קאנגרעסמאן ענטאני ווינער רעזיגנירט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

קאנגרעסמאן ענטאני ווינער רעזיגנירט

תגובהדורך מאנסיאנער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 11:25 am

דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן ענטאני ווינער פון ניו יארק האט זיך היינט געבראכן צו די דרוק פון די פארטיי פירער, אין געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון זיין פאזיציע נאך פרעזענליכע סקאנדאלן. ער וועט מאכן די מעלדונג ביי א פרעס קאנפרענס 2 אזייגער אין ניו יארק סיטי
http://www.msnbc.msn.com/id/43425251/ns ... itol_hill/
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יוני 16, 2011 11:41 am


מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 2:00 pm

ווינער מעלדט זיין רעזיגנאציע
http://interactive.foxnews.com/livestre ... l?chanId=3
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

קאנגרעסמאן ענטאני ווינער ריזיינט פון קאנגרעס

תגובהדורך ליינער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 2:44 pm

ענטאני ווינער האט יעצט אפיציעל געמאלדען אז ער רעזיגענירט פון זיין זיץ אין קאנגרעס

וואס דעס מאכט אויף צוויי וויכטיגע וואלען
איינס אים צו איבערנעמען
צווייטע ער איז געווען די פראנט פאר נוי יארק סיטי מעיאר און 2013
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 16, 2011 2:47 pm

נישטא קיין פאסטן פאר אים אין דרום אראביע?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 3:17 pm

ער פלעגט זייער גלייכן דעם מיקראפאן, און פלעגט כמעט יעדן טאג זיין אין די נייעס מיט זיינע סטעיטמענטס וואס פלעגן גיסן פעך און שוועבל אויף די רעפובליקאנער.

ס'איז נעכטן געווען אין די נייעס אז דזשוליאני האט פארבעטן א רעפובליקאנער קאנסילמאן זאל לויפן פאר ווינער'ס זיץ. סתם א נארישקייט פון דזשוליאני'ס זייט אין די צייט וואס די דיסטריקט איז גאר שטארק דעמאקראטיש, און וועט בלויז ווידעראמאל אריינגעבן א ביטערן טעם אין מויל פון די רעפובליקאנער, נאכדעם וואס זיי האבן שוין פארלוירן איין זיץ דא אין ניו יארק'ס 26'סטן דיסטריקט א חודש צוריק.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג יוני 16, 2011 3:18 pm

עס איז זאגאר מעגליך אז מ'וועט דעם גאנצן דיסטריקט ארויס שניידן ביים רי-דיסטריקטן. זינט ניו יארק האט פארלוירן צוויי קאנגרעס זיצן.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 3:42 pm

הייסט ס'וועט נישט אפגעהאלטן ווערן קיין ספעציעלע וואלן פארן זיץ, און די דיסטריקט וועט נישט האבן קיין פארטרעטער די קומענדיגע צוויי אהאלב יאר?

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג יוני 16, 2011 3:52 pm

פיין פאר אים! א שמחה פארן יהדות החרדית הצרופה!.. דער האט זיך דאך טרויעריג בארימט געמאכט מיט זיינע פרא-ציוניסטישע דעקלעראציעס יעדן שני וחמישי,
לעצטנס האט ער אנגעפירט די קעיס איבער די סטאטוס פון ירושלים, און אלעס אין נאמען פון זיינע וויילער אונז חרדישע אידן.

נאכן עובר זיין אויף ביידע "אחרי לבבכם-זו מינות, ואחרי עיניכם וכו' " איז ער געפלויגן מיט ריזיגע בישות, כן יאבדו.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 4:02 pm

וויאזוי האט נאר יענער געשריבן אויף טוויטער. שבת קודש האט ער חתונה געהאט מיט זיין יעצטיגע ווייב די אראבקע. און שבת קודש האט ער געהאט זיין דורכפאל. שעם אן הים!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג יוני 16, 2011 4:10 pm

האט איר געוואוסט אז ווינער איז גאר א רעפובליקאנער? אזוי זעה איך דא באריכטעט פון רויטערס.
עס שטייט שוין אזוי עטליכע שעה, אבער איך האב גענומען א סקרין-שאט "דזשאסט אין קעיס" זיי וועלן זיך אויפוועקן.
US Republican Weiner.jpg
רויטערס: ווינער איז אוודאי א רעפובליקאנער!

מ'קען זיי פארשטיין, ווייל געווענליך רעזיגנירן בלויז רעפובליקאנער ווען נייעס פון זייערע טונקעלע מעשים קומען ארויס אין פאבליק. דעמאקראטן ווידער, לאכן זיך אויס צוזאמען מיט זייערע קאלעגעס וועלכע זענען פונקט אזוי קארופטירט און דערפאר וואגן זיי זיך נישט אפצושאקלען פון דעם באטרעפענדן, ווער רעדט נאך פון פארלאנגען זיין רעזיגנאציע. מר. ווינער איז ממש אן אויסנאם, אזוי ווי עס ווייסט יעדער איינער וואס האלט מיט וואשינגטאן פאליטיק די לעצטע 10-20 יאר אדער מער.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 4:37 pm

די שאלה איז נאר אויב נאכן פארעכטן וועט שטיין דאס ווארט דעמאקראט אינעם קעפל.

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 4:44 pm

יודל ווער נישט אזוי היסטעריש נאך אלץ בעסער ווי פאקס וואס האט געמאלדן אז ''פרעזידענט אבאמא איז טויט'' אנשטאט זאגן אסאמא בין לאדין איז טויט
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יוני 16, 2011 4:45 pm

מידער האט געשריבן:די שאלה איז נאר אויב נאכן פארעכטן וועט שטיין דאס ווארט דעמאקראט אינעם קעפל.



;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 4:50 pm

מאנסיאנער האט געשריבן:יודל ווער נישט אזוי היסטעריש נאך אלץ בעסער ווי פאקס וואס האט געמאלדן אז ''פרעזידענט אבאמא איז טויט'' אנשטאט זאגן אסאמא בין לאדין איז טויט

זיי האבן גאזאגט אז פרעזידענט אבאמא איז טויט, אדער אז אבאמא בין לאדען איז טויט?

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג יוני 16, 2011 4:55 pm

זיי האבן שוין געטוישט, און ווי 'מידער' האט פאראויסגעשאצט האבן זיי נישט געשריבן ביים נייעם קעפל אז ער איז א דעמאקראט

Congressman Weiner quits in lewd photo scandal
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג יוני 16, 2011 5:20 pm

דער לינק וואס יודל ברענגט שטייט נאך ווייטער ריפובליקען, און דאס וואס דו רעדטס איז רויטערס ווי רויטערס דארף אויסזען.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 6:02 pm

עס איז בלויז א פליטת הספעל-טשעק

זיי האבן געוואלט שרייבן REPRESENTATIVE און נאך די ערשטע דריי אותיות האט זיך ארויסגעשריבן REPUBLICAN

והא ראיה, זיי וואלט קיינמאל נישט געשריבן US REPUBLICAN, עס מאכט קיין סענס

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג יוני 16, 2011 6:05 pm

קרעמער דיינע רייד מאכט סענס.
אזוי צו בא-ארבעטן א נייעס קעפל...

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יוני 16, 2011 6:08 pm

וואס קען מען ארויסנעמען פון די גאנצע מעשה, אז אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה ווען מען וועט אונז פארהאלטן פאר אונזערע עבירות, אז מען וועט טוהן תשובה וחרטה און פארלאזן א טרער ווי ער האט געטוהן אין שעראטאן, וועט מען נישט מוזן רעזיגנירן, אבער סתם לייקענען איז נישט רעלעוואנט.

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » פרייטאג יוני 17, 2011 2:32 pm

מידער האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:יודל ווער נישט אזוי היסטעריש נאך אלץ בעסער ווי פאקס וואס האט געמאלדן אז ''פרעזידענט אבאמא איז טויט'' אנשטאט זאגן אסאמא בין לאדין איז טויט

זיי האבן גאזאגט אז פרעזידענט אבאמא איז טויט, אדער אז אבאמא בין לאדען איז טויט?

http://www.killsometime.com/videos/7069 ... ma-Is-Dead
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » פרייטאג יוני 17, 2011 3:32 pm

כ'קען נישט עפענען דעם סייט צוליב'ן פילטער, אבער נאכן מאכן אן אייגענעם סערטש, זעה איך אז ס'איז טאקע אזויווי די זאגסט.

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מאנטאג יוני 20, 2011 12:53 pm

וואס איז נייעס שרייבט אז די לאנג יעריגע אסעמבלי מאן פון בארא פארק דוב הייקינד פלאנט צו לויפן אויף ענטאני ווינער'ס ליידיגע זיץ
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יוני 20, 2011 2:30 pm

אדרבה, אבער ביטע דירעקט נאר די זיץ. (מ'גייט עס ארויסשניידן ביי די רי-דיסטריקטינג...)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מאנטאג יוני 20, 2011 5:43 pm

דאס איז גראדע שלעכטע נייעס פאר יהודים נאמנים לה' ולתורתו, אויב האט ווינער געמאכט א חילול ה' מיט זיינע ציוניסטישע אגענדעס בשם זיינע וויילער,
וואס וועט שוין זיין מיט דעם ווילדן אויסגעשפראכענעם הייקינד?. ירחם המרחם.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”