ענטפער פונעם שרייבער
יישר כח פאר'ן נעמען די מיה און ענטפערן, כ'האב יעצט באקומען די ענטפערס, און כ'וועל ענטפערן וואס איך פיל פאר וויכטיג. אבער קודם וויל איך מקדים זיין: כ'זיץ אסאך מיט מחנכים, און כ'קען נישט ארויסגעבן אלעס וואס כ'ווייס. אבער דאס איז זיכער, אז הרבה יותר ממה שכתבתי כאן האב איך זיך געוואלט שרייבן, אבער נישט אלעס איז פאר'ן פאבליק. און יא, דאס פאבליצירן דעם בריוו איז בהסכמת "גרויסע עסקנים".
שמעק טאביק, מיין אויפטוה איז נישט א סאלושען פאר גאנצן כלל ישראל און זיכער נישט אויפ'ן מינוט, ס'איז נאר אויף אזויפיל, אז אויב ס'איז דא א גוטע פראדוקט מיט א הכשר, וואס איז נוצבאר פאר ביזנעסלייט, וועט דאס מיט די צייט ווערן איינגעגעסן בעזר השם מער און מער. נאכאמאל, "מיט די צייט".
און איך גלייב נישט אז פון די סארט וואס האבן נישט קיין מנהיג וואס וועלן קומען צום כינוס, וועט זיך ביי זיי עפעס טוישן. אויפ'ן פלאץ וועלן זיי אפשר ווערן ווארים, אבער דעם נעקסטן טאג האבן זיי נישט ווער ס'זאל זיי איבערווארעמען, און אלעס בלייבט ביים אלטן.
אננעמער, די עסקנים פון "איחוד קהלות ישראל" האבן אונז יא דערגרייכט, פיל האבן מיר פארבראכט צוזאמען. און וויפיל מיר האבן זיי פרובירט צו איבערצייגן אז לא זו הדרך, לאזן זיי זיך נישט. ס'קוקט אויס ווי מתוך לשמה בא שלא לשמה... ס'איז געווארן ביי זיי ווי א פערזענליכע עסק דאס צוזאמשלעפן כל כולו פון כלל ישראל, אז זיי זענען יעצט איינגערעדט דערין, אפילו גרויסע עסקנים שרייען ניין מיט אן אל"ף.
ניין (די אנדערליינד איז וואס דו האסט געשריבן)
ווער עס האט א געפיל דערצו, וועט קומען. מ'רעדט פון גיין צו א פלאץ און זיך אונטערנעמען עפעס צו טוישן מיין געוואוינהייט, איז דא זעלטן ווייניג פון די בלי מנהיג.
אפשר ביסטו מסביר וואס גענוי איז איינגעשטעלט.איך האב ליידער פיל עקספיריענס פון זיצן בלויז אויף עטליכע שעה מיט אזעלכע אידן. און כ'האב נאר געשריבן אז ס'איז "איינגעשטעלט", אפשר טאקע א קליינע פראצענט, אבער דאך אן איינשטעל.
סארי, אבער מ'קען זיך נישט דא זארגן פאר אזעלכע נארישקייטן, ווען עס רעדט זיך פון אזא ברייטע מערכה.פון א ריזן זאל אין מאנהעטן/ברוקלין וואס ווערט אויסגעליידיגט, ביז א גיגאנטישן רינדיגן סטעדיום איז א שטיקל חילוק. און כ'רעד נישט פון קינדער, נאר פון עלטערע בחורים.
מען רופט כדי צו מאכן א מצב.למען המצב איז פונקט גענוג רובאשקין סטייל, מ'קען מאכן אויפאיינמאל, אפשר אפילו אין איין טאג, עטליכע כינוסים אין יעדן געגנט באזונדער, פאר יעדן געגנט לויט זיין לעוועל.
יעצט גלייב וועלן קומען פיל פיל מער, און דאס איז דער ציל.דו גלייבסט? איך גלייב נישט. פיריעד.
למעשה האסטו און איך גארנישט געטון ביז היינט צו באקעמפן דעם ערגסטן רוחניותדיגע סכנה אויף כלל ישראל,וואס? לייען ביטע איבער מיין הקדמה...
אלף בית, יא, ס'איז בדעת "גרויסע" עסקנים, ועיין לעיל.
שטארק זיך, כ'ווייס נישט אויב חשוב, אבער אן אלטער עסקן זיכער. נאכ'ן ווייזן דער בריוו פאר אנדערע עסקנים, האב איך אסאך אויסגעמעקט פאר'ן פאבליצירן דעם בריוו.
שנאפס, כ'האב נישט קיין אהנונג פון וואס דו רעדסט, איך האב קיין אנדערע בריוו נישט פאבליצירט איבער דעם נושא.
Spusmm, כ'ווייס נישט ווער דו ביזט, אבער איך בין לכאורה עלטער ווי דו מיינסט...
און נאך עפעס, מיט KDC האט נישט אונזער עסקנים קיין שום שייכות, און מיר קענען נישט פאבליצירן אונזער מיינונג דערויף.