נייעס פון קול נטרונא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

נייעס פון קול נטרונא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

אפתח פי מיט א תנאי תחילה אויב איז דער אשכול נישט אויסגעהאלטן לויט די היזיגע רעגולאציעס גיב איך די פולסטע רשות (כאילו מ'פרעגט מיר..) פאר די הנהלה קער צו נעמען ככל העולה על רוחם.

לגופו של ענין כ'קלער ארויפצילייגן דא די נייעס און באריכטן וואס ווערן געמאלדן אויפן קול נטרונא סיסטעם, ס'איז אביסל מיטל מזרח נייעס , אביסל קנאות, און אביסל נטרונא נייעס.

וזה החלי,(די קומענדיגע 3 באריכטן איז נאך פון פאריגע וואך.




זונטאג לך.

א באריכט וואס איס ערשינען אינעם וואשיגטאן טיימס ווארפט נאך א שטערקערען ליכט איבער די לעצט פארלאפענע באפרייאונג פונעם מדינת ישראל מיליטער זעלנער גלעד שליט אין אויסטויש פון איבער טויזנט פאלאסטינער טעראריסטן, אז לויט וויאזוי די פאזל שטעלט זיך צאם איז שטארק באגרינדעד דער חשד אז צווישן די ציוניסטישע רעגירונג און די כאמאס, הערשט א געוויסע געמיינזאמע אינטערעססע , -ווי שוין אויסגעשמיסט באריכות פארגאנגענע וואך- א אינטערעסע צו קלאפן די פאטאך מיט זייער פירער אבאס,
די וואשינגטאן טיימס, ערקלערט מיט וואונדער אז ביי די אויסטויש איז געווען דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס א חאמאס מיליטאנט האט אויפגעטרעטן אויף די ציוניסטישע ראדיא, ועוד זאת די כאמאס פירער זענען ציטירט געווארן מיט לויב ווערטער אויף די מדינה, כאמאס האט אין א אויסארנטליכער שריט גערימט די באהאנדלונג פון די מדינה פירער במשך דעם קריזיס.,
די ציוניסטישע טאג צייטונג "הארץ "ברענגט אויך היינט פון הויכראנגיגע כאמאס פירער אז די שליט אויסטויש האט זיי שטארק געהאלפן הייבן זייער פרעסטיש און טראסט ביי די פאלאסטינער,
אסאך אנדערע פאליטישע מידיא עקספערטן ערלויבן זיך שוין אויך צו טראכטן הויעך איבער דעם געדאנק אז די רעכטע ציוניסטישע פירער וואס ווילן פארן יעדן פרייז אונטערהאקן די פיס פארן פאטאך פירער אבאס, און שטערן זיינע יו-ען פלענער, זענען אויפגעקומען מיט דעם הסכם פשוט צו הייבן דעם איינפלוס פון די עקסטרעמע כאמאס , כאטש וואס אזא שריט קען חלילה אפקאסטען זעער טייער השם ישמרינו, אבער זייערע ענגע אינטערעסען האט זיי דאמענירט דוקא יא פאראויסצי גיין מיט דעם געשעפט אן זיך רעכענען מיט די נאכפאלגן.

פאליטישע באאבאכטער זאגן יעצט אז לויט וויאזוי די זאכן אנטוויקלען זיך איז נישט אויסגעשלאסן אז די לעצט פארערגערטע מצב מיט די ראקעטן שיסעריי וואס האט שוין ליידער אפגעקאסט א פרישן קרבן דעם שב"ק,איז אויך אין די אינטערעסן פון די עקסטרעמע ציוניסטישע פירער וואס וועלן יעצט קענען ווייטער שפילן ווי די געליטענע און אזוי קענען אביסל אפשוואכן די סימפאטיע וואס די יו-ען לענדער ווייזן ארויס פאר די פאלאסטינער, נאר אזוי איז פארשטענדליך פארוואס די מיליטער האט פלוצים אנגעפאנגען ענדע פאריגע וואך באמבאדירן די פאלאסטינער שטחים וואס האט געפירט צום יעצטיגן מצב. השם ירחם.

ווי שוין באריכטעט איז מיט א צייט צוריק געפענט געווארן דורך היזיגע רעגיליעזע ציונים א וועב זייטל וואס רופט זיך דשוס פאר ציון, די געוואלדיגע סוקסעס פון די נטרונא'ס ווייטגרייכענדע פרסומים האט זיי ווייזט אויס ארויס גענומען פון די כלים, און דערפאר האבן זיי אריינגעלייגט כוחות צו גרינדן א זייטל וואו די גרופע וואס רופט זיך "טרא טאורע דשאוס פאר זייעניזם" ברענגן שטיקלעך פון פארשידענע מזרחי שע רבנים בשבחו פון די מדינה,און כדרכם מאז פרובירן זיי אראפצולייגן א בילד ווי די דעת תורה פון סאטמער רב איז א שיטה יחדאה.
די שפאגל נייע וועב זייטל פון נטרונא וואס גייט פאראויס מיט פילן טעמפא און ווערט בעז"ה שוין גרייט צום ענגלטיגן איבערפרישנג האט דערפאר אהערגעשטעלט א גלענצענדע ארבעט וואו עס ווערט אין א ספעציעלע אפטיילונג פונעם זייטל ציטירט מפיהם ומפי כתבם פון אומצאליגע גדולי ישראל במשך אלע דורות, זייער אומגעפעלטשטע דעת תורה איבער דעם רעיון הציונות, ס'איז פארשטייט זיך אהערגעשטעלט קלאסיש און מיט די פאסיגע גרעפיק, ס'זאל כאפן די אינטערעסע, און זאל דינען ווי א מגדל אור מיט א תשובה נצחיות לכל דורש .
לעצט פארראכטן דורך נטרונא עסקן אום זונטאג נאוועמבער 06, 2011 4:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

דינסטאג לך.

נעכטן מאנטאג האבן די פאלאסטינער אפגעהאלטן א באדייטענדע הצלחה און פארשנעלערט די פארשריט פון זייערע יו-ען פלענער ווען זיי האבן באקומען מיטגלידערשאפט אין איינע פון די עידשענסיס אונטער די יו-ען , גערופן "ענעסקא" ווי זיי זענען אריינגעשטימט געווארןדורך א מערהייט פון לענדער, חוץ אמעריקע און נאך 14 לענדער וואס האבן געשטימט דערקעגן.

ווילאנג די אפיציעלע זיכערהייט קאנסיל צעגערט נאך און עס געדויערט צייט ביז זאכן אנטוויקלען זיך, האבן זיך די פאלאסטינער געוואנדן צו די אגענטור מיט א פארלאנג אז דארט זאל זיי אנדערקענט ווערן, און זייער פארלאנג איז אנגענומען געווארן מיט א גרויסע מערהייט.
אין א שריט וואס ברענגט צום אויבערפלאך די השפעה וואס די ציוניסטישע לאביאיסטן האבן אויף די אמעריקאנער פאליטיק האט די סטעיט דעפארטמענט געמאלדן אז אין ליכט פון די אפשטימונג וועט אמעריקע שניידן אזויפיל ווי זעכציג מוליאן דאלער אין שטיצע פון די "ענעסקא",
צו פארשטיין בעסער דארף מען וויסען אז די ענעסקא איז בסך הכל א וואוילטעטיגע ארגענעזאציע וואס שטעלט צו עדשעקעישן און הילף פאר ארימע מענטשען איבער די גאנצע וועלט, די יעצטיגע מעלדונג פון די פאראייניגטע שטאטן אפצוהאקן אזויפיל הילף פון די אגענטור- וואס ווערט געדעקט 22 פראצענט פון די אמעריקאנער געלדער, בלויז פאר דעם חטא אז זיי האבן אנדערקענט דע פאלאסטינער ווערט אויסגעטיישט איבעראל ווי נאך א באווייז אז די ציוניסטישע איינפלוס ווארפט אזא פחד אויף די אמעריקאנער גאווערמענט עד כדי כך אנצינעמען אזעלכע החלטות.
און ווידעראמאל ווערט פעסט געשטעלט די נקודות וואס שונאי ישראל פראפעגאנדירן אז איזראל פירט אמעריקא, און ווער עס טשעפעט זיי איז ערגער ווי מיט אמעריקא, ,

אזוי צי אזוי איז דאס א שטארקע דעגרייכונג פאר פאלאסטינא, און מ'זעהט ווי די וועלט שטימונג איז שטארק פרא פאלאסטינע, און נאך אלע דריידערליך עקש ופתותול פונעם ראש הכופרים, איז די וועלט אקעגן אים און איזראעיל ווערט מער און מער איזאלירט, און דאס איז טראץ וואס זיי האבן געוואסט אז זיי שפילען זיך מיט די שטיצע פון אמעריקע, האבן זיי דאך געשטימט לטובתם פון די פאלאסטינער..דאס ווייסט ווי ווייט די וועלט האט זיי ליב..
נאך א נקודה וואס האט זיך שטארק ארויסגעשיילט ביי די נעכטיגע אפשטימונג..ווי שוין עטליכע מאל ארויס געברענגט איז אמעריקא אין זייער א שווערע פאזציע צוליב די איזראלים, זיי ווערן איזאלירט צוליב זייער שטענדיגע שטיצע פאר די איזראליעל. אמעריקאנע הויעך ראנגיגע באאמטע האבן דאס קלאר געזאגט און שטארק באדויערט אז אפילו אזעלכע לענדער ווי ענגלאנד פראנקרייך און יאפאן וואס זענען אייביג געווען נאנט פארבינדען מיט אמעריקע זענען דאסמאל געשטאנען אין די זייט, עטליכע אמעריקאנע אויסערן פאליטיק באאמטע האבן אויסגעדריקט זייער זארג איבער דעם וואס אמעריקע ווערט אפגעשוואכט איבער די וועלט און אפילו אירע גוטע פריינד ערלויבן זיך שוין זיך נישט צי רעכענען מיט איר אלעס צוליב זייער זיך צושטעלן צו די מדינת ישראל פאליטיק.,
דער ראש הכופרים נתני' וואס לאזט קיינמאל נישט ארויס א געלעגענהייט צו רייצן און העצן, האט זיך שוין דאסמאל אויך געלאזט הערן, מיט א אפציעלע מעלדונג אז אלס א ענטפער אויף די אפשטימונג וועט ער לאזן אין גאנג א מאסן פראיעקט אויפציבויען נייע צוויי טויזנט דירות אין די איינגענומענע געביטן על אפם ועל חמתם פון די גאנצע וועלט- אים קימערט נישט אז דאס וועט ברענגען נאר פרישע דריק און פראבלעמען , איבערהויפט פאר אמעריקע וואס דארף שוין ווידער טרעפן א וועג ארויס בכבוד, די טיפישע ציוניסטישע גאווה פון ווייזען און צוריק געבן ערלויבט אים נישט צי זיצן שטיל כאטש אין אזא צייט.
ס'איז א זמן וואס דארף מער און מער ארויס ברענגן פאר די וועלט דעם חילוק פון אידן און ציונית, אז עס זאל נישט זיין קיין חמה שפוכה אויף כלל ישראל, חלילה.ומעט מן האור דוחה הרבה מן החושך.
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

דאנערשטאג לך.


קלאנגן האבן די לעצטע עטליכע טעג אנגעפאנגן ארויסרינען און קורסירען אז די ציוניסטישע מיליטער גרייט זיך גאנץ בקרוב אויף א געוואגטע אקציע צו באמבאדירן און פארניכטן די איראנע נוקלארע איינריכטונגען
מ'האט שוין געהערט פאלן ווערטער אויך פונעם ציוניסטישן שר הבטחון אהוד ברק איבער א שטארקע מעגליכקייט אז די זאך זאל פאקטיש פאראויסגיין, גלייכצייטיג קומען באריכטן איבער ספעציעלע מושטירינגען און מוליטירישע איבונגען וואס די מדינת ישראל מיליטער ליפט פלאטע פירט דורך אין די איצטיגע טעג ווארשיינדליך אין צוגרייטונג צו עפעס ערנסט, היינט איז אויך פארגעקומען א מאסיווע דריל אין מדינת ישראל וואו די מיליטער האט צוגעגרייט די איינוואוינער צו פיינטליכע אטאקעס ה' ישמרינו.
די וועלט שטייט און שטוינט וואו די קרבות יחפצו'ניקעס לאזן זיך אריין אין אזא אוואנטעריסטישע מצב, און איבער אלעם וואו אזא סענטעסיווע געדאנק ווערט אויסגעפויקט בריש גלי וואס ברענגט ארויף דעם צארן פון די איראנער וואס האבן שוין טאקע געסטארעשט מיטן ארגסטן חלילה.
די זארג איז זייער גרויס אויף אחינו בני ישראל יושבי ארץ הקודש המקום ירחם עליהם און איבער די גאנצע וועלט .
"בראס ריידל " וואס איז במשך די לעצטע צענדליגע יאר געווען דער הויפט פון די מיטל מזרח אפטיילונג אין די אמעריקאנע נעשענעל סעקיורעטי קאנסול האט היינט אין א אויספירליכער שמועס מיט די פרעסע קלאר באטאנד אז די אמעריקאנע רעגירונג איז העכסט באזארגט אויב וועט מדינת ישראל דורכפירען אזא אקציע וועט דאס פאר די אמעריקאנער זיין ממש א אומגליק חלילה. ער זאגט אז די עקספערטן זענען ביי די מיינונג אז אמעריקע וועט נאך ערגער ליידן פון די קאנסקווענצן ווי די איזרעליס ווייל איראן וועט עס אנקוקען ווי א אמעריקאנע געשטיצטע זאך.
ריידל זאגט אז אפילו ס'וועט געלונגען פאר די איזרעליס צו פארניכטן הונדערט פראצענט די נוקלארע סחורה, איז די סכנה פאר אמעריקע מיט קיין האר נישט ווייניגער ,איראן קען זיך אפרעכענען מיט די 80 טויזנט אמעריקאנע זעלנער וואס זענען סטאנציאנירט אין די שכנות'דיגע אפגאניסטאן דורך זייערע פארבינדונגען מיט די טאליבאן, אויך די קרוב צו 30 טויזט סאלדאטן אין די דערנעבענדיגע איראק קענען זיין אויסגעשטעלט צו איראנע נקמה, און דאס איז שוין חוץ די ביטערע לאגע וואס דאס קען חס ושלום שאפן פאר די ארץ ישראל'דיגע איינוואוינער , אויב איראן צופירט זיך די הענט צוזאמען מיט די חיזבאלא פון סוריע און חאמאס פון עזה , השם ישמרינו.
אשרי אדם מפחד תמיד ! ונפקא מינה לאפושי רחמים מתפלל זיין אז די מופקרים זאלן מיט זייערע מעשים נישט גורם זיין קיין שום צער ונזק פאר אידישע קינדער, און אודאי איז הזמן גרמא צו טאן די ריכטיגע פעולות לטובה אראפצו נעמען דעם חרון אף דורך מחזק זיין די עבודת הקודש פון קידוש השם והצלת ישראל
ביי די געלעגענהייט ווילן מיר מיטיילען מיט די חשובע צוהערער איבער א געשיכטע וואס מיר האבן לעמטנס צוריק געהערט פון א היימישען איד וואס איז די אייגענטומער פון א זומער קאלאני , דער לייף גארד וואס האט געארבעט דארט האט היי יאר אים איינגעמאלדן אז נאכן זומער פארט ער ארויף קיין ארץ ישראל ער וויל זיך איינשרייבען אין די ציוניסטישע ארמיי, הערענדיג דאס האט אים דער איד געזאגט אז איידער די טוסט אזא שריט גיב קודם א בליק אויף נטרונא'ס וועבזייטל און זעה וואס זיי האבן צוזאגן,
דער איד פארציילט אונז אז דער ארבייטער איז נתהפך געווארן לאיש אחר, אים האט בעיקר געכאפט וואס ער האט דארט געזען איבער די פארעטערישע בליטיגע ראלע פון די ציונים ביי די ביטערע השמדיות בשעת די צווייטע וועלט קריג, ער האט זיך פאר אים אויסגעדריקט אז ער האט געוואלט ווערן א מדינת ישראל מיליטער סאלדאט ווייל ער האט געוואלט העלפן אידן, אבער נאכן זעהן די מעשי רשע פון די רשעים קעגן אידישן פאלק זאגט ער זיך אפ פון די אלע געדאנקען, און אין די לעצטע שטיק צייט זעהט ער בחוש וואו דער לייפ גארד האט זיך געטוישט לטובה אין אלע ענינים פון אידישקייט אדאנק די חומר וואס ער האט געזען ביי נטרונא.
א ענדליכע פאסירונג האט זיך אפגעשפילט הערשט יעצט דעם פארלאפענעם חוה"מ סוכות ווען איינער פון די חשובע עסקנים האט זיך אנגעטראפן מיט 2 אידן וואס האבן געפלאנט צו מאכן עלי' קיין ארץ ישראל תיכף נאך סוכות, דער איד האט זיי געוויזן דעם נאכנישט פארענדיגטען חיבור אויף ענגליש בעניני גלות וגאולה וואס איס אויסגעשטעלט בדרך שאלה ותשובה מיט א בהירות און רייכע היקף, און ברוך השם די דברים קילורין לעינים האט אויף זיי געהאט א געוואלדיגער השפעה זיך אפצילאזען פון די דעות נפסדות.
כהנה וכהנה באגעגנען זיך די עסקנים מיט פילצאליגע אידן וואס זענען גרייט צו הערן און מקבל זיין, ס'איז דא א ברייט פעלד אויפצוטאן אריינברענגען אמונה אין אידישע הערצער , אלעס מיט די הילף פון אייך טייערע נדיבי לב וואס נעמען א חלק כחלק אין די זכותים נשגבים.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

א דאנק אייך.

צלח ורכב על דבר אמת.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

נטרונא עסקן האט געשריבן:אפתח פי מיט א תנאי תחילה אויב איז דער אשכול נישט אויסגעהאלטן לויט די היזיגע רעגולאציעס גיב איך די פולסטע רשות (כאילו מ'פרעגט מיר..) פאר די הנהלה קער צו נעמען ככל העולה על רוחם.

פארוואס נישט אויסגעהאלטן? אלע מעמבערס דא דארפן זאגן שכח פאר נטרונה פארן אונז שטיצען מיטן אדווערטייזן!! ;l;p-
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

מאנטאג וירא.

אין א מאדנע –טראגישע ערשיינונג זענען היינט עטליכע יוגנטליכע מתנחלים אנגעקלאגט געווארן אינעם געריכט צוליב זייערע טעראריסטישע שטיקלעך קעגן אראבישע שכנים במשך די לעצטע עטליכע יאר .
די יונגען באלאנגען צו א עקסטרעמע גרופע וואס רופט זיך "תג מחיר" וואס באדייט "א טייערע פרייז " זיי האבן גענומען פאר א ציל צו נקמה נעמען פאר יעדע אקט פון די אראבער און באצאלן א פרייז מנה אחת אפיים ,
די גרופע באלאנגט צו די אויסגעשפראכענע אזוי גערופענע ישיבה מיטן נאמען עוד כהנא חי ע"ש דעם טרויעריג באוויסטען מאיר כהנא, און די זעלבע חברה זענען שטענדיג פארנומען מיט די סכנה'סדיגע נסיעות צום קבר יוסף , וואו זיי שטעלן זיך איין דאס לעבן בפועל פאר דעם ציוניסטישן מולך, נישט די קדושה פונעם ציון ציעט זיי אהין נאר זייערע פארדרייטע אידילאגיעס צו צייגן די אידישע בעלות אויפן פלאץ.
למעשה, האבן אפילו די ציוניסטישע איסטאנצען איינגעזען אז די פרומע מתנחלים ברענגט זיי צופיל קאפ וויי, מיט זייערע נאכאנאנדיגע התגרות און זינדלאזע אקציעס וואס רעגט אויף די וועלט און רייצט אויף די געמיטער, און ענדע פאריגע וואך האט די ממשלה פארשלאסן די אזוי געריפענע ישיבה, און זיי ארויסגעווארפען פונעם בנין, היינט זענען עטליכע אנגעקלאגט געווארן אויף זייערע מעשים וואו אינטערצינדען אראבישע קארס, ווארפן שטיינער, ספרעיען מיעסע לאזונגען, און צושטערן זייערע מעטשטען.
למעשה איז באריכטעט געווארן אז טראץ אלעם איז די וואך אנגעקומען א גרעסערע גרופע קיין קבר יוסף אן פאליצייאישע באגלייטונג, וואו צי ווייזען אז זיי וועלן נישט אזוי שנעל אויפגעבן זייער זינדלאזע קאמף.

בשייכות מיט די נייעס האט מען אונז געבעטן מעורר צו זיין איבער די פארשידענע צדקה ארגענעזאציעס פון ארץ ישראל וואס אדווערטייזען אז מיטן זיי שטיצן וועט מען מתפלל זיין ביים קבר יוסף. איז כדאי דער ציבור זאל וויסען אז די אלע נסיעות און תפילות דארט איז א ריין מנחלישע באוועגונג, וואס איז פארבינדען מיט די הארבסטע ענינים פון ריכטיג התגרות באומות און מסכן זיין אידן, ושומר נפשו ירחק מזה.



*****
די שמועס ארום די מעגליכקייט אז איזרעל וועט באמבאדירן איראן גייט נישט אראפ פונעם סדר היום, רוסלאנד האט שוין היינט געווארענט אז א אטאקע קעגן איראן זאל נישט גענומען ווערן אין באטראכט. און דער איראנער פרעזידענט האט שוין געסטראשעט אז איראן האט די מעגליכקייט צוריק צו באקעמפען סיי וועלכע אטאקעס.
ס'האט אונז אנגעוויזען א חשובער תלמוד חכם וואס דער מדרש זאגט די וואך ,אויפן פסוק אין ישעי'
( פָּחֲדוּ בְצִיּוֹן חַטָּאִים אָחֲזָה רְעָדָה חֲנֵפִים מִי יָגוּר לָנוּ אֵשׁ אוֹכֵלָה מִי יָגוּר לָנוּ מוֹקְדֵי עוֹלָם
זאגט אויף דעם די מדרש אמר ר' הודא ב"ר סימון למה הוא קורא אותן מוקדי עולם שאילו ניתן להם רשות היו מוקדים כל העולם כולו על יושביו לשעה קלה
די ווערטער פונעם מדרש זענען זייער אקטועל אויפן יעצטיגען מצב ווען די רשעים אין ארץ ישראל ווילן אריינפירן מיט זייערע מעשים די וועלט אין אזא מצב אז ס'זאל געניצט ווערן אזעלכע וואפען וואס חלילה קען ברענגען דאס ערגסטע ה"י .


די האפענונג איז אז איזרעל האלט באמת נישט דערביי צו אטאקירן איראן ס'איז האפענטליך נאר א נערווען שפיל מצידם, צו פארמישען די טעמע פון סדר היום צו דעים און פארקירעווען די נושא פון די יו-ען רעזאלוציע און פון די פרישע צוויי טויזנט דירות וואס זיי האבן עפראווט , אבער ליידער איז עס א נחמה פורתא ווייל א שנאת ישראל לאט עס זיכער איבער אשר תוצאויתיו מי ישורנה.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שוין נעבעך גארנישט זינדלאז... ס'איז ליידער מלא חטאים, מיינסט אודאי זינלאז...
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

דאנערשטאג וירא

אין די פאליטישע וועלט טומילט זיך די לעצטע עטליכע טעג איבער א ווערטער אויסטויש צווישן די פרעזידענטן פון אמעריקע און פראנקרייך ביים דשי 20 סאמיט אנהויב די וואך.
ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט האבן די צוויי פירער האבן זיך נישט געכאפט אז דער שמועס ווערט אויפגעכאפט דורך עטליכע רעפארטערס וואס האבן געהערט ווי דער פראנצויזישער פרעזידענט זאגט פאר אבאמא איבער ביבי נתני' אז ער קען אים נישט דילדן באטילענדיג אים אלס א ליגנער, אבאמא האט אויף דעם רעאגירט אז די ביסט טאקע שוין נמאס פון אים אבער איך דארף מיט אים דילען זייער אפט.
נאכאמאל איז געקימען צום אויבערפלאך וויאזוי די וועלט קוקט אויף די ציוניסטישע פירער און אפילו דער אמעריקאנער פרעזידענט וואס האט גערעדט היפש איינגעהאלטן איז אבער מחשבתו ניכרת אז ער פארנעמט אויך נישט די איזרעלישע חציפות און שקרים.

צום באדויערען איז דער פרעכער אסעמבלי מאן פון בארא פארק שוין ווידער אויפגעשפרינגען אויף די נייעס, און אראפגעריסן אבאמא זאגענדיג צווישן אנדערע אז אבאמא האט געוויזען זיינע ריכטיגע קאלירן, מ'זעהט וואס ליגט אין זיין הארץ, ער האט געצויגן פאראלעל פון אבאמא'ס שטעלונג איבער א צוויי סטעיט סעלאשען מיט א פאלאסטינער שטאט באזירט אויף די סיקסטי סעווען גרעניצן ביז זיין יעצטיגע שמועס,
הייקינד האט אין זיין שמוציגן מעסעדש ווייטער
געפאכעט מיט די הענט אויף די נצחון פון טורנער אז דאס האט געשיקט א מעססעדזש פאר אבאמא איבער איזראעיל, און ער ענדיגט צו אז ער האפט צוצוגעבן און ארויס צו העלפן מיט די ארבעט אז דער פרעזידענט זאל נישט אריינגעוועלט ווערן פאר א פרישן טערמין.
ס'איז א בושה און א בזיון ליידער בעיקר פארן חרדישען ציבור וואס ווערט פארטרעטען דורך אים, אז אזא פארשוין זאל קענען ליפטערן זיינע מיעסע רייצערישע סטעיטמענטס אן אפשטעל.


אין אנדערע נייעס , איז אינטערסאנט צו באמערקען ווי פארגאנגענע וואך האבן מיר באריכטעט איבער די וואל סטריט אקופירער באוועגונג וואס די היזיגע ציוניסטען האבן געשאפן א פאניק ווי כאילו ס'ווערט דא נתרבה א פלייץ פון אנטעסעמעטיזים, זיי האבן גענומען איינצעלנע פרטים און עס געמאכט פאר א בער כדרכם מאז אנצודרייען שנאת ישראל, למעשה איז היינט אין א היימישע צייטונג געדריקט געווארן א אינטערוויא מיט א אידישער מיטגליד פון די גרופע וואס זאגט קלאר אט די זעלבע זאך, ער דערציילט אז דער מאן וואס איז געזען געווארן אין די בילדער מיטן אנטעסעמיטישן סיין, איז א פאלנער שיכור וואס דרייט זיך שוין אזוי חדשים און איז פונקט דורכגעגאנגען,
די געשיכטע איז נאך א קלאסישע ביישפיל וויאזוי די ציונים גייען אן מיט זייערע ביליגע טריקס, אויסצופירן זייערע אגענדעס.

~~~~~~;~
די אנפירער פון די מועצת יהודא ושומרון די מתנחלישע באוועגונג צו באזעצן ווי מער אידן אין די סכנה'דיגע שטחים על אפם וחמתם פון די אראבער, האבן היינט אפגעשטאטעט א באזוך ביים גייסטישער פירער פון די ש"ס פארטיי, אין די צייט וואס די ממשלה האט א פלאן צו צו ווארפן עטליכע דירות אין א געוויסע ישוב צוליב לעגאלע פראבלעמען.
דער מנהיג פון ש"ס האט זיי ווארעם אויפגענימען און באגריסט , און כמובן אויך געלאזט פאלן שארפע קללות אויף די אלע וואס שטערן זייערע מעשים, און ווי זיי זאגן זענען זיי ארויס שטארק מחוזק פון דעם באזוך.
דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס היינט איז פריש וואנדאלזירט געווארן אראבישע דירות און קארס מיט העסליכע אויפשריפטן און פארברענטע חפצים דורך די מתנחלישע פראים, ס'איז נאר א געוואלדיגע ווייטאג אז דאס ווערט נאך געטון מיט די ברכות און גוטהייטסונג פון די רעגליעזע מנהיגים.
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

א' חיי שרה
בשייכות מיט די אנגייענדע זארגען איבער א אטאקע פון די ציוניסטישע קרעפטן קעגן איראן


‫איז היינט אויפגעדעקט געווארן א פרישע רינגעלע אין די פרעכע באהאנדלונג פון די ציוניסטישע פירער אויך קעגן די פאראייניגטע שטאטן אין אירע אינטערעסן.


דער אמעריקאנער דעפענס סעקרעטאר מר פענעטא איז אפגעפלויגען אין די טעג קיין איזראעיל,מיט א ספעציעלע שליחות צו די מדינה פירער און ביי א געהיימע זיצינג אונטער פארמאכטע טירן האט ער איבערגעגעבן די פערזינליכע מעסעדזש פון אבאמא פאר ביבי , אז ער בעט א גאראנטיע אז די ציוניסטישע מיליטער זאל נישט טוען קיין שום שריט אין איראן, אן די גוטהייסונקייט און ידיעה פון אמעריקא בעפאר דעם, דער טראציגער ביבי אבער האט זיך גאנץ פשוט ארויסגעדרייט פון געבן א ענטפער און נישט געוואלט גארנישט פארשפרעכן איבער בעטן רשות פון אמעריקא פאר אזא דרייסטע שריט, און אפילו נישט מודיע זיין בעפאר פון אט די געוואגטע אקציע.

פענעטא איז למעשה צוריק געקומען מיט ליידעיגע הענט נישט קענענדיג באקומען די מינדסטע צוטרוי און אויסגלייך מיט די פארביסענע ראשי הממשלה,. כאטש וואס די ערשטע וואס וועלן ליידן פון דעם שריט אויסציקרויזן זייער איינציגע שטיצער די אמעריקעאנער גאווערמענט וועט זיין זיי אליין , איז אבער זייער רייץ פאר מאכט אין איגא איבערגעשטיגן די פשוט'סטע כללים, משגיא לרשעים ויאבדם.


עס כאפט באמת אן א פחד צו טראכטען מה יולד יום, די הנהגה פון כלל ישראל יושבי ארה"ק ליגט ליידער ביי אזאלכע מופקרים, , וואס ביליגע כבוד, נגיעות, און וועלטליכע פאלאטיק קומט פאר אידיש בלוט, אין דעם פאל איז יעדער מודה אז קיינער קען נישט אויס רעכענען די תוצואות פון די אטאקע,
ה"י
און ווי שוין ערווענט קען דאס חלילה שאטן פאר אמעריקא אויכעט, און ווער ווייסט וואספארא שנאת ישראל דאס קען אויפברענגען ה"י


למעשה וואס בלליבט פאר אונז איז צו האלטן פאר די אויגן אז אונזער גרעסטע און שטערקסטע פירסום און מחאה זיך אפצוטרייסלען פון די התגרות פון די מדינה איז די פאפולערע נטרונא וועבזייטל, וואס ווערט געקוקוט,און באזיכט

: פון איבער די גאנצע וועלט ממש, נטרונא זעהט פון די סאטיסטיקט אז מקוקט דאס פון אלע לענדער, אריינגערעכענט אזעלכע אראבישע, לענדער ,ווי איראן און פאקיסטאן, די ארבעט עס אויפציפרישען לויט די מאדערנע סטאנדארט גייט אן מיט פילסטען אינפעט ב"ה, און עס האט געמאכט שטארקע פארשריט אין אלע געביטן, וואו פאר שטענדליך קאסט דאס אלעס אפ א הון תועפות,און דאס איז אוכעט א נצחיות דיגע ארבייט,וואס וועט זיין א דבר המתקיים פאר א לאנגע תקופה להסיר חרון אף מישראל מ'זעהט בחוש אז ווען דער זייטל איז ערנסט אקטיוו טוישט עס היפש דעם טאן ביי פילע וואס ווייסט אז ס'ווערט ברוך השם געקוקט פון גרויסע שישקעס פון אלע סארטן און שיכטען איבער די וועלט און ווי גרויס איז די זכי צו האבן אין דעם א חלק, בנוסף צו דעם וואס א מחאה נגד עוברי רצונו יתברך איז פועל באופן סגולה כפי שקבלנו מרביה"ק זי"ע


אין פלעטבוש איז היינט אפגעראכטן געווארן א מארש אין שפיץ פונעם אסעמבלי מאן וואס זעהט נישט אויסצילאזן א טאג וואס ער טימלט נישט , די מארש איז געקומען אין ליכט פון א העסליכע אנטעסעמיטישע אטאקע ענדע פאריגע וואך קעגן אידישע קארס מיט מיעסע אויפשריפטן און איז ארויס געאנגען פון אושען פארקוועי אין שפיץ פון ארטיגע פאלאטישענס צווישן זיי דער ניי ערוויילטער באב טורנער און הייקינד.

מיט א ניכטערען בליק לאזט זיך טראכטן מי יודע ווער איז דא דער גורם אויף אזעלכע אטאקעס פון שנאת ישראל אין דעם געגענט, נישט אזוי לאנג צוריק בלויז עטליכע וואכן איז דעם געגענט פארגעקומען א שמוציגער און רייצערישע וואלן פארמעסט וואס די ציוניסטישע אקטעוויסטען האבן פארוואנדלט אין א קאמפיין צי שיקן א מעסעדש פארן פרעזידענט , א קאמפיין וואס האט ליידער אפגעקלינגען איבער'ן לאנד און ערוועקט אסאך ביטערע געפילן קעגן אידן,

איידער אזעלכע העצערס ווי הייקינד פירן אן מארשן אין די גאסן זזאלטן זיי זיך געדארפט בארעכענען צי נישט זיי מיט זייערע מעשים תעתועים השכם והערב אויפצירעגן אמעריקאנער זענען די דירעקטע גורם פאר אזעלכע אטאקעס טאקע אין דעם געגענט וואו דער וואל פארמעסט איז אפגעהאלטן געווארן.
,
לעצט פארראכטן דורך נטרונא עסקן אום דינסטאג נאוועמבער 15, 2011 3:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויף קול מבשר האב איך געהערט אז אויך די "אקופיר וואל סטריט" חברה האבן זיך צוגעשטעלט צו די מארש וואס האט פארדאמט די פארברענטע קארס, ווילנדיג צייגן דערמיט אז זיי שטייען אוועק און פארדאמען אזעלכע אקטן, אין קעגנזאץ צו די אנגענומענע מיינונג אז צווישן די רייען פון די וואל סטריט אקופירער הערשט אנטיסעמיטיזם.
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

ילמדנו רבנו וואס איז די נפקה מינה צווישן די אדווערטייזמענט פון נטרונא עסקן און ובחרת בחיים??
פייוול הנקרא 5'איש
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2011 3:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייוול הנקרא 5'איש »

נטרונא שטעלט אהער געשמאקע אנאליזען מיט קנאות אויסגעשמישט אבער לאז אויס די קנאות האבן זיי געווענדליך א אינטערעסאנטע שניט אין פאליטיק מיט נייע המצאות אין מיינונגען
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ohrchodosh האט געשריבן:ילמדנו רבנו וואס איז די נפקה מינה צווישן די אדווערטייזמענט פון נטרונא עסקן און ובחרת בחיים??

איין חילוק וואס איך זעה אויפן מאמענט, אז נטרונא האט שוין אין די פארגאנגענהייט אדווערטייזט ביי אונז, און איך גלייב אז עוד ידם נטויה

אויסערדעם זענען די נייעס'לעך נישט געצילט לשם אדווערטייזמענט (הגם ער וואלט טאקע געמעגט ארויסלאזן די 'עד' אינדערמיט)
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

צום אלעם ערשט א געוואלדיגן יישר כח פאר אלע טייערע אידן וואס האבן זיך גענומען די מיה צו באדאנקען און מגיב זיין סיי דא ברבים אין סיי אין אישא, ס'איז זייער א גוטע געפיל און ברענגט התחייבות אויף ווייטער.


לכאורה איז דא א געוויסע האפט אין די טענה אז ס'איז צי שטארק בולט אדווערטייזמענט, באמת איז עס פשוט ווייל די נייעס איז געקומען פשוט געקאפיט פעיסט פון די באריכטן אויפן טעלעפאן, וואס דארט מיינט מען דוקא יא אדווערטייזמענט, אשר ע"כ האף מער פון היינט און ווייטער זיך יא צו האלטן מיט א לימוט בעיקר נאר צו שרייבן די חלק הבאריכט, ובזה אצא בשלום
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

פאריגע וואך איז געווען נאך צוויי מאל נייעס וואס איז צוליב טעכנישע פראבלעמען נישט ארויף אויף איי וועלט, ואתכם הסליחה.
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

מאנטאג תולדות.

די ביטערע גזירה פון גיוס בנות מאכט שטארקע פארשריט מיט וואס א יאר עס גייט דורך אויך ביי רעגיליעזע מיידלעך וואס פארמערן זיך ליידער אין די ראמען פון דינסט אינעם מדינת ישראל מיליטער.


אינעם לעצטן יאר אליינס האבן זיך פופצען הונדערט רעגיליעזע מיידלעך רעדיקטירט אינעם טמא'נעם מיליטער, אין דער מספר האלט אין איין שטייגען.ליידער.

די מיליטער פירערעשאפט זעלבסט האבן אויסגעדריקט זייער שאק און איבעראשונג איבער די אנטוויקלינג און זיי ערווארטען אויפן קומענדיגן יאר א דראסטישע פינף און צוואנציג פראצענטיגע העכערינג פון רעגיליעזע סאלדאטקעס.

די גזירה הנוראה פון גיוס בנות וואס בשעתו האט דאס אויפגעשטורמט די אידישע וועלט ווען אלע גדולי ישראל האבן גע'פסקנט אויף דעם באיסור יהרג ואל יעבור ווערט צום ווייטאג איינגעריסן אויף אזא פארנעם ביי חרדישע קרייזן ,און דאסמאל ניטאמאל מיט צוואנג און כפי', נאר ליידער מרצונם הטוב, צוביסליך צוביסליך ווערט אראפגענומען אלע מחיצות און גדרים, און דער רוח פון עכט ציונות וואס עסט זיך אריין ברענגט אט די נאכפאלגן השם ירחם.

מה נאמר ומה נדבר, אין אונזערע טעג ווערט ליידער מקיום וואס צדיקים האבן געזאגט אז דאס ציונות וועט נאך אנטאן א ספאדיק, ס'האלט ביי א מצב וואס דער עתיד פונעם ציונות בכלליות איז ביי די פרימע, די רעגיליעזע פארטייען און הנהגה וואס איז כהיום ממש עצם מעצמה פון די מרידה במלכות שמים,זענען די וואס האבן זיך נאכנישט מייאש געעווען פון די קליפה און שטעלן זיך ארויס די ראדיקאלסטע פארברענטע ציונים, און די פארמערטע גיוס בנות איז נאר א קליינער תוצאה פון דעם מהלך.
די פרייע ראשי הממשלה ווייסן דאס זייער גוט און טוען אלעס וואס מעגליך צוצוהעלפן צו די שוידערליכע טראנספארמירינג, דער ראש הכופרים האט עס בפירוש געזאגט ביי א רעדע פאר רעגליעזע סאלדאטען פאראיאר אז ער זעהט דא א מהפכה של ממש, ער האט געזאגט אז די חרדישע באפעלקערונג גייט דורך א יסוד'דעסדיגע שינוי און ער פון זיין זייט וועט טוען אלעס וואס שייך דאס צו פארשטערקערען .
בשייכות צו דעם איז צום באמערקען איבער א גערידער וואס מזרחיסטישע רבנים פירן יעצט אן , איבער דעם וואס חרדישע סאלדאטן זענען געצווינגען געווען צו הערן קול באשה ביי א מיליטערישע פארזאמלונג, די מזרחיסטען סטראשען אז זיי וועלן דאס נישט צולאזען און לאידך גיסא די פרייע קעמפן דוקא יא אויף דעם.
ווי טראגיש איראניש איז אז בו בעת וואס די גאנצע מיליטער דינסט איז פארבינדען מיט די דריי הארבסטע עבירות, שוין אפגערעדט פון זיין א חלק אינעם מרידה בגזירת הגלות, זענען די רבנים פארנימען מיט געבן סטעיטמענטס איבער א איינצעלנע פאל .
הגאון החסיד רבי מיכאל בער ווייסמאנדל האט ביי א ענדליכע פאל דערציילט די פאלגענדע עובדה
געווען אמאל א שטאט וואס לקראת דעם הייליגען טאג האבן זיי געדינגען א חזן כנהיג, אינמיטען דאווענען איז דער חזן פארשווינדען פאר א קורצע וויילע און תיכף צוריקגעקומען, די מתפללים האבן אויך באמערקט אז זיין קול האלט זיך זייער שטארק גארנישט אזוי ווי איינער וואס פאסט, בקיצור למעשה האט דער חזן זיך מודה געעוען אז יא ער בייסט טאקע איבער יעדע שטיק צייט,ער שפירט אז כדאי צי דאווענען גוט פעלט עס אויס, דער קהל האט אים אויסגעהערט און מסכים געווען אז ס'איז טאקע וויכטיג זיין עסן,
שפעטער אין טאג האבן עטליכע געזען ווי דער חזן עסט אגוזים- ניסלעך, אזא פירצה איז שוין געווען צופיל, ס'איז געווארן א רעש אין ביהמ"ד ,און נאך פארהאנדלונגען האט דער חזן געמיזט צוזאגן מער נישט דאס צי עסן.

גענוי אזוי קוקען אויס די חברה וואס זארגן זיך אויף אידישקייט אינעם שמוציגען ציוניסטישען מיליטער,זו חטאת וזו פרי' פון זיין דבוק און מחובר צו די מלכות הרשעה די אלע יארן. דאס איז אויסער דעם וואס אזעלכע נארישע קלייניקייטן איז מחפה אויף דעם גרויסען טומאה פון די מיליטער גופא, און מאכט דעם איינדריק ווי נאר דאס איז די פראבלעם און אויב דאס וועט פאראכטען ווערן איז אלעס בסדר.

~~~~~~~~~

די ציוניסטישע בית משפט האט היינט נאכאמאל באשטעטיגט דעם גרויזאמען תפיסה אורטייל אויף דעם טייערען אינגערמאן הרב שמואל בן באשע ווייספיש שליט"א ,
ר' שמואל איז פאראוטיילט געווארן פארגאנגענעם יאר אויף צוויי יאר טורמע נאך א בלבול פונעם אייגענטומער פון א געשעפט אין ירושלים וואס האט פארקויפט טמא'נע כלים,און זיכענדיג פטור צו ווערן פון די מוחים האט ער אנגעקלאגט דעם איידעלען אינגערמאן אויף אויסגעזויגענע עלילות, וואס די סדומ'ע געריכט האט כמובן אנגענימען הגם אנע עדים אדער סיי וועלכע באווייזען.
די עסקנים האבן פרובירט צו אפעלירן דעם גרויזאמען פסק אבער היינט האט דער אפעלעט געריכט באשטעטיגט די אלטע אורטייל, און רבי שמואל וועט תיכף נאך חנוכה דארפן איינגעזעצט ווערן הי' לא תהי'.
ציון הלא תשאלו לשלום אסיריך דער ציבור הקדוש ווערט געבעטען מעורר רחמים צי זיין פאר דעם קרבן ציבור , רבי שמואל בן באשא ער זאל בקרוב פאפרייט ווערן מאפילה לאור גדול, ולא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים אמן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שטארק הנאה געהאט פונעם ווערטל בשם מרן רחמ"ד
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

דינסטאג תולדות.

עסקנים פון נטרונא אין ענגלאנד, איבער די אידישע געגענטער פון מאנטשעסטער און לאנדאן גרייטען זיך פאר א העפטיגן קאמפיין אפצישלאגן א ניי געגרינדעטע ציוניסטישע באוועגונג אין לאנד, וואס דראעט חלילה צו ברענגן נישט גינסטיגע נאכפאלגן פאר אידישע איינוואוינער דארט אין לאנד

די גרופע וואס רופט זיך ביג טענט פאר איזרעל איז געשאפן געווארן אינטער די השפעה פון א געוויסן ראביי גאטענטעג פון מאנטשעסטער וואס האט אין זיינע במשך עטליכע דרשות אינעם פארגאנגענעם חודש תשרי שטארק געמיטיגט און געהעצט אז ס'איז שוין צייט אז אין ענגלאנד זאל פארמירט ווערן א לאבי וואס זאל דינען די ציוניסטישע אינטערעסען א שטייגער ווי עיפאק אין די פאראייניגטע שטאטן.
דער ראביי האט געבויעט זיינע ווערטער אויף שטודיעס וואס ווייזען אז די ענגלישע באפעלקערינג אין אלגעמיין איז שטארק גענויגט קעגן איזרעל, דאס איז פאר די פשוטע סיבה ווייל ארץ ישראל האט דאך באלאנגט פאר די ענגלענדער ביז די הקמת המדינה, די ענגלענדער זענען פארטריבן געווארן פון דורט דורך די ציוניסטישע טעראר שטיקלעך, אשר על כן וויל דער ראביי ציזאמגעשטעלען א דאך ארגענעזאציע וואס זאל זיין פארנימען קערצינעמען אז די מידיא די שולעס און די רעגירינג זאל זיין מער אינטער ציוניסטישע איינפליס.
כמובן לכל איז אזא ארגענעזאציע א שטארק געפארפולע און סכנה'סדיגע שריט, וואס וועט חלילה אויפברענגען בייז בליט און ערוועקן די אלטע טענה אז אידן דאמענירן דאס לאנד וכולי וכולי,דאס איז אין ציגאב וואס מיר קענען נישט דורך לאזן אזא חילול ה' און לאזן דעם רושם אזוי ווי אלע ענגלישע אידן זענען איינשטימיג און פאראייניגט אין די באוועגונג.
די דארטיגע עסקנים רישן זיך אויף א רייע פעולות מקדם צי זיין פני הרעה, סיי לגבי די אידישע גאס אויפציקלערן אידן זאלן נישט איינטעלנעמען ביי זייערע ראנווענשען, און אודאי אויך אין די גויאישע פרעסע מיט כמה אופנים לקדש שם שמים.
פאלגט נאך די ווייטערדיגע באריכטן און אקטיוועטעטן אין די נאנטע טעג דא אויף קול נטרונא.
ukuk
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 3:20 pm

קול קורא מהרבנים הגאונים עיר לאנדאן וענגלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ukuk »

ס'איז ארויס יעצט א קול קורא מהרבנים הגאונים לאנדאן וענגלאנד

מ'טוהט זיך אפשאקלען פון די פעולות פון ניי געגרינדעטע ציוניסטישע באוועגונג - וואס האט צוזאמענארבעט פון אידן מתוך אזעלכע וואס הייסן ראביי'ס
אטעטשמענטס
Kol Korie.JPG
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

זונטאג וישלח.



ווי באקאנט איז דער קומענדיגער יאר א וואל יאר אין די פאראייניגטע שטאטען און ס'איז זייער ווייטאגליך דער פאקט אז די טעמע פון איזריעל גייט נישט אראפ פון טיש, די ציוניסטישע אקטעוויסטען מאכן זיכער אז יעדער קאנדידאט זאל גיין אין שפאן וויאזוי זיי ווילן הערן, און די מידיע איז כסדר פארנימען נאכציברענגען פון דעם און יענעם קאנדידאט וואס זיכען זיך אלע צו חנפענען און איבער שטייגען איינער דעם צווייטען ווער ס'איז מער לאיאל צום ציוניסטישען לאנד , די היזיגע ציוניסטישע גרופעס מאכן אזא טומל וואס ווי ס'שטעלט זיך מער און מער ארויס ברענגט דאס אויפברויז און האס ביי דורכשניטליכע בירגער וואס באשילדיגען אלע אידן אין זיך אריינמישען אין די אמעריקאנער פאליטיק.


דער פריערעדיגע בעלזער רב רבי ישכר דוב ז"ל האט געזאגט נאך פאר 80 יאר צוריק אז די ציונים האבן אונז פארמיעסט ביי די אומות, דער מצב כהיום איז ליידער גארנישט בעסער, די אידישע געגענטער אין ניו יארק זענען עדות אויף א פארמערטע צאל העיט קריימס און ווילדע אטאקעס קעגן אידן און אידישע נכסים, אלע אבזעווירער האלטן קלאר אז דאס קומט אין דירעקטע רעזולטאט פון א שטייגענדע שטימונג פון אויפרויז אויף אידן אין אלגעמיין אלעס צוליב די טימל וואס די ציונים זייען אן אין די אמעריקאנער גאס.


בנוסף צו דעם ווערן די ראשי הממשלה אין איזרעל מער און מער פארביסען און אגרעסיוו אין באציג מיט די אמעריקאנער רעגירונג וואס איז למעשה זייער שטיצער און אלע פראנטען, פאליטיש עקענאמיש און מיליטעריש, דאס האלט אבער נישט אפ פאר די דלי גאה זיך צי חוצפה'נען כסדר קעגן אמעריקע , הערשט די וואך האט דער דעפענס מיניסטער אהוד ברק געמאלדן אז איזרעיל וועט וויירשיינדליך נישט פרעגן אדער איינמעלדען פאר אמעריקע אויב זיי וועלן דורכפירען א מילטערישע אקציע אויף איראן, ער האט מיט די טיפישע איזרעלי חוצפה דערקלערט אז איזרעל איז א לאנד פאר זיך און האט די רעכטען צי טון וואס זי פארשטייט פאר ריכטיג אן זיך דורכרעדן און נעמען רשות פון סיי וועמען.
ס'איז איבריג מאריך צי זיין וואס אזעלכע ווערטער באדייטן, און אויף אונז ערליכע אידן ליגט דער געוואלדיגער אחריות צו טאן כל מה שביכלתינו מודיע צי זיין פאר די וועלט דעם דרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה.


אין די טעג ריקט זיך פאראויס מיט א שנעלקייט די ענגילטיגע רענאוואציעס אויפן נייעם סייט, דער שפאגל נייער וועב זייטל איז שוין אין גרעסטען טייל טאקע איבערגעפרישט הערליך, רייך, און פראפעסיאנאל, די נטרונא שטאב האט אינוועסטירט טעג און וואכן אז אלעס זאל קלאפן און אהערגעשטעלט ווערן אין איר פילן פראכט מ'זיצט מיט דיזיינערס און מארקעטינג מומחים אהערצישטעלן דעם חיצוניתדיגען גלאנץ אויפן היינטיגען סטאנדארט און עקסטער ווערט אלע חומר ארטיקלען און הסברה מאמרים איבערגעגאנגען און איבערגעארבעוט מיט חשובע לאנג יעריגע מומחים אין דעם געביט פון ארויסברענגען אויף די ענגלישע שפראך די פאסיגע און ציגעפאסטע אז ס'זאל זיין א דבר נאה ומתקבל,
אזוי אז דער וועבזייטל איז באמת א יצירה חדשה א וואונדערליגע בנין וואס וועט דינען ווי דער שופר פון תורה טרייע אידן קבל תבל ומלואה , זייענדיג דער צענטער פונקט פון די ריכטיגע מלחמה לה' בעמלק און דער באזע פון וואו ס'וועט נתפרסם ווערן השכם והערב דער ונקדשתי בתוך בני ישראל.
אין המצוה נקראת אלא על שם גומרה, טאקע יעצט ווען מ'האלט שוין ב"ה אזוי ווייט, מיז דרינגענט געשאפן ווערן די נויטיגע פאנדען נישט אויפציהאלטן די עבודת הקודש מיט א איבריגע מינוט, בנוסף צו די פריערדיגע חובות איז מען יעצט אנגעוויזען אויפן סכום פון איין און צוואנציג טויזנט דאלער צו ערגענצן און עס משלים זיין אלס דבר השלם, די מעגליכקייט איז אפען צו כאפן די זכותים נצחיום, דער וועב זייטל איז א דבר המתקיים פאר לאנגע יארן, אין אנדערע ווערטער רעדט זיך עס דא פון א גאלדענע אינוועסטמענט לדורות פאר די אידן וואס וועלן דאסמאל ארויסהעלפן ס'איז א לאנג אנגייענדע זאך און די זכותים וועלן אייך באגלייטן שטענדיג , לאמיר געדענקען אז די איבערפרישונג פונעם וועב זייטל איז א קריטישער מיט יעדן טאג וואס דער וואל פארמעסט ריקט זיך נענטער, און ס'איז בידינו מיט אביסעלע אנשטרענגינג לברך על המוגמר ברוב פאר והדר.
~~~~--------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

א שטיקל ספעקטאל האט זיך אפגעשפילט די אנהויב וואך ווען דער אמעריקאנער אמאבסעדער צו בעלגייע האט געזאגט א סטעיטעמענט וואס האט ארויסגעברענגט די ציונים פון די כלים, דער אמבאסדער וואס צופעליג גראדע אויך א איד האט מסביר געווען ביי א פארזאמלינג אז מ'דארף מאכן א חילוק צווישן די אלטע אנטעסעמיטיזעם פון אלע דורות , און די יעצטיגע שנאה וואס די מוסלעמענער טראגן אויף אידן, ער זאגט אז די מוסלעמענער שנאה קומט פשוט אין רעאקציע פון דעם אנגייענדען קאנפליגט צווישן די איזרעליס און די פאלאסטינער און ער האט צוגעלייגט אז אויב וועט געלונגען צו ערייכען א שלום צווישן די צוויי צדדים וועט זיכער בארואיגען און איינשטילען די העצע און שנאה.

די ציוניסטישע אקטיוויסטען וואס אזעלכע ווערטער ברענגט דאך אינטער זייערע גאנצע באלאן , האבן תיכף אנגעהויבן מיט אטאקעס קעגן דעם אמבאסעדער , טייל פון די רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס זיכן צי געפעלן די אמעריקאנע ציונים האבן געפאדערט אז ער זאל ריזיינען, און דער אמבאסעדער האט שוין געמיזט צוריק ציען און קלאר מאכן אז ער האט נישט אינזין געהאט צו פארטיידיגען שנאת ישראל.

וואו אייביג איז עס מיטציהאלטן וואו די ציוניסטישע גרופעס דאמינירן די פרעסע אויף אזא פארנעם אז איינער וואס זאגט שוין יא גאנץ פארשטענדליכע דיבורים און ער וואגט זיך צו זאגן אז די ענדלאזע קאנפליגטען אין מיטל מזרח ברענגט שנאת ישראל ווערט ער פארדעם אראפגעריסן און פארדאמט ווייל דער אמת איז דעך אז דאס איז זייער איינציגע פאלשע און גרינטלאזע תביעה אויף וואס זיי רייטן שוין אזויפיל יאר.
לעצט פארראכטן דורך נטרונא עסקן אום דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2011 5:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

מיטוואך וישלח .

צוערשט א שטיקל הקדמה-

די וואך פרשת וישלח לערנען אידן די פרשת הגלות די מעשי אבות וואס איז סימן לבנים דעם אויסגעטרעטענעם וועג פון אידן בימי הגלות , זיך מכניע צי זיין פאר די רשעים די אומות העולם אראבייגן דעם קאפ און סובל זיין דעם עול הגוים ועול הגליות בדומי'.
די רמב"ן הק' ברענגט טאקע די וואך וואס ס'שטייט אין מדרש רבה אז חכמינו ז"ל איידער זיי זענען זיך געגאנגען טרעפן מיטן מלכות האבן זיי דורכגעלערנט די פרשה און וואו ער זאגט בלשון קדשו
מפני שהיתה קבלה בידם שזו פרשת גלות כשהיה בא ברומה בחצר מלכי אדום על עסקי הצבור היה מסתכל בפרשה זו ללכת אחרי עצת הזקן החכם,

די סימבאל פון אידישע קינדער בימי גלותם איז שטענדיג געווען די הנהגה פון יעקב אבינו ע"ה , וואו די מדרש זאגט ואני אתנהלה לאתי אז יעקב האט געזאגט בפנים כרוכות אני מהלך- שטיל און אינטערטעניג מקבל זיין דעם גזירת ה' עד אשר אבא אל אדוני שעירה ביז דעם גרויסען טאג פון ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו וועלן אידן זיין נכנע און איינגעהאלטן און אודאי נישט חלילה רעוואלטירן און גיין מיט עזות ,
דער רמב"ן זאגט ווייטער אז די פרשה איז א הוראה לדורות וראוי לנו לאחוז בדרכו של צדיק, לדורון לתפלה ולהצלה בדרך מלחמה לברוח ולהנצל, און ווי די רבינו בחיי זאגט אויפן פלאץ אז פשוט מלחמה קען דאך נישט זיין ווייל מיר זענען דאך באשוואוירען געווארן שלא להתגרות מלחמה עם האומות.

אין די ספרים הקדושים די וואך נועם אלימלך , מאור ושמש און נאך איז שטארק מבואר די נקודה אז דייקא דורך דעם וואס אידן זיענען זיך מכניע פאר די אומות העולם און מ'גיבט זיי אפ דעם פילסטן רעספעקט דאס איז די גרעסטע התעוררות רחמי שמים אז די רבוש"ע זאל שוין זעהן בענינו און זיך שוין מרחם זיין און אונז אויסלייזען פונעם ביטערען גלות.

דאס אלעס איז געווען א דבר פשוט ביי אידן במשך דעם לאנגען ביטערען גלות, ביז די קליפת הציונות האט ליידער געהויבן דעם קאפ און אריינגעברענגט אינעם כלל ישראל דעם שרעקליכען רעיון פון התקוממות זיך הייבען דעם קאפ און זיך נישט לאזן מער טרעטן, און לדאבון לב האבן זיי באוויזן צי מאכן ממש א שינו מהות מיטן עם הנבחר, ווי גרויס איז די סכנה און פחד אז אידן האבן אדאפטירט דעם נייעם מהלך פון טימלען מיט עזות , וואס ברענגט חלילה נישט גוטס וואו ס'שטייט אין בעל עקידה – ודפקום יום אחד- אז אידן ווילן זיך אליינס צואיילן די גאולה איז דא די סכנה פון א פורעניות חס ושלום.

אין די לעצטע תקופה עסט זיך נעבעך מער און מער איין אין די אידישע גאס אויך דא ביי אונז אין אמעריקע דאס ציונות, דער היפך הגמור פון עצת הזקן החכם פון זיין איינגעהאלטן , די ציוניסטישע גרופעס און אקטעוויסטען לאזן נישט דורך א געלעגנהייט זיך צי רייצן און זיך ארגענעזירן מיט סטעיטמענטס און אקטיוועטעטען פון מרידה און חוצפה קעגן די אמעריקאנער פירער און הויכראנגיגע פאלאטישענס אויב טרויען זיי זיך נישט צי גיין אין שפאן מיט איזרעל.
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

דער פּרעזידענט קאַמפּיין גייט איצט אַריין אינעם ערנסטן שוואונג, האַלטנדיג ווייניגער ווי אַ חודש בעפאָר די אייאָוואַ קאָקוסעס, און איזראַעל ווערט ליידער אַ הויפּט טעמע אין די קאַמפּיין.
דאָס האָט זיך היינט זייער שטאַרק אַרויסגעשטעלט, ווען כמעט אַלע רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן זענען אויפגעטרעטן פאַר די רעפּובליקאַנער אידישע קאָאָליציע, און זיי האָבן אַראָפּגעריסן פּרעזידענט אָבאַמאַ'ס איזראַעל פּאַליסיס.
דורכאויס דעם היינטיגן טאָג איז דאָס געווען אַ הויפּט נייעס אין די פּרעסע, און עס האָט געוויזן אַז איזראַעל און אידן שפּילן אַ הויפּט ראָלע אין די אַמעריקאַנער פּרעזידענט קאַמפּיין. דאָס רופט נאַטורליך אַרויס אַ געפערליכע שנאת ישראל, און עס גיסט אויל צום פייער פון די אַנטיסעמיטישע מיינונגען און טענות אַז אידן האַלטן וואַשינגטאָן ביים גענאַק, און די אַמעריקאַנער באַאַמטע זענען געבינדן נאָכצופאָלגן איזראַעל'ס אינטערעסן צוליב די מאַכט פון די ציונ'יסטישע לאָבי.
די היינטיגע פאָרום קומט נאָך וואָס אין די לעצטע טעג האָבן די רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן אַראָפּגעריסן אַ רייע הויכראַנגיגע באַאַמטע אין די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע פאַר נישט זיין גענוג פּראָ-איזראַעל. עס האָט איינגעשלאָסן שווערע קריטיק אויף דעפענס סעקערטאַר ליאָן פּאַנעטאַ, וועלכער האָט געזאָגט אַז איזראַעל מוז צוריקקומען צום פאַרהאַנדלונג טיש; און אַן אויסשריי קעגן דעם בעלגישן אַמבאַסאַדאָר האַוואַרד גוטמאַן, וועלכער האָט זיך געוואַגט צו זאָגן אַז די מדינה און זייערע קריגערישע פּאַליסיס זענען שולדיג אין די מוסלעמענער אַנטיסעמיזם.
די רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן זוכן מיט די פּראָ-ציונ'יסטישע רעטאָריק צו געפעלן די ציונ'יסטישע קאַמפּיין ביישטייערער און זייערע הויכשטאַפּלערישע לאָביס. ספּעציעל אַפּעלירן זיי צו די אידישע וויילער, וואָס די ציונ'סיטישע גרופּעס פּראָפּעגאַנדירן אַז זיי דעפעקטירן פון אָבאַמאַ צוליב וואָס ער שטיצט נישט גענוג הייס די מדינה.
דורכאויס די היינטיגע אידישע רעפּובליקאַנער פאָרום האָט יעדער פון די קאַנדידאַטן געזוכט צו זיין מער ציונ'סטיש פונעם אַנדערן.
ניוט גינגרינטש האָט פאַרשפּראָכן אַריבערצופירן די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע פון תל אביב צו ירושלים, אַ זאַך וואָס אַלע פּרעזידענטן האָבן עס געשטערט ביז היינט כדי נישט אויפצורעגן די פּאַלעסטינער מיט אַנערקענען אַז ירושלים איז אַ טייל פון איזראַעל. ער האָט אויך פאַרשפּראָכן צו נעמען דעם היציגן, עקסטרעמען דזשאַן באָלטאָן – וואָס אפילו רעפּובליקאַנער האָבן געשטערט זיין נאָמינאַציע דורך פּרעזידענט בוש צו זיין יו.ען. אַמבאַסאַדאָר, צו דינען אַלס זיין אויסער מיניסטער;
מיט ראָמני האָט אַראָפּגעריסן פּרעזידענט אָבאַמאַ פאַר צופיל טאַדלען איזראַעל, בעת'ן זיין צו שוואַך קעגן איראַן;
און ענליכע עקסטרעמע פּראָ-איזראַעלישע שטעלונגען האָט מען געהערט פון די אַנדערע, שוואַכערע קאַנדידאַטן, באַגלייט מיט קריטיק קעגן פּרעזידענט אָבאַמאַ'ס נישט זיין גענוג קיין בלינדער שטיצער פון איזראַעל – ווי גלייך דאָס איז די איינציגסטע קוואַליפיקאַציע וואָס וועט אַנטשיידן ווער עס זאָל זיין דער קומענדיגער אַמעריקאַנער פּרעזידענט.
אין די זעלבע צייט וואָס די דל גאים שטעלן זיך אַרויס צו דאָמינירן די אַמעריקאַנער פּאַליסיס, שעמען זיי זיך נישט צו פאַרלאַנגן פון אַמעריקע ביליאָנען דאָלאַרן אין שטיצע. די רעפּובליקאַנער אידישע קאָאָליציע האָט נישט איינגעלאַדענט צו זייער פאָרום ראָן פּאָול, וועלכער ציעט אָן דער דריטער אין די אַנקעטעס, און אין טייל סטעיטס איז ער דער צווייטער, טראָץ וואָס ער איז אויך אַ בלינדער שטיצער פון איזראַעל'ס פאַרטיידיגונג רעכטן, ווייל ער איז קעגן אַמעריקאַנער שטיצע פאַר אויסלענדישע רעגירונגען, און רופט אויך אָפּצוהאַקן געלט שטיצע פאַר איזראַעל.
די היפּאָקריטישע חוצפה שרייט פון זיך אַליין. טראָץ וואָס זיי זענען אָנגעוויזן אויף אַמעריקאַנער ביליאָנען, ווילן זיי איינטיילן און דאָמינירן אַמעריקע'ס אויסערן פּאָליטיק אַגענדע, אַז עס זאָל נישט אָפּנויגן קיין שפּאַן פון די עקסטרעמסטע ציונ'יסטישע פּאַליסיס. ביים דורכשניטליכן וויילער רופט דאָס אַרויס אויפברויז און אָפּשיי, אַז די וואָס זענען אָנגעוויזן אויף'ן רייכן פעטער'ס געלטער, זענען גאָר מקיים שפחה כי תירש גבורתה דורך זיין די באַשליסער פאַר וועמען מ'זאָל שטימען אַלס אַמעריקאַנער פּרעזידענט.
די ציונ'יסטישע אינטערעסן דאָמינירן די פּאָליטיק אויף די רעפּובליקאַנער זייט. פאַקטיש זוכט פּרעזידענט אָבאַמאַ זיי אויך צו געפעלן, און וועט קומענדיגע וואָך אויפטרעטן פאַר אַ רעפאָרמער גרופּע, וואָס ווערט באַצייכנט אַלס שריט צוריק צו חן'דלען די אידישע און ציונ'יסטישע וויילער. דאָס ווייסע הויז'ס פאַלן צו די פיס פון די ציונ'יסטישע אינטערעסן האָט געברענגט אַז צוויי הויפּט דעמאָקראַטישע טראַכט גרופּעס זאָל אַראָפּרייסן זייער אייגענעם פירער, פּרעזידענט אָבאַמאַ.
איין פון די גרופּע'ס איז מידיאַ מעטערס, וואָס אין זייערע באַשרייבונגען ווערן טייל באַאַמטע באַשולדיגט צו האָבן "דאָפּלטע לאַיאָליטעט," פאַר שטעלן איזראַעל'ס אינטערעסן בעפאָר אַמעריקע'ס – דאָס איז אַ באַשולדיגונג פון וואָס גדולי ישראל האָבן אַלץ געציטערט, אַז די מדינה וועט ברענגן די קלאַגע אויף אידן, אַז זיי זענען נישט גענוג פּאַטריאָטיש צו זייער לאַנד, אָנצוהייצן שנאת ישראל.
נאָך אַ גרויסע דעמאָקראַטישע גרופּע, דער צענטער פאַר אַמעריקאַנער פּראָגרעס, באַשולדיגט נאָכאַנאַנד אַז איזראַעל טרייבט אַמעריקע צו אַ קריג מיט איראַן, צוליב אירע רייצערישע אינטערעסן, באַריכטעט היינט די גרויסע פּאָליטישע נייעס קוואַל פּאָליטיקאָ.
דאָס זענען בלויז אַ טייל פון די נייעסן די לעצטע טעג וועלכע צייגן ליידער פאַר די אַמעריקאַנער וויילער אַז איזראַעל דאָמינירט די אַמעריקאַנער פּאָליטיק, און די ציונ'יסטישע אינטערעסן טיילן איין וואַשינגטאָן וועלכע שריט צו נעמען און זיי צווינגען די רעגירונג צו גיין אין שפּאַן מיט די עקסטרעמסטע איזראַעלישע שטעלונגען. דאָס רופט אַרויס אַ געפערליכע שנאת ישראל, און אַ סכנה אויף אידן בכל מקומות מושבותיהם פון פּערשוינען וואָס ווערן אויפגעקאָכט און אָנגעצינדן פון אַזעלכע באַריכטן.
און איצט איז בלויז דער אָנהייב פון כמעט אַ פולן יאָר פון די פּרעזידענט קאַמפּיין, און טיפער אין די קאַמפּיין איז צו ערוואַרטן אַז די רעטאָריק אַרום איזראַעל זאָל שאַרפער ווערן, ספּעציעל ווען מ'וועט אַריינטרעטן אין די אַלגעמיינע וואַלן, ווען דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט און ציוניסטישע אינטערעסן וועלן יכער אַראָפּרייסן פּרעזידענט אָבאַמאַ'ס מיטל מזרח שטעלונגען, און דער פּרעזידענט און די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי וועלן זיכער וועלן צייגן אַז זיי זענען יאָ גענצליך פאַרקויפט פאַר איזראַעל.
דאָס וועט ליידער העכערן דעם שטאַפּל פון שנאת ישראל, ותוצאותיו מי ישורנה.
גדולי ישראל, און איבערהויפּט רבינו הקוה"ט זי"ע, האָבן אונז באַפוילן אַז מ'דאַרף מיט מסירת נפש אָפּשלאָגן דעם חילול ה' און די סכנה אין וואָס די ציונים שטעלן אַריין כלל ישראל מיט אַזעלכע שריט וואָס צייגט פאַר די אומות העולם אַז זיי שרייבן פאָר פאַר די גרעסטע מדינות, ווי אַמעריקע, וואָס צו טאָן און צו דינען בלויז זייערע אינטערעסן.
נטרונא גרייט זיך פאַר אַ שווערע פאַרצווייגטע קאַמפּיין דורכאויס די וואַל יאָר צו פאַרשפּרייטן אַז ערליכע אידן זענען קעגן די ציונ'יסטישע קריטיק פון די אַמעריקאַנער רעגירונג, און קעגן פאַרוואַנדלען איזראַעל אַלס הויפּט קאַמפּיין טעמע. זיי ווילן בעז"ה אויפווייזן אַז רובא דרובא אַמעריקאַנער אידישע וויילער, געבן אָפּ זייער שטימע לויט די אינערליכע פּאַליסיס פון די קאַנדידאַטן, און נישט אויסשליסליך לויט זייערע פּאַליסיס וועגן איזראַעל. אייגענטליך זאָגן די פּאָולס אַז אידישע וויילער קוקן ווייט נישט אַזוי שטאַרק אויף איזראַעל, אָבער די ציונ'יסטישע גרופּעס מיט זייער טומעל שטעלן אַלץ אָן אַז ביי די איצטיגע קאַמפּיין סעזאָן גייט זיין אַנדערש, וואָס שטעלט זיך אַלץ אַרויס אַלס פאַלש. נטרונא האָפט בעז"ה גוט אַרויסצוברענגן דעם פאַקט, און מיט די גוטע מיטלען קען מען בעז"ה קראַכן די ציונ'יסטישע פּראָפּעגאַנדע באַלון.
(כדי די קאַמפּיין זאָל זיין העכסט אַפעקטיוו, וויל מען וואָס שנעלער עפענען די שפּאָגל נייע וועב-סייט, וואָס עס פעלט נאָך אויס 21,000 דאָלאַר עס אַהערצושטעלן עס זאָל זיין ציענד און העכסט פּראָפעסיענאַל צו האָבן דעם ריכטיגן רושם. מ'קוקט אַרויס אויף די הילף פונעם ציבור צו קענען דורכפירן די קאַמפּיין, וואָס וועט בעז"ה העלפן אָפּשלאָגן די ציונ'יסטישע פּראָפּעגאַנדע וואָס נעמט אַרויס די אַמעריקאַנער וויילער פון די כלים. )ובזכות זיך אָנשטרענגן אָפּצוטאָן דעם חילול ה' און סכנה פון כלל ישראל, זאָלן מיר שוין זוכה זיין צום התגלות כבוד שמים
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

טאמער איר ווילט ליינען די אומליינבארע ווערטער:
כדי די קאַמפּיין זאָל זיין העכסט אַפעקטיוו, וויל מען וואָס שנעלער עפענען די שפּאָגל נייע וועב-סייט, וואָס עס פעלט נאָך אויס 21,000 דאָלאַר עס אַהערצושטעלן עס זאָל זיין ציענד און העכסט פּראָפעסיענאַל צו האָבן דעם ריכטיגן רושם. מ'קוקט אַרויס אויף די הילף פונעם ציבור צו קענען דורכפירן די קאַמפּיין, וואָס וועט בעז"ה העלפן אָפּשלאָגן די ציונ'יסטישע פּראָפּעגאַנדע וואָס נעמט אַרויס די אַמעריקאַנער וויילער פון די כלים.
נטרונא עסקן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטרונא עסקן »

דזשעב 012 האט געשריבן:טאמער איר ווילט ליינען די אומליינבארע ווערטער:
כדי די קאַמפּיין זאָל זיין העכסט אַפעקטיוו, וויל מען וואָס שנעלער עפענען די שפּאָגל נייע וועב-סייט, וואָס עס פעלט נאָך אויס 21,000 דאָלאַר עס אַהערצושטעלן עס זאָל זיין ציענד און העכסט פּראָפעסיענאַל צו האָבן דעם ריכטיגן רושם. מ'קוקט אַרויס אויף די הילף פונעם ציבור צו קענען דורכפירן די קאַמפּיין, וואָס וועט בעז"ה העלפן אָפּשלאָגן די ציונ'יסטישע פּראָפּעגאַנדע וואָס נעמט אַרויס די אַמעריקאַנער וויילער פון די כלים.


נו...! וואס טוט איר רעב דשעב מ'וועט מיר נאך באלד ארויסווארפן פון דאנעט... איך ציטער כ'וועל האבן א סוף וואו יענער..
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

אז איר שרייבט עס אין קליין, וועט מען עס ליינען, דאן פארוואס אנשטרענגען די אויגן?
אדער שרייבט געהעריג אדער אינגאנצן נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”