קעיסי אנטאני קעיס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

קעיסי אנטאני קעיס

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יוני 22, 2011 8:38 am

די וועלט איז אויף און האלט מיט יעדע דעטאל איבער די קעיס פונעם צוויי יעריג מיידל מיטן נאמען קעילי. די קעיס האט באקומען די קעיסי אנטאני נאכן קינד'ס מאמע.

די מעשה האט זיך אפגעשפילט אום 2008 און יעצט קומען פאר די געריכטליכע פארהערונג.
יולי 15 2008. האבן די פאליציי באקומען א רוף אז א קליין מיידל איז נעלם און נישט צום געפינען. ווען די פאליציי זענעו אראפגעקומען אויספארשן די מעשה האט די מאמע פונעם קינד זיך סותר געווען אפאר מאל און גערעדט זייער צומישט.. אויך האט די מאמע געזאגט אז דאס לעצטע מאל וואס זי האט געזען דאס קינד איז געווען א חודש פארדעם יוני דעם זעכצענטער.

זעקס חדשים שפעטער האט מען געטראפן דאס קינד טויט. פארבינדן מיט טעיפ ביים מויל און אראפגעווארפן אין א וואלד.
דאס איז די מעשה. וואס דא האט זיך אבער אפגעטון און ווער האט געהארגעט דאס קינד איז דא צוויי ווערסיעס.

די פראסעקיוטער זאגט; ווי נישט נארמאל דאס הערט זיך איז די באווייזן זייער שטארק אז די מאמע איז קאלט בלוטיגע מערדער. זי האט דערשטיקט דאס קינד און דערמארדעט. און דערנאך איבערגעלאזט דעם טויטן קערפער אין וואלד. און דאס שטימט מיטן מציאות אז זי האט עס נישט באריכטעט נאר א חודש שפעטער. און אויך נאר ווייל איר מאמע (דאס קינד'ס באבע) האט פארלאנגט באלדיגע ענטפערס.

די מאמע טענה'ט: די מעשה איז גאר עפעס אנדערש. דאס קינד איז דערטרונקען געווארן אין די פאמיליעס שווים באסיין אום יולי זעכצן און אזוי ווי זי האט מורא געהאט פון די פאליציי האט זי מיט איר טאטע (די זיידע פונעם קינד) פארדעקט און פארווישט די מעשה און געמיינט אז זיי וועלן דאס קענען אזוי באהאלטן פאר אייביג. אבער איינמאל די באבע האט זיך גענימען פרעגן און פארשן האט זי נישט געהאט קיין ברירה נאר געמוזט לויפן צו די פאליציי מיט א פאלשע מעשה אז דאס קינד איז פארלוירן.

ביידע זייטן ברענגן גאר שטארקע ראיות צו זיך. די טאטע (זיידע פונעם קינד) שרייט אז ער ווייסט נישט וואס זיין טאכטער וויל פון אים האבן און די מעשה איז נישט געשטויגן.
דאס איז אויך געווען אן אינטערעסאנטע ספעקטאל ווען א טאטע האט עדות געזאגט קעגן א קינד און איר באשולדיגט אלס מערדער.
יעדע פאר טאג קומען אפיר נייע באווייזן. די וואך האבן די דעפענס לויערס אפיר געברענגט אן עקספערט וואס זאגט אז די טעיפ וואס מ'האט געטראפן אויפן קינד איז ארויף געלייגט געווארן שפעטער און דאס איז נישט געווען די גורם פארן קינד'ס טויט. וכו' וכו' קומט יעדן טאג אפיר נייע זאכן.
אויב גייט די מאמע געטראפן ווערן שולדיג וועט זי באקומען טויט שטראף!

ליינט מער דא.
http://www.cnn.com/2011/CRIME/06/21/flo ... l?on.cnn=1

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך יוני 22, 2011 9:56 am

שכוח געלעגער!

שוין א לענגערע צייט וואס כ'זעה די נייעס אויפן העד ליין אבער אן קיין השגה איבער וואס די רעדע איז.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך יוני 22, 2011 11:12 am

אין רילעידעט נייעס האט א ניו יארקער פרוי צוביסן (יא יא גוט געליינט) איר קינד צום טויט ווייל דאס קינד האט צובראכן די טעלעוויזשען בשעת'ן שפיעלן א געים
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » מיטוואך יוני 22, 2011 11:15 am

ברוך שלא עשני גוי

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יוני 22, 2011 11:27 am

בשמים האט געשריבן:ברוך שלא עשני גוי

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » מיטוואך יוני 22, 2011 12:44 pm

וואס איז די מידיא אזוי ביזי מיט די קעיסי עטאני קעיס?
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מיטוואך יוני 22, 2011 12:51 pm

די מידיא איז ביזי ווייל עס איז א אויסערארנטליכע מעשה, און מען איז זייער געשפאנט וואס די דזשארי גייט פסק'נען
יעדען טאג שטייען מענטשען פון 5 פארטאגס צו באקומען א טיקעט צו קענען אריינגיין אין די קאורט רום
די טיים מאגאזין האט באשריבן די קעיסי ענטאני קעיס אלס די פאפולערסטע טרייעל פון די לעצטע צעהן יאר

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 2:53 pm

קעיסי'ס מאמע האט יעצט געזאגט אז זי האט געסורטשט אויף גוגל איבער קלאראפארם

דאס וועט זיכער זיין א מעכטיגע געווינס פאר איר טאכטער

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » דאנארשטאג יוני 23, 2011 2:59 pm

געלעגער האט געשריבן:אויב גייט די מאמע געטראפן ווערן שולדיג וועט זי באקומען טויט שטראף!


עס איז ווייט נישט זיכער אז זי וועט באקומען די דעטה פענעלטי, קודם דארף די דזשורי מסכים זיין, נאכדעם די דזשאדזש.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » דאנארשטאג יוני 23, 2011 3:10 pm

צים פינטעל האט געשריבן:קעיסי'ס מאמע האט יעצט געזאגט אז זי האט געסורטשט אויף גוגל איבער קלאראפארם

דאס וועט זיכער זיין א מעכטיגע געווינס פאר איר טאכטער

זיי מסביר וואס דו זאגסט
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 3:23 pm

שאלת_חכם האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:קעיסי'ס מאמע האט יעצט געזאגט אז זי האט געסורטשט אויף גוגל איבער קלאראפארם

דאס וועט זיכער זיין א מעכטיגע געווינס פאר איר טאכטער

זיי מסביר וואס דו זאגסט


איינע פון די הויפט ראיות פון די פראסיקיוטער איז אז קעיסי האט געסורטשט אויף גוגל קלאראפארם (א סובסטאנץ וואס קען הרג'נען א קינד)

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » דאנארשטאג יוני 23, 2011 5:55 pm

די מעשה איז, אז ווער עס האלט מיט די קעיס פון אנפאנג ביז אהער האלט אז די מאמע האט יא געהרג'ט דאס קינד. און עס איז דא זייער אסאך באווייזן צו דעים,
אבער איר מזל איז אז לענ"ד איז די פראוו זייער שוואך דהיינו זיי האבן זייער אסאך שטיקלעך פון די פאזעל און זייער א שיינע מעשה שענער און שטימט מער ווי איר מעשה אבער עס פעלט א קלארע באווייזן אז זי איז א מערדער און נאכדערצו א פורסט דעגרי אז זי זאל קענען באקומען די דעט פענעלטי

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:20 pm

יא יא, ביז יעצט האבן די פראססעקיוטערס גערעדט. יעצט האבן די דעפענס טיעם די מייק און מ'הערט א צווייטע זייט

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:25 pm

געלעגער; די האלטס באמת איז סקען זיין אז זי איז אומשולדיג?

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג יוני 23, 2011 8:44 pm

צים פינטעל האט געשריבן:געלעגער; די האלטס באמת איז סקען זיין אז זי איז אומשולדיג?

פארוואס דען נישט? (סארי פארן ענטפערען אומגעפרעגט)
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » דאנארשטאג יוני 23, 2011 9:41 pm

איר דעפענס איז יעצט פארנומען אפציווענדן די טענות פון די סטעיט, דהיינו די סייענטיפיק ראיות פון וואס מהאט אלס געטראפן דארט ביים אפטרעפן דעם גוף

בקרוב וועט מען זיך נעמען רעדן וועגן די 'פרטים' פון איר מעשה, און דארט וועט איר דעפענס (עכ"פ פראבירן) מסביר צו זיין פארוואס זי האט נישט גערופן פאליציי די גאנצע חודש, און - לויט איר ווערסיע - פארוואס זי האט געלאזט דעם עולם זוכן דאס קינד פאר זעקס חדשים

דאס זוכעניש - און דערנאך דעם אויספארשונג - האט אפגעקאסט פאר די סטעיט אין די מיליאנען, הונדערטער פריוואטע בירגער האבן אויך זיך אנגעשלאסן אין די זוך אקציע (דערפאר איז קהל שטארק ברוגז אויך איר)

די דעפענס ווערט באצאהלט פון די שטאט ווייל זי האט נישט קיין געלט אליינס צו באצאהלן (עס טראגט טאקע צומאל אזא פנים)

די סטעיט האט אראפגעלייגט א מעכטיגע קעיס, מיט (לכאורה) ראיות ברורות אז זי האט דאס געטוהן, און כמעט צוזאמגעשטעלט די גאנצע פאזל עד מקום ידם מגעת

למעשה האט די דעפענס אפירגעברענגט קנאקעדיגע עקספערטן וואס האבן אפגעוואנדן, אדער עכ"פ אריינגעווארפן ספיקות אין די פראסעקיושען, דער ציבור איז נאך אלץ ביי די דעה אז זי איז דער מערדער און האט איר בכונה ערמארדעט, אבער אין די אויגן פון די דזשורי וועט זי שוין נישט באקומען קיין טוט-שטראף

כדי צו געבן דעם טויט שטראף מוז דער גאנצער דזשורי פה אחד מסכים זיין אז ס'איז נישטא קיין צל של ספק אז זי האט דאס געטוהן, און דערנאך דארף דער דזשאדזש ארויס געבן דעם פסק, אויב איינער פון די דזשורי איז נישט מסכים קען זי שוין נישט באקומען טויט, נאר לייף אין תפיסה

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 9:50 pm

ליפא האט געשריבן:די סטעיט האט אראפגעלייגט א מעכטיגע קעיס, מיט (לכאורה) ראיות ברורות אז זי האט דאס געטוהן, און כמעט צוזאמגעשטעלט די גאנצע פאזל עד מקום ידם מגעת


ביי Cameron Todd Willingham, (איך שרייב עס אין ענגליש, אז ווער עס וויל קען גוגלען, און ליינען דעם הויפט ארטיקל דערוועגן....) האט אויך די רעגירונג אויפגעוויזן די גאנצע פאזל.

אלע פשוטי עם האבן פארשטאנען אז ער איז דער מערדער פון זיין ווייב און קינדער. די רעגירונג האט עס זייער שיין אראפגעלייגט. אבער נאכדעם וואס ער האט באקומען טויט שטראף, האבן עטליכע זיך אריינגעלייגט דערין, און עס איז שוין גארנישט אזוי זיכער אז ער איז געווען דער ריכטיגע מערדער.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 10:14 pm

אן אריינגיין אין צופיל פרטים - נאכפאלגענדיג די געשיכטע - איז מיין פערזענליכע מיינונג אז זי איז אומשילדיג, די פראסיקיוטער האט נישט געברענגט קיין איין איינציגסטע לינק פון איר צו די מארד, און אזוי אויך האט דער לויער האזעי בייעז געמאכט א ריזיגע זשאב צו מאכן לעכער און די פארענזיקעל עוועדענס פון די קאר, מיטן ברענגן אייגענע עקספערטן וואס האבן ציבלאזן די טעאריע אין די איינע הערל און די פיס פינעם פליג... און אראפגעריסן וויאזוי די פאליס איז זיך אומגעגאנגען מיט די איבערבלייבעניש.

אזוי אויך די הינט וואס האט ביי די ערשטע צוויי מאל גארנישט געשפירט אין די קאר, נאר נאך די דריטע מאל האט ער ווי א געטרייע הינט געטון די ווילן פון זיין מעסטער און אנגעהויבן צו בילן..

סאו פארענזיקס, שוואכע מעשיות פיל מיט לעכער און נייע טעכניק פון דער אלטע פראפעסאר מיט זיין ליפט מאשין.. וואס איז נאך קיינמאל ביפאר געניצט געווארן אין א קאורט אף לאו נאר איז יעצט אפיר געברענגט געווארן צו העלפן מיט די "שטארקע באווייז"

איך ווייס נישט פון וואספארע שטארק באווייז די עולם רעדט דא אבער די עיקר באווייז קעגן איר איז די "סוירקעמסטענשעל עווידענס ווי פאלגענד:

1- "איר אויפירונג די ערשטע דרייסיג טעג" - מען פאראורטייל נישט קיין מענטש אויף א דעטה פענעלטי קעיס בעיסד אויף ביהעיווער - און אזוי אויך האט בייעז מסביר געווען אין די אפען ארגומענט די סיבה צו איר קאלטע רעאקציע און הולייערייען, א סיבה וואס איז נישט מעגליך אויפציווייזן אין קאורט
2- "די גוגל סוירטש פאר קלארפארם 30 מאל" - איר מאמע טענה'ט אז זי איז גאר געווען דער וואס האט געסוירטשט
3- די דאקט טעיפ - וואס ווייטער האט נישט קיין פארבינדונג מיט די מאמע - נאר ליבערשט מיט זשארזש,

גאר שוואכע באווייז וואס ווען נישט די מידיע איז איז אזוי איינזייטיג וואלטן א גרעסערע צאל אמעריקאנער נישט אזוי שנעל איר פאראורטיילט.

און אזוי אויך די פארנעפעלטע פרשה מיט דעם פארשוין וואס האט "געטראפן" די ביינער אויף א פלאץ נאנט צי די ענטאני רעזידענט וואס איז שוין אינטערגעזיכט געווארן צענדליגע מאל חדשים ביפאר דורך די פאליציי און וואלענטירן, דער זעלבער וואס האט אנגערופן זיין זון עטליכע טעג פאראויס צו זאגן אז אין עטליכע טעג גייט ער ווערן ריטש ענד פעימאס, (ער האט נישט גוט געליינט די פאסטער וואס איז געשטאנען אז די געלט באלוינינג איז נאר פאר א לעבעדיגע קעילי..)העלפט אויך נישט צי, נאכדערצי ווען די פאליס האבן זיך אנטזאגט אים צי אינוועסטיגעיטן, און אים געהאלפן טוישן זיין טעסטעמאני.

לויט מיין מיינונג וועט די זשורי איר טרעפן שילדיג (דער ריכטער איז היבש איינזייטיג) אבער נישט אויף פוירסט דעגרי מוירדער, און וועט ווערן גענצליך ריינגעוואשן אין די אפעלאט.

מ'קען נאך שרייבן און שרייבן... אבער ווער קערט...

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 10:20 pm

וואדקע האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:געלעגער; די האלטס באמת איז סקען זיין אז זי איז אומשולדיג?

פארוואס דען נישט? (סארי פארן ענטפערען אומגעפרעגט)


געסורטשט how to make chloroform אויף גוגל
די קאר שמעקט פון chloroform און פון טויטע קערפער
געווען שטיל פאר 30 טעג
אויך נאכדעם נישט ארויסגעוויזן קיין שום ווייטאג אז זי האט פארלוירן א טאכטער
זיך סותר געווען 100 מאל איר ווערסיע

די איינציגסטע זאך דא איז אז די אלע זאכן זענען circumstantial evidence
נישט ממש ראיות ברורות
אבער די ריכטער האט שוין נאכגעברענגט פון אנדערע קעיסעס אז מען קען אנקלאגן א מענטש דורך circumstantial evidence

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 10:23 pm

האמיר דא א מחלוקת צווישן 'פינטל' און 'צום פינטעל'...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 10:41 pm

מיר קוקט אויס אז די מאמע וויל יעצט פשוט ראטעווען איר טאכטער פון טויט שטראף

די גאנצע מעשה פון די סווימינג פול האט זי דאך געלייקנט אנפאנג אז זי ווייסט נישט פון אזא מעשה

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יוני 23, 2011 11:40 pm

אומשולדיג? ניין! אבער מיר גיייט נישט אין קאפ די פאקט אז א מאמע זאל ביידים דערשטיקן א אייגן קינד. דאס קינד איז קיינמאל נישט געווען א נאכגעלאזט קינד צו וואס. די מעשה וואס די מאמע דערציילט איז גאנץ מסתבר, זי איז פשוט געווארן פארלוירן און נישט געוואלט באריכטן די מעשה. פון דאן איז אלעס געגאנגען די נישט ריכטיגע וועג. דאס אמאל זיכער אין מיינע אויגן, די טאטע איז נישט גענצליך אומשולדיג!

חאצקעל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 19, 2011 3:13 pm

תגובהדורך חאצקעל » דאנארשטאג יוני 23, 2011 11:55 pm

געלעגער, אויב ווייסטו מיט וואס די מאמע איז געווען פארנומען איידער מען האט איר ארעסטירט, וואלט עס דיר שוין איינמאל אריינגעגאנגען אין קאפ, וד"ל. מען רעדט נישט דא פון א באזעסענע מאמע, מען רעדט פון א וואלגארע יונגע מיידל......

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג יוני 24, 2011 12:01 am

ידעתי בני ידעתי. אבער דאס איז נישט מעלה און נישט מוריד. איז דאס מער באווייז אז זי האט געהארגעט ווי אז ס'איז דערטרונקען געווארן?

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג יוני 24, 2011 12:01 am

געלעגער האט געשריבן:אומשולדיג? ניין! אבער מיר גיייט נישט אין קאפ די פאקט אז א מאמע זאל ביידים דערשטיקן א אייגן קינד. דאס קינד איז קיינמאל נישט געווען א נאכגעלאזט קינד צו וואס.


און בכלל קיינער קען נישט קומען עדות זאגן אז זי האט נישט גיט געפלעגט דאס קינד ביזן לעצטן טאג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sheetrock, בבקשה און 7 געסט