די חובות קריזיס אין אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג דעצמבער 30, 2012 6:10 pm

געלעגער האט געשריבן:מידער דו שרייב נאר! איך האף אז דו זעהסט מיין תגובה

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » זונטאג דעצמבער 30, 2012 6:14 pm

לויט די לעצטע באריכטן האט סענאטאר מעקאנעל צוריקגעצויגן זיין פארלאנג איבער די רעפארמירונגען ארום סאושעל סעקיוריטי, נאכן זעהן אז די דעמאקראטן ווילן נישט הערן דערפון.

לויט די באריכטן זענען די געשפרעכן אצינד קאנצערטרירט וויאזוי מ'זאל קענען צוריקהאלטן די פענטאגן שניטן.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 11:59 am

סענאט איז שוין אין סעסיסע איבער א שטונדע, אבער פירער ריעד זאגט אז ס'איז נאך דא גרויסע דיפערענצן צווישן די צוויי פארטייען.

אינדערצווישן זענען די דעמאקראטן שוין געווארן נערוועז און אויפגעהויבן א וויי-געשריי אז מ'געט נאך צו אסאך פאר די רעפובליקאנער ביי די געשפרעכן, נאכדעם וואס ס'איז באקאנט געווארן אז די דעמאקראטן זענען מסכים אויסציען די בוש שטייער שניטן פאר די וואס מאכן ביז ארום א האלב-מיליאן דאלאר.

ביזדערווייל זיצן אמעריקאנער מיט פארלייגטע הענט, און ווארטן צו הערן צי זייערע שטייער שניטן וועלכע לויפן אפ אין צוועלף שטונדען וועט אויסגעצויגן ווערן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:05 pm

פאר אחינו בני ישראל וואס ארבעטן ערליך און מאכן צווישן 50 און הונדערט טויזענט דאלער א יאר. וואס גייט זיין אויב גייט די שטייער שניטן נישט דורך. וויפיל גייט די טעקס ארויף גיין א יאר?

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:35 pm

אין ווייל איך מאך מער דארף איך ליידן?
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 1:14 pm

שוין, האמיר דא פון די 'איין פראצענט'..
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 1:48 pm

אויב מ'העט איבערשפרינגען דעם פיסקעל קליף וועט איינער וואס פארדינט צווישן 50 און 100 טויזנט א יאר צאלן צווישן 18 ביז 43 הונדערט דאלאר מער אין שטייערן א יאר. דאס איז א 16-17 פראצענטיגע העכערונג.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 2:06 pm

די ציפערן וואס כ'האב נארוואס געשריבן איז גערעכנט לויט איינעם וואס איז סינגל ל"ע. פאר א פארהייראטע פארפאלק זענען די ציפערן אביסל אנדערש, ס'קומט אויס צווישן 18 און 35 הונדערט מער א יאר, וואס קומט אויס צווישן א 23 צו א 17 פראצענט העכערונג.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 3:02 pm

מידער, דאס רעכענט נאר אריין אינקאם טעקס... ס'דא אבער נאך אסאך זאכן וואס גייען ארויף... די טשיילד טעקס קרעדיט גייט עקספייערן, אבאמאס אייגענע שניט אין 'פייקא' גייט אוועקפאלן, און ווער רעדט נאך אויב האסטו די קלענסטע אינוועסטמענט, נישט קין חילוק וויפיל געלט דו האסט געמאכט, פרישע טעקס... (דורך אבאמא קעיר...) בקיצור, וועלקאם טו ריאלעטי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 3:03 pm

פלעין פארגעסן זיך צו באדאנקען... טענקס מר. מידער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 4:59 pm

יישר כח פאר אלע נייעס פארציילער דא.

עני אפדעיטס, בעת נעילת השער?
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 5:11 pm

@TheNewsHQ: Washington: Congress will not meet Monday at the midnight deadline on voting to avert the 'fiscal cliff.'

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 5:33 pm

ווי גוגל ברענגט, די פארטיי פירער זענען נאכנישט געקומען צו קיין שליכטונג, און קאנגרעס האט געמאלדן אז אפילו סענאט זאל נאך היינט באשטעטיגן א געזעץ, וועלן זיי דאס נישט אויפנעמען פאר מארגן.

טא לאמיר אלע צוזאמען זיך אנכאפן און אריינטאנצן אינעם טאל, דארף מען נאר פארשאפן גוטע שטריק זיך צו קענען צוריק ארויפציען ווי נאר פרעזידענט אבאמא שרייבט אונטער א געזעץ. ס'לצנות איז אז זיי כאפן נישט אז אמעריקע איז שוין לאנג טיף אינעם טאל.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 5:38 pm

מידער אפשר קענסטו שרייבען א באריכט אויף די גענצע סטארי וואס איז געווען און וואס גייט יעצט זיין און וואס גייט עס אונז פשוטע מענטשען עפעקטען

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 5:43 pm

לויט די לעצטע באריכטן האבן די פארטיי פירער געשלאסן א דיעל אז מ'וועט אויסציען די בוש שטייער שניטן פאר די וואס פארדינען ביז 400 טויזענט דאלאר א יאר, און 450 פאר א פאמיליע. די דעמאקראטן האבן געהאט פארלאנגט אז מ'זאל דאס אויסציען בלויז פאר די וואס פארדינען ביז 250, און די רעפובליקאנער פאר אלע אמעריקאנער.

איבער ירושה שטייער האבן די רעפובליקאנער מסכים געווען אז מ'זאל דאס ארויפריקן צו 40 פראצענט, און די דעמאקראטן האבן איינגעגאנגען אז די ערשטע 5 מיליאן זאל ווייטער נישט ווערן גערעכנט. די רעפובליאנער האבן ארגינעל געוואלט אז דאס זאל בלייבן ווי ביז יעצט ביי 35 פראצענט, און די דעמאקראטן האבן געוואלט אז ס'זאל ארויפגיין צו 45 פראצענט און אראפרעכענען בלויז די ערשטע 3.5 מיליאן.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 5:45 pm

אונטערשטע שורה. גיי איך פארלירן טעקס ריטורן געלט?
די וואס נעמען פוד סטעמפס, גייט מען שניידן מיט א שארפע מעסערל?
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 5:57 pm

ווי וויכי זאגט, גייט דיין פעי-טשעק סייווי קלענער ווערן, און די טשיילד טעקס קרעדיט איז נאכנישט קלאר וואס ס'וועט זיין דערמיט. פוד סטעמפס בעצם בלייבט בתוקפו, כ'מיין, פון וואנעט זאל דער אינגערמאנטשיק באצאלן דעם סעווען לעיער אייזקריעם?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 6:06 pm

טאמער ציהט מען יא אויס די בוש שטייער שניטן דעמאלטס פארוואס גייט מיין פעי טשיק ווערן קלענער?
ש'כח מידער פאר דיינע באריכטן

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 6:30 pm

מידער האט געשריבן:ווי וויכי זאגט, גייט דיין פעי-טשעק סייווי קלענער ווערן, און די טשיילד טעקס קרעדיט איז נאכנישט קלאר וואס ס'וועט זיין דערמיט. פוד סטעמפס בעצם בלייבט בתוקפו, כ'מיין, פון וואנעט זאל דער אינגערמאנטשיק באצאלן דעם סעווען לעיער אייזקריעם?

אוי זאגסטו גוט, דא האסטו א סלייס.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 6:35 pm

גוגל האט געשריבן:טאמער ציהט מען יא אויס די בוש שטייער שניטן דעמאלטס פארוואס גייט מיין פעי טשיק ווערן קלענער?
ש'כח מידער פאר דיינע באריכטן

ווייל די שטייער שניט וואס אבאמא האט איינגעפירט צוויי יאר צוריק גייט נישט באנייט ווערן. אזוי האב איך פארשטאנען.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 6:44 pm

אגב, לויט די באריכטן וועלן די היימישע טעקס קרעדיטס ווערן אויסגעצויגן אינעם אפמאך. דאס רעכנט אריין סיי דעם ערנד אינקאם קרעדיט, און סיי דעם טשיילד טעקס קרעדיט.

קענען מיר שלאפן רואיג היינט נאכט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 7:44 pm

מידער האט געשריבן:אגב, לויט די באריכטן וועלן די היימישע טעקס קרעדיטס ווערן אויסגעצויגן אינעם אפמאך. דאס רעכנט אריין סיי דעם ערנד אינקאם קרעדיט, און סיי דעם טשיילד טעקס קרעדיט.

קענען מיר שלאפן רואיג היינט נאכט
.

אויב די פארשטאפטע שכנים [ערלים בלה"ק] וועלן אונז לאזן שלאפן מיט זייערע ווילדע געשרייען און הוליערייען און פייער קראכערס.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 9:12 pm

עפעס א פרישע דיעל קאכט זיך יעצט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 9:48 pm

מידער האט געשריבן:ווי וויכי זאגט, גייט דיין פעי-טשעק סייווי קלענער ווערן, און די טשיילד טעקס קרעדיט איז נאכנישט קלאר וואס ס'וועט זיין דערמיט. פוד סטעמפס בעצם בלייבט בתוקפו, כ'מיין, פון וואנעט זאל דער אינגערמאנטשיק באצאלן דעם סעווען לעיער אייזקריעם?



מידער, פאר אזא סטעיטמענט קען גיין פעטש!!! די סעווען לעיער אייסקריעם... ווען איך זעה איינעם דאס איינקויפן אויפן קארטל שפרינג איך!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 10:27 pm

פארוואס נישט דא
צוגעלייגטע
פיסקל קליף.jpg


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 34 געסט