בד"ה - אדמו"ר מוויזניץ ב"ב זצ"ל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

בד"ה - אדמו"ר מוויזניץ ב"ב זצ"ל

תגובהדורך פליגל » דינסטאג מארטש 13, 2012 6:48 pm

באקומען אויף טוויטער אז אדמו"ר מוויזניץ ב"ב מרן משה יהושע האגער זצ"ל איז היצט נסתלק געווארן.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24666
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 13, 2012 6:49 pm

קאנפוירמד, בד"ה.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 13, 2012 6:50 pm

ברוך דיין האמת!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 13, 2012 6:51 pm

ברוך דיין האמת!!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג מארטש 13, 2012 6:53 pm

ווען איז די לויה ? גייט מען זאגען פארן ברידער אדמו"ר מוויזניץ מאנסי ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

matovu
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » דינסטאג מארטש 13, 2012 6:54 pm

ברוך דיין האמת!!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 13, 2012 6:55 pm

אלט געווען 95 יאר
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

זייגער
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 9:01 pm
לאקאציע: אפען אויבן אן

תגובהדורך זייגער » דינסטאג מארטש 13, 2012 6:56 pm

אסאך עלטערע יודן פין אמאליגען דור זענען די לעצטע פאר וואכען נפטר געווארען.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג מארטש 13, 2012 6:58 pm

געהערט אז הרב וואזנער האט א צוואה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24666
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:01 pm

דארפסמאן האט געשריבן:געהערט אז הרב וואזנער האט א צוואה



?????
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:02 pm

מיינט אוודאי משליש געווען ביי הרב וואזנער, צוליב די קאמפליצירטקייט,
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24666
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:03 pm

טענקס שטארק זיך...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:06 pm

ר' משהלע.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:07 pm

בד"ה, ביים הויכן עלטער פון 96 יאר, ווען די לעצטע פאר יאר איז ער ליידער נישט געווען בקו הבריאות, איז ער אבער געווען איין לאנגע קייט פון תורה, עבודת ה' און חסידות. א איד וואס האט געפלאמט פארן אויבערשטן, ווער עס געדענקט זיינע שבתים אין די גוטע צייטן, פרייטאג צו נאכטס טיש, די ווארימע ניגונים, די ווארימע שמועסן. די גאנצע סארט הנהגה וואס ער האט איבערגענומען פון זיין טאטן, וועלכער איז געווען איין שטיק רגש דקדושה.

איך קען אזוי פיל שרייבן אז איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן. און איך בין נישט קיין וויזשניצער חסיד.

אבער אפאר ווערטער וועל איך מוזן אריינווארפן שוין צום אנהייב. ער איז אויפגעוואקסן אין גראסווארדיין אונטער זיין גרויסן זיידן דער אהבת ישראל, און ער האט זיך געדרייט און זיך געקארמעט מיט חסידות פון די גרויסע לייבן וועלכע האבן זיך געדרייט דארט ביי זיין זיידן. ווען מען האט געגרינדעט די ישיבה דארט האט ער עס געפירט, און שפעטער ווען ער איז ארויפגעקומען קיין א"י נאכן חורבן, איז זיין פעטער דער דמשק אליעזר שוין געווען דארט, און האט שוין געהאט געגרינדעט א ישיבה, און ער האט אים געשטעלט אלס ראש ישיבה. זיין טאטע דער אמרי חיים איז נאך דעמאלס נישט געווען אין א"י.

שפעטער ווען דער דמשק איז נפטר געווארן און נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, איז דער אמרי חיים ארויפגעקומען קיין א"י, און געווארן דארט וויזשניצער רבי, און ר' משה'לע האט ווייטער משמש געווען אלס ראש ישיבה און שפעטער אויך אלס רב. אזוי ארום אז די גאנצע וויזשניצער אימפעריע וועלכע איז היינט דא אויף די וועלט, איז אין גרויסן טייל אים צו פארדאנקען, און רוב זענען זיינע תלמידים.

דער עולם האקט ווי משוגע, מ'קען נישט שיקן, נו

המשך יבא, בלי"נ
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:13 pm

בד"ה,

זוכה געווען צו בנין וחתנין רבנן, מרביצי תורה, ומנהיגי קהילות קדושות בישרא',
פאר יעדן געוואונטשן.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:14 pm

מיין זיידע זז"ג האט אין די מלחמה יארן געלערענט אין גרויסווארדיין, צוזאמען מיט ביידע ברודער, להבח"ח,

מיין זיידע דערציילט, אז אינדרויסן פלעגט פליען באמבעס, מענטשן זענען געפאלן ווי פליגן, און די צוויי ברודערס פלעגן לערנען מיט התמדה ווי גארנישט גייט פאר
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:16 pm

KolHaolam: UPDATE: The Levaya of the Viznitzer Rebbe Zatzal (96) will be tomorrow afternoon in Bnei Brak, he will come L'Kevira near the Imrei Chaim.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:18 pm

ברוך דיין האמת.
רבי משה יהושע בן רבי חיים מאיר זצ"ל.


ער האט זוכה געווען צו חשובע קינדער און איידעמער, אדמו"רי חסידיות הגדולות בישראל.
רבי מענדעלע
רבי ישראל'טשע
אדמו"ר מסקווירא
אדמו"ר מהר"א מסאטמאר
אדמו"ר מבעלזא
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:20 pm

געבוירן י"ג סיון תרע"ו
משמש געווען באדמורו"ת 40 יאהר (חסר חצי חודש)

זיין תורה ועבודה איז אומבאשרייבליך!

זכותו תגן עלינו.

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:21 pm

שוועמל האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
רבי משה יהושע בן רבי חיים מאיר זצ"ל.


ער האט זוכה געווען צו חשובע קינדער און איידעמער, אדמו"רי חסידיות הגדולות בישראל.
רבי מענדעלע
רבי ישראל'טשע
אדמו"ר מסקווירא
אדמו"ר מהר"א מסאטמאר
אדמו"ר מבעלזא

וחתנו ר' מנחם ערנסטער

אוועטאר
פראספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 6:38 pm

תגובהדורך פראספעקטיוו » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:23 pm

ברוך דיין האמת!

וויזניצער רבי איז געווען א וואולער ערליכער איד

יהא זכרו ברוך!

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

תגובהדורך קרעטשמער » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:25 pm

מ'בעט דעם גאנצן עולם צו טראכטן איידער מ'דריקט "שיק עס" צו די תגובה גייט נישט גורם זיין אז די אשכול זאל ווערן פארשלאסן.

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:32 pm

..... האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי שנעל מ'האט אפדעיטעד זיין וויקיפעדיע בלעטל http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%92%D7%A8

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:32 pm

ביי וועם איז ער געווען א תלמיד?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » דינסטאג מארטש 13, 2012 7:49 pm

שמעתי אז חתנו יבל"ח כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדריקט מיין שווער האט געהאט שיינע נעכט, ער פלעגט לערנען ביינאכט שעות רצופות אין בית המדרש.
זכותו הגדול יגן עלינו
לעצט פאראכטן דורך מחזור אום דינסטאג מארטש 13, 2012 8:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט