אזוי גוט האט געשריבן:אזוי גוט האט געשריבן:היינט נאכט וועט פארקומען א אסיפות עסקנים מיט אלע קהלות וואס מען וועט זיך ציזאם זעצען מיט לויערס וואס פארטרעטן אונזערע אינטרעסן אין זיך מטכס עצה זיין די קומעדיגע שריט.
קרוב צי זיבעציג עסקנים אזוי אויך רבני ודייני העיר זענען געזעצען היינט פאר קרוב צי א שעה א האלב צי דורך גיין וואס די קומעדיגע שריט זאל זיין, עס האבן אויפגעטרעטן צווישן אנדערע הרבני הנגיד העסקן הנמרץ ראש וראשון לכל דבר שבקדושה ר' משה פרידמאן וואס האט אויפגעפאדערט אז מען זאל פרובירן נישט אויפצירייצען די פאלציי און פרובירן וויפל מען קען נישט ארויס ווייזן אז מען פייפט אן די געזעץ. אזוי אויך האבן אויפגעטרעטן נאך עסקנים מער פרטים וועט שפעטער נאכפאלגן אי"ה.
עסקנים... איים סארי אבער נארמאל בינעך א סעפארטער פין עסקנים, אבער וואס האבן די חברה געטוען דא אין מונטריאל? האבן זיי איינמאל פארציילט אז מיט א נישטיגע צעטל קען מ'זיך דרייען ביי קורפיו?
האבן זיי געטוען וועגן די ווערמאנט בארדער אדער פריוואטע מענטשען זענען געווען ביזי מיט דעם?
האבן זיי פארציילט אז מ'קען רואיג זיך ארויסדרייען פין די האטעלס?
האבן זיי איינמאל געזאגט וואס צוטוען מיט א טיקעט?
זיי האבן סך הכול געשריבן ווי א גרויסע סכנה עס איז צו מאכן א פאלטשע טעסט ביי די בארדער אין ווי מ'קען מאכן א בוקינג פאר די האטעלס.
אן עסקן וואס איז פארנומען צו ליינען די מידיע אין זיי געפעלען איז ס"ה א מידיע העק