פרעזידענט אבאמא'ס היסטארישע רעדע איבער מיטל-מזרח רעוואלאציעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

אבאמא האט גראדע פיין גערעדט אבער ס'איז זיסע חלומות, לויט מיין מיינונג וועט קיין שלום נישט זיין, חאטשיג רוב ישראלים אין א גרויסע חלק אראבער ווילען שלום אבער א מינדערהייט עקסטרעמיסטען ווילען נישט הערען דערפין אין זיי זיצען אין צישטערען אלעס,

לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז די נתניהו פאליסי צי שלעפען די צייט אין שלעפען אין שלעפען אין שלעפען אין שוין, למעשה מיין איך אז יעדע מאל עפעס א ערענסטע שלום האט זיך אנגעזעהן אין געקומען א אינטיפאדאו, מ'דארף שטיין ווייט פין שלום, פין צייט צי צייט אריינהאקען אביסעל אין די אראבער אין פארטיג, אין ווען משיח ווען קומען וועט מען פינישען די דזשאב מיט די ישמעלים,
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאנסיאנער האט געשריבן:צייטליך דו האלסט טאקע אז נתניהו קען זיך אריינפייפן אין אבאמא ?
דאכט זיך אז א יאר צוריק איז געווען שמועות אז מען וועט שניידן די הילף פאר מדינת ישראל צוליב וואס זיי שלעפן מיט די שלום פראצעדור אוי זענען די ישראלים געשפרינגען
ביבי קען אפשר ארומשלעפן מיט פארשידענע אויסריידן פאר א שטיקל צייט אבער זיך אינגאנצן אריינפייפן קען ער נישט

וואו און ווען זענען געווען די שמיעות? איך געדענק עס נישט.

פראבירן זאל ער צו שניידן. אויב זעהסטו וואספארא שונא ישראל און אנטיסעמיט איז ער איז געווארן בלויז נאך די דרשה קענסטו זיך שוין פארשטעלן וואס וועט פאסירן אויב ער וועט בכלל פארשלאגן אזא שניט, כ'רעדט שוין נישט אז וועט קיינמאל נישט דורכגיין, נאר איך גלייב שווער אז ער וועט בכלל סטראשן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

לאקשען ברעט האט געשריבן:אבאמא האט גראדע פיין גערעדט אבער ס'איז זיסע חלומות, לויט מיין מיינונג וועט קיין שלום נישט זיין, חאטשיג רוב ישראלים אין א גרויסע חלק אראבער ווילען שלום אבער א מינדערהייט עקסטרעמיסטען ווילען נישט הערען דערפין אין זיי זיצען אין צישטערען אלעס,

לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז די נתניהו פאליסי צי שלעפען די צייט אין שלעפען אין שלעפען אין שלעפען אין שוין, למעשה מיין איך אז יעדע מאל עפעס א ערענסטע שלום האט זיך אנגעזעהן אין געקומען א אינטיפאדאו, מ'דארף שטיין ווייט פין שלום, פין צייט צי צייט אריינהאקען אביסעל אין די אראבער אין פארטיג, אין ווען משיח ווען קומען וועט מען פינישען די דזשאב מיט די ישמעלים,

כ'וואלט מיך נישט אנגערופען, וואלסט זיכער געקומען מיט טענות אז איבעראל מישט מען אריין אידישקייט, אבער אז די דערמאנסט שוין יא משיח זיי וויסען אז די זעלבע דשאב וועט מען פינישען אויך מיט די ציונים'לעך, און וואסערע מין שפראך איז דאס "פון צייט צו צייט אריינהאקן אין די אראבער אביסל". מ'טאר נישט!די רבוש"ע לאזט נישט!
אקעי,ביטע צוריק צו אבאמ'ס רעדע..
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

צייטליך האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:צייטליך דו האלסט טאקע אז נתניהו קען זיך אריינפייפן אין אבאמא ?
דאכט זיך אז א יאר צוריק איז געווען שמועות אז מען וועט שניידן די הילף פאר מדינת ישראל צוליב וואס זיי שלעפן מיט די שלום פראצעדור אוי זענען די ישראלים געשפרינגען
ביבי קען אפשר ארומשלעפן מיט פארשידענע אויסריידן פאר א שטיקל צייט אבער זיך אינגאנצן אריינפייפן קען ער נישט

וואו און ווען זענען געווען די שמיעות? איך געדענק עס נישט.

פראבירן זאל ער צו שניידן. אויב זעהסטו וואספארא שונא ישראל און אנטיסעמיט איז ער איז געווארן בלויז נאך די דרשה קענסטו זיך שוין פארשטעלן וואס וועט פאסירן אויב ער וועט בכלל פארשלאגן אזא שניט, כ'רעדט שוין נישט אז וועט קיינמאל נישט דורכגיין, נאר איך גלייב שווער אז ער וועט בכלל סטראשן.

אין די מדינת ישראל פרעסע איז געווען די שמועות
עס איז טאקע נישט געווען אמת
א שונא ישראל איז ער שוין געווען ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט לויט די רעכטע אין ליידער אויך פרומע עקסטרעמיסטן ממילא וועט ער גארנישט פארלירן סייווי

בכלל איז די חוצפה פון די רעכטע לאגער אין מדינת ישראל גרויס. אינגאנצן פאר 3 וואכן צוריק איז שמעון פערעס געווען אין ווייסן הויז ווי ער האט געבעטן אבאמא ער זאל פארדאנען פאללארד. אין אבאמא האט אים געזאגט אז ער וועט עס איבערטראכטן. ער האט אים נישט געזאגט אין פנים אריין ניין איך איך האלט אים נישט ביים פארדאנען.
אזוי ווי די ישראלים טוען צו אים.
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

מאנסיאנער האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:צייטליך דו האלסט טאקע אז נתניהו קען זיך אריינפייפן אין אבאמא ?
דאכט זיך אז א יאר צוריק איז געווען שמועות אז מען וועט שניידן די הילף פאר מדינת ישראל צוליב וואס זיי שלעפן מיט די שלום פראצעדור אוי זענען די ישראלים געשפרינגען
ביבי קען אפשר ארומשלעפן מיט פארשידענע אויסריידן פאר א שטיקל צייט אבער זיך אינגאנצן אריינפייפן קען ער נישט

וואו און ווען זענען געווען די שמיעות? איך געדענק עס נישט.

פראבירן זאל ער צו שניידן. אויב זעהסטו וואספארא שונא ישראל און אנטיסעמיט איז ער איז געווארן בלויז נאך די דרשה קענסטו זיך שוין פארשטעלן וואס וועט פאסירן אויב ער וועט בכלל פארשלאגן אזא שניט, כ'רעדט שוין נישט אז וועט קיינמאל נישט דורכגיין, נאר איך גלייב שווער אז ער וועט בכלל סטראשן.

אין די מדינת ישראל פרעסע איז געווען די שמועות
עס איז טאקע נישט געווען אמת

דא האסטו איין אזא באריכט פון וויי נעט אין 2010
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

און פארשטייט זיך אוודאי געוויס אז אונזער צוקונפטיגער פרעזידענט ראן פאול גייט שניידן די הילף פון מדינת ישראל, נישט קיין חילוק אויב די שלום פלאן גייט יא אדער נישט פאראויס.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:אבאמא האט דאס ערווענט אז מען זאל זיך אויסטוישען שטחים, דאס טייטשט אז אויב איז דא שטארק באוויונטע אידישע, איז געגענטער מיט רוב אראבערס זאל מען זיך אויסטוישען צווישען זיך.
די אראבערס ווייסען אז עס נישט אזא מציאות אין וועלען נישט קיינמאל באקומען שטיצע פון סיי וועלכע נערמאל לאנד פאר מער ווי די גרענציען פון פאר די 6 טאגיגע מלחמה, די אלע אנדערע שטחים איז אפציעל באשטעטיגט ביי די יוען פאר די איזרעליס.

קאץ
מיינט דאס אז דאס וואס אראפאט האט געוואלט האבן מזרח ירושלים (אריינגערעכנט די כותל...) וואס דאס איז גראדע געווען ביי זיי אין 1967 האט אבאמא נישט געמיינט? אדער יא?
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

פאטאקי08 האט געשריבן:

יא אבאמא האט שוין עטליכע מאל קלאר געשטעלט אז מען זאל צוטיילן ירושלים (עיין ערך ביידענס באזוך פאריאר)
גראדע ווייס איך נישט צו דאס נעמט אריין די כותל
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וואס הייסט די כותל איז נישט געווען ביי די אראבער פאר די זעקס טאגיגע מלחמה?
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

דעפרעסט האט געשריבן:אבער אז די דערמאנסט שוין יא משיח זיי וויסען אז די זעלבע דשאב וועט מען פינישען אויך מיט די ציונים'לעך

ח"ו, אפי' אותו האיש ימ"ש וועט האבן א תיקון.

וחשב מחשבות לבלתי ידח ממנו נדח (שמואל ב' י"ד י"ד).
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:אמעריקע איז געווען די איינציגע פארבליבענע לאנד אין דער וועלט וואס איז געגאנגען קאפ אין וואנד אריין, זייענדיג בלינד איינזייטיג לטובת מדינת ישראל, טראץ וואס די קאנסקווענצען וואס אמעריקע האט געליטען מיטן אויפבויען א וויסטע שנאה ביי די איבער ביליאן ארבערס וועלד ווייד, איז אבער אמעריקע ווייטער אנגעגאנגען מיט זייער מהלך.

מדינת ישראל האט ווי א געספויעלט קינד געפאשעט אינטער די רייכע פעטערס פארטוך. באקומען כל טוב וטוב, אמעריקע האט אינעם עבר געראטעוועט איר עקסטעינץ מער ווי איין מאל, פון מילטערישע עקווימענט ביז ביליאנע דאלארען, טראץ וואס דאס האט בעק פייערט קעגען אמעריקע מיטן אויפבויען שטיצע אין געלטער אין רוקרוטינג קעגען אמעריקע ביי מוסעלמענער, ווען זיי האבען געזעהן אמעריקע אלץ ריקען ביין פאר די אקיפאציע.

ווען אמעריקע האט אנגעהויבען צריקציבעטען טובות פון די איזרעליס, זיי זאלען ארלעדיגען א פאלעסטינער לאנד אין מיט דעם איינשטילען די אויפברויז אין אראבישע וועלט אין אפשטילען די פולווער אנטעספערע אין די מיטל מזרח, דאן ווי געצערטעלט קינד האבען די איזריעלס צירקגעשטויסען יעדע מינאמאלע פאדערינג פון אמעריקע..אבאמא איז נישט דער ערשטער צי פארלאנגען אין ווערען צירוק געשטויסען, בוש..קלינטאן..בוש 2. אין יעצט אבאמא..

אבאמא האט באשלאסען גענוג איז גענוג..דיפאלמאטיע לייגט מען אוועק פאר אפיקומען אין אצינדער נעמט מען אפיער די פאסיק אין מען וועט דערלאנגען מנה אחת אפים..אבאמא האט זיך אויסגעטהון די שיינע לאכעדיגע פנים פאליטיק אין אויסגעדרייט די דאטשיק. אין זיך מיט דעם ציגעשטעלט צי ענגלאנד פראנקרייך וואס זענען ביי דעי וועי גרייט מיטצישטימען פאר א פאלאסטינע איינזייטיגע רעוואליציע ביי די יוען צי באשטעטיגען א פאלאסטינער לאנד אן די צישטימונג פון די איזרעליס. אבאמא האט געזאגט ברחל בתך הקטנה וואס ער האט צי זאגען. עס נישט ערווארטעט אז ביבי וועט אזאוי שנעל ווערען א גיט יונגעל.אבאמא וועט נאך אסאך פראקען ביז ווי לאנג די עקשנים וועלען זיך ווילען ריקען פארויס. דאס איז אבער אמאל זיכער אז מער ווי א קיצעל אין די נאז האט ביבי היינט באקומען..ער קען געבען סטעיטמענטס ביז אייער נעכטען, ער גייט האבען א פירווייטע מיטונג מיט אבאמא קומעדיג וואך, עס איז ערווארטע אז א אבאמא גייט נישט קומען צים טיש מיט שיסעל קעינדיס, די וועלט איז היינט א אנדערע וועלט, אין אמעריקע איז היינט שוין נישט ווי עס איז געווען, זיי האבען פארלויערען זייער ריקען ביין.

פאר די אלע וואס פארפירען אויף אבאמא אז ער איז ווייסעך וואס..אבאמא איז היינט געווארען א פארט פון די ציוויליזאציע וועלט וואס שרייט שוין לאנג דאס וואס ער האט היינט געזאגט..אבאמא איז היינט גלייך אויף גלייף מיט די מיינוג פון די גאנצע נאטא יוען. פארגעסט נישט, אמעריקע איז געווען די איינציגע אלאמאל צי וועטאירן יוען רעווילוציעס.

100 פארצענט גערעכט, דאס איז חוץ די תורה'דיגע שטאנפונקט, דער אייבישטער זאל העלפן אז עס זאל שוין בטל ווערן די ציניסטישע כפירה און בטל ווערן די מדינות הציונות דעמלץ וועט וויין התגלות כבוד שמים בב"א
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יעצט געוואטשט אבאמאס רעדע

איך האב אים נאך קיינמאל געזען אזוי ציטערן... בעיקר ביים שיסן די 1967 באמבע...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מאנסיאנער האט געשריבן:איך זעה ווי פאקס האקט אז אבאמא האט זיך געשטעלט מיט די פאלעסטינע אין פארלאנגט אז איזראעל זאל זיך צוריק ציען צו די 1967 גרעניץ.
איך פארשטיי נישט איז דאס נישט געווען בוש'ס פלאן מיט די ראוד מאפע ?? דאכט זיך אז עס איז די זעלבע זאך אין עס האט נישט געהייסן אז בוש האט זיך געשטעלט מיט די פאלעסטינע

ווען איך האב געמאכט א סוירטש אויף גוגל אויף די ווערטער "bush's plan for peace in the middle east" איז ארויפגעקומען די לינק. http://www.jewishvirtuallibrary.org/jso ... hplan.html

איך זעה נישט אז ער זאל האבן גערעדט פון די 67 גרעניצן!

און אויך נאך שטארקע קאנצעסיעס פון די פאלעסטינע. (וואס יעדער ווייסט אז ס'גייט קיינמאל נישט זיין)

איך וויל וויסן נאך א זאך, פארוואס הייסט די דרשה א "היסטארישע" דרשה? איז ער די ערשטע ארויפצוברענגען א שלום פלאן? אדער איז עס אבאמא'ס ערשטע דרשה?

און פאר ווער ס'וויל פארשטיין, אבאמא ווייסט זייער גוט אז ס'איז כמעט אוממעגליך בדרך הטבע אז סאל בכלל זיין שלום דארט, מ'רעדט דא פון אראבערס אן קיין קאמען סענס ווערסעס אירעיליס מיט א געוואלדיגע עקשנות... און יעדער וויל אלעס!! סאו זיין דרשה גייט נישט אויסמאכן קיין סאך.

פון די אנדערע זייט לויפט ער פאר ווידערוויילונג, און ס'דא זייער אסאך מענטשן, סיי רעכטע און סיי שטארק לינקע וואס קריטיקירן זיינע אויסערן פאליטיק פאלעסיס. די רעכטע וועלן מילא נישט וואוטן פאר עם, סאו זוכט ער זיי נישט צו געפעלן, משא"כ די לינקע האט ער נאך א טשענס צו געווינען אויף זיין זייט, אויב ער גייט זיך געהעריג צושטעלן, נו אזא דרשה איז פאר זיי ווערד זייער אסאך, ס'ווייזט פאר זיי איך פארשטיי זייער גוט צו אויסערן פאליטיק, און איך האלט מיך צו די ליבעראלע שיטה...

סאו פון אמאבאס פוינט אוו וויא האט ער געטוהן זייער א גוטע מאוו.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

עס האט געהאט א אנדערע ''שענערע'' נאמען ''די ראוד מאפע שלום פלאן'' וואס איז געווען געביעסט אויף די 1967 גרעניץ
וואס הייסט די אראבערס האבן נישט קיין קאמען סענס זיי בעטן סך הכל בעטן זיי צוריק וואס מען האט פון זיי צוגענומען
אויב איז דא איינער אן קיין קאמען סענס איז דאס נאר די איזראעליס
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

וויכטיג, זייער א שטארקע פוינט, אויך וויל ער זיכער מאכן אז אין די היסטאריע ביכער זאל ער האבן א פראמינענט ארט ווען ס'איז געקומען צו פרידן פארזוכן איבער די וועלט.

אבער פון די אנדערע זייט קען יא זיין אז ער טראכט אז ס'לוינט זיך צו פרובירן ווי ארויס פון זאק זאגט, פאקטיש איז דא א קליינטשיגע שאנס אז זיינע שלום פלענער זאלן זיך אויסארבייטן, נאכדערצו אויב אבאמא וועט מסכים זיין צו איינשטעלן זיין פאליטישע קאריערע און אריינשמייסן אין די עקשנות'דיגע מדינה פירער.

וואס יא, קיינער רעדט זיך נישט איין אז ער מיינט דאס בלויז לשם מצוה און ער טראכט גארנישט פון זיין רעפוטאציע.

ווי לאקשען האט ערווענט, קען אבער די געשפרעכן ברענגן דאס פארקערטע. ברויך מען נאר האפן אז ווען די יעצטיגע געשפרעכן וועלן צופאלן, זאל חלילה נישט צוברענגן צו איבערדרייענישן.

מאנסיאנער, אויב קוקסטו פונעם תורה'דיגן שטאנדפוקט, פיין. אבער אויב קוקסטו פונעם לאגישן פרעספעקטיוו, דאן פרעג ביל קלינטאן וואס ער זאגט אויף די פאלעסטינע. דאס איז אויסער דעם וואס מען קען דאס אנקוקן פון עטליכע זייטן מיט אן אנדערן אויספיר.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מאנסיאנער, פון וואו נעמסטו אז בוש האט געוואלט צוריקגיין צו 1967? איך האב דיר געברענגט א לינק וואס זאגט נישט אזוי.

די אראבער האבן נישט קיין קאמען סענס נישט קיין חילוק וואס די מעשה מיט א"י איז, ואגב, שכל זאגט אז צוריקגיין צו די 1967 גרעניצן איז אוממעגליך ווייל דעמאלטס קען זיך א"י נישט דיפענדן אין פאל פון א אטאקע.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מאנסיאנער, פון וואו נעמסטו אז בוש האט געוואלט צוריקגיין צו 1967? איך האב דיר געברענגט א לינק וואס זאגט נישט אזוי.

די אראבער האבן נישט קיין קאמען סענס נישט קיין חילוק וואס די מעשה מיט א"י איז, ואגב, שכל זאגט אז צוריקגיין צו די 1967 גרעניצן איז אוממעגליך ווייל דעמאלטס קען זיך א"י נישט דיפענדן אין פאל פון א אטאקע.

איך האב דורכגעליינט דיין לינק אין דארט שטייט קלאר אז די מערב ברעג דארף צוריק גיין צו די פאלעסטינער דאס מיינט 1967 גרעניצן
גוט שבת
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זייער גוט אז דו האסט דורכגעליינט מיין לינק, אבער איך וואלט געוואלט זאלסט מיר זאגן ווי ס'שטייט, ווייל דארט שטייט אז מ'זאל צוריקגיין צו די גרעניצן פון 2,000. און נאך אלע זאכן שטייט אז ביידע דארפן ארבייטן אויסצוארבייטן און צו האלטן סעקיורד די גרעניצן, ס'שטייט נישט וועלעכע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וויכי וואס האט מען זיך טעהנען אהער צי אהין איך וויל וויסן סימפל מעג מען שוין גיין צום כותל צי נישט?... :wink:
אויב יא באקומט אבאמא מיין וואוט אז נישט נישט...
בעק טו יו מאנסיער
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

זיי קוקן נישט אויס צו אין גוטן..

בילד
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

וויכי נאדיר א סטעיטמענט פון פרעזידענט בוש אין יאנואר 2008 אין ירושלים

Achieving an agreement will require painful political concessions by both sides. While territory is an issue for both parties to decide, I believe that any peace agreement between them will require mutually agreed adjustments to the armistice lines of 1949 to reflect current realities and to ensure that the Palestinian state is viable and contiguous. I believe we need to look to the establishment of a Palestinian state and new international mechanisms, including compensation, to resolve the refugee issue.
דא ליין די גאנצע דרשה

http://www.cfr.org/israel/president-bus ... 008/p15242
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דו קענסט ענגליש?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פאר ווער ס'קען נישט, ער זאגט אז מ'דארף ענדערן די 1949 גרעניצן אויף אזא וועג וואס טוט ריפלעקטן די יעצטיגע רעאלעטעטן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פאר ווער ס'קען נישט, ער זאגט אז מ'דארף ענדערן די 1949 גרעניצן אויף אזא וועג וואס טוט ריפלעקטן די יעצטיגע רעאלעטעטן...

ער איז נאך געגאנגען שארפער ווי אבאמא אין גערעדט פון 1949 גרעניצן...
דו ווייסט אפשר וויזוי 1949 האבן אויסגעקוקט די גרעניצן? גענוי ווי זוי עס האט אויסגעקוקט פאר 1967
בקיצור די זעלבע זאך וואס אבאמא האט געזאגט אז מען זאל צוריק גיין צו 1967 גרעניצן אין אויך ארומטוישן ווי עס פעלט זיך אויס
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

פרעזידענט אבאמא אדרעסירט עיפעק
http://live.cnn.com/
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”