כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 12, 2012 10:22 pm

אויב JDN ווייסט וואס זיי רעדן, האט מען שוין קובע זמן געווען פאר די גרויסארטיגע אסיפה כללית נגד האינטערנעט, עס וועט פארקומען ערב ראש סיון אין שעי סטאדיום:
http://www.jdn.co.il/news/53127

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » מאנטאג מארטש 12, 2012 10:34 pm

מער אינפארמאציע וועגן די מלחמת חרמה קעגן אינטערנעט וועט געמאלדען ווערן אויפן אינטערנעט...
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג מארטש 12, 2012 10:38 pm

57,000 זיצן? איך גלייב שווער מען וועט אפי' האלב דערפון אנפילן, אבער וואס מאכט עס דען אויס?? מען וועט קענען שרייבן אין די צייטונגען אז מען האט אנגעפילט דעם שיי סטאדיום...

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מאנטאג מארטש 12, 2012 11:40 pm

די שאלה איז וואס גייט זיין א טאג נאך די אסיפה.. איז דא א מהלך וויאזוי עס צובאגרעניציען?

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דינסטאג מארטש 13, 2012 10:38 am

קול מבשר זאגט אז היינט (יום ג) ביינאכט 8 אזייגער גייט מען מעלדן אויף די בולעטן אפטיילונג א היסטארישער באוועהגונג ....

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג מארטש 13, 2012 10:40 am

און וואס גייט מען שמועסען אויף די אסיפה?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מארטש 13, 2012 11:27 am

נו, הנהלת אייוועלט ארבעט שוין אויף א מהלך צו פונקציאנירן אויף פען אין פעיפער?? נאך די אסיפה ווען אינטערנעט וועט זיין בלויז פאר... קאווע טרינקערס...

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דינסטאג מארטש 13, 2012 11:58 am

לעניית דעתי האט געשריבן:קול מבשר זאגט אז היינט (יום ג) ביינאכט 8 אזייגער גייט מען מעלדן אויף די בולעטן אפטיילונג א היסטארישער באוועהגונג ....

הער די נייעס פון היינט אינדערפרי.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דינסטאג מארטש 13, 2012 12:27 pm


אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11238
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג מארטש 13, 2012 3:05 pm

נעוואדע קול מבשר ווארט קוים אויף דעם אזוי וועלן מער מענשטן זיין אנגעוויזן אויף קול מבשר

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מארטש 13, 2012 3:50 pm

איך טראכט אז איך גיי נישט גיין צו די אסיפה, איך באלאנג צו א קהלה {סאטמער} ווי מען הערט רעדן קעגן אינטערנעט וואך איין און וואך אויס אסאך מער ווי די איחוד הקהילות קען צושטעלן, ביידע סאטמערע קהילות האבן היינט תקנות און פלאץ בנוגע אינטערנעט, מען רעדט דערפון כסדר, מען מען ארבייט דערויף, און מען פראבירט די מערסטע וואס שייך עס אפצוהאלטן ווייטער,

איך זע נישט וואס די איחוד הקהילות קען מער טיען פאר א סאטמערע אינגערמאן {ביידע סאטמער'ס} ווי די סאטמערע קהילות טיען אליינס,

בכלל האבן זיי אנגענימען א אזא סארט נייטראלע מהלך און אויסגעשלאסן היימישע {סאטמערע} רבנים פינעם קאמפיין, מיר גייט נישט אן צו וועלכע סאמער זיי גייען, זאלן זיי גייען צום צד שכנגד איז אויך גוט, זאלן זיי גייע צו ביידע איז אויך גוט, אבער נישט גייען און ערגעץ דאס איז א זאך וואס איך פארשטיי נישט, און נאכדעם גייען זיי זאגען אויך קול מבשר אז זיי זענענן געווען ביי אלע גדולי ישראל פאר שטיצע,.. די אלע גדולי ישראל אינאיינעם האבן נישט האלב עולם וופיל איין צד און סאטמער האט!! וואס פארא מין זאך איז דאס? קלעבט אן אלע ווענט ביי מיר און ביהמ"ד וואס הגאון מתת' סאלמאן שליט"א האט געזאגט? הרב סאלאמאן איז זייער הייליג ביי מיר, אבער איך האב א רבי מיט דיינים {ביידע סאטעמערע האבן} און וואס זיי זאגען איז דיר נישט געניג גוט עס נאכצוברענגן און נאכזאגען, דאן נעם דיין קאמפייען און גיי דערמיט קיין לעקוואד,

עס דערמאנט מיר א מעשה, כ"א כסליו {א יו"ט ביי סאטמערע חסידים} האבן ביידע זייטען און סאטמער געפראוועט עקסטער און צוויי עקסטערע ארמערי'ס און ביידע נטבן געהאט א מעגא עולם,
זענענן געווען אזעלכע לינקע אוםפארגינער וואס האבן פראבירט אויסניצען די פאקט אז מען פראוועט עקסטער כאילו סאטמער איז אינטערגעגאנגענן, בא חכם אחד און זיי מסביר געווען אז די מציאות איז פינקט פארקערט, סאטמער בליעט און וואקסט מיר האבן היינט צוויי ריזיגע מעגא חסידות'ן און עס איז דאפעלט און שטערקער ווי סיי ווען,

די זעלבע זאך איז דא אויך, נעכטען איז געווען א נייעס אויף קול מבשר, אז די גרעסטע רבי'ס בדורינו סקלונער רבי שליט"א סקווער רבי שליט"א און רב סאלאמען זענענן געווען ביי א אסיפה, וכו'
אויב וויל מען מאכען א אסיפה פאר די קהילות פון די דריי רבי'ס איז געניג אז מען נעמט ארויס ביידע זאלען פון ברכה סימא, מען דארך נישט קיין שייע סטעדיום פאר דעים
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום דינסטאג מארטש 13, 2012 3:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג מארטש 13, 2012 3:51 pm

כה לחי,
איך וואלט געראטן די עסקנים מען זאל אראפנעמען די תפילת השל״ה הקדוש עכ״פ פונעם אפיציעלן פראגראם; עס מאכט עס אויסקוקן ווי די ארגעניזירער זענען אין עלטער פון אכצן ביז דריי אין און צוואנציג.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מארטש 13, 2012 3:56 pm

מחותן האט געשריבן:איך טראכט אז איך גיי נישט גיין צו די אסיפה, איך באלאנג צו א קהלה {סאטמער} ווי מען הערט רעדן קעגן אינטערנעט וואך איין און וואך אויס אסאך מער ווי די איחוד הקהילות קען צושטעלן, ביידע סאטמערע קהילות האבן היינט תקנות און פלאץ בנוגע אינטערנעט, מען רעדט דערפון כסדר, מען מען ארבייט דערויף, און מען פראבירט די מערסטע וואס שייך עס אפצוהאלטן ווייטער,

איך זע נישט וואס די איחוד הקהילות קען מער טיען פאר א סאטמערע אינגערמאן {ביידע סאטמער'ס} ווי די סאטמערע קהילות טיען אליינס,

בכלל האבן זיי אנגענימען א אזא סארט נייטראלע מהלך און אויסגעשלאסן היימישע {סאטמערע} רבנים פינעם קאמפיין, מיר גייט נישט אן צו וועלכע סאמער זיי גייען, זאלן זיי גייען צום צד שכנגד איז אויך גוט, זאלן זיי גייע צו ביידע איז אויך גוט, אבער נישט גייען און ערגעץ דאס איז א זאך וואס איך פארשטיי נישט, און נאכדעם גייען זיי זאגען אויך קול מבשר אז זיי זענענן געווען ביי אלע גדולי ישראל פאר שטיצע,.. די אלע גדולי ישראל אינאיינעם האבן נישט האלב עולם וופיל איין צד און סאטמער האט!! וואס פארא מין זאך איז דאס? קלעבט אן אלע ווענט ביי מיר און ביהמ"ד וואס הגאון מתת' סאלמאן שליט"א האט געזאגט? הרב סאלאמאן איז זייער הייליג ביי מיר, אבער איך האב א רבי מיט דיינים {ביידע סאטעמערע האבן} און וואס זיי זאגען איז דיר נישט געניג גוט עס נאכצוברענגן און נאכזאגען, דאן נעם דיין קאמפייען און גיי דערמיט קיין לעקוואד,

עס דערמאנט מיר א מעשה, כ"א כסליו {א יו"ט ביי סאטמערע חסידים} האבן ביידע זייטען און סאטמער געפראוועט עקסטער און צוויי עקסטערע ארמערי'ס און ביידע נטבן געהאט א מעגא עולם,
זענענן געווען אזעלכע לינקע אוםפארגינער וואס האבן פראבירט אויסניצען די פאקט אז מען פראוועט עקסטער כאילו סאטמער איז אינטערגעגאנגענן, בא חכם אחד און זיי מסביר געווען אז די מציאות איז פינקט פארקערט, סאטמער בליעט און וואקסט מיר האבן היינט צוויי ריזיגע מעגא חסידות'ן און עס איז דאפעלט און שטערקער ווי סיי ווען,

די זעלבע זאך איז דא אויך, נעכטען איז געווען א נייעס אויף קול מבשר, אז די גרעסטע רבי'ס בדורינו סקלונער רבי שליט"א סקווער רבי שליט"א און רב סאלאמען זענענן געווען ביי א אסיפה, וכו'
אויב וויל מען מאכען א אסיפה פאר די קהילות פון די דריי רבי'ס איז געניג אז מען נעמט ארויס ביידע זאלען פון ברכה סימא, מען דארך נישט קיין שייע סטעדיום פאר דעים

פארשטייסט נישט אליינס אז אויב ווילן זיי האבן ביידע סאטמאר'ס דארט מוזן זיי גיין צו א דרויסנדיגען?...
האסט א בעסערע עצה??

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מארטש 13, 2012 3:58 pm

ניין איך פארשטיי נישט, ווייל זיי קענענן גיין צו ביידע אויפן זעלבן אופן, פראבירען זאלן זיי צו מאכען א ענליכע זאך און אר"י און איגנארירען די גרויסע רבי'ס,..

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מארטש 13, 2012 4:01 pm

לעניית דעתי (נישט די ניק, נאר מיין קליינע מוח....) איך האב א חשש אז דאס גייט גאר זיין דער סיום דף היומי.... (ערגעץ דארט געפאלט עס, ניין?, עמיר קוקן אין לוח...) לפי זה אתי שפיר כמין חומר פאר וואדזשע מען האט געשיקט די סאטמערע לופטערן.......

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מארטש 13, 2012 4:02 pm

מחותן האט געשריבן:ניין איך פארשטיי נישט, ווייל זיי קענענן גיין צו ביידע אויפן זעלבן אופן, פראבירען זאלן זיי צו מאכען א ענליכע זאך און אר"י און איגנארירען די גרויסע רבי'ס,..

און ביידע סאטמארע רבי'ס וואלטן געקומען?
לעצט פאראכטן דורך derech eretz אום דינסטאג מארטש 13, 2012 4:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג מארטש 13, 2012 4:04 pm

מחותן, דרך ארץ האט א שטארקע פוינט, אלץ א סאטמארער קען איך ליידער אנצייגן אויף גענוג אידן - פון ביידע צדדים - וואס אויב גייט מען ״אויך״ צום צווייטן צד, נישט נאר זיי וועלען זיך נישט צושטעלן, נאר זאגאר גרייט זיין צו הרג׳נען די מערכה, פשוט ווייל עס אנערקענט אין שיתוף.

ליידער א פאקט וואס איך באדויער.
....
דרך ארץ, ביידע קמוען נישט!
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מארטש 13, 2012 4:07 pm

שטארק זיך האט געשריבן:א סאטמארער קען איך ליידער אנצייגן אויף גענוג אידן - פון ביידע צדדים - וואס אויב גייט מען ״אויך״ צום צווייטן צד, נישט נאר זיי וועלען זיך נישט צושטעלן, נאר זאגאר גרייט זיין צו הרג׳נען די מערכה, פשוט ווייל עס אנערקענט אין שיתוף.


קען זיין אז ביסט גערעכט, אבער אויף אזא אופן ווי איגנארירען וועט קיינער נישט קימען!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מארטש 13, 2012 4:20 pm

כמחותן ועוד לקרא

נאר לפי האמת, דארפן זיי טאקע נישט די סאטמערע רבנים און נישט דעם סאטמערן עולם, ווייל איך ווייס באמת נישט וואס די אסיפה גייט צוגעבן פאר מענטשן וואס באלאנגן צו א חסידות, א פאפא חסיד (למשל) אויב פאלגט ער נישט זיין רבי און זיינע דיינים וואס הייסן אים עפעס טון בנוגע אינטערנעט, האלטסטו אז ער גייט יעצט מער פאלגן סקולענער רבי? צו ר' מתתי' סאלאמאן?
די אסיפה איז פונקט גוט פאר אלע מענטשן וואס באלאנגן נישט אין ערגעץ, דארף מען מאכן פאר זיי א קאליציע פון אלע ברענד נעים רבי'ס (וואס האבן נאכנישט קיין דאבל'ס) און רעדן פאר זיי חומר הענין
וואס גייסטו צוגעבן פאר סאטמאר אדער סקווירא ווי מען האט ביי ביידע שוין געמאכט גאר שטארקע גדרים וסייגים, און יעדער ערליכער איד פון די חסידים וואס וויל זיין ערליך פאלגט אויס וואס מען הייסט אים, און פאר א אויסווארף וועט נישט העלפן די אסיפה אויך נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מארטש 13, 2012 4:26 pm

שוין צייט צו האבן דא א פארשטייער פון די עסקנים, וואס זאל אונז מסביר זיין אלע אומפארשטענדליכקייטן, נאר אויף קול מבשר מעג מען רעדן צו כלל ישראל??

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » דינסטאג מארטש 13, 2012 4:43 pm

derech eretz האט געשריבן:שוין צייט צו האבן דא א פארשטייער פון די עסקנים, וואס זאל אונז מסביר זיין אלע אומפארשטענדליכקייטן, נאר אויף קול מבשר מעג מען רעדן צו כלל ישראל??

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 13, 2012 4:50 pm

ווי איך פארשטיי די אסיפה, איז עס צוזאם נעמען גאנץ כלל ישראל אינאיינעם, און מאכן גלאבאלע מינימום תקנות, אזוי אז געוויסע זאכן וואס מען קען צושטעלן צו פארגרינגערען דעם פראבלעם מיט אינטערנעט, נאר עס קאסט אסאך געלט למשל, אבער אז עס איז דא גענוג פארלאנג, קען מען עס מאכן, אזוי אויך וועלן גרעסערע קאמפאניס זיך צושטעלען, אז מען זאגט זיי למשל, "אויב עטס טוטס אזוי אין אזוי, ברענגען מיר 10,000 קוסטעמערס".
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום פרייטאג מארטש 23, 2012 12:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מארטש 13, 2012 5:12 pm

איך קען נאר איבערזאגן וואס איך האב געהערט פון א גרויסן רבין וואס האט געזאגט פאר א חשובן עסקן וואס האט אויך געוואלט מאכן עפעס אזא סארט ענליכע אסיפה, און בתוה"ד האט דער עסקן גענוצט דעם לשון צוזאמען נעמען כלל ישראל

האט דער רבי געענטפערט: צוזאמען נעמען כלל ישראל גייט משיח צדקינו, ביז דעמאלטס איז כמעט נישט במציאות אזוינס אהערצושטעלן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:17 pm

לויט ווי איך הער און לייען, גייט עס נישט זיין סתם צו האקן אויפן אינטערנעט, וואס איז א גרויסע מעלה. מען גייט האבן דעם קאפ אויפן פלאץ, אינטערנעט און טעלעפאנ'ס זענען א פאקט. און די רבנים - עכ"פ א טייל פון זיי - אנערקענען דאס און גייען נישט מיטן קאפ אין וואנט. אודאי וועט מען ארויסברענגען דעם שרעקליכן היזק וואס קען ארויסקומען דערפון (הגם וואס נאך קען מען פארקויפן וואס מיר האבן נאך נישט געהערט, מען האט שוין אויסגענוצט די שרעקעדיגסטע ווערטער און שוידערליכסטע בילדער), אבער בעיקר גייט מען (האפענטליך) רעדן ווי אזוי צו טון הלכה למעשה צו מאכן גדרים וסייגים אויף אלע אופנים.

אויב גייען זיי הייסן אריינווארפן די אייפאונס אין תשליך און קויפן כשר'ע סעלפאנ'ס אנע טעקסט, וועט גילטן דער מאמר חז"ל "תפשת מרובה לא תפשת". מיר אלע ווילן האבן גדרים, קיינער וויל נישט נכשל ווערן, און אודאי וויל מען נישט אז די קינדער זאלן ח"ו נכשל ווערן (אמער, מיר האבן דאך נישט די קינדער'ס יצה"ר... רק בדרך צחות, אם יש מקום לצחות כאן כלל), אבער מען ערווארטעט אז עס זאל זיין א רעאליסטישע אסיפה. אזוי אז (גאנץ) [א גרויס חלק פון] כלל ישראל וועט באקומען א שטארקן מעסעדזש. אפשר פארשידענע תקנות, ווי נישט האבן א קאמפיוטער אינדערהיים נאר אין אפיס וכדו'.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דינסטאג מארטש 13, 2012 10:36 pm

פיין געזאגט רב טאבאק.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, עירמאנט'ער און 26 געסט