די חובות קריזיס אין אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך פאברואר 13, 2019 2:49 am

דער לעצטער תגובה דא איז אוגוסט 3 אין יאר '16, זייט דעמאלטס זענען קאנסערוואטיוון מער נישט באזארגט איבער די חובות קריזיס...

די נאציאנאלע חוב האט אריבער געשפרייזט בשלום דעם 22 טריליאן דאלאר מארק, אויף שמחות געזינטערהייט
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-02-13-02-46-14-1.png
Screenshot_2019-02-13-02-46-14-1.png (20.3 KiB) געזעהן 1313 מאל

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך פאברואר 13, 2019 12:07 pm

שאן הענרי האט געשריבן:די אמעריקאנע חוב איז היינט אנגעקומען צו 19 טריליאן דאלער עס האט גענומען 13 חדשים צו גיין פון 18 טריליאן ביז 19 טריליאן


און נאך 36 חדשים צו גיין פון 19 טריליאן ביז 22 טריליאן...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך פאברואר 13, 2019 12:10 pm

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:די טרעזשערי האט ארויסגעגעבן פאריגע וואך זייער אפשאצונג אז די פעדעראל דעפיציט אויף די קומענדיגע יאר (2017) וועט זיין מער ווי 25 ביליאן ווייניגער ווי דעי יאר דאס איז שוין די 7 יאר און א רייע וואס די דעפיציט איז קלענער ווי די פאריעריגע יאר , דאס וועט אויסקומען אז די דעפיציט וועט זיין ארום 2.2 פון די דזשי-די-פי מיט די קלענערע דעפיציט וועט אויסקומען אז די חובות צו א פראצענדיטש צו די דזשי.די.פי ווערן קלענער קען מען שוין שפארן די אשכול. ...


אבער א יאר שפעטער איז טראמפ געווארן פרעזידענט...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך פאברואר 13, 2019 6:33 pm

וויפיל איך פארשטיי האט מען סעפטמבער 30 '17 למספרם סוספענדירט די חובות-דאך המכונה debt ceiling בלע"ז, עס גייט צוריק אין עפעקט אנפאנג March למספרם.
דערנאך וועט זיך לכאורה אנהייבן א שטיקל געפעכט איבער דעם, ווי איך פארשטיי עס קען נעמען צייט ביז די פאסיק איז איינגעצויגן.

https://www.bloomberg.com/news/articles ... r-debt-cap

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 13, 2019 10:39 pm

שניידן ספענדינג איז א זאך וואס ביידע פארטייען טיען נישט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

‏הלו
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2017 2:13 pm

תגובהדורך ‏הלו » מיטוואך פאברואר 13, 2019 10:54 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שניידן ספענדינג איז א זאך וואס ביידע פארטייען טיען נישט...


This is a big issue

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך פאברואר 13, 2019 11:07 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שניידן ספענדינג איז א זאך וואס ביידע פארטייען טיען נישט...

אבאמא האט גענידערט דעם דעפיציט
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

‏הלו
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2017 2:13 pm

תגובהדורך ‏הלו » מיטוואך פאברואר 13, 2019 11:27 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שניידן ספענדינג איז א זאך וואס ביידע פארטייען טיען נישט...

אבאמא האט גענידערט דעם דעפיציט



With how much money?

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך פאברואר 13, 2019 11:32 pm

‏הלו האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שניידן ספענדינג איז א זאך וואס ביידע פארטייען טיען נישט...

אבאמא האט גענידערט דעם דעפיציט



With how much money?

https://www.thebalance.com/us-deficit-by-year-3306306
צוגעלייגטע
Capture6.JPG
Capture6.JPG (40.37 KiB) געזעהן 1039 מאל
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

‏הלו
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2017 2:13 pm

תגובהדורך ‏הלו » מיטוואך פאברואר 13, 2019 11:56 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
‏הלו האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שניידן ספענדינג איז א זאך וואס ביידע פארטייען טיען נישט...

אבאמא האט גענידערט דעם דעפיציט



With how much money?

https://www.thebalance.com/us-deficit-by-year-3306306


I see the first 2 years of Obama it went up and the lest 2 years as well

So just in the middle he was on a good track

What I think is that the first 2 years was bush’s Fult

Buy now we have to say that the first 2 years of trump is Obama’s fult :?

As I see the lest 2 years of Obama it started to go up again :roll:

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 12:04 am

אבאמא האט געגעסן פיצא...

די רעדע איז נישט פון נידערן די דעפעציט, (וואס דאס אליין איז אויך א ליצנות... ) נאר פון נידערן ספענדינג...

דאס יא, אונטער א דיעל וואס ריפאבליקענס האבן אויסגעפייט מיט אבאמא איז געווען אז מ'גייט פריעזן ספענדינג אויף געוויסע זאכן,( סעקוועסטער) וואס אויף דעם נעמט אבאמא קרעדיט... אבער געשניטן ספענדינג האט ער נישט!


בנוגע די וויץ פון נידערן דעפעציט, די ערשטע יאר פון אבאמא'ס פרעזידענסי איז געווען א מעגא רעסעשן, יא, די רעסעשן וואס אבאמא פלעגט כסדר דערמאנען ווען סיז אים גוט אויסגעקומען... יענע יאר איז געווען גאר שוואכע רעוועניא, און מ' האט געספענדט הונדערטער ביליאונען עקסטערע פארן סטימיולעס... איז געווען א ריזיגע דעפעציט... זינט דאן היות מ'האט מער נישט געהאט קיין סטימיולעס, און רעוועניא איז אביסל ארויף, האט ער געשניטן דעם דעפעציט...

סאט מיר איינער געזאגט א משל( הגם די נמשל איז גוט פאר זיך... אבער שוין...) א פאליס האט אפגעשטעלט איינעם פארענדיג אויף 70 קומט יענער מיט טענות, איך בין געפארן אויף 100 און רידוסט מיין ספיד מיט 30 MPH, ווידער יענער איז געפארן אויף 65 און האט געסלאוט נאר 5 MPH, פארוואס שטעלסטו מיך אפ? איך האב די מערסטע געסלאוט...

אבאמא האט געשניטן דעם דעפעציט, אבער סאם האו געדאפעלט די דעבט, און דאס איז טראץ די סעקוועסטער!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 12:59 am

בקיצור סיקוועסטער און איינצוימען ספענדינג איז נאר א רעפאבליקאנער שלאג-ווארט ווען די פרעזידענט איז א דעמאקראט.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 2:24 am

‏הלו האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
‏הלו האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שניידן ספענדינג איז א זאך וואס ביידע פארטייען טיען נישט...

אבאמא האט גענידערט דעם דעפיציט



With how much money?

https://www.thebalance.com/us-deficit-by-year-3306306


I see the first 2 years of Obama it went up and the lest 2 years as well

So just in the middle he was on a good track

What I think is that the first 2 years was bush’s Fult

Buy now we have to say that the first 2 years of trump is Obama’s fult :?

As I see the lest 2 years of Obama it started to go up again :roll:

2008 איז געווען די סטימולעס פון די גאווערנמענט
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

‏הלו
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2017 2:13 pm

תגובהדורך ‏הלו » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 2:31 am

בעריש'ל האט געשריבן:
‏הלו האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
‏הלו האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:אבאמא האט גענידערט דעם דעפיציט



With how much money?

https://www.thebalance.com/us-deficit-by-year-3306306


I see the first 2 years of Obama it went up and the lest 2 years as well

So just in the middle he was on a good track

What I think is that the first 2 years was bush’s Fult

Buy now we have to say that the first 2 years of trump is Obama’s fult :?

As I see the lest 2 years of Obama it started to go up again :roll:

2008 איז געווען די סטימולעס פון די גאווערנמענט



Ok and what about the lest 2 years?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 8:31 am

אבאמא און די דעמאקראטען האב מיר שוין דא 26 בלעטער וואסערע ספענדערס און נישט אחריות'דיגע זיי זענען, יעצט איז די שאלה אויף די פיסקעל ריספאנסיבל ריפאבליקענס, מיט א בומינג עקאנאמיע, און אעפ"כ ווערט די דעפיציט גאר גרעסער, ספענדינג איז אפילו מער ארויס פון קאנטראל, און די חובות-דאך האט שוין געפלאצט מיט 2 טריליאן מער ווי די סוספענדירטע דאך, און ס'איז שטיל, נישט געהערט קיין ווארט פון קיין איין באזארגטע רעפאבליקאנער פאליטישאן, אלע וואס האבן דא ביין אונז געיאמערט און געליארמט אין די 26 בלעטער האבן אנגענימען א שטימעניש, יעדער איז צופרידן אז מען לעבט אויף די חשבון פון די איר-אייניקלעך.

פארדרייען די שמועס צו אבאמא איז א בת היענה אפראוטש.

יונתן
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2016 12:18 pm

תגובהדורך יונתן » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 11:57 pm

דער עולם גולם כאפט נישט וואו ברענעדיג די פראבלעם איז. א יעדע נפש אין אמעריקע האט א חוב פון ארום 70 אלפים וואס וועט מוזן ווערן אפגעצאלט ביום מן הימים. דאס מיינט אז א משפחה פון 10 מענטשן האבן 700 טויזענט דאלאר חובות. נו ווער איז א גרעסערע בע"ח, דער משולח פון ירושלים אדער דער נארמאלער פארדינען אין אמעריקע?
א גוטע אקאונטענט איז נישט ווער עס קאסט די מערסטע, נאר ווער עס שפארט די מערסטע פארן קליענט...
JKpayroll.com
טעקס ריטוירן קאלקיולעטער

AAA Accounting

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2613
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:38 pm

טעארעטיש ביסטו גערעכט, די פראגע איז צי ס'מיינט באמת עפעס. At what point גיי איך דארפן פיזיש באצאלן מיין 70 טויזנט חוב?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 17, 2019 1:22 am

דממה דקה האט געשריבן:בקיצור סיקוועסטער און איינצוימען ספענדינג איז נאר א רעפאבליקאנער שלאג-ווארט ווען די פרעזידענט איז א דעמאקראט.



ליידער איז דאס די מציאות, אין די ניינציגער יארן איז אזוי געווען, קלינטאן האצעך געבראכן און דאס האט געברענגט די סוירפלאסס, און אבאמא האצעך נישט געלאזט, ביז די סעקוועסטער דיעל... למעשה האט רייען געוואלט מאכן ריפארמס אבער סאצעך נישט איינגעגעבן, און טראמפ רעד דערפון אז ער וויל שניידן ספענדינג...

אבער איך עגרי אז ליידער שניידט קיין איין פארטיי נישט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג פאברואר 17, 2019 10:49 am

יונתן האט געשריבן:דער עולם גולם כאפט נישט וואו ברענעדיג די פראבלעם איז. א יעדע נפש אין אמעריקע האט א חוב פון ארום 70 אלפים וואס וועט מוזן ווערן אפגעצאלט ביום מן הימים. דאס מיינט אז א משפחה פון 10 מענטשן האבן 700 טויזענט דאלאר חובות. נו ווער איז א גרעסערע בע"ח, דער משולח פון ירושלים אדער דער נארמאלער פארדינען אין אמעריקע?


האקט נישט אין טשייניק, מען גייט עס קיינמאל נישט באצאלן, וואס עס וועט לכאורה געשען איז אז אמעריקע וועט מער נישט קענען בארגן קיין געלט און וועט מוזן לעבן אזויווי אנדערע לענדער פון געלט וואס מען האט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 17, 2019 10:53 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן: און טראמפ רעד דערפון אז ער וויל שניידן ספענדינג...

אזוי גאר? ווי רעדט ער דערפון?

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג פאברואר 17, 2019 11:02 am

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: און טראמפ רעד דערפון אז ער וויל שניידן ספענדינג...

אזוי גאר? ווי רעדט ער דערפון?

ער זאגט אז דאס איז איינער פון די סיבות פארוואס ער וויל ארויסציען די טרופן פון אפגאניסטאן און סיריע.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 17, 2019 11:06 am

פארשער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: און טראמפ רעד דערפון אז ער וויל שניידן ספענדינג...

אזוי גאר? ווי רעדט ער דערפון?

ער זאגט אז דאס איז איינער פון די סיבות פארוואס ער וויל ארויסציען די טרופן פון אפגאניסטאן און סיריע.

כ'מיין נישט פון דעם רעדט וויכי.. קאררעקט מי איף איים ראונג

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג פאברואר 17, 2019 1:43 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: און טראמפ רעד דערפון אז ער וויל שניידן ספענדינג...

אזוי גאר? ווי רעדט ער דערפון?

ער זאגט אז דאס איז איינער פון די סיבות פארוואס ער וויל ארויסציען די טרופן פון אפגאניסטאן און סיריע.

כ'מיין נישט פון דעם רעדט וויכי.. קאררעקט מי איף איים ראונג


איך ווייס נישט אויב וויכי רעדט פון דעם

אבער טראמפ רעדט זיכער פון דעם..

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג פאברואר 17, 2019 1:50 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: און טראמפ רעד דערפון אז ער וויל שניידן ספענדינג...

אזוי גאר? ווי רעדט ער דערפון?

ער זאגט אז דאס איז איינער פון די סיבות פארוואס ער וויל ארויסציען די טרופן פון אפגאניסטאן און סיריע.

כ'מיין נישט פון דעם רעדט וויכי.. קאררעקט מי איף איים ראונג



שוין כמ"פ גערעדט אז ער 'וויל'.. אויך יעצט פרייטאג האט ער גערעדט דערפון
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 17, 2019 1:52 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: און טראמפ רעד דערפון אז ער וויל שניידן ספענדינג...

אזוי גאר? ווי רעדט ער דערפון?

ער זאגט אז דאס איז איינער פון די סיבות פארוואס ער וויל ארויסציען די טרופן פון אפגאניסטאן און סיריע.

כ'מיין נישט פון דעם רעדט וויכי.. קאררעקט מי איף איים ראונג



שוין כמ"פ גערעדט אז ער 'וויל'.. אויך יעצט פרייטאג האט ער גערעדט דערפון

קענסט ברענגען אן אויסצוג?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless, בארג, ווייס פרעזידענט, ווינדאוי, טראנספארט, יישר כח, יציב פתגם, קהל עדתינו, שטיל און 99 געסט