נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

מאיר מרדכי האט אליינס געזאגט......
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

אמע"כ אחב"י תושבי מאנטריאל ודי בכל אתר ואתר

ווי פאר אלעמען באקאנט איז מאנטריאל א עיר ואם בישראל, א שטאט אנגעזאפט מיט תורה ויראת שמים, א עיר מלאה סופרים, די בתי מדרשים זענען פיל מיט אינגעלייט וואס זענען זיך ממית באהלו של תורה און בעלי בתים קובעים עיתים לתורה, די גמילות חסדים איז אויפן העכסטן פארנעם און די מוסדות התורה שפרודלען מיט תינוקות של בית רבן פארזיכערענדיג א לעכטיגע צוקונפט פאר די קומענדיגע דורות.

אבער וואס איז נישט אזוי באקאנט פאר אלעמען איז די צאל תינוקות שנשבו וועלכע וואוינען אין אונזער געגנט, לעכטיגע אידישע קינדער און ערוואקסענע, א גרויס חלק פון זיי סטודענטן אין מאנטריאלע אוניווערסיטעטן, וועלכע זענען ליידער ערצויגן געווארן אן קיין אידישע חינוך למחצה לשליש ולרביע און געוויסע אן גארנישט, איין זאך וואס זיי פארמאגן איז א ווארעם אידיש הארץ מיט א אידישע פונק וועלכע לעכצט נאך אביסל ווארעמקייט, א טעם אין שבת ויום טוב, און א אפענע הארץ און אויער זיי ארויסצוהעלפן בעת צרה.

אט דא שיינט ארויס די פעולות חובקות פון "מעיין ישראל חב"ד מייל ענד" בראשות הרב יהודה ווינטערפעלד שליט"א וועלכע גיבט זיך אוועק טאג און נאכט מקרב צו זיין די נשמות לאביהם שבשמים מיטן אוועקשטעלן א פולשטענדיגע קירוב אפאראט וועלכע אנהאלט א בית מדרש לתפילה שבת ויום טוב און יומא דפגרא, שטעלט צו פולע סעודות שבתות וימים טובים, סדרי לימוד, חתונות כדת משה וישראל און נאך פולע אקטיוויטעטן צו דערנענטערן די נפשות לחיי התורה והמצוות.

אבער די הוצאות זענען למעלה מראש, מען האלט שוין ביי א מצב פון באו מים עד נפש ועד בכלל, אבער רב ווינטערפעלד שרעקט זיך פון גארנישט און גייט אן מיט מסירות נפש ממש, חז"ל זאגן כל ישראל ערבים זה לזה, אבער אידן זענען פארנומען על המחיה ועל הכלכלה און נישט יעדער קען נעמען זיין חלק אין קירוב נפשות אבער מען מוז כאטש ארויסהעלפן די וואס טוען יא.

בחסדי השם האבן זיך צוזאמגענומען דריי נגידים וועלכע זענען נאנט באקאנט מיט די הייליגע פעולות פון "חב'ד מייל ענד" און באשלאסן אז אין די 24 שעה אנגעהויבן פון היינט דינסטאג פר' תרומה 1:00 נאכמיטאג ביז צומארגנס מיטוואך 1:00 וועלן זיי מעטשן יעדע דאלאר וואס קומט אריין, דאס הייסט אז יעדע דאלאר איז ווערט 4 דאלאר, די ציל איז $40,000 און אויב קומט מען נישט אן צו די סכום גייט די גאנצע געלט צוריק.

טייערע אידן, נעמט די פאר מינוט און פארבינדט אייך מיט די וועבזייטל https://www.charidy.com/weareone
און גיבט נדבת לבבכם ובזכות זה זאלט איר זוכה זיין צו כל מילי דמיטב, א שפע בגשמיות ורוחניות מיט געזונטע קינדער עוסקים בתורה ובמצוות.

*געדענקט!! כי לא ידח ממנו נדח איז נישט בלויז א מציאות, עס ליגט אויף יעדען איינעם די אחריות דאס אויסצופירן!!!*


https://www.charidy.com/weareone
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
Montrealtosh
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Montrealtosh »

הרב שטיגליץ

ישר כח פארן מודיע זיין פארן ציבור,
הרב ווינטערפעלד שליט״א איז א עכטע ערליכע אינגערמאן מיט מסירת נפש,
איך בין איינמאל אהינגעגאנגען צו זיין א צענטער פאר מנין, איך בין נתפעל געווארן פון די איבערגעבענקייט פון די רב פאר די אלע צובראכנע נפשות,
רבותי זייט אייך משתתף

https://www.charidy.com/weareone
א קאנאדער
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קאנאדער »

ב"ה די קמפיין איז זייער סוקסעספול געווען יעצט איז עס שוין אין בונעס רופט אייך אן ווארעם
yalah
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

פרייליכע נייעס פארן מאנטריאלער אידנטום מדקדקים בכשרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

נאך איבערמידליכע ארבעט דורך געטרייע עסקנים עוסקים בצ"צ באמונה, איז געלונגען צו אוועקשטעלן א מערכת הכשרות דורך חשובע שטאטישע רבנים מבינים בשדה הכשרות וואס כל מטרתם להכשיר פראדוקטן וואס ווערן פרדוצירט אין קאנאדע אזוי וועלן מאנטריאלע יודן נישט ברויכען זיו צורייסען להביא לחם לפי הטף.

די נאמען פון די ארגאניזאציע איז KC מלשון Kosher Canada

מאנטרעאלע היימישע אידן פון אלע שיכטען און קרייזען זענען עס מקדם בברכה און וואונטשן זיי גרוס הצלחה וברכה בכל מעשי ידיהם.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
א קאנאדער
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קאנאדער »

שוין דא אפאר רעסטאראנטען וואס האבן די הכשר אבער אונטער די נאמען הרב פינחס ווידער
yalah
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

ערשטע פרודוקט איז סעלצער מיטן נאמען 'סמבטיון', ספעציעל געשמאק, אזאש די געז שפרונגט זוי ווי סמבטיון שטיינער, די חידוש דא איז, אז שבת שפרונגט עס נאך שטערקער....

ועוד ידם נטויה לילך מחיל אל חיל.

די אמעריקאנער קאושר פוד דיסטריביוטערס וועלן בקרוב ברויכען זיכען אן אנדערן דערפל אוואו צו דאמפען די עקספייערטע סחורה.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די גאנצע רעסטוראנט קאפ געדרייעכטס איז געווען א פראמאושען פאר די נייע כשרות ארגאניזאצע? זעהר א ביליגע ארבעט. אז דו ווילסט עפעס פריש דאן בוי עפעס, ברויכסט נישט יענעם אראפרייסען אויף דיך גרויס צו מאכען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

יע עס איז מיר געווען א חידוש ווען אלע וואס מען האט געזעהן אז זיי האבען נישט קיין נגיעות האבען געזאגט אז אפילו א אינגערמאן וואס עסט בשום אופן נישט אין אמעריקע OU קען זיין אז דארט וועט ער יא עסען MK
און ער האט זיך שטארק געטאנעט יעצט פארשטייט מען אלעס
א קאנאדער
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קאנאדער »

איך קען דער יונגערמאן וואס שטייט אונטער די נייע הכשר ער איז זייער א טויגליכער, אבער איך מיין אז דעיס האט גארנישט צו טאן מיט צי מען מעג עסן MK
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

א קאנאדער האט געשריבן:איך קען דער יונגערמאן וואס שטייט אונטער די נייע הכשר ער איז זייער א טויגליכער, אבער איך מיין אז דעיס האט גארנישט צו טאן מיט צי מען מעג עסן MK


איך קען אויך די געלונגענע אינגערמאן. בד''וו ער פלעגט אמאל ארבעטן אין די MK. די הכשר איז אבסעלוטלי א קריג מיט די MK, ונחיה ונראה!
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

yalah האט געשריבן:נאך איבערמידליכע ארבעט דורך געטרייע עסקנים עוסקים בצ"צ באמונה, איז געלונגען צו אוועקשטעלן א מערכת הכשרות דורך חשובע שטאטישע רבנים מבינים בשדה הכשרות וואס כל מטרתם להכשיר פראדוקטן וואס ווערן פרדוצירט אין קאנאדע אזוי וועלן מאנטריאלע יודן נישט ברויכען זיו צורייסען להביא לחם לפי הטף.

די נאמען פון די ארגאניזאציע איז KC מלשון Kosher Canada

מאנטרעאלע היימישע אידן פון אלע שיכטען און קרייזען זענען עס מקדם בברכה און וואונטשן זיי גרוס הצלחה וברכה בכל מעשי ידיהם.


ביטע לאזט אונז וויסען וועלכע רב פין די חסידישע קהילות לאזט עסן די נייע הכשר?
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

וועמען דארף די השגחה סערווירן? אויב די היימישע עולם, פארוואס נישט שרייבן א אידישע נאמען ביים הכשר?

ווער איז דאס?
א קאנאדער
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קאנאדער »

דער וואס האט עס געפענט וויל נישט נאר די היימישע עולם
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
א קאנאדער האט געשריבן:איך קען דער יונגערמאן וואס שטייט אונטער די נייע הכשר ער איז זייער א טויגליכער, אבער איך מיין אז דעיס האט גארנישט צו טאן מיט צי מען מעג עסן MK


איך קען אויך די געלונגענע אינגערמאן. בד''וו ער פלעגט אמאל ארבעטן אין די MK. די הכשר איז אבסעלוטלי א קריג מיט די MK, ונחיה ונראה!

חז״ה ?
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

משה צימערינג האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
א קאנאדער האט געשריבן:איך קען דער יונגערמאן וואס שטייט אונטער די נייע הכשר ער איז זייער א טויגליכער, אבער איך מיין אז דעיס האט גארנישט צו טאן מיט צי מען מעג עסן MK


איך קען אויך די געלונגענע אינגערמאן. בד''וו ער פלעגט אמאל ארבעטן אין די MK. די הכשר איז אבסעלוטלי א קריג מיט די MK, ונחיה ונראה!

חז״ה ?


יא, יא.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

yalah האט געשריבן:ועוד ידם נטויה לילך מחיל אל חיל.

די אמעריקאנער קאושר פוד דיסטריביוטערס וועלן בקרוב ברויכען זיכען אן אנדערן דערפל אוואו צו דאמפען די עקספייערטע סחורה.


ווארט מיר שטארק ארויס, זאלען זיי האבען אסאך הצלחה, און ס'זאל זיך נישט אויסלאזען בלויזע חלומות, אזוי ווי אסאך ענליכע זאכען.
Montrealtosh
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Montrealtosh »

געהאט די שבת ביי שלש סעודות די נייע סעלצער סמבטיון גאנץ א פיינע טעם מיט א שטארקע גאז,
דער עולם קוקט ארויס אויף די הצלחה פון די עסקנים וואס ארבעטן שווער פאר ביליגע פרייזן אין מאנטריאל, די גראסרי׳ס זענען זייער טייער, סיי וועגן די טייערע אמריקאנע דאללער און וועגן די שופינוג און דאטי׳ס
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

ווי אויך זענען די גראסעריס אינטערגעווארפן אינטער די מאנאפאל נעגל פון קדם/אלטרא, אין די היימישע געשעפטן קען מען נישט קריגן די פיינע מאנישעוויץ גרעיפדזשוס, יעדע פראדוקט וואס ברויך נישט דורכגיין קדם/אלטרא אימפארטער איז א געווינס, די שאלה איז נאר צו די געשעפטן וועלן דאס פארקויפן.

אין דער איד האב איך די וואך געזען א עד פון קדם אז [לאור די נייע וועלטש גרעיפדזשוס] זענען זיי נאך געבליבן לע"ע מיט די מאנאפאל בלויז אויף אינו מבושל גרעיפדזשוס, האפענטליך וועט מיט די צייט מאנישעוויץ נאך קומען דאס אויך.
yalah
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

איך האב געקויפט א קעיס וועלש 6 פעמעלי סייז פלעשער, 5.50 א באטל ביי קאסטקאו , געטרינקען דעים שבת יעך מיט דאס געזינדל, מ'האמר עס זייער געגליכן.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבעריל קויבעק »

פריים מניסטער טרודא געפונט זיך יעצט אין א רעסטוראנט אויף קארנער ווען הארן אין בלאמפילד, אין הארץ פון היימישע אוטרימאנט.
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

איך בין יעצט ציגאסט אין אוטרעמאונט אויף צום טוב
איינער ווייסט ווי כ'קען באקומען א פערמיט צי פארקן און אוטרעמאונט געגנט?
יום טוב דארף מען אויכעט טוישן פארקינג זייטן מיטוואך? אדער זיי רעכענען זיך מיט די יודן

יישר כח למפרע
הק׳ טעקעלע
ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבעריל קויבעק »

א פערמיט קען מען באקומען ביי די סעקיוריטי אויף ווען הארן.
אין יום טוב דארף מען אויך ריקען די קאר אין אינז רעכענען זיך נישט מיט די יודן.
אגב, שלום עליכם פילט אייך באקוועם.
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

ליבעריל קויבעק האט געשריבן:א פערמיט קען מען באקומען ביי די סעקיוריטי אויף ווען הארן.
אין יום טוב דארף מען אויך ריקען די קאר אין אינז רעכענען זיך נישט מיט די יודן.
אגב, שלום עליכם פילט אייך באקוועם.

שכח
ווען הארן קארנער?
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קארנער אוטרעמאנט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”