כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך אפריל 18, 2012 6:48 pm

דעם אמת צו זאגן, פאר ווער עס איז באקאנט אביסל אין היסטאריע ווייסט צו זאגן אז עס 'עקזעסטירט' שוין דער געדאנק אין א רעאליטעט שוין אזוי לאנג ווי באלד הונדערט יאר! די ארגאניזאציע "אגודת ישראל" איז געשאפן געווארן טאקע פאר אט דעם צוועק.

עס איז געווען דעמאלט ווען בייזע ווינטן האבן אנגעהויבן אריינצובלאזן צווישן דעם ארטאדאקסישן אידנטום לענגאויס אייראפע, און 'אגודת ישראל' איז געשאפן געווארן בכדי מאחד צו זיין דעם ארטאדאקסישן אידנטום צו זיין אויף דער וואַך און צו אדרעסירן אלע זיינע פראבלעמען און טרעפן לעזונגען דערפאר.

וויבאלד דער הויפט פראבלעם איז דאן געווען דער רעיון הציוני, דערפאר האט די ארגאניזאציע באקומען דעם כאראקטער כאילו זי איז געשאפן געווארן בלויז צו פירן קריג קעגן דעם רעיון הציוני, אבער פאר ווער עס איז באקאנט ווייסט צו דערציילן אז עס איז ווייט נישט אזוי געווען. דער קלארער ציל איז געווען מאחד צו זיין דעם אלוועלטליכן ארטאדאקסישן אידנטום קעגן "אלע" בייזע ווינטן בהוה ובעתיד.

אז מ'נעמט אן די ברייטע קאנצעפציע וועגן דעם צוועק, ציל און שאפונג פון דער "אגודת ישראל", ווערן זייער פיל קשיות בכלל און קשיות פון דעם אשכול דא בפרט, פארענטפערט.

בעיקר וועט פארענטפערט ווערן פאר אסאך סאטמארער חסידים פון פארום דאס התנגדות פון די גדולי אונגארן צו אגודת ישראל. דהיינו, אלע ווייסן צו זאגן אז דער פראבלעם וואס פילע גדולי מתנגדי האגודה האבן אנגעגעבן איז געווען אז מ'קען נישט צוזאמעננעמען גאנץ כלל ישראל אונטער איין דאך. דאס ווערטל פלעגט גיין אז נישט וואס עס איז גוט פאר דעם ארטאדאקס אין דייטשלאנד איז גוט פאר דעם פוילישן חסיד וכו'. אויבן אויף פארענטפערט דאס אבער נישט די פראגע פון וואס שטערט דיך לוחם צו זיין קעגן דער שרעקליכער סכנה פון 'ציוניזים' אינאיינעם מיט ר' יעקב ראזנהיים ז"ל פון דייטשלאנד?

דער אמת איז אבער ווי געשריבן. אגודת ישראל האט בלויז געגעבן א פריארעטי פאר דעם פראבלעם פון ציוניזים ווייל דאס איז דעמאלטס געווען דער הויפט טעמע אויפן טיש, אבער דער ציל איז געווען קלאר צו אדרעסירן אלע פראבלעמען וואס פלאגט און וועט פלאגן דעם אלוועלטליכן ארטאדאקסישן אידנטום.

איך בין נישט אין דער גוסטע אפצוטייפן דא לאנגע הסברים און ביאורים, אבער לדעתי ווען אזא פראבלעם ווי דער טעכנאלאגיע וואלט פארגעקומען פאר דער קריג אין אייראפע, וואלט אזא אסיפה פאררופן געווארן דורך דער אגודת ישראל. הפנים ביי דער כנסי' וואלט דאס זיכער באהאנדלט געווארן.

אפי' דאהי אין אמעריקע, אויב וואלט ווען די אגודת ישראל און זייערע קאנווענשאנס געטראגן דעם זעלבן כאראקטער ווי פאר א יובל יארן צוריק, וואלט דער פראבלעם דארט שוין לאנג אדרעסירט געווארן.

וואס איך מיין ארויסצוברענגען דערמיט, אז אזא סארט מציאות פון אן "אסיפות כלל ישראל" איז שוין פון לאנג א מציאות, עס עקזעסטירט אן אגודת ישראל. דאס מציאות איז נאר פארקירעוועט געווארן צו אנדערע טעמעס און אינטערעסן אשר אכמ"ל.

טא, פאר כלליות ארטאדאקסשן אידנטום איז דער געדאנק און מכ"ש די אסיפה גינגאלד, פאסיג און ריכטיג. אין פרידנס צייטן וואלט דאס פאררופן געווארן דורך דער אלוועלטליכער "אגודת ישראל".

(אין א זייטיג נאטיץ. די אלע שמדיות און סכנה'ס וואס ווערן צוגעשטעלט דא אויבן צו דער טעכנאלאגיע, זענען געווען "באוועגונגען" פון בעלי בחירה'ס וועלכע האבן געלאקערט אויפן כלל ישראל זיי אפצוהאקן פון אמונה בה' און שמירת התורה והמצות. די סכנה פון טעכנאלאגיע איז א תאוה'דיגער יצה"ר, קיין שייכות צו א ספעציפישע באוועגונג אדער גרופעס. כ'מיין אז די טכסיסי מלחמה קעגן די צוויי זענען נישט פארגלייך – כ'פיר נישט קיין מסקנות און כ'מיין גארנישט ארויסצוברענגען דערמיט, און אודאי אז איך זאג נישט קיין מיינונגען, איך שרייב בלויז הרהורי מחשבתי וחומר למחשבה).
לעצט פאראכטן דורך ליפשיץ אום מיטוואך אפריל 18, 2012 6:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אפריל 18, 2012 6:59 pm

ר׳ טהור,

1) איר קאנט דעם קעמפ שדי חמד, זייט איר באהאווענט מיט אירע גרונד פרינציפן? פארגרעבטע אידישקייט איז איז טיילווייז צו פארדאנקן איר מייסד ז״ל, (נישט חלילה אוועקצומאכן זיינע פילע אויפטוען ווי ״דייעל עי דף״ וכדומה)

2) אולי ווייס איר אפשר פון פעלער וואו אריינטראסקן די יוגענט אין תענוגי עוה״ז באנעזאם מיט פאראידישטע גויאישקייט זאל האבן געראטעוועט אידן מרדת שחת; פארקערט ווייס איך אסאך!

אוודאי דארף אונזער סיסטעם א תיקון, אבער א קלקול?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מיטוואך אפריל 18, 2012 7:22 pm

הרב ליפשיץ
נישט פארשטאנען קלאר אייערע ווערטער כינוס כלל ישראל גייט און מערכה נאר אנקייגען איין פעציפשער פראבלעם
און נישט אז ממאכט א נייע אגודה
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך אפריל 18, 2012 7:30 pm

איך האב גערעדט וועגן מאכן א נייע אגודה? איך האב מסביר געווען אז כבר הי' לעולמים פון אזא רעיון פון צוזאמנעמען דעם גאנצן ארטאדאקסישן כלל ישראל, בכדי מטכס עצה צו זיין און צו שטעלן מויערן לחומת היהדות. און נישט נאר כבר הי' לעולמים, נאר אייגנטליך כבר הם בעולם. זיי עקזעסטירן אין פאקט. והוא - "אגודת ישראל".

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אפריל 18, 2012 7:33 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:טהור'ל האקט, איך האב נישט דורכגעליינט זיין בריוו גרינטליך, ער שרייבט אפשר עטליכע ריכטיגע נקודות, אבער דער בריוו שמעקט עפעס נישט גוט....

שמעקט גראדע זייער גיט.......... פאר משכילים!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אפריל 18, 2012 7:36 pm

אינו דומה
די אגודה פון כלל ישראל זאל זיין די פאן טרעגער פון כלל ישראל, דאס איז געווען לדעת גדולינו א פראבלעם
משא"כ לתקן דבר אחד (ולא שהעסקנים יהיו הרא"ש בכל הדברים) איז נישטא "די" פראבלעם
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אפריל 18, 2012 7:37 pm

ליפשיץ האט געשריבן:איך האב גערעדט וועגן מאכן א נייע אגודה? איך האב מסביר געווען אז כבר הי' לעולמים פון אזא רעיון פון צוזאמנעמען דעם גאנצן ארטאדאקסישן כלל ישראל, בכדי מטכס עצה צו זיין און צו שטעלן מויערן לחומת היהדות. און נישט נאר כבר הי' לעולמים, נאר אייגנטליך כבר הם בעולם. זיי עקזעסטירן אין פאקט. והוא - "אגודת ישראל".

נו, גוט מ׳האמיר אגודת ישראל.
און?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך אפריל 18, 2012 7:40 pm

שטארק זיך האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:איך האב גערעדט וועגן מאכן א נייע אגודה? איך האב מסביר געווען אז כבר הי' לעולמים פון אזא רעיון פון צוזאמנעמען דעם גאנצן ארטאדאקסישן כלל ישראל, בכדי מטכס עצה צו זיין און צו שטעלן מויערן לחומת היהדות. און נישט נאר כבר הי' לעולמים, נאר אייגנטליך כבר הם בעולם. זיי עקזעסטירן אין פאקט. והוא - "אגודת ישראל".

נו, גוט מ׳האמיר אגודת ישראל.
און?


איך האב זיך באצויגן צו משה'לעס פראגע אין מיין ריכטונג, וועלעכער האט זיך באצויגן צו מיין פריערדיגע תגובה (זע פריערדיגע בלאט), וועלכער האט זיך באצויגן צו דער פראגע פון וויאזוי מ'האט באהאנדלט אמאל די אלע סכנות ושמדיות וואס האט געלאקערט אויף כלל ישראל, חד גדיא חד גדיא...

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך אפריל 18, 2012 9:43 pm

איך פראביר צוריק קוילערן צי די נושא איך ווייס נישט ווי אנצופאנגן
די דרשות זענען דערווייל א סוד
די רבנים זענען אויך אין באהאלטעניש
די זינגערס האט מען שוין דא געברענגט און מכחיש געווען אויך
די אויפטיען פון דעם מעמד איז א סוד
די איינציגסטע זאך וואס איז קאנפורמד איז אז די FAA גייט פארקירעווען אלע פליגערס
אפשר טאקע ווייפיי אויף די לבנה
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

כינוס כלל ישראל אין די citi field stadium

תגובהדורך jkup50 » מיטוואך אפריל 18, 2012 9:49 pm

קען זיין איינער האט עס שוין דערמאנט (איך האב נישט דארך געליינט די 27 בלעטער), אבער איך זעי אז סהאט זיך געטוישט פון 50 צי 40 ו טויזענט ואס איז פשט
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך אפריל 18, 2012 9:50 pm

אקעי, איך גיי צוריק צום נושא:

אפשר קען מען ארלעדיגן אז עס זאל זיין אזויפיל כינוסים ווי וויפיל 'סארט' אויסגאבעס מען האט געשיקט?

דהיינו, אויב איז געווען צוויי סארט אויסגאבעס, איינס אויף אידיש און איינס אויף ענגליש, זאל זיין צוויי כינוסים. איינס פאר די וועלכע האבן געקריגן דעם אידישן און איינס פאר די וועלכע וגו', און אויב איז געווען א דריטע אויף לשה"ק/לשה"ט, זאל אפשר זיין דריי..
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך אפריל 18, 2012 9:51 pm

פשוט ווייל וויליאמסבורג מיט קרית יואל האבן זיך שוין אפגעזאגט פין זיך משתתף זיין ביים כינוס צילוב - פארשטענדליכע- סיבות ואכמ"ל
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:16 pm

די עסקנים לייענען אייוועלט.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:35 pm

דער עולם האקט...

אפשר מיט גאר גערעכטע טענות, אבער איך בין זיכער וויאזוי נאר מען וועט עס אויסשטעלן וואס מען וועט נאר אימער פראבירן צו טוהן,
וועלן זיין דעות פארוואס עס איז נאריש, נישטגעטויגן, וכו' וכו'

עס איז אבער פארשטענדליך כמיין מען קען נישט זיך צושטעלן צו 50,000 מיינונגען...

לדעתי די קלוגסטע און בעסטע איז צו פראבירן דו מערסטע און בעסטע וואס מען קען יא ארויסנעמען לטובה פון יעדע פעולה וואס וויל עכ"פ שטיפן די וואגן אויפן גוטען ריכטונג
און אויב זענט איר נישט מסכים און איר פארשטייט נאכאלץ בעסער דעמאלטס די וועג איז אפען שארט אייך ארויף די ארמעל...
און הייבט אן צו עסקנען.. (איך מיין איר וועט שנעלער מיד ווערן ווי די עסקנים..)

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6644
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:56 pm

יעצט ביינאכט אין קרית יואל ביי די סעודת הילולא פונעם ברך משה זי"ע האט בנו האדמו"ר מהר"א שליט"א געפייערט איבער קאמפיוטער אינטערנעט, און בעיקר מדגיש געווען בנוגע פילטערס, און דערמאנט דעם ענין אז מען קען איבערקלוגן פילטערס, ועכ"ז האט ער געזאגט, אז מען איז אפן צו די וועלט, איז מען מיט איין קנעפל אין שאול תחתית ס'איז ניטאמאל דא קיין צייט פאר א הרהור תשובה, אז מען האט אפילטער אפילו מען קען עס איבערקלוגן, ביז מען וועט עס איבערקלוגן איז נאך צו האפן ס'וועט אים כאפן א הרהור תשובה.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:59 pm

געוואלד געשריגן גערופן געפיפן געקוויטשט! א ריזן עולם וויל זייער מיטהאלטן, אבער פארלאנגן צו וויסן וואס מען וויל????? אבער עס קומט אלע ערליי הסברים און שיטות אן א טרוקענע ענטפער!

וואס זענען די דרעפט רעזעלאציעס פון די אסיפה?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:59 pm

גוט געזאגט
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך אפריל 18, 2012 11:01 pm

גבריאל האט געשריבן:דער עולם האקט...

אפשר מיט גאר גערעכטע טענות, אבער איך בין זיכער וויאזוי נאר מען וועט עס אויסשטעלן וואס מען וועט נאר אימער פראבירן צו טוהן,
וועלן זיין דעות פארוואס עס איז נאריש, נישטגעטויגן, וכו' וכו'

עס איז אבער פארשטענדליך כמיין מען קען נישט זיך צושטעלן צו 50,000 מיינונגען...

לדעתי די קלוגסטע און בעסטע איז צו פראבירן דו מערסטע און בעסטע וואס מען קען יא ארויסנעמען לטובה פון יעדע פעולה וואס וויל עכ"פ שטיפן די וואגן אויפן גוטען ריכטונג
און אויב זענט איר נישט מסכים און איר פארשטייט נאכאלץ בעסער דעמאלטס די וועג איז אפען שארט אייך ארויף די ארמעל...
און הייבט אן צו עסקנען.. (איך מיין איר וועט שנעלער מיד ווערן ווי די עסקנים..)


;l;p-
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
אינגאנצן צעמישט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 11:57 pm

תגובהדורך אינגאנצן צעמישט » מיטוואך אפריל 18, 2012 11:21 pm

wow wow, וואס דא גייט פאר...

א געדאנק נאר, כ'בין געווען "אביסל צעמישט" וואס איז פשט אין די נומבער 50,000? כלל ישראל האט דאך סאך מער ווי דעם, בפרט אויב גייען אויך קומען די אנדערע סארט אידן?

אבער זעהט אויס אז מ'האט שוין לכתחילה פארשטאנען אז ס'גייען זיין אויבער חכמים וואס וועלן האבן "לשם שמים'דיגע" קושיות, תירוצים, מסקנות, פירכות, פארשלאגן, אפשלאגן, הו"א'ס, און ראיות.

טייערע אידן! מי לה' אלי!
ווער רופט?
וואסערע שאלה איז דאס?
דער הייליגע סקולענער רבי רופט!!
און ער רופט צו דיר און צו מיר און צו אלע וואס זענען זוכה צו לעבן אין זיין תקופה!


דער סקולענער רבי שליט"א לרפו"ש:
א איד וואס האט געכאפט פיזישע מכות אויף זיין לייב למען כבוד שמו יתברך.
א איד וואס טאג און נאכט בלוטיגט ער במסירת נפש ממש למען כבוד שמו יתברך.
א איד וואס האט מוותר געווען אלע יארן אויף אלעס נאר צו קענען פועל'ן ביי א איד ארויסצוווארפן א טעלעוויזשען.
א איד וואס האט נישט קיין מנוחה ווען ער האט די מינדעסטע צרה'לע ביי א אידיש קינד אפילו ער קען אים בכלל נישט.
א איד וואס קוקט בכלל נישט אויף זיין אייגענעם כבוד ווען ס'קומט צו שתדל'ען אריינצושטעלן א בחור אין א ישיבה.
א איד וואס קוקט בכלל נישט אויף זיין אייגענעם כבוד ווען ס'קומט צו שתדל'ען צו שאפן פאר א איד א דזשאב.
א איד וואס האט אריינגעברענגט עקסייטמענ"ט ענדזשוימענ"ט (וכל חניכא דאמר טייטלבוים-שדי חמד) על טהרת הקודש אין אידישע קינדער.
א איד וואס יעדע חופה פון אן אייניקל ווערט פארוואנדעלט אין א התעוררות שמועס קעגן אינטערנעט.
א איד וואס זיין עצם עקזיסטענץ אויף דעם וועלט איז מגין אויף "כלל ישראל" פון אלעם בייזן.

און אז סקולענער רבי רופט, פרעגט מען נישט קיין קושיות! מ'גייט נישט - מ'לויפט!!

הערט אויף מיט אלע טענה'רייען פלעפלערייען נארישקייטן, ס'וועט יא געלונגען, נישט געלונגען, הו קערס?
לעשות רצון צדיק גייט מען מיט פארמאכטע אויגן.

האף מיר אייך צו זען דארט.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך אפריל 18, 2012 11:25 pm

א "צדיק הדור" און א "מנהיג ישראל" זענען צוויי באזונדערע פאקטארן.

גיי זיי מסביר.. נו שוין, העמיר ענדיגן מיט א וד"ל.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג אפריל 19, 2012 12:21 am

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:סגייט זיין א קומזיץ מיט 50,000 מענטשן, מ'גייט זינגען ניגוני התעוררות. וואס קען זיין בעסער?


גארנישט קען זיין בעסער... נאר כ'האב נישט ליב ווען איינער וועט זינגען "וועהאָאייר איינייני בעסויראסֶעיכָא" און דער צווייטער דערנעבן וועט הרג'ענייזן "והאעֶיר עינֶעינָא בתוראסעכא" מיטן ליטווישן אקצענט, און דערנעבן וועט דער דריטער, א ספרדי, זיך אונטערברומען "והאָאעיר ענענַא בעטאָראַטעכַא".......
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג אפריל 19, 2012 12:46 am

אינגאנצן צעמישט האט געשריבן:wow wow, וואס דא גייט פאר...

אבער זעהט אויס אז מ'האט שוין לכתחילה פארשטאנען אז ס'גייען זיין אויבער חכמים וואס וועלן האבן "לשם שמים'דיגע" קושיות, תירוצים, מסקנות, פירכות, פארשלאגן, אפשלאגן, הו"א'ס, און ראיות.


דער הייליגע סקולענער רבי רופט!!
און ער רופט צו דיר און צו מיר און צו אלע וואס זענען זוכה צו לעבן אין זיין תקופה![/center]

.


סארי אז איך בין מחולק מיט דיר, אבער די סקולענער רבי שליט"א רופט נישט, עסקנים בשם די סקולענער רבי שליט"ט רופען, עס איז א חילוק פון הימעל ביז ערד,

יעדער זאל פאלגן וואס זיין רבי זאגט, און סקלונער חסידים זאלן פאלגן וואס סקלונער רבי שליט"א זאגט,

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג אפריל 19, 2012 5:08 am

שוין מקרוכט שוין אריין א זיבעטער נושא צו די סקולנע רבי דארף רופען כלל ישראל אדער יעדער זיין אייגענע רבי/משפיע/רב/דיין/דר. וכן הלאה.....

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דאנארשטאג אפריל 19, 2012 8:45 am

כהאב געהערט פון קראנטע מקורות אז בעפאר מ'האט אנגעהויבן דעם קאמפיין האבן די עסקנים געוואלט אפשטופן דעם מעמד אויף קומענדיגעס יאר (צוליב געלט סיבות, אבער דער סקולענער רבי האט פארפירט אז אזא זאך קען מען נישט אפשטופן קיין איין רגע, סאיז הצלת נפשות, ער האט געהייסן אריינגשפרונגען געבן א דעפאזיט פארן זאל, (א ריזן סכום!) נאך בעפאר מ'האט געוואוסט פון וואנעט מ'גייט האבן די גאצע געלט!

מיין אבזערוואציע נאכן דורכבלעטערן די 27 בלעטער ביז דא:
1 - סאיז אומגלויבליך וויאזוי מענטשן ווארפן מיינונגען מיט השערות און מסכנות אנעם האבן א מינדעסטן אנונג איבער אמת'ע פאקטן... (ווי גבריאל האט גוט ארויסגעברענגט)
2 - די ווערטל אז וואו ס'איז דא פינף אידן איז דא צען דעות, איז סאך מער אמת ווי א דזשאוק... דער עולם האט אזויפיל מין מיינונגען, פאר איינעם איז מען צו פרום, פארן צווייטן צו מאדערן... סאיז ממש אוממעגליך צופרידנצושטעלן פינף מענטשן, שוין אפגערעדט פון פופציג טויזנט... (אז מקוקט גוט קען מען זען ווי געוויסע ניקס דא האבן זיך געטוישט אפאר מאל זייער מיינונג במשך די טעג... אסאך מאל ממש סתירה'דיג...)
3 - דער סטאדיום גייט זיין פיל פון איין עק צום צווייטן, מ'פרעגט אהער און מ'פרעגט אהין, אבער דער עולם גייט למעשה קומען... ווי נענטער ס'ווערט צום אירוע אלס מער ווערן מער און מער מענטשן דערביי (נישט קיין נביאות, דזשאסט אן אפשאצונג)
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג אפריל 19, 2012 8:54 am

אינגאנצען צימישט
סאיז דא א עדיטאריעל און זייער צייטונג איר האט דאס געליינט?
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ר' איד און 30 געסט