נייעס פון קול נטרונא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דער תהילים איד האט געשריבן:ערשטנס ער זאגט דארט קלאר אין די נייעס אז ער גייט יעצט זאגן "נייעס", ער רעדט נישט איין אז דאס איז די תורה.

צווייטנס, צום 7'טן מאל, ער זאגט נישט קיין ליגנט. ער זאגט די נייעס פון א לינקעק קוק-ווינקל, וואס האט 'גענוי די זעלבע' שאנסן צו זיין אמת.

איך האב געזאגט ער זאגט נישט אז עס איז נייעס? כ'ווייס נישט צו וואס דו באציסט זיך.

ער זאגט די נייעס פון א לינקע קוק ווינקל - וואס קען לויט דיר זיין פונקט אזוי אמת -. ער זאגט נישט אז עס איז נאר איין קוק ווינקל - וואס "קען זיין" אמת - ווייל ער וויל עס נוצן קעגן די מדינה.

איך זאג אז עס איז א פראבלעם ווייל עס לייגט אפ ביי געוויסע מענשטען אז "דאס" איז די פראבלעם מיט די מדינה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער יוד »

דער תהילים איד האט געשריבן:און 'מיין' הויפט שאלה איז:

פארוואס רעכטע "דעמאגאגיע" ווערט הויעך אפלאדירט מיט גרויס שמחה "ווייל ס'איז גוטע ליצנות פון די לינקע", על אף וואס ס'איז אפט מאל שקר געמישט מיט דמיונות, אבער ווען עס קומט צו "דעמאגאגיע" - (אפילו אויב) - פון די לינקע זייט וואס איז בדרך אגב "גוטע ליצנות פון אונזערע שונאים די רשעי ישראל" ווערט מען אזוי היסטעריש אז ניין ניין ניין, ס'נישט אמת ס'נישט אמת.

ילמדינו רבינו.

עס איז א קושיא שאין עליו תשובה
און דאס איז די גרעסטע ראי' אויף די סימפאטיע וואס אפילו נטרונא שטיצער האבען צום מדינעלע

גוט אז זיי רעדן טאקע נאר די לינקע צד אזוי ווערט כאטש נתלבן די נקודה.
-פנימי- בלתי מוגה כלל
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

און איך זאג גארנישט.
וואלט געווען א מענטש(ן) דארט צו וועם צו רעדן, איינטעהנען און זאל גרייט זיין צו הערן (נישט צו פארענטפערן) וואלט בעסער געווען.

איין זאך איז זיכער. זיי האבן א גאנג, און זיי האבן שיטות, און זיי מיינען גוט, און טוען גוטע זאכן, (און האבן שטארקע שטיצער דא אויפן וועלטל) אבער זיי זענען א אייגענע ענטעטי וואס פאטרעט א שיטה לויט ווי איין אדער עטליכע יחידים האלטן איז ריכטיג, ענד איז אפען פאר יעדעם צו באשליסן צו ער האלט אויך אזוי.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

זאלער, וואס איז מיט דיר!... האסט פארגעסן אז דו האסט נישט קיין שום אגענדע אין די נושא פון נטרונא.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

נישט פארגעסן, איך געדענק פארדעם זאג איך נישט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער יוד »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:[quote="]

איך זאג אז עס איז א פראבלעם ווייל עס לייגט אפ ביי געוויסע מענשטען אז "דאס" איז די פראבלעם מיט די מדינה.[/quote][/quote]

זיי באטאנען זייער ''קלאר'' אז 'נישט דאס' איז די פראבלעים נאר אפגעזען וויאזוי די האלטס לינק צו רעכט איז דאס אסור ווייל עס איז אסור בעצם
יעצט אז איינערנוויל זיך טועה זיין בדבריהם, נו ביים הייליגען רבין פון סאטמאר איז אויך אזוי געווען
פאדערסט זיי זאלען מער זיין געווארענט ווי די סאטמארע רבי?
-פנימי- בלתי מוגה כלל
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

עס איז געשמאק צו זען ווי מ'לערנט אריין בעיון וואס זיי מיינען און האלטן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער יוד »

זאל ער קומען האט געשריבן:עס איז געשמאק צו זען ווי מ'לערנט אריין בעיון וואס זיי מיינען און האלטן.

ווען די שטעלסט דיר ווען ארויס צו טון זייער דזשאב וואלסטו געהאט דאס זעלביגע עטענשאן
גלייב מיר פאר זייער שווערע ארבעט לוינט זיך נאכנישט די ביסעל כבוד דא
-פנימי- בלתי מוגה כלל
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

זאל ער קומען האט געשריבן:נישט פארגעסן, איך געדענק פארדעם זאג איך נישט.

אה, האסט נישט געזאגט, ס'האט מיר צוגעדוכטן, בקשת מחילה.

אגב, איך האלט שוין לאנג אז די יחידים פון RCCS פרעגן קיינעם נישט וואס צו טוהן, און זיי מאכן א חילול השם מיט זייערע פאליסי'ס. זיי מוזן האבן עפעס א בנשיאות. כ'וועל מעגליך מוזן עפענען א אשכול איבער דעם.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער יוד »

זאל ער קומען האט געשריבן:און איך זאג גארנישט.
וואלט געווען א מענטש(ן) דארט צו וועם צו רעדן, איינטעהנען און זאל גרייט זיין צו הערן (נישט צו פארענטפערן) וואלט בעסער געווען.

איין זאך איז זיכער. זיי האבן א גאנג, און זיי האבן שיטות, און זיי מיינען גוט, און טוען גוטע זאכן, (און האבן שטארקע שטיצער דא אויפן וועלטל) אבער זיי זענען א אייגענע ענטעטי וואס פאטרעט א שיטה לויט ווי איין אדער עטליכע יחידים האלטן איז ריכטיג, ענד איז אפען פאר יעדעם צו באשליסן צו ער האלט אויך אזוי.

יישר כח פאר'ן געבן די רשות און רעכט צו מחולק זיין אויף זיי
-פנימי- בלתי מוגה כלל
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

ווען איך האב צו דער זייט אזעלכע ווי דו און תהילם טאנץ איך אריין...
אבער באמת גערעדט זיי טוען גוטע זאכן און זענען פיינע אידן, נאר א שאד ס'איז נישט בשלימות.

אלץ זאגט דער גוטער אויף מיר שרייסטו? פריי דיך איך טו יא עפעס, און דער אנדערער ענטפערט צו וועם זאל איך רעדן צו ווער עס טוט נישט?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

דער תהילים איד האט געשריבן:
זאל ער קומען האט געשריבן:נישט פארגעסן, איך געדענק פארדעם זאג איך נישט.

אה, האסט נישט געזאגט, ס'האט מיר צוגעדוכטן, בקשת מחילה.

אגב, איך האלט שוין לאנג אז די יחידים פון RCCS פרעגן קיינעם נישט וואס צו טוהן, און זיי מאכן א חילול השם מיט זייערע פאליסי'ס. זיי מוזן האבן עפעס א בנשיאות. כ'וועל מעגליך מוזן עפענען א אשכול איבער דעם.


לאז זיי וויסן דערוועגן, אדרבה זיי וואלטן געוואלט הערן.
ווען זיי האבן געמאכט ענינים וואס דער עולם איז נישט געווען צופרידן האבן זיי אויגעהערט און זיך אנטשולדיגט און מבטל געווען, אויב האסטו נאך עפעס שיק זיי אריין.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

:lol:
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

דער תהילים איד האט געשריבן:לכתחילה, דיין גאנצע ווערסיע איבער די אנהייב פון די יעצטיגע קאנפליקט פאסט פאר חזקיהו המלך! איך בין ערשטוינט ווי קעגן-די-מציאות מ'קען גיין כדי זיך צו האלטן מיט די רעכטע לאגער נאן-סטאפ.

1) אבאס איז בכלל נישט שוואך אין די מערב ברעג, אויסגעזויגן פון פינגער - 2) די שלום פון פאטאח און חאמאס האט קיין ברעקל געהינקעט ביז די מלחמה, הגם ס'איז נאכנישט געענדיגט אויסארבעטן די דעטאלן. אויב עפעס האנקערייען איז געווען א קליינע מחלוקה וועגן געהאלט פון עטליכע חדשים ביז אהער, וואס קאטאר האט דאס מסדר געווען דורכן זיך אנטראגן עס צו באצאלן (און נתניהו האט עס געשטערט דורך א יו.ען. רעזעלוציע, ואכמ"ל). 3) 4) 5) און אזוי ווייטער און ווייטער, כאנישט קיין געדולד.

דיין באהויפטונג אז עמיצער האט דא אנגענומען אז מ'זאגט ליגנט כדי צו מאכן די מדינה אומגערעכט, איז פאלש. נישט פון דעם איז די רעדע. נטרונא עסקן האט געשריבן אז ער לייגט אראפ די "אנדערע קוק ווינקל" וואס האט די זעלבע שאנסן צו זיין אמת ווי די צווייטע זייט, און סאטמארע אידן מעגן הערן דעם צד, כדי צו האבן א קלענערע נסיון.

און 'מיין' הויפט שאלה איז:

פארוואס רעכטע "דעמאגאגיע" ווערט הויעך אפלאדירט מיט גרויס שמחה "ווייל ס'איז גוטע ליצנות פון די לינקע", על אף וואס ס'איז אפט מאל שקר געמישט מיט דמיונות, אבער ווען עס קומט צו "דעמאגאגיע" - (אפילו אויב) - פון די לינקע זייט וואס איז בדרך אגב "גוטע ליצנות פון אונזערע שונאים די רשעי ישראל" ווערט מען אזוי היסטעריש אז ניין ניין ניין, ס'נישט אמת ס'נישט אמת.

ילמדינו רבינו.


איך האב נישט די מינדעסטע השגה וואס נטרונא זאגט אויף זייער פאון ליניע, איך קען ניטאמאל די נומער, אבער איך שטוין פון די פאקטן וואס האסט אראפ געשטעלט, ווען יעדער וואס האלט מיט נייעס ווייסט פארקערט.

איך באצי מיך צום פונקט וועגן אבאס און וועגן די כאמאס פאטאח שלום.

דאס אז אבאס'ס בענקל איז שאקעלדיג איז ווייט נישט אויסגעזויגן פון פינגער, און איך האב נאך קיינעם נישט געזעען שרייבן פארקערט.

יעדער ווייסט אז פאטאח'ס פאפולערסטע פירער זיצט אין מדינת ישראל טורמע און אבאס איז א שוואכלינג וועמענס בענקל הינקעט אינטער נישט פון היינט נאר שוין א לאנגע צייט.

צו זאגן אז שלום צווישן פאטאח און כאמאס שטייט שטארק איז גוט פאר א וויץ. 75 מאל האבן זיי שוין פראבירט צו מאכן שלום, און נישט נאר פראבירט, נאר שוין אינטערגעשריבן אפמאכן, און עס איז יעדע מאל באזונדער דורכגעפאלן.

צו ס'וואלט יעצט אנגעהאלטן איז שווער צו וויסן פון פאראויס, כ'בין נישט קיין נביא, אבער סיז גוט געשטאנען? זיי האבן זיך ווי אלעמאל ארום געאמפערט און ארום געקריגט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

1) אבאס - 2) חאמאס-פאטאח שלום

1) אבאס פלאגט זיך אפשר צו טרעפן 'הישגים' (און ער טרעפט מזמן לזמן), אבער צו זאגן אז זיין בענקל וואקלט זיך אין די מערב און ער האט דערפאר 'געמוזט' שלום מאכן מיט חאמאס, איז יא אויסגעזויגן, ווייל דער שלום איז געקומען צוליב חאמאס'עס קארופציע, נישט אבאס'ס.

2) די חאמאס-פאטאח שלום איז נאך געווען זייער ווייט פון פערטיג, אבער צו זאגן אז פון די שלום-דעקלעראציע ביז די יעצטיגע מלחמה האט עס געהאנקערט, דאס הייסט ס'איז געגאנגען בארג אראפ, איז ווידער אויסגעזויגן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

איך בין נישט אזוי באקאנט אין די סאטמארע מנהגים, איך מיין אז כדי זיין א תלמיד פון בעל ויואל משה דארפן מען לערנען זיינע ספרים, און כדי צו זיין א חסיד זיינעם דארפן מען אויך האלטן די פארשידענע מנהגים פון מחזור דברי יואל.
און ממילא דעת קדשו איז נישט געגעבן געווארן נאר פאר אזעלעכע וואס זענען געווען צען יאר אלט ווען ער האט באקומען דעם סטראוק.

אבער עכ"פ פון די סאטמארע פונקטן פארשטיי איך נישט וואס איז יעצט די אטאקע דא קעגן נטורנא, לויט וויפל האב איך געהערט האט ר' סענדר דייטש אין זיינע ארטיקלען אין דער איד פלעגט אויך גיין אויפן זעלבן מהלך ווי נטרונא ארבעט יעצט, ער איז געווען - ווי מען קען עס זאגן - מער לינק געשטימיט, ער פלעגט מוסר זאגן פאר די מדינה פאר זייער טאקטיק אז עס איז נישט גוט פון דעם פאליטישן קוק, און אויך, מיט א געוויסע מאס האט ר' סענדר'ן געהאט ט שטיקל רעספעקט פאר די לינקע פאליטיקאנטן פון די מדינה, ער פלעגט זיי שעצטן א ביסאלע פאר זייערע פעולות פאר שלום אפמאך.
אלזא, וואס איז יעצט געווארן די פרישע טענות אויף נטורונא.

און בפרט, ווער עס האלט מיט די נייעס אין די מלחמה זעהט קלאר פאר די אויגן אז די ציונים האבן געזאגט אסאך מער ליגנט ווי דער אנדער צד, אין פאקטן.
אנגהייבן פון דעם אז זיי האבן ביים אנהייב געמאלדן אז האבן אום געברענגט איינער פון די הויפטן פון כאמאס, ראש מערך הרקטות, כאמאס האט דאס געלייקנט, שפעטער האט די מדינה מודה געווען אז עס האט זיי נישט געלונגן אים אום צו ברענגען.
צווייטענס, דער סאלאדאט וואס כאמאס האבן אנהייב געזאגט אז זיי האבן אים ביי זיי אין די הענט, די מדינה האט דאס אינגאצן געליינקנט, שפעטער האבן זיי מודה געווען אויף דעם, יעצט זאגן זיי נאר אז ער לעבט שוין נישט, גיי ווייס.
און בפרט די אטאקע פון כאמאס האט דורך געפירט אייער נעכטן - מאנטיג, ווען קודם האט די מדינה געמאלדן אז זיי האבן מצליח געווען אום ברענגען פינף כאמאסניקעס, שפעטער איז נתברר געווארן אז עס איז געווען פונקט פארקערט, פינף סאלדאטן פון די מדינה זענן אום געברענגט געווארן ביי יענע אטאקע דורך כאמאס, זיי זאגן נאר יעצט אז איינער פון כאמאס איז אויך אום געברענגט געווארן דעמאלטס, וואס דאס איז יעצט אויך נישט קלאר.
און יעצט, ווער איז דא דער פלעינער ליגינער?
פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער יוד »

ווען אייוועלט וואלט יענע יארן געשטאנען וואלט מען עס געזאגט אויך אויף רבי סנדר ולמעלה בקודש
אזוי קוקט אויס
-פנימי- בלתי מוגה כלל
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

פרשיסחא האט געשריבן:און בפרט, ווער עס האלט מיט די נייעס אין די מלחמה זעהט קלאר פאר די אויגן אז די ציונים האבן געזאגט אסאך מער ליגנט ווי דער אנדער צד, אין פאקטן.
אנגהייבן פון דעם אז זיי האבן ביים אנהייב געמאלדן אז האבן אום געברענגט איינער פון די הויפטן פון כאמאס, ראש מערך הרקטות, כאמאס האט דאס געלייקנט, שפעטער האט די מדינה מודה געווען אז עס האט זיי נישט געלונגן אים אום צו ברענגען.
צווייטענס, דער סאלאדאט וואס כאמאס האבן אנהייב געזאגט אז זיי האבן אים ביי זיי אין די הענט, די מדינה האט דאס אינגאצן געליינקנט, שפעטער האבן זיי מודה געווען אויף דעם, יעצט זאגן זיי נאר אז ער לעבט שוין נישט, גיי ווייס.
און בפרט די אטאקע פון כאמאס האט דורך געפירט אייער נעכטן - מאנטיג, ווען קודם האט די מדינה געמאלדן אז זיי האבן מצליח געווען אום ברענגען פינף כאמאסניקעס, שפעטער איז נתברר געווארן אז עס איז געווען פונקט פארקערט, פינף סאלדאטן פון די מדינה זענן אום געברענגט געווארן ביי יענע אטאקע דורך כאמאס, זיי זאגן נאר יעצט אז איינער פון כאמאס איז אויך אום געברענגט געווארן דעמאלטס, וואס דאס איז יעצט אויך נישט קלאר.
און יעצט, ווער איז דא דער פלעינער ליגינער?


די ערשטע געשיכטע וואס דו ברענגסט געדענק איך נישט, דעריבער קען איך נישט קאמאנטירן.

די צווייטע מיטן סאלדאטן האט מדינת ישראל נישט געלייקענט, אפיציעל האבן זיי בכלל נישט קאמאנטירט דערויף. אויסער מדינת ישראל'ס אמבאסאדאר צום יו-ען וועלכע האט עס איינמאל אפגעווארפן טראץ דעם וואס די מיליטער האט ווייטער געזאגט אז זיי פארשן עס נאך.

די אייער נעכטיגע אטאקע האט מדינת ישראל צוערשט גארנישט געזאגט אזויווי זיי טוען אייביג, נאר די פרעסע האט באריכטעט 4 אדער 5 געהארגעטע פון כאמאס. שפעטער האט מדינת ישראל געמאלדן 5 געהארגעטע סאלדאטן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

איך רעד דאך אויף די ציוניסטישע מידיע.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דער תהילים איד האט געשריבן:1) אבאס - 2) חאמאס-פאטאח שלום

1) אבאס פלאגט זיך אפשר צו טרעפן 'הישגים' (און ער טרעפט מזמן לזמן), אבער צו זאגן אז זיין בענקל וואקלט זיך אין די מערב און ער האט דערפאר 'געמוזט' שלום מאכן מיט חאמאס, איז יא אויסגעזויגן, ווייל דער שלום איז געקומען צוליב חאמאס'עס קארופציע, נישט אבאס'ס.

2) די חאמאס-פאטאח שלום איז נאך געווען זייער ווייט פון פערטיג, אבער צו זאגן אז פון די שלום-דעקלעראציע ביז די יעצטיגע מלחמה האט עס געהאנקערט, דאס הייסט ס'איז געגאנגען בארג אראפ, איז ווידער אויסגעזויגן.

שלא יאמרו מדשתקי....

איך האלט זיך ביי מיינס איבער די געשענישן דארט, כ'האב נאר נישט די ריכטיגע געדולד יעצט זיך צו טענה'ן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

פרשיסחא האט געשריבן:איך בין נישט אזוי באקאנט אין די סאטמארע מנהגים, איך מיין אז כדי זיין א תלמיד פון בעל ויואל משה דארפן מען לערנען זיינע ספרים, און כדי צו זיין א חסיד זיינעם דארפן מען אויך האלטן די פארשידענע מנהגים פון מחזור דברי יואל.
און ממילא דעת קדשו איז נישט געגעבן געווארן נאר פאר אזעלעכע וואס זענען געווען צען יאר אלט ווען ער האט באקומען דעם סטראוק.
***********************
אבער עכ"פ פון די סאטמארע פונקטן פארשטיי איך נישט וואס איז יעצט די אטאקע דא קעגן נטורנא, לויט וויפל האב איך געהערט האט ר' סענדר דייטש אין זיינע ארטיקלען אין דער איד פלעגט אויך גיין אויפן זעלבן מהלך ווי נטרונא ארבעט יעצט, ער איז געווען - ווי מען קען עס זאגן - מער לינק געשטימיט, ער פלעגט מוסר זאגן פאר די מדינה פאר זייער טאקטיק אז עס איז נישט גוט פון דעם פאליטישן קוק, און אויך, מיט א געוויסע מאס האט ר' סענדר'ן געהאט ט שטיקל רעספעקט פאר די לינקע פאליטיקאנטן פון די מדינה, ער פלעגט זיי שעצטן א ביסאלע פאר זייערע פעולות פאר שלום אפמאך.
אלזא, וואס איז יעצט געווארן די פרישע טענות אויף נטורונא.

און בפרט, ווער עס האלט מיט די נייעס אין די מלחמה זעהט קלאר פאר די אויגן אז די ציונים האבן געזאגט אסאך מער ליגנט ווי דער אנדער צד, אין פאקטן.
אנגהייבן פון דעם אז זיי האבן ביים אנהייב געמאלדן אז האבן אום געברענגט איינער פון די הויפטן פון כאמאס, ראש מערך הרקטות, כאמאס האט דאס געלייקנט, שפעטער האט די מדינה מודה געווען אז עס האט זיי נישט געלונגן אים אום צו ברענגען.
צווייטענס, דער סאלאדאט וואס כאמאס האבן אנהייב געזאגט אז זיי האבן אים ביי זיי אין די הענט, די מדינה האט דאס אינגאצן געליינקנט, שפעטער האבן זיי מודה געווען אויף דעם, יעצט זאגן זיי נאר אז ער לעבט שוין נישט, גיי ווייס.
און בפרט די אטאקע פון כאמאס האט דורך געפירט אייער נעכטן - מאנטיג, ווען קודם האט די מדינה געמאלדן אז זיי האבן מצליח געווען אום ברענגען פינף כאמאסניקעס, שפעטער איז נתברר געווארן אז עס איז געווען פונקט פארקערט, פינף סאלדאטן פון די מדינה זענן אום געברענגט געווארן ביי יענע אטאקע דורך כאמאס, זיי זאגן נאר יעצט אז איינער פון כאמאס איז אויך אום געברענגט געווארן דעמאלטס, וואס דאס איז יעצט אויך נישט קלאר.
און יעצט, ווער איז דא דער פלעינער ליגינער?

איך פארשטיי נאר נישט די הקדמה פון די רישא צו די סיפא?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

די הקדמה איז נאר צו די רישא.
ווייל מעיקר הדין ווער בין איך באמת צו זאגן דעות אין סאטמארע ענינים.
פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער יוד »

פרשיסחא האט געשריבן:איך רעד דאך אויף די ציוניסטישע מידיע.

איך האב דיר קיינמאל נישט געהערט דארט רעדן :grin:
-פנימי- בלתי מוגה כלל
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

זעהט אויס אז נטרונא האט באקומען עפעס א זענדונג איבער די טענה'ריי דא. אט איז די אימעיל וואס זיי האבן אין די מינוט ארומגעשיקט.

כי אש קדחה באפי ותקד עד שאול

שוין העכער צוויי וואכן וואס עס ברענט ליידער א פייער פון מלחמה אין ארצינו הק', עס ברענט א פייער פון צערן של ישראל, עגמת נפש אין ליידן וואס אחינו בני ישראל יושבי אה"ק גייען דורך אין די שווערע טעג, עס ברענט א ברויזנדער פייער פון העסליכע שנאת ישראל אין דער גאנצע וועלט רח"ל, און עס ברענט א פייער פון דער יצרא דמינות וואס האט פארכאפט די גאנצע אידישע וועלט מיט א שטורעם




וויאזוי און פארוואס האט זיך דער יעצטיגער קאנפליקט אנגעפאנגען ?
וואס זאל מען יעצט טון, עס פליען דאך ראקעטן ?
מדינת ישראל האט דאך געוואלט איינגיין אויף דעם עגיפטישן פייער אפשטעל ?
איז די סיבה פארוואס די מדינה אריין אין די מלחמה טאקע וועגען די טונעלן ?
ווען איז אויפגעקומען די געדאנק פון מלחמה ב'טונעלן ?
קען זיך טאקע די מדינה א עצה געבן מיט די טונעלן מיט זיצען אין עזה אָן שלום ?
פארוואס האבן די חאמאס טעראריסטען טאקע נישט געניצט די טונעלן פאר טעראריסטישע אקציעס במשך די אלע יארן ?
איז מען מחוייב צו גלייבען די פראפעגאנדע מעשה'לעך איבער די אנגעבליכע שחיטה בעצם ראש השנה דורך די טונעלן ?
ווען האט זיך אנגעפאנגען די געדאנק פון בויען טונעלען דורך די טעראריסטען ?
איז מעגליך א מדינת ישראל זאל אפווישן אלע טונעלן ?
האבן זיי בכלל א חשבון וויפיל עס איז דא ?
און וואס איז די גאראנטיע אז מ'גייט דאס נישט נאכאמאל אויפבויען ?
וואס זענען די געוואונסן פון דעם ציוניסטישען כחי ועוצם ידי אין דער מלחמה ?
דער שרעקליכער מצב פון שנאת ישראל איבער דער וועלט.
וואס איז דער דעת תורה און דער בליק פון אמונה אויף די מאורעות ?


פאלגט נאך די פעולות מסיר צו זיין די חרון אף מישראל ה"י - פרטים יבואו -
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

איך באמערק יעצט אז זיי האבן אויך מיטגעשיקט אן עטעטשמענט מיט א לאנגן ביאור. ווייס איך דאך אבער נישט וויאזוי מען ברענגט אהער אטעטשמענטס, וועל איך עס מוזן לאזן פאר די נטרונא עסקנים.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”