפות הארץ,
ממש אלע - פון די נטורי קרתא ביז די מאדערן ארטאקסן
און באשטימען א טאג פון יום תפלה (און אפשר גוזר תענית זיין,)
יעדער קהלה זאל זיך גיין צו זיין שול מיט זיין נוסח מיט זיין רבי'ן גדול ומנהיג
שרייען און וויינען און צו אונזער ליבער טאטען ער זאל אונז העלפן בייקומען דעם שווערן נסיון איידער ביאת המשיח,
ווייל מיר צישלאגען עם ישראל קענען נישט אליינס

שטאטס דעם מאכט מען זיך משוגע דא,
מ'שלעפט דעם סקולענער רבי'ן ארום די גאנצע שטאט,
מ'מאכט דאס גענאר פון איהם,
אז מ'מוז למען הפורים צאמישן כלערעליי קרייזן אין א סטעדיום,
ס'ווערט א גאנצע געים, א גאנצע פאליטיק, קאסט ממון ודמים,
פאר די אינגווארג איז עס א גאנצע שאו אין א אוטינג זיך צי אויסליפטערן
און פון דעם גייט זיך דער יצר דערשרעקן?

באמת

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:38 pm

alte zida האט געשריבן:קאן זיין מען זאל אויפהערן האקן אין טשייניק און קאכן שטותים ???
די אלע וואס האקן אז די כינוס איז ממש א חרבן פאר כלל ישראל איז ווייל זיי האבן געהערט פון זייער רבי׳ס..... אז זייער רבי האלט אז די כינוס איז ממש א חרבן פאר קלל ישראל, זאל ער איינמאל הערן אז זיין רבי האט געטוישט זיין מיינוג און ער האלט יא פונעם כינוס גייט ער מאכן א דריי הינדערט און פופציג דעגרי יו טורן און איבערדרייען זיין מיינונג מן הקצה אל הפצה און ווערן תוך כדי דיבור פון די הייסטע שוויצער׳ס פארן כינוס און האבן טויזענט און איינס הסבירים פארוואס דער כינוס איז ממש לעבנס וויכטיג פאר כלל ישראל און אן דעם גייט זיין א חרבן פאר כלל ישראל און ידער שיינער יוד וואס זאגט פאר זיין ציבור נישט זיך צו באטייליגען גייט דאס זיין א בכי לדורות....

אונזער וועלטל איז העכער פון דעםחברים יקרים לאמיר האלטן דעם מקום ריין פליז!!!


חסידות איז געשטעלט אז מען פאלגט א רבי'ן, און אזוי דארף עס צו זיין!
יודשקייט איז געשטעלעט אז מען פאלגט א רבי'ן, און אזוי דארף עס צו זיין!

א חסיד איז מבטל זיין מיינוג צום מיינוג פון זיין רבי'ן, עס איז א זייער א גיטע זאך!


alte zida האט געשריבן:חברים יקרים לאמיר האלטן דעם מקום ריין פליז!!!


מיט די פרט ביזטע גערכט, עס אזי שייך סיי ווי דא און וועלטעל
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:39 pm

אוטש.

---
מחותן האקט.

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:39 pm

געוואלד, געוואלדיג! ;l;p-
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:43 pm

ווינקל האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
קונטרס כינוס כלל ישראל - אין בליק פון תלמידי וחסידי סאטמאר האט געשריבן:קענט איר זען אזעלכע שטייגער אידן ווי רבי יודל ראזענבערג און רבי שלום לויפער ז"ל זיצן ביי אזא "כינוס" אין א "סטעידיום" (אן א דאך) מיט גרויסע סקרינס, ווען מימינם ומשמאלם זיצן בלויע העמעדער מיט געשוירענע בערד?...

קענט איר זען אזעלכע אידן ווי החסיד המרומם רבי אלימלך הגדול לאנדא, רבי הירצקא יאקאבאוויטש, רבי לייבעלע גליק, רבי אליעזר ליימזידער, רבי נתנאל פארקאש, רבי שמעון לויפער, רבי שלום נחמן פילאף, רבי הערשל רובינשטיין, רבי משה ארי' גליק, רבי חיים הערש יאקאבאוויטש, רבי יעקל שווארץ, רבי אהרן פאללאק, רבי אברהם'לע ווערצבערגער, רבי הערשל לעפקאוויטש ובניו, צו סיי וועלכע "היימישער" איד פון פאריגן דור - זיצן ביי אזא כינוס?!
קיינמאל!!!


האט שוין א קלוגער איד דערויף געענטפערט, אז "קענט איר זען אזאלכע אידן ווי החסיד המרומם וכו' וכו' וכו' צו סיי וועלכע "היימישער" איד פון פאריגן דור - מיט א ענדרויד אדער א אייפאון"?... ודוק בזה.

די אידן וואס זיצן אין ביהמ"ד מיט די ענדרויד אדער א אייפאון זענען נישט געזיצן דערמיט נעבן אזעלכע אידן ווי רבי אלימלך הגדול לאנדא, רבי הירצקא יאקאבאוויטש, רבי לייבעלע גליק, רבי אליעזר ליימזידער, רבי נתנאל פארקאש, רבי שמעון לויפער, רבי שלום נחמן פילאף, רבי הערשל רובינשטיין, רבי משה ארי' גליק, רבי חיים הערש יאקאבאוויטש, רבי יעקל שווארץ, רבי אהרן פאללאק, רבי אברהם'לע ווערצבערגער, רבי הערשל לעפקאוויטש ובניו.

הכי קתני: האט שוין א קלוגער איד דערויף געענטפערט, אז "היינט אז אייניקלעך פון אזאלכע אידן ווי החסיד המרומם וכו' וכו' וכו' זענען שוין און שאול תחתית און עס הענגט א שווערד צו פארציקען נאך פון זייערע געראטענע אייניקלעך, אז נישט נאר קען מען זיי זעהן זיצען ביי דער כינוס נאר גאר זיי זעהן לויפען צום כינוס"?... ודוק בזה.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:45 pm

SPUSMN האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:ניק ניק, דו מיינסט צו זאגן אז דו וואלטסט נישט געזיצן ביי א כינוס וואו עס קומען וויזניצע אידן?

טאטע.

ווילסט רעדן גראב? איך נישט. קוק אריין אין מיין רביס ספרים און איך לאז דיך רעדן פאר מיר.

איך וויל רעדען איידעל. האסט געמאכט א הפרו תורתיך פון דיין רבי'נס תורה. ביי מיר איז זיכער אז "על כגון דא" האט ער זיכער נישט געמיינט, ווי עס ווערט געברענגט און 'בית ועד לחכמים' עמ' שפ"ה.


דאכט זיך מיר אז מען קען נישט אנווייזן אויף קיין איין מאל אין די היסטאריע ווי די תלמידי חתם סופר און די גדולי אונגארן האבן אוועקגעקוקט אויף פרינציפן כדאי אויפצוטון, מוז זיין אז די זאגסט א אייגענע סברא, הגם איך פארשטיי דיין נקודה, אבער ווער נישט אזוי צוקאכט ווען א צווייטער זאגט נישט אזוי.
איך וועל מסביר זיין די ווערטער פון טאטע.
די רבי ברענגט אסאך מאל אראפ די רבינו יונה, הרחק משכן רע ואל תתחבר לרשע, אז פון איינעם וואס איז א "שכן" מיטן רע דארף מען זיך דערווייטערן משא"כ פונעם רשע איז נאר דא א אל תתחבר און נישט קיין הרחק, די רבי איז גאר שטארק מאריך דערין.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:50 pm

מאשקאוויטש האט געשריבן:האב איך נעכטן ווידער אנגעטראפן מיין'ס א באקאנטע וועלכע איז איינע פון די הויפט עסקנים צום כינוס, און כ'האב אים פארגעלייגט עטליכע פראגן אויף וועלכע כ'האב באקומען קלארע תשובות, און כ'קען באשטיין אז אנדערע זאל'ן אויך הערן, (כאטש א טייל דערפון זענען שוין געשריבן געווארן דא איז עס געווען געשמאק צו הערן ממקור ראשון).

רעדנער'ס: ....

אויבן אהן: ....

פילטער'ס: ....

סאטמאר: ער האט נישט צופיל געוואלט רעדן דערוועגן אבער ער האט מיר געגעבן קורצע תשובות. לגבי סאטמאר מהר"א....

לגבי סאטמאר מהרז"ל....
(ער האט מיר דערציילט אז ביי די אסיפה בבית מהרז"ל ווען מ'האט דיסקוקסירט די ענין פון ענגליש רעדן האט איינער נאכגעזאגט פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אז כל מי שעמדו רגליו על הר סיני איז מחוייב צו גיין, און ווען מ'האט אים געפרעגט איבער די ענגליש האט ער געזאגט אז ס'איז טאקע א פראבלעם אבער יעצט איז א גזירת שמד און מ'דארף ע"פ הלכה פארקוקן אויף אלעס, און דאס האט באוואויגן מהרז"ל יא ארויסצוקומען.)


חב"ד: ....

לסיכום הענין, וויל איך קלאר מאכן אז כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די פרטים, כ'זאג וואס כהאב געהערט, און יעדער קען דרייען דערמיט. (אינעם פארגאנגענהייט ווען כ'האב געשריבן בשם דער עסקן האב איך שוין באקומען אין אישי טעאריעס אז כ'בין דער אונטערגעשטעלטע אגענט פאר'ן כינוס דא אויף אייוועלט...)


אוהב ספרים האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:
גובערנאטור האט געשריבן:כ'ווייס אז מ'האט היינט געבעטן א חתימה פון ר' לייבוש, ווייסט איינער צו ער האט גע'חתמ'עט?

לפי השמוע האט פשעווארסקע רבי אינטערגעשריבען אויף די בריוו פון האדמו"ר מהרי"י


נישט אמת, אויף די בריעוו געדריקט היינט אין דער איד חתמ'ט מהרז"ל, הגריח"מ פר"מ, הגרח"י ה"ש, הגרש"ל וויינבערגער, הגרז"ל פילאפף, הגרמ"מ טירנוער, הגרח"ד כ"ץ, הגר"א ראזענפעלד

....דעמאלט'ס אפשר האט מהרז"ל וכל קדושיו עמו געחתם'עט אויף פשעווארסק'ע בריוו...?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:56 pm

די פשעווארסקע בריוו איז א שחמט!
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
געוואלד
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

תגובהדורך געוואלד » דאנארשטאג מאי 03, 2012 12:56 pm

שאינו יודע האט געשריבן:די רבי ברענגט אסאך מאל אראפ די רבינו יונה, הרחק משכן רע ואל תתחבר לרשע, אז פון איינעם וואס איז א "שכן" מיטן רע דארף מען זיך דערווייטערן משא"כ פונעם רשע איז נאר דא א אל תתחבר און נישט קיין הרחק, די רבי איז גאר שטארק מאריך דערין.


דער ווארט האב איך געזען די וואך אינעם חיד"א (א געוויסער לעצטיגער ספרדישע סידור וואס האט מלוקט אלעס פונעם חיד"א אפען דאווענען און נאך)
ער זאגט אזוי,
הרחק משכן רע, זאלסט זיך דערווייטערן פון איינעם וואס איז שכן צום רע, פארוואס? ווייל ואל תתחבר לרשע, און דאס וועט זיין א סייג נישט צו האבן קיין שום שייכות צום רשע אליין,
נאר אגב
איך מיין אז דער סאטמאר רבי ברענגט דער ווארט אויך,

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג מאי 03, 2012 1:03 pm

געוואלד, אט די געדאנקן פרעגט יעדער דעת בעל הבית וגם אני בתוכם. מיין לימוד זכות איז טאקע אז דאס איז נאר דעת בעה"ב און לאמיר האפן צו השי"ת אז דער דעת תורה וועט זיגן און דער כינוס וועט אויפטוען די ריכטיגע פעולות.
אנדערש קען מען נישט פארשטיין דע גאנצער כינוס און נישט די אנפירער, אלעס איז זייער אומפארשטענדליך, אומבאלומפערט. נאר אז ס'ברענט טאר מען אפשר נישט קיין קשיות פרעגן.
ווען יעדער רב זאל אין זיין שוהל שטורעמען יעדע וואך פאר קריאת התורה און ביי שלוש סעודות, ווען די גאנצע געלט וואס מען ספענדט יעצט זאל מען ניצן אויפצוקלערן "אלע" מנהלים פון "אלע" תלמוד תורות און סקול'ס און מען זאל זיך פעסט אריין לייגן. וואלט מען לכאורה מער אויפגעטון. גיי ווייס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, אזוי וויל איך, בעקעלע.הפוכה, היימישע וויין, טוט זיך...?, נייע אייטעמס און 51 געסט