בלאט 27 פון 28

געשריבן: זונטאג פאברואר 17, 2019 1:58 pm
דורך וואוילע שעפעלע
deficit.PNG
deficit.PNG (16.52 KiB) געזעהן 1722 מאל

געשריבן: זונטאג פאברואר 17, 2019 2:23 pm
דורך כאפצעם
ווי זעה איך דא א ווארט אז ער וויל שניידן עפעס?

געשריבן: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:29 pm
דורך טעאריע וואס לעבט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שניידן ספענדינג איז א זאך וואס ביידע פארטייען טיען נישט...

אבער שניידן רעוועניו איז א זאך וואס נאר איין פארטיי טוט..

געשריבן: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:44 pm
דורך טעאריע וואס לעבט
יונתן האט געשריבן:דער עולם גולם כאפט נישט וואו ברענעדיג די פראבלעם איז. א יעדע נפש אין אמעריקע האט א חוב פון ארום 70 אלפים וואס וועט מוזן ווערן אפגעצאלט ביום מן הימים. דאס מיינט אז א משפחה פון 10 מענטשן האבן 700 טויזענט דאלאר חובות. נו ווער איז א גרעסערע בע"ח, דער משולח פון ירושלים אדער דער נארמאלער פארדינען אין אמעריקע?

צו זיין מער פונקטליך, ס'איז 67 אלפים פער נפש.

און פון די אנדערע זייט פארדינט יעדער אין אמעריקע 63 אלפים א יאר פער נפש, סאו אז דו ווילסט מאכן א דורכשניט דארף עס גיין אזוי: א משפחה פון צען נפשות פארדינט 630,000 דאלאר א יאר און האט 670,000 דאלאר חובות... איי וועסטו פרעגן איך בין א נארמאלע פארדינער און איך פארדין בלויז א צענטל פון די דורכשניט? און די תירוץ איז אז וועגן דעם פלאנט מען טאקע נישט צו איינמאנען ביי יעדן די דורכשניט...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:32 am
דורך וויכטיג מאכער
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שניידן ספענדינג איז א זאך וואס ביידע פארטייען טיען נישט...

אבער שניידן רעוועניו איז א זאך וואס נאר איין פארטיי טוט..

רעוועניא איז אראפ?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:32 am
דורך וויכטיג מאכער
א פשוטע גוגל סוירטש...

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... TM&ampcf=1

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:33 am
דורך וויכטיג מאכער
President Donald Trump on Wednesday instructed every agency secretary in his Cabinet to cut 5% from their budget for next year.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 9:17 pm
דורך וואוילע שעפעלע
אינטערעסאנט ער טוט זאכן וואס ער וויל נישט. קאנגרעס האט אים געצווינגען?

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 10:59 am
דורך וויכטיג מאכער
און טראמפ גייט ארויסלייגן זיין בודזשעט... גייט שניידן ספענדינג...

https://www.washingtonexaminer.com/news ... n-15-years

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 11:37 am
דורך דממה דקה
מען האלט שוין ווייטער ביים חובות דאך, אבער יעצט...

https://www.foxnews.com/politics/pelosi ... imit-issue

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 11:45 am
דורך פאליטקלי קארעקט
דממה דקה האט געשריבן:מען האלט שוין ווייטער ביים חובות דאך, אבער יעצט...

https://www.foxnews.com/politics/pelosi ... imit-issue

זייט טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס האט ער שוין צוגעלייגט איבער 25% צום דעפעסיט. פארשטייט זיך יעצט הערט מען נישט קיין מאָק פון די רעפובליקאנער פארטיי.

איינע פון זיינע קאמפיין פארשפרעכונגען דערגרייכט....

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 12:17 pm
דורך פעיק נוז
יאפ. ס'איז געפערליך וואס דא גייט פאר אינטער טראמפ.

דאס איז געווען איינס פון מיינע סיבות פארוואס איך האב געשטיצט טראמפ. ער האט צוגעזאגט צו שניידן גאווערמענט ספענדינג און שניידן און צוזאמשמעלצן גאווערמענט דעפארטמענט'ס און אינסטעטושנ'ס, און עס קיינמאל נישט אויסגעפירט.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 12:47 pm
דורך דממה דקה
און אזוי ווי אלע אנדערע זאכן איז דא אויך דא קלארע הוראות פון ב"ד אליינס.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 2:47 pm
דורך גאלדענע פעדער
זענען מיר ביפאר אז ערענסטען recession אין די גאר נאנטע טעג?

זעהענדיג אז די אמעריקאנע deficit האלט אן און האלט אין איין שטייגען, זעהט אויס אז די פלאן איז קיינמאל נישט צו באצאלן. מען הערט כסדר מענשטען זאגן אז מען האלט פאר נאך א ערכנסטע קראך דאס איז זעכער. די שאלה איז צו ס׳קומט א recession אזאנס וואס ס׳איז שוין לאנג נישט געווען אין אמעריקא. (דאכצאך געווען אזאנס אין די סויף 1800 יארן.)

די קרעדיט וואס אמעריקא האט אז אנדערע לענדער טראסטען איר אז זי קען בארגן און בארגן, גייט זיך ערגעץ אויפהערן, ווייל די טראסט איז נאר ווילאנג זי צאלט, וואס דאס ווערט קלארער און קלארער אז די רעגורונג האלט עס נישט ביים באצאלן קיינמאל. און ס׳קען נישט אזוי ווייטער אן גיין פאר צו לאנג. און ווען דאס גייט געשעהן אז מען גייט אויפהערן טראסטען אמעריקא, דארף די דאלער צו קראכען און זיין ווערט אפס ווי קיינמאל ביפאר. ווער ס׳האט אביסעל טרייסט ווערטער ווערט געבעהטן צו נעמען דאס ווארט, וויבאלד איך בין אינטער די רושם פון א שווארץ קיקער...

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 3:32 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
אויפהערן בארגן פאר אמעריקא ווייל די דעפעציט ווערט נאר גרעסער, איז עפעס וואס קען נישט פאסירן. קודם כל באצאלט אמעריקא ווי א טאטעלע, אין צייט, און מיט שיינע פראצענטן. פארבארגן געלט פארן פעטער איז א גאר גוטע אינוועסמענט. דאס איז איינס.

והשנית, אויב צווינגט מען אמעריקא צו גיין באנקראט, וועלן אסאך מער לענדער ליידן ווי בלויז א אמעריקא. פארקערט, ס׳שטייט אויס טראמפ זאל ענדערש אין באטראכט נעמען צו פיילן בענקראפסי און ש׳מירנישדיר אראפווישן צען טרילאן טאלער.. אזוי פלעגט ער דאך טאן בשעת הדחק.

דריטענס. די דעפעציט באשטייט לאו דוקא פון געלט וואס מ׳האט געבארגט פון עימעצן. א ריזיגע חלק באשטייט פון חובות וואס דער רעכטער טאש קומט פארן לינקן טאש. למשל, אויב האט אמעריקא דאס יאר אויסגעלייגט פאר העלט קעיר 1 בילאון דאללער מער ווי ס׳איז געווען צוגעשריבן.. מיינט דאס 1 בילאון אין דעפעציט.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 6:16 pm
דורך וואס טוט זיך
נישטא קיין דרייסט ווערטער, נאר אריינצווועלן די גוטע קאנדידאטן. דענק מיר נאך ווען מ'האט דא חוזק געמאכט פון פאול אדער קעיסיק, פון די איינציגסטע וואס האבן עפעס געטוען דערוועגן. נאר אנשטאט אריינגעוועלט דעם טראמפן וואס מיט זיין גוטע "ביזנעס עקספיריענס" וועט סטראטעגיש שניידן דעם דעפיציט...
טראמפ'ס פרעזידענט מאדעל איז דאך זשעקסאן, נו וואס קען ער נישט טוען די איינציגסטע גוטע זאך וואס זשעקסאן האט יא געטוען, אינגאנצן ארויס נעמען אמעריקע פונעם דעפיצט? אדער כאטשיג עפעס טוען פארן קריזיס?
נאר אנשטאט זיין ביזי 'אויפבויען דעם מיליטער', ווען כ'זעה טשיינע, רוסלאנד, אינדיע ספענדן ניטאמאל א פערטל (טשיינע יא אביסל מער, אבער אויך נאר בערך א דריטל) פון אונזער מיליטערי בוזשעט, און כ'זעה זייערע מיליטער בויען זיך אויף ווי קיינמאל בעפאר!
אבער טראמפ גייט זיין סטראטעגיש...

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:09 pm
דורך טעאריע וואס לעבט
אז מ'רעדט פון די נאציאנאלע חוב, און אז מ'רעדט פון א בלומבערג קאנדידאטור, מיין איך אז ס'איז אין פלאץ ארויסצוברענגען אז בלומבערג וואלט לכאורה געווען א גאר גוטע פרעזידענט צו אפווישן חובות.

ווי איך קוק אן וואס גייט פאר אין אמעריקע, איז אז ביידע זייטן האבן זייער פראיאריטעט וואו זיי זענען פאר'עקשנ'ט - די דעמאקראטן נישט צו שניידן דאמעסטישע אויסגאבן, און די רעפובליקאנער נישט צו העכערן שטייערן אדער שניידן מיליטערישע אויסגאבן - אבער אזויווי מ'קען עכט גארנישט דורכפירן אן די צושטימונג פון ביידע זייטן, מאכט מען בדרך כלל פשרות וואס גייען בערך אזוי: מ'גייט נישט שניידן - און אפשר גאר העכערן - אויסגאבן, און מ'גייט נישט העכערן - און אפשר גאר שניידן - שטייערן, און פארשטייט אז פון דעם ליידט בלויז די נאציאנאלע חוב והכל על מקומו יבוא בשלום...

פון בלומבערג שטייט אבער אויס, אלס א צענטריסט וואס איז נישט אויסן צו העכערן אויסגאבן אדער צו שניידן שטייערן, און אלס א געזונטע רשע, צו מאכן פארקערטע פשרות. פאר'ן דעמאקראט וועט ער געבן אז מ'וועט העכערן שטייערן פאר די רייכע אז זיי זאלן איינמאל פאר אלעמאל אנהייבן צו צאלן זייער פעיר שעיר, און פאר די רעפובליקאנער וועט ער זאגן "איך בין גרייט צו שניידן דאמעסטישע אויסגאבן" און זיי וועלן שפרינגען אויף די געלעגנהייט וואס אפילו טראמפ האט זיי נישט געגעבן...

ווי אין יעדע פשרה - און ווי ס'איז אויך געווען ביז היינט - וועלן ביידע זייטן עפעס דארפן אויפגעבן, אבער אין דעם פאל וועט די מענטשהייט ליידן און די נאציאנאלע חוב וועט אנהייבן שרינקען, און אמעריקע וועט געפירט ווערן בלומבערג/ביזנעס סטייל...

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:44 pm
דורך וואס טוט זיך
זייער פרייליך פאר אזא פשרה, כ'גלייב אבער נישט ס'העט געשעען.
כ'זעה אבער אז אין קלינטאנ'ס צייטן, האט מען געבעלענסט די בוזשעט, און כ'מיין די "מענטשהייט" האט בכלל נישט 'געליטן'...

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 1:56 pm
דורך וויכטיג מאכער
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:מען האלט שוין ווייטער ביים חובות דאך, אבער יעצט...

https://www.foxnews.com/politics/pelosi ... imit-issue

זייט טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס האט ער שוין צוגעלייגט איבער 25% צום דעפעסיט. פארשטייט זיך יעצט הערט מען נישט קיין מאָק פון די רעפובליקאנער פארטיי.

איינע פון זיינע קאמפיין פארשפרעכונגען דערגרייכט....

נאך א זאך וואס איך בין קלאר געווארן, אז דו ווייסט נישט קיין חילוק צווישן דעפעציט און חובות...

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:32 pm
דורך גאלדענע פעדער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:

גוט איז א חלק דעפעצחט און א חלק חובות. אבער וואס איז די פלאן פאר די חובות? זעהט נישט אויס אין פלאן צו באצאלן... קומט א ריזן recession אין די נאנטע טעג ווי קיינמאל ביפאר, מסכים וויכטיג? אויב נישט פארוואס ביטע

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:41 pm
דורך פאראינטערסירט
גאלדענע פעדער האט געשריבן:גוט איז א חלק דעפעצחט און א חלק חובות. אבער וואס איז די פלאן פאר די חובות? זעהט נישט אויס אין פלאן צו באצאלן... קומט א ריזן recession אין די נאנטע טעג ווי קיינמאל ביפאר, מסכים וויכטיג? אויב נישט פארוואס ביטע

די פחד פון א רעסעשען אין די נאנטע צוקונפט איז ב"ה מער ווייניגער אפגעשטארבן אין די לעצטע חודש צוויי נאך די גוטע פינאנציעלע באריכטן.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:52 pm
דורך גאלדענע פעדער
פאראינטערסירט האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:גוט איז א חלק דעפעצחט און א חלק חובות. אבער וואס איז די פלאן פאר די חובות? זעהט נישט אויס אין פלאן צו באצאלן... קומט א ריזן recession אין די נאנטע טעג ווי קיינמאל ביפאר, מסכים וויכטיג? אויב נישט פארוואס ביטע

די פחד פון א רעסעשען אין די נאנטע צוקונפט איז ב"ה מער ווייניגער אפגעשטארבן אין די לעצטע חודש צוויי נאך די גוטע פינאנציעלע באריכטן.

ווי קומט אריין די גוטע פינאנציעלע באריכטן, ווען אמעריקא איז שילדיג טריליאנען און צאלט נישט צוריק שוין יארן. דאס הייסט אז ס׳איז דא א ערענסטע טשאנס איז די דאלער זאל בקרוב גארנישט ווערט זיין... וואס דאס מיינט אז ס׳קומט א ערענסטע recession ... אדרבה לאמיר הערן

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 2:37 am
דורך וויכטיג מאכער
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:מען האלט שוין ווייטער ביים חובות דאך, אבער יעצט...

https://www.foxnews.com/politics/pelosi ... imit-issue

זייט טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס האט ער שוין צוגעלייגט איבער 25% צום דעפעסיט. פארשטייט זיך יעצט הערט מען נישט קיין מאָק פון די רעפובליקאנער פארטיי.

איינע פון זיינע קאמפיין פארשפרעכונגען דערגרייכט....

נאך א זאך וואס איך בין קלאר געווארן, אז דו ווייסט נישט קיין חילוק צווישן דעפעציט און חובות...

גוט איז א חלק דעפעצחט און א חלק חובות. אבער וואס איז די פלאן פאר די חובות? זעהט נישט אויס אין פלאן צו באצאלן... קומט א ריזן recession אין די נאנטע טעג ווי קיינמאל ביפאר, מסכים וויכטיג? אויב נישט פארוואס ביטע

כ'פארשטיי נישט די ערשטע האלב...

דאס אז ס'קומט א רעסעשן ווייסעך נישט, אבער אויף וואס בעיסטו עס?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:20 am
דורך גאלדענע פעדער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:מען האלט שוין ווייטער ביים חובות דאך, אבער יעצט...

https://www.foxnews.com/politics/pelosi ... imit-issue

זייט טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס האט ער שוין צוגעלייגט איבער 25% צום דעפעסיט. פארשטייט זיך יעצט הערט מען נישט קיין מאָק פון די רעפובליקאנער פארטיי.

איינע פון זיינע קאמפיין פארשפרעכונגען דערגרייכט....

נאך א זאך וואס איך בין קלאר געווארן, אז דו ווייסט נישט קיין חילוק צווישן דעפעציט און חובות...

גוט איז א חלק דעפעציט און א חלק חובות. אבער וואס איז די פלאן פאר די חובות? זעהט נישט אויס אין פלאן צו באצאלן... קומט א ריזן recession אין די נאנטע טעג ווי קיינמאל ביפאר, מסכים וויכטיג? אויב נישט פארוואס ביטע

כ'פארשטיי נישט די ערשטע האלב...

דאס אז ס'קומט א רעסעשן ווייסעך נישט, אבער אויף וואס בעיסטו עס?

ווילאנג די פארשטייסט די צווייטע האלב בין איך אקעי..

1. אמעריקא איז טיף און חובות פאר אנדערע לענדער מיט טריליאנען דאלאר׳ען

2. ס׳איז שוין קלאר by now אז זיי פלאנען עס קיינמאל נישט צו באצאלן

3. די באנדס און אמעריקאנע דאלער איז נאר ווערט ווילאנג ס׳איז דא טראסט, ס׳זעהט אויס נאנט דעם טאג ווי די טראסט גייט זיך אויפהערן

4. אין אזא פאל קראכט די דאלער צו אפס און ס׳קומט א ערענסטע recession

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 11:38 am
דורך פאליטקלי קארעקט
טראמפ האט צוגעזאגט בו בזמן ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט אז ער וועט נידערן דעם דעפעציט, דערווייל איז דער דעפעציט שוין געשטיגן מיט 68% זינט ער איז געווארן פרעזידענט!

https://www.newsweek.com/trump-deficit- ... ma-1463802

די חובות האלטן שוין היינט צוטאגס ביי איבער 23 טריליאן דאלער!

https://nationalinterest.org/blog/buzz/ ... ruin-92676