בלאט 24 פון 28

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:13 am
דורך שנאפס
ווינקל האט געשריבן:
Ron Paul האט געשריבן:John Boehner delivered a sharp response to Harry Reid, who last week accussed the House speaker of running “dictatorship.” The top Republican reportedly told "the top Senate Democrat, “Go *** yourself

What are you talking about?” Reid replied, at the White House"

Go *** yourself," Boehner repeated"

ס'איז א נייע סטייל געווארן אז פאליטישענס רעדן ***?

???

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 2:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
שנאפס האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:
Ron Paul האט געשריבן:John Boehner delivered a sharp response to Harry Reid, who last week accussed the House speaker of running “dictatorship.” The top Republican reportedly told "the top Senate Democrat, “Go *** yourself

What are you talking about?” Reid replied, at the White House"

Go *** yourself," Boehner repeated"

ס'איז א נייע סטייל געווארן אז פאליטישענס רעדן ***?

???

בעסער אז מ'ווייסט נישט, נאך בעסער, אז מ'ווייסט נישט אז מ'ווייסט נישט!

געשריבן: פרייטאג יאנואר 04, 2013 3:57 am
דורך msp
לכתחילה איז טאקע אזוי
אבער בדיעבד איז בעסער אז מען איגנארירט עס....

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 2:58 am
דורך אלד וויליאמסבורג
אן אלטע פלאן ווערט ווידער ארויפגעברענגט אין וואשינגטאן.

אנשטאט דארפן העכערן די חובות דאך און בארגן נאך געלט זאל מען לאזן מאכן א טריליאן דאלער מטבע פון פלעטינום, וויבאלד לויטן געזעץ איז נישט דא קיין באגרעניצונג אויף פלעטינום מטבעות און דער פרעזידענט מיז נישט בעטן קיין רשות פון קאנגרעס דאס צי מאכן.

און ווער עס איז באקאנט אין די גאנצע חובות סומאטאכע ווייסט אז רוב פון די 16 טריליאן דאלאר חובות איז די רעגירונג שולדיג פאר די רעגירונג אליינס, די פעדעראל רעזערוו קויפט די באנדס פון די טרעשזורי דעפט. יעצט וועט די טרעשזורי דעפט קענען באצאלן א טריליאן דאלאר צוריק צי די פעדעראל רעזערוו, און קענען בארגן נאך געלט, און שלום על הגוים.

צוליב דעם האלטן עקאנעמיסטן אז עס וועט אפילו נישט שאטן פאר די אינפלאציע, וויבאלד די טריליאן וועט קיינמאל נישט אריינגיין אין באניץ פון ציווילע בירגער (ביז ווען אינפלאציע וועט גרייכן אזוי הויעך ווי אין זימבאווע...) אין אנדערע ווערטער די שאדן פאר די אקאנאמי מאכט מען ווען מען בארגט דאס געלט נישט ווען מען באצאלט עס.

און עס איז דא א פעטישאן צי ווייסן הויז מיט שוין אפאר טויזנט חתימות דערויף, און פערזענליך האלט איך אז מען מאכט שוין יא - זאל מען שוין מאכן 12 דערפון, און שטייצעך וואלט איך געווען צופרידן מיט מעשר...

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:37 pm
דורך מידער
יישר כח אלטער פארן אויפברענגען דעם אינטערסאנטן געדאנק. אין קורצע ווערטער מיינט דאס אז די פעדערעל רעזערוו זאל מוחל זיין זייער טייל פונעם רעגירונג'ס חוב.

איז דא א שאצונג וויפיל רעגירונג באנדס די פעדערעל רעזערוו פארמאגט?

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:15 pm
דורך פאטאקי08
וואס זענען די חסרונות פון דעם?
בעסער געפרעגט (לכתחילה איך פרעג דיר....) וויאזוי ארבעט די פעדעראל רעזערוו?

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:52 pm
דורך גוגל
auto reply
לכתחילה איז נישט יעצט אוועלעבל פאר ענטפערס מיט הסברים, ער איז פארנומען מיטן ספעקטראם, פאר אלע קושית דארף מען ווארטען ביז ער פינישט

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
גוגל האט געשריבן:auto reply
לכתחילה איז נישט יעצט אוועלעבל פאר ענטפערס מיט הסברים, ער איז פארנומען מיטן ספעקטראם, פאר אלע קושית דארף מען ווארטען ביז ער פינישט

הא הא! די פעדעראל ריזערוו איז א לאנגע נושא, אי"ה אז כ'וול האבן צייט וועט מען שרייבן.

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 2:06 pm
דורך פאטאקי08
סאיז עכט מעגליך אז עס שוין באשריבן ערגעץ אין אייוועלט דאס
אייוועלט וואלט געמעגט שוין האבן ווען א מפתח

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 2:10 pm
דורך האלץ האקער
פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז עכט מעגליך אז עס שוין באשריבן ערגעץ אין אייוועלט דאס
אייוועלט וואלט געמעגט שוין האבן ווען א מפתח

נא הייבט אן צומאכן א מפתח!

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 2:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז עכט מעגליך אז עס שוין באשריבן ערגעץ אין אייוועלט דאס
אייוועלט וואלט געמעגט שוין האבן ווען א מפתח

כ'מיין אז ס'איז נאך נישט באשריבן.

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 2:18 pm
דורך פאטאקי08
האלץ האקער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז עכט מעגליך אז עס שוין באשריבן ערגעץ אין אייוועלט דאס
אייוועלט וואלט געמעגט שוין האבן ווען א מפתח

נא הייבט אן צומאכן א מפתח!

פאר געלט מאך איך גערן

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:35 pm
דורך מידער
פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז עכט מעגליך אז עס שוין באשריבן ערגעץ אין אייוועלט דאס
אייוועלט וואלט געמעגט שוין האבן ווען א מפתח

א שיינעם ביאור פונעם אלטן בחור'ל. (טאקע געטראפן אינעם מפתח...)

א געשמאקן שמועס דערוועגן איז אויך דא.

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:32 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
מידער האט געשריבן:אין קורצע ווערטער מיינט דאס אז די פעדערעל רעזערוו זאל מוחל זיין זייער טייל פונעם רעגירונג'ס חוב.

איז דא א שאצונג וויפיל רעגירונג באנדס די פעדערעל רעזערוו פארמאגט?

די פעדעראל רעזערוו גייט נישט מוחל זיין זיי גייען דאך באקימען די טריליאן דאללער מטבע...

א בערך'דיגע שאצונג פון די חובות איינטיילונג פון די רעגירונג

געשריבן: מאנטאג יאנואר 07, 2013 2:54 pm
דורך מידער
זיי זאגן אז די פעדערעל רעזערוו פארמאגט אינגאנצן 2.6 טריליאן פון די חובות.

מיט 2.6 ווייניגער אין חובות וועט די רעגירונג אפשר קענען אויפטוען אזויפיל אז ביים 16' רעפובליקאנעם קאנווענשאן זאל די זייגער האלטן ביי "בלויז" 17,000,000,000,000.00.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:23 pm
דורך מידער
ערשט יעצט כאפעך אז די גאנצע איידיע איז אז אין די צייט וואס די רעפובליקאנער קאנגרעס שארפט זיך די ציין צו פארלאנגען שפענדונג שניטן בעת אבאמא וועט קומען פארלאנגען צו העכערן דעם דאך אין עטליכע וואכן ארום, וועט די טרעזשורי דעפארטמענט געבן א פראדוציר דעם טריליאן מטבע, און וועט לאזן קאנגרעס הענגען.

איז שוין געקומען א רעפובליקאנער קאנגרעסמאן און פארגעשלאגן א געזעץ וואס זאל פארבאטן דעם טרעזשורי דעפארטמענט פון פראדוצירן דעם פלאטינום רענדל.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 08, 2013 7:57 pm
דורך מידער
האלץ האקער האט געשריבן:איינער האט שוין דא איינמאל אויפגעברעגט די נושא אז היי יאר גייט מען קענען אנהייבן פיילן שפעטער, ווייסט איינער מער איבער דעם? ווען גייט מען קענען? און פארוואס איז עס טאקע אזוי דאס יאר?

די איי.אר.עס. זאגט היינט אז יאנואר דעם דרייסיג'סטן וועלן זיי שוין קענען פראצעסירן די ריטורן'ס פון רוב אמעריקאנער - בלויז אכט טאג שפעטער פון יעדע יאר.

זיי זאגן אז אריינשיקן דעם ריטורן קען מען שוין יעצט אויך.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:40 am
דורך שנאפס
ווען מוז די טעקס ריטורן זיין אריינגעשיקט?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 09, 2013 2:47 am
דורך וויכטיג מאכער
אפעציעל, ביי אפריל 15, אבער מ'קען גרינג קריגן אן עקסטענשן...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:44 am
דורך מידער
שטייצעך Oב BסT פון D וואס נעמען און B Dסט א שונא מתנות, דארפסT בכלל נישט פיילן. Eן Oב באשליסT אז V Dלסט יא נעמען, קענסT דאס נאך נעמען Bז @ליכע יאר.

(גארנישט, כ'בלויז געוואלט אויסטרייען איכער'ס קיבורד.)

געשריבן: מיטוואך יאנואר 09, 2013 7:19 pm
דורך פאטאקי08
מידער האט געשריבן:
האלץ האקער האט געשריבן:איינער האט שוין דא איינמאל אויפגעברעגט די נושא אז היי יאר גייט מען קענען אנהייבן פיילן שפעטער, ווייסט איינער מער איבער דעם? ווען גייט מען קענען? און פארוואס איז עס טאקע אזוי דאס יאר?

די איי.אר.עס. זאגט היינט אז יאנואר דעם דרייסיג'סטן וועלן זיי שוין קענען פראצעסירן די ריטורן'ס פון רוב אמעריקאנער - בלויז אכט טאג שפעטער פון יעדע יאר.

זיי זאגן אז אריינשיקן דעם ריטורן קען מען שוין יעצט אויך.

און וואס טוט זיך מיט נוי יארק סטעיט?

געשריבן: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:24 pm
דורך מידער
די ווייסע הויז האט גענצליך אויסגעשלאסן די מעגליכקייט פון גיסן דעם פלאטינום רענדל, זאגענדיג אז עס ליגט בלויז אין די הענט פון קאנגרעס צו העכערן די רעגירונג'ס מעגליכקייט צו בארגן וויפיל געלט ס'פארלאנגט זיך. זיי זאגן אז אויב קאנגעס בארעכטיגט נישט די רעגירונג צו בארגן פרישע געלטער אין צייט, וועט זיך די רעגירונג מוזן צייטווייליג פארשליסן.

דאס קומט נאכדעם וואס די דעמאקראטישע סענאט פירער האבן געשיקט א בריוו צו אבאמא אז ער זאל אויסקראזן קאנגרעס, אין צייט וואס דער פרעזידענט שרייט אז ער וועט בשום אופן נישט פארהאנדלען מיט קאנגרעס פארן חובות-דאך העכערונג.

אבאמא האפט אז מיט די גאר שוואכע פראפאגאנדע וואס רעפובליקאנער האבן צוגעשטעלט ביים די לעצטע פיסקל קליף פארהאנדלונגען, וועט זיי אטאמאטיש צווינגען צו הייבן דעם לייען דאך אונטער דריק פונעם אמעריקאנעם פאלק.

געשריבן: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:53 pm
דורך אויפריכטיג
מידער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז עכט מעגליך אז עס שוין באשריבן ערגעץ אין אייוועלט דאס
אייוועלט וואלט געמעגט שוין האבן ווען א מפתח

א שיינעם ביאור פונעם אלטן בחור'ל. (טאקע געטראפן אינעם מפתח...)

א געשמאקן שמועס דערוועגן איז אויך דא.

א שעהנעם דאנק פאר'ן וועבלינקן צו די אינהאלטסרייכע בלעטער.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:04 pm
דורך פאטאקי08
קאנגרעס האט יעצט אפגעשטיפט די חובות לימיט צאנקערייען אויף אפאר חדשים
ווי אויך באשטימט "No Budget, No Pay Act"
פונקטליך ווייס איך נישט וואס דאס מיינט
עפעס אז די קאנגרעסלייט באקומען נישט באצאלט ווילאנג עס איז נישטא קיין בודזשעט...

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2013 12:00 pm
דורך מידער
דער יושב ראש פון קאנגרעס בודזשעט קאמיטע פאול רייען שלאגט פאר א 14' בודזשעט פלאן וואס זאל באלאנצירן דעם פעדעראלן בודזשעט ביז צעהן יאר.

ביים פרעסע קאנפערענץ היינט אינדערפרי זאגט רייען צווישן אז זיין פארגעשלאגענע פלאן וועט שניידן 5.7 טריליאן איבער די קומענדיגע 10 יאר; רעדוצירן דעם בודזשעט צו 19.1 פראצענט פונעם עקאנאמיע פון איר יעצטיגע 22.2; און רעכנט אויך אריין 1.8 טריליאן מיטן ריפילן אבאמאקעיר (מזל טוב).