אלעס ארום די SOPA סומאטאכע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

ווירטואלער קאמפיין קעגן "סענזארירען די וועב"

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 18, 2012 12:33 am

כ'וויל עפעס טשעקען ביי וויקאפעדיע, און......... ס'שוווואארץ!

גיי איך אויף גוגעל זעהן וואס גייט פאר........ ס'איז באדעקט מיט א ס'שוווואארצקייט!!

זיי שרייען אז קאנגרעס וויל סענסערען די וועב, און דאס גייט לשיטתם הארגענען די וועב פרייהייט, און דער עולם זאל דאס באקעמפען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 18, 2012 12:35 am

די איין בלעטעל וועגן די געזעץ איז יא אפען
http://en.wikipedia.org/wiki/PROTECT_IP_Act
אבער פראביר צו גיין ערגעץ אנדערשט, ווערט ער פארשווארצט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

חאצקעל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 19, 2011 3:13 pm

ווירטואלע קאמפיין קעגן געזעצן וואס צוימען אינטערנעט

תגובהדורך חאצקעל » מיטוואך ינואר 18, 2012 12:38 am

אזוי ווי דער אמעריקאנער קאנגרעס און סענאט גרייטן זיך צו שטימען אויף צוויי געזעצן וואס געבן די רעכטן פאר די רעגירונג אפצושפארן געוויסע טיילן פונעם אינטערנעט, ווען זיי האלטן אז עס קען זאדן מאכן פאר'ן לאנד, האט זיך אנגעהויבן א מאסיווע קאמפיין דאס אפצושטעלן.

אז איר קוקט אצינד אויפ'ן גוגל היימ-בלאט וועט איר זען א שווארצע פאס אויף די באקאנטע קאלירטע גוגל לאגא, און דערונטער איז דא א לינק וואו מען קען אונטערשרייבן א פעטיציע פאר קאנגרעס און סענאט אז זיי זאלן נישט פראקלאמירן די געזעצן.

אזוי אויך האט די גרעסטע אינפארמאציע וועב זייטל "וויקיפעדיע" אפגעשלאסן זייער וועבזייטל היינט נאכט פאר 24 שעה צו צייגן וויאזוי די וועלט קוקט אויס אן וויקיפעדיע...

חאצקעל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 19, 2011 3:13 pm

תגובהדורך חאצקעל » מיטוואך ינואר 18, 2012 12:41 am

איך האב געעפענט אן אשכול דערוועגן אין די זעלבע מינוט....

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 18, 2012 12:46 am

בילד ביטע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 18, 2012 12:48 am

חאצקעל האט געשריבן:איך האב געעפענט אן אשכול דערוועגן אין די זעלבע מינוט....


בערך פינעף מינוט שפעטער, סא לייג אריין דיין תגובה אהער.

דא האט איר די וואס נעמען אנטייל און די מחאה

http://www.mozilla.org/
https://www.eff.org/
http://www.google.com/
http://en.wikipedia.org/wiki/Main_Page
און נאך
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 18, 2012 12:50 am

שוועמל האט געשריבן:בילד ביטע


פון וואס?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך ינואר 18, 2012 12:57 am

גוגל האט פחד פאר גילו...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך ינואר 18, 2012 12:58 am

קארל, וויקיפעדיע איז איז אראפ, ואני אנה אני בא מצערו של באבע...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

אלעס ארום די SOPA סומאטאכע

תגובהדורך DotCom » מיטוואך ינואר 18, 2012 1:00 am

אין די אינטערנעט וועלט רודערט זיך לעצטענס וועגן SOPA, בקיצור וואס דאס איז; דאס איז א געזעץ וואס האלט אינמיטן אדורכגיין אין קאנגרעס, דער געזעץ גייט מ'כלומר'שט צילן אפצושטעלן "אנליין פיירעסי" (Stop Online Piracy Act), דאס הייסט, מען וועט שוין נישט קענען גנב'נען קיין דידזשיטאל מידיא ווי ניגונים אדער מאווי'ס אן באצאלן פאר די אריגינאלע קאמפעני דערפאר.

וויאזוי גייט דער געזעץ ארבעטן?
זייער פשוט, אויב א קאמפעני וועט זעהן אז א וועבסייט האלט זייער'ס אפראפערטי אן רשות, וועט זי האבן די מעגליכקייט פון איין טאג אויפ'ן צווייט'ן אפצושליסן די גאצנע וועבסייט אויב די וועבסייט געפינט זיך אין אמעריקע, אויב איז עס חוץ לאמעריקע וועט זי קענען פארלאנגען פון אלע אמעריקאנער קאמפעני'ס זאלן סטאפ'ן סיי וועלכע פארבינדונג מיט דעם קאמפעני, למשל דזשעי-נעט און ווערייזאן וועלן דארפן בלאקן עקססעס פאר אלע זייערע קאסטומער'ס, גוגל וועט עס דארפן אוועקנעמען פון זייער אינדעק'ס, פעיפאל וועט נישט פראסעסן פעימענט'ס, און עדווערטייזמענט קאמפעני'ס וועלן עס נישט מעגן עדווערטייזן, און דאס אלעס גייט זיין אפילו אן קיין איין קאורט ארדער, איין פשוט'ע בריוו צו גוגל וועט אים צווינגען עס אראפצונעמען, אויב גוגל האלט אנדערש זענען זיי דער וואס דארפ'ן גיין אין קאורט!

די געזעץ גייט נאך ווייטער, אז די זעלבע דין וועט אויך חל זיין אויף א וועבסייט וואס העלפט נאר מענטשן וויאזוי עובר צו זיין און איבערצוקליגן דעם סאפ"א געזעץ, למשל אויב איינער וועט עפעס טוויעטן א לינק, אדער איינער וועט שרייבן אין א פארום אינסטרוקשענ'ס ווי אזוי איבעצוקליגן, וועט די קאמפאני קענען פארלאנגען צו בלאקן און אויסצומעקען דעם יוזער מיט אלע זיינע אינפא, אויב נישט איז די גאנצע וועבזייטל אין טראבל.

אויך וועט דער געזעץ געבן די פאוער פאר א קאמפעני אליינ'ס צו באשליסן אויב א געוויסע וועבסייט טוט זיי בא'גנב'נן, וואס דאס קען ברענגען צו גרויסע פראבלעמען, למשל, אויב יוטוב.קאם - וואס באלאנגט טאקע פאר גוגל - וועט דעסיידן אז מהנשמע.קאם בא'גנב'ט זיי אויף עפעס אן אופן, וועלן זיי קענען ארויסנעמען מהנשמע פון אלע גוגל רעזולט'ס און אלע אנדערע גוגל סערוויסעס, אן דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר קיינעם, אין אזא פאל קען מהנשמע גיין קדיש זאגן אויף זיין סייט, ווייל עס איז כמעט אוממעגליך היינט זיך אויפצובויען אן גוגל.

ווער שטייט אונטער דעם געזעץ?
אוודאי די מעכטיגע האליוואוד קאמפעני'ס מיט די עקטאר'ס און זינגער'ס וואס זיי דערלייגן ביליאנען דאללער'ס דורך די אלע גניבה שטיקעס.

און ווער שטייט אקעגן דעם געזעץ?
רוב גרויסע אינטערנעט פראוויידער'ס, סוירטש קאמפעני'ס און אלע סאשעל קאמפעני'ס, צ.ב.ש. גוגל, טוויטער, פעיסבוק, וויקיפעדיע, קאמקעסט, ועוד ועוד, און בעיקר דער אלגעמיינער אינטערנעט באנוצער, די קאמפעני'ס נעמען שטארקע שריט צו פראטעסטירן דעם געזעץ, בפרט היינט דער אכצנטער אין יאנואר וואס איז באשטימט פאר א הירינג אין קאנגרעס האבן די קאמפעני'ס באשטימט פאר sopa blackout day למשל וויקיפעדיע מאכט היינט צו זייער ענגלישן וועבסייט פאר 24 שעה, גוגל האט היינט ארויפגעלייגט א פראטעסט לינק און פארדעקט זייער סימבאל מיט א שווארצער פאן אויף זייער מעין וועבזייטל, אזוי אויך ארגאניזירן זיך פראטעסטן אין פארשידענע טיילן פון לאנד ,בקיצור עס טוט זיך אן איבעקערעניש אין זיי מאכן שור אז יעדער אינטערנעט באנוצער זאל וויסן דערפון און לאזן וויסן זיין לעגיסלעיטאר אז ער איז נישט צופרידן דערפון.

פארוואס זענען די קאמפעני'ס הנ"ל אקעגן דעם געזעץ?
פון די קאמפעני'ס הערט מען פארשידענע טענות, הצד השווה שבהן, יעדער האט מורא אז דער געזעץ וועט געבן צופיל פאוער פאר די גאווערמענט אויף די אינטערנעט, און דאס איז א זאך וואס זיי ווילן פארמיידן פאר יעדע פרייז, זיי האלטן אז דאס איז אקעגן דעמאקראטיע און אקעגן די פרינציפן וואס אמעריקע איז געבויעט, זיי פילן אז מיט דעם געזעץ נעמט די רעגירונג אוועק די פרייהייט פון די אינטערנעט און זייערע באנוצער'ס, אויך וועט עס די רעגירונג קענען לעת הצורך צו דערשטיקן זייערע קעגנער'ס וואס דאס טשעפעט שוין די ריכטיגע דעמאקראטיע.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מיטוואך ינואר 18, 2012 1:03 am

און צום דריטן מאל, אנטשולדיגט מנהל פאר'ן מטריח זיין,...
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך ינואר 18, 2012 1:09 am

איך זע אז די אידישע וויקעפידיע ארבעט יא.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מיטוואך ינואר 18, 2012 1:16 am

אויפריכטיג האט געשריבן:איך זע אז די אידישע וויקעפידיע ארבעט יא.


נאר ענגליש ארבעט נישט, בד"וו מאביל ארבעט ענדליש אויך, גיי m.wikipedia.org
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

קאפעליטש
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 3:42 pm

תגובהדורך קאפעליטש » מיטוואך ינואר 18, 2012 1:55 am

א גרויסע שכח DotCom פארן עפענען א אשכול דערוועגן.
מיינט עס אין אנדערע ווערטער, אז פין היינט אין ווייטער וועט די בעלות פין די אינטערנעט באלאנגען פאר די רעגירונג, ד.ה. אז יעדע זאך וואס וועט אדורכגיין די אינטערנעט וועט דארפן זיין %100 אויסגעהאלטן, וואס דאס מיינט א ענדע צו וויקיליעקס?

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך ינואר 18, 2012 2:07 am

the way the goverment handles the internet its obvios that they don't understand how much money a company could lose if their website is taken down if anyone can decide to take down someone then the internet is back to stage one and sites will lose big money
this link will be a daily story with millions of damage
http://bits.blogs.nytimes.com/2011/06/2 ... s-offline/

Mr. Ostroumow said that the F.B.I. was only interested in one of the company’s clients but had taken servers used by “tens of clients.”

He wrote: “After F.B.I.’s unprofessional ‘work’ we can not restart our own servers, that’s why our Web site is offline and support doesn’t work” The company’s staff had been working to solve the problem for the previous 15 hours, he said.

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7061
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Tell congress: Please don't censor the web

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 18, 2012 7:50 am

גוגל האט היינט א קאמפיין דערויף

https://www.google.com/landing/takeaction/

קען איינער אפשר מסביר זיין פונקטליך וואס דאס איז, אויב צענזורירן מען זאל נישט קענען אלעס זען, אולי דארפן מיר יודעלעך אנטייל נעמען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » מיטוואך ינואר 18, 2012 8:28 am

איך פארשטיי נישט. מה כל הרעש? ווען איינער האט א סטאר וואו מען קאפיעט טעיפס און מאאוויס אן רשות פארשטייסטו אז די גאווערמענט קען אפשפארן די סטאר און באשטראפן די העלפערס? וואס איז אנליין אנדערש? ווייל דו זעהסט עס נישט פיזקלי?

קוק אן אזא סייט ווי וויקיליעקס. זיי האבן ארויסגעגעבן הונדערטער טויזענטער געהיימע דאקומענטן. זיי זענען אנגעגאנגען פאר א שיינע שטיק צייט. וויפיל מענטשן זענען ארעסטירט געווארן דערפאר? ווען איינער גייט ווען אריין אינעם פענטאגאן און גנב'ט דאקומענטן וואלט ער געזיצן א גאנץ לעבן. אבער אויב טוט ער עס אנליין קענסטו אים גארנישט טוהן. ניטאמאל סטאפן!

און להוי ידוע. ביז יעצט איז שוין אויך געווען אזא געזעץ. איך האב אסאך מאל געהאט אז ווען איך בין ארויף אויף א וועבסייט וואס האט געגעבן טייערע פראגראמען אומזיסט. איז ארויפגעקומען א מעסעדזש אז די גאווערמענט האט צוגעשפארט דעם סייט ווייל עס פארלעצט די קאפירייט געזעצן. נאר וואס דען? ביז יעצט האט א קאמפאני געדארפט שאדן האבן מיליאנען דאלארן כדי די FBI זאל זיך אריינמישן. יעצט וועט עס שוין זיין גרינגער אפצושטעלן

און לגבי גוגל, פארשטיי איך פארוואס זיי זענען אזוי גערעגט. ווייל די מערסטע געלט מאכן זיי פון די קליינע שווינדלעריש וועבסייטס וואס פארקויפן טייערע סאפטווער פאר חצי בחינם. יעצט וועלן זיי דארפן אפגעבן א דין וחשבון

און וויקיפידיע. פארשטיי איך טאקע נישט. העלמיר מוזן ווארטן ווילאנג קארל וועט קומען מסבירן....
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך ינואר 18, 2012 8:43 am

דאט קאפ שכוח פארן אנהייבן מיט אזא שיינע התחלה,

טעל מי, האסט נישט פארשטאנען, אויב איינער גייט למשל פרעגן דא אויף אייוועלט איבער געוויסע אומזיסטע זאך, קענען זיי אראפנעמען אייוועלט פון די מאפע, ביז מינוטן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך ינואר 18, 2012 8:47 am

קוק אינעם אנדערן אשכול.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מיטוואך ינואר 18, 2012 8:48 am

יישר כח דאט קאם

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מיטוואך ינואר 18, 2012 8:58 am

מען טרייבט ליצונות
צוגעלייגטע
wikipedia.jpg
wikipedia.jpg (44.94 KiB) געזעהן 4727 מאל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 18, 2012 8:59 am

דאטקאם ציטערט פאר זיין ניק. ס'איז אונטער א פראגע צייכן...

יישר כח פאר די באריכט

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » מיטוואך ינואר 18, 2012 9:44 am

גוגל האט א קורצשלוס...
https://www.google.com/
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

תגובהדורך חשמל » מיטוואך ינואר 18, 2012 9:46 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
חאצקעל האט געשריבן:איך האב געעפענט אן אשכול דערוועגן אין די זעלבע מינוט....


בערך פינעף מינוט שפעטער, סא לייג אריין דיין תגובה אהער.

דא האט איר די וואס נעמען אנטייל און די מחאה

http://www.mozilla.org/
https://www.eff.org/
http://www.google.com/
http://en.wikipedia.org/wiki/Main_Page
און נאך


wordpress.org/

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » מיטוואך ינואר 18, 2012 9:54 am

איך וויל נאר קלאר מאכן אז מע רעדט פון א רעפובליקאנער קאנגרעסס....
וועלכע האבן הייס צוגעזאגט אז די גאווערמענט וועט זיין קליין אין וועט זיך נישט אריינמישן אין אונזער לעבן....
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”