אסאמא בין לאדין טויט!!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

פייווישעל האט געשריבן:צום פינטל די בילד איז פאלש קוק די ארגינעלע


כאנישט געמיינט פאר איין רגע אז נישט
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

איך טראכט אזוי צו מיר אז ווי קען דאס זיין אז אמעריקע זאל האבען אנגעפירט א פערציג מינוטיגע אקציע און סאמע מיטן פון א באוואונטע געגענט און אינגאנצען א האלבע שעה אוועג פון א מיליטערישע טרענירונג באזע און די פאקיסטאנע זיכעהייט קרעפטען זאלען נישט אנגעקומען אינמיטען די אנוואזיע? און נאכמער וואונדערט מיר וויאזוי האט נישט אמעריקע מורא געהאט אז זיי וועלן טאקע אנקומען אינמיטען און עס קען ווען קומען צו א קאנפארטאציע ווי עטליכע פארקיסטאנע קרעפטען קענען גאר געשעדיגט ווערן וואס דאס וואלט געווען א ריכטיקע פאליטישע קאטאסטראפע??
דאס מאכט מיר טראכטען אז די אקציע איז יא געווען שטילערהייט מיט זייער הסכמה און די גאנצע ברוגז שפיל צווישען אמעריקע און פאקיסטאן איז טאקע נאר א שפיל,
איך קען טראכטען ביז איבערמארגן, הא?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 5:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובלין »

אסאמא בין לאדיןס וואויסמעיל:

401-285-8624

פרוף אז אמעריקא האט אים טאקע אומגעברענגט....

הערטס און האטס הנאה
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

אסאמא בין לאדין'ס לעצטע פעיסבוק פאוסט
אטעטשמענטס
OSAMA BIN LADEN'S LAST FB POST EVER!!!.jpg
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אוי שמעון שמעון שמעון.

היינט האב איך אויסגעהערט א חלק פון שמעון ראלניצקי'ס אנאליז איבער די אקציע. וואו יעדער ווייסט איז שמעון פון די בעסטע דראמא שרייבערס און איך גלייך דאס. אזוי אויך דא ביי די אנאליז צולייגט ער עס גאר שיין..
אבער זיין שנאה צו די רעפובליקאנע פארדרייט אים. ער ברענגט ארויס אז די אינפארמאציע וואס מ'האט ארויס באקומען פון די טעראריסטן איז 'נישט' געקומען דורך פייניגונגס מיטלן, נאר דוקא ווען מ'האט זיי געהעריג אויסגעפארשט...

איך גלייב שמעון אויפן ווארט. אבער מיר איז אינטערעסאנט צו וויסן די מקור. ליען פאנעטא האט נעכטן געזאגט פאר ען בי סי אז ס'איז דוקא 'יא' געקומען פון די פייניגונג. ער האט זיך אפילו אויסגעדרוקט "דאס צו די זעלבע אינפאמאציע וואלט געקומען דורך געהעריגע אויספארש מיטלן וועט אייביג בלייבן צו דעבאטירן.."

איך גלייך זייער צו הערן ליינען שמעון'ן אבער פארוואס פארדרייען פאקטן?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שוועמל האט געשריבן:נאך מער, אויב גייט עפעס נישט ווי געפלאנט וואלטן הכל מודה געווען אז עס וואלט געגאנגען אויף אבאמא'ס פיקל פארלירנדיג דאס וואס ער האט שוין.

איך מוטשע זיך צו פארשטיין, יעדער געט קרעדיט פאר בוריק כוסעין אוסאמע, ווייל ווען עס פאלט ווען דורך וואלט עס געווען זיין דורכפאל. אפשר קען עמעץ אנצייגן וואספארא דורכפאל וואלט געווען ווען די אקציע געלונגט נישט? ווער האט דען געוואוסט פון די אקציע, און אז די אקציע איז דורכגעפאלן? ווער ווייסט וויפיל דורכגעפאלענע אקציעס עס זענען שוין געווען און קיינער ווייסט נישט דערפון. עלקא פנים, געבן קרעדיט ווייל ווען נישט, האט זיכער נישט קיין זין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'וואלט אינטערעסאנט געווען צו דעבאטירן די נעכטיגע נייעס אז פרעזידענט בוש האט צוריק געוויזן די אנבאט פון אבאמא צו קומען מיט אים מארגן דארנעשטאג צו די ווארלד טרעיד סענטער. וואס האלט דער עולם, האט בוש געטון א ריכטיגע זאך אדער נישט?
מיין מיינונג..? ניין! יעצט איז נישט די צייט פון שפילן פאליטיק. אבער איך קען הערן די צווייטע זייט. נעמליך, אבאמא האט נישט געגעבן קיין שום קרעדיט פאר בוש די גאנצע צייט.. יעצט ווען ס'קומט צו די שיינע בילד פאר די וועלט וויל ער האבן בוש אויף זיין זייט.. ?
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

סאכדעס, כ'האף דו מיינסט נישט ערענסט וואס דו האסט געשריבן.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בוש זאגט אז די סיבה איז ווייל ער האט פיינט בילדער ער וויל נישו זיין אונטער די ספאט לייט
פון וואו נעמסטו אז ער שפילט פאלטיק?
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

סאכדעס האט געשריבן: ווער האט דען געוואוסט פון די אקציע, און אז די אקציע איז דורכגעפאלן? ווער ווייסט וויפיל דורכגעפאלענע אקציעס עס זענען שוין געווען און קיינער ווייסט נישט דערפון. עלקא פנים, געבן קרעדיט ווייל ווען נישט, האט זיכער נישט קיין זין.


אויב סוואלט זיך געענדיגט מיט אפאר טויטע אמעריקאנע אדער אויב וואלט פאקיסטאן אנגעקומען אונמיטען וואלט נישט די וועלט געהערט?
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

סאכדעס האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:נאך מער, אויב גייט עפעס נישט ווי געפלאנט וואלטן הכל מודה געווען אז עס וואלט געגאנגען אויף אבאמא'ס פיקל פארלירנדיג דאס וואס ער האט שוין.

איך מוטשע זיך צו פארשטיין, יעדער געט קרעדיט פאר בוריק כוסעין אוסאמע, ווייל ווען עס פאלט ווען דורך וואלט עס געווען זיין דורכפאל. אפשר קען עמעץ אנצייגן וואספארא דורכפאל וואלט געווען ווען די אקציע געלונגט נישט? ווער האט דען געוואוסט פון די אקציע, און אז די אקציע איז דורכגעפאלן? ווער ווייסט וויפיל דורכגעפאלענע אקציעס עס זענען שוין געווען און קיינער ווייסט נישט דערפון. עלקא פנים, געבן קרעדיט ווייל ווען נישט, האט זיכער נישט קיין זין.

ס'האט מיר אויך געבאדערט די קשיא, ביז איך האב געליינט וואס פיטער קינג האט געזאגט.

ס'איז אמת אז ס'איז מעגליך שוין געווען זיבן אזעלכע אקציעס, אבער אויב אין בין לאדין'ס הויז איז דא אנטי עירקרעפט מיסילס, און 10 סיעלס פייגערן אוועק, אדער אויב די גאנצע הויז רייסט אויף, וואלט ער זיך געמוזט אויפשטעלן און דערציילן פארן פאלק, גענוי ווי קארטער האט געטוהן נאך די דורכגעפאלענע איראנע אקציע.

--------------------

קהת זאגט אויך אזוי
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

וואדקע האט געשריבן:
bailout האט געשריבן: ווי איך פארשטיי איז אין די שפעטערע בוש יארן געווען היבש דעמארליזירט די טיעם וואס איז געווען געשטעלט אים צו כאפן, און ווען אבאמא איז אריינגעקומען האט ער עס אויפגעפרישט, און מען האט זיך צוריקגעזעצט צו די אלטע פאזל מיט א פרישקייט, און מען האט גענוצט די זעלבע שטיקלעך וואס בוש'נס חברה האבן געהאט אין די הענט און זיי פלאצירט אויפן ריכטיגן פלאץ.

סאו דעמאקראטן זענען שוואך אויף נעשאנעל סעקיוריטי.....האאאא?....

אז דו פארשטייסט אזוי דאן איז אן אנדערע מעשה

וואדקע כאפ דיך שטארק אן, ווייל אויב די אויבערשטע האט דיך געבאדערט - הגם איך ווייס נישט פארוואס - דאן פאר די ליינסט דאס נעם א בענקל.

http://www.nytimes.com/2006/07/04/washi ... intel.html

דאס איז א באריכט אין די נ י טיימס פון 06 אז די סי איי עי האט עמטליך פארמאכט די יוניט וואס האט זיך אפגעגעבן מיט זוכן נאך בין לאדין, ליין דארט ווי די סי איי עי האט עס באשטעטיגט.

סאו נעכטן האב איך נאך יא געגעבן קרעדיט פאר בוש...

נאך שיין פון אבאמא אז ער האט נישט דערמאנט די פאקט ביי זיין סטעיטמענט.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

בעילאוט, דו האסט געליינט ווייטער אויך?...
"The efforts to find Osama bin Laden are as strong as
ever," said Jennifer Millerwise Dyck, a C.I.A.
spokeswoman. "This is an agile agency, and the
decision was made to ensure greater reach and
focus."
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

יואל ווייס האט געשריבן:בעילאוט, דו האסט געליינט ווייטער אויך?...
"The efforts to find Osama bin Laden are as strong as
ever," said Jennifer Millerwise Dyck, a C.I.A.
spokeswoman. "This is an agile agency, and the
decision was made to ensure greater reach and
focus."

נעוואדע האב איך געליינט, די מוזט אבער פארשטיין וואס דא גייט פאר, די פאקט איז אז די ספעציעלע יוניט האט מען פארמאכט, דאס איז א פאקט! זיי האבן נישט אראפגעפלאשט אלע אינפא, און דא דארט אויב ס'איז צוגעקומען אינפא אזויווי די 2007 אינפא פון די קוריער איז אודאי גוט גענוצט געווארן, יעצט וואס האסטו געוואלט אז די ווארטזאגער פאר די סי איי עי זאל זאגן, אז בין לאדין האט אונז באזיגט? נע וודאי געבט מען אזא פארווע סטעיטמענט ווי די שטייגער פון אלע אומאנגענעמע סיטואציעס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

prowed jew האט געשריבן:וויכי. די מציאות איז אז נאכן ארויסגיין פון איראק האט מען זיך דערזעהן מיט א חורבן אין אפגאניסטאן די טאליבאנער האבן זיך ריגרופט און רייונייטעד אויב ווילסטו מיר זאגן אז מען האט נישט געסטאפט צו זיכן בין לאדין פאר צען יאר אין א צי דעיס דארף איך נישט גלייבן
דאס איז זיכער אז מען האט אים נישט געזוכט מיטן זעלבן אייפער ווי פון די אטאקעס ביז 03'


מר. פראוד דזשו, ביסט מיר נישט מחיוב צו גלייבן, אבער איך בין דיך נישט מחיוב צו גלייבן אז "ס'איז זיכער אז מ'האט נישט געזוכט מיטן זעלבן אייפער"... און ווי איך האב געשריבן, מ'האט אינטערוויאד אן א צאל מיטגלידער אין די בוש אדמיניטראציע אן האבן א טשענס זיך אפצושמיעסן אינצווישן וואס מ'גייט זאגן, און יעדער האט געזאגט ממש די זעלבע, און אויף דעם בין איך געבעיסט, פלאס אנדערע זאכן און סטעיטמענטס פון יעצטיגע אדמיניטראטיווע מיטגלידער זאגן אויך אזוי, און דו ביסט געבעיסט אויף???

אגב, יעצט אז אונז ווייסמער שוין אז בין לאדין איז נישט געווען אין אפגאניסטאן, וואס האט דאס זוכן בין לאדין מיט אפגאניסטאן געהאט שייכות? ועוד, את"ל אז ס'האט עפעס א שייכות, אונטער אבאמא איז די אפגאנע מלחמה געגאנגען סאך ערגער וואו אונטער בוש.

ואגב, איך כאפ נישט די המשך פון דיין תגובה, ווייל אפגאן האצעך רי'גרופט, ביסטו מיך נישט מחיוב צו גלייבן, ביטע קלאר אויס.

bailout האט געשריבן:נעכטן האמער זיך צוגעהערט צו יאסי מיט ר' הערשל - ווי ער רופט אים - ס'יז ממש געווען ווייטאגליך ווי שווער ס'איז אים געגאנגען צו געבן קרעדיט פאר בוש, ער מוז צוקומען צו א פשעטל אז פון די אינטעלידזשענס פון נאך 9-11 האט מען ארויסבאקומען ווער זיינע נאנטסטע מענטשן זענען, ממילא פיר אויס....

איך פיר אויס אביסל אנדערש, אויב אזוי..... פארוואס האט עס גענומען אזוי לאאנג?...

וואס פעלט אויס פשטליך זאג פשוט, ווען בוש לאזט אים ווען מנוחה וואלט ער קיינמאל נישט אנגעקומען צו אבאדאבאד און אבאמא וואלט אים קיינמאל נישט געכאפט, ער איז אים דאך נאכגעלאפן די אלע יארן.

שפיאנאזש איז א קאמפליצירטע פאזל, יעדע שטיקל באלאנגט ערגעץ מען ווייסט נאר נישט ווי, ס'איז דא אסאך מאל וואס די האלטס די שטיקל וואס קאנעקט די בוים צו די הימל, און די לאזט עס ארויס פון דיינע הענט, און די גיבסט אויף. מען זוכט און מען נישטערט פון אלע מיני זייטן, ווי איך פארשטיי איז אין די שפעטערע בוש יארן געווען היבש דעמארליזירט די טיעם וואס איז געווען געשטעלט אים צו כאפן, און ווען אבאמא איז אריינגעקומען האט ער עס אויפגעפרישט, און מען האט זיך צוריקגעזעצט צו די אלטע פאזל מיט א פרישקייט, און מען האט גענוצט די זעלבע שטיקלעך וואס בוש'נס חברה האבן געהאט אין די הענט און זיי פלאצירט אויפן ריכטיגן פלאץ.

סאו דעמאקראטן זענען שוואך אויף נעשאנעל סעקיוריטי.....האאאא?....


בעילאוט, איך זעה נישט פארוואס ס'איז אזוי קאמפלעצירט אז דו מוזט עס אנרופן א פשעטיל, זייער פשוט, די שפיאנאזש וואס מ'האט גענומען נאך סעפטעמבער 11 פון איינע פון די געכאפטע טעראריסטן האט געפיהרט אז מ'זאל כאפן בין לאדין!!!

וויזוי? און פארוואס ס'האט געדויערט 10 יאר? איז די מעשה אזוי, יענער וואס האט גערעדט האט נישט געוויסט ווי בין לאדין געפינט זיך, ער האט נאר געוויסט פון א מענטש וואס ווייסט אייביג ווי בין לאדין איז, און נישט זיין נאמען נאר זיין "ניק" האט מען געוויסט.

די ערשטע פאר יאר האט מען געדארפט עובר זיין אויף גילו, און געוואור ווערן ווער ס'שטייט אונטער די ניק, און ווען מ'האט שוין א נאמען דארף מען וויסן ווער די נאמען איז, וועמענס איידעם ער איז, וואו וואוינטער, וכד', דערנאך וואו איז ער יעצט? און נאכדעם האט מען עם אנגעהויבן נאכצוגיין ביז מ'איז אנגעקומען צו די ציהל.

פארגעס נישט, אז אינצווישן האט מען אנעלעזירט נאך טויזענטער שפיאנאדזש טיפס און פראבירט צאמצושטעלן א פיקטשער, א טייל טיפס האבן צוגעהאלפן און טייל זענען געווען פארפירעריש און האבן געשטערט!

און דאס אז "דו פארשטייסט" איז מיך בכלל נישט מחייב, איא? (וואו ווינקל האט שוין ארויסגעברענגט)

צו די דעמעקראטן זענען שוואך אויף נעשענעל סעקיוריטי? לאמעך דיך אביסל אויסקלארן די זאך. ס'נישט דער אינדעווידזשועל מענטש וואס איז שטארק אדער שוואך אויף א זאך, ס'איז די פאלעסיס וואס דער מענטש שטיצט אין די עפענטליכקייט, למשל פייניגן טערעריסטן ביים אויספארשן, די דעמעקראטישע אידעלאגיע איז אז מ'טאר נישט, די ריפאבליקאנע האלטן אז יא! אין פאקט איז דורך די פיינונגען ארויסגעקומען די נאמען וואס האט געוויסט ווין בין לאדין איז! יעצט דאס אז אבאמא האט ווייטער אנגעהאלטן די טראדישן ביים אויספארשן, אדער אז ער האט נישט פארמאכט גוואטאנאמע בעי, מיינט נישט אז די דעמעקראטישע פאלעסיס זענען שטארק אויף סעקיוריטי, דאס מיינט אז אבאמא האט זיך אויפגעפיהרט מיט די זאכן ווי א ריפאבליקען, ווייל ווי נאר ער האט באקומען צוטריט צו די האקעלסטע אינפערמעישן האט ער אנערקענט אז די דעמעקראטישע פאלעסיס זענען דעינדזשרעס!!!

סאו די ענטפער אויף דיין שאלה אין קורצן איז, די דעמעקראטישע פאלעסיס זענען זייער שוואך אויף נעשענעל סעקיוריטי, ווידער יעדער דעמעקראט פאר זיך, ווענצעך וויזוי ער פיהרט זיך אויף, פיהרט ער זיך אויף ווי א דעמעקראט, איז ער שוואך, פיהרט ער זיך אויף ווי א ריפאבליקן, (ווי אבאמא טוט, בנוגע די זאכן) דעמאלטס איז ער שטארק.

דיין לעצטע חלק בנוגע פאקסיטאן (ארויסגענומען פון די קוואוט) גיי איך מיך נישט טענה'ן ווייל ווי געזאגט גיימער אונז פשוטע מענטשן קיינמאל, אדער עכ"פ נישט אזוי שנעל וויסן דעם אמת ווער ס'האט יא אדער נישט געוויסט, וכד'.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

bailout האט געשריבן:
וואדקע האט געשריבן:
bailout האט געשריבן: ווי איך פארשטיי איז אין די שפעטערע בוש יארן געווען היבש דעמארליזירט די טיעם וואס איז געווען געשטעלט אים צו כאפן, און ווען אבאמא איז אריינגעקומען האט ער עס אויפגעפרישט, און מען האט זיך צוריקגעזעצט צו די אלטע פאזל מיט א פרישקייט, און מען האט גענוצט די זעלבע שטיקלעך וואס בוש'נס חברה האבן געהאט אין די הענט און זיי פלאצירט אויפן ריכטיגן פלאץ.

סאו דעמאקראטן זענען שוואך אויף נעשאנעל סעקיוריטי.....האאאא?....

אז דו פארשטייסט אזוי דאן איז אן אנדערע מעשה

וואדקע כאפ דיך שטארק אן, ווייל אויב די אויבערשטע האט דיך געבאדערט - הגם איך ווייס נישט פארוואס - דאן פאר די ליינסט דאס נעם א בענקל.

http://www.nytimes.com/2006/07/04/washi ... intel.html

דאס איז א באריכט אין די נ י טיימס פון 06 אז די סי איי עי האט עמטליך פארמאכט די יוניט וואס האט זיך אפגעגעבן מיט זוכן נאך בין לאדין, ליין דארט ווי די סי איי עי האט עס באשטעטיגט.

סאו נעכטן האב איך נאך יא געגעבן קרעדיט פאר בוש...

נאך שיין פון אבאמא אז ער האט נישט דערמאנט די פאקט ביי זיין סטעיטמענט.



דאס פאלט דיר נישט ביי אז די CIA האט געוואלט אז אסאמא זאל זיך באזעצן אויף איין פלאץ און טראכטן אז מ'זוכט עם שוין נישט, און טאקע נאר אזוי האט מען עם געקענט כאפן... פארדעם אליין קומצעך קרעדיט פאר בוש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
דאס פאלט דיר נישט ביי אז די CIA האט געוואלט אז אסאמא זאל זיך באזעצן אויף איין פלאץ און טראכטן אז מ'זוכט עם שוין נישט, און טאקע נאר אזוי האט מען עם געקענט כאפן... פארדעם אליין קומצעך קרעדיט פאר בוש...

פארוואס האב איך געטראכט די זעלבע זאך.. כמעט געתגובה'ט
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
דאס פאלט דיר נישט ביי אז די CIA האט געוואלט אז אסאמא זאל זיך באזעצן אויף איין פלאץ און טראכטן אז מ'זוכט עם שוין נישט, און טאקע נאר אזוי האט מען עם געקענט כאפן... פארדעם אליין קומצעך קרעדיט פאר בוש...


מעגליך, אבער דער באאמטער דארט גיבט איבער אז די יוניט איז אריבערגעפירט געווארן צו זוכן ''על זארקאווי'' אין איראק, און ס'מאכט סענס ווייל איראק האט אויסגעשעפט היפש פון די סי איי עי'ס מענטשן קראפט.

איך גלייך גראדע דיין מהלך, אבער אויב איז עס אמת וואלט זיך איינער פון די דעמאלטסדיגע באאמטע זיך געמעגט יעצט אויפשטעלן און זאגן קלאר, יעצט דארף מען שוין נישט מורא האבן.

דער גאנזאלעס - דער דעמאלטסדיגער קאנטער טעראר שעף - וואס האט געווארפן די באמבע איבער די פייניגונגען וואס האבן געהאלפן צו געוואויר ווערן די ניק נאמען, זאגט יעצט פאר טיים מעגעזין
"I realized that bin Laden was not really running his organization. You can't run an organization and have a courier who makes the rounds every two months," Rodriguez says. "So I became convinced then that this was a person who was just a figurehead and was not calling the shots, the tactical shots, of the organization. So that was significant."

פארוואס זאגט ער נישט דיין סברא?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נישט נאר שרייבער דא זענען איינזייטיג... כאפט א בליק אויף די הויעכגעשעצטע נענסי פעלאסי'ס סטעיטמענט'ס - אמאל און היינט:

Here’s Nancy Pelosi from a press conference on September 7, 2006:

[E]ven if [Osama bin Laden] is caught tomorrow, it is five years too late. He has done more damage the longer he has been out there. But, in fact, the damage that he has done . . . is done. And even to capture him now I don’t think makes us any safer.

And here’s Nancy Pelosi yesterday:

The death of Osama bin Laden marks the most significant development in our fight against al-Qaida. . . . I salute President Obama, his national security team, Director Panetta, our men and women in the intelligence community and military, and other nations who supported this effort for their leadership in achieving this major accomplishment. . . . [T]he death of Osama bin Laden is historic. . . .


ווענצעך ווי די חמור שטייט איין...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

די גאנצע וועלט טיידלט אויף די פאקיסטאנער אינטעליגענס: הלמאי בין לאדען האט זיך באהאלטן אין אזא עפנטליכקייט אהן דעם וואס זיי זאלן דאס אויף כאפן אדער איבער געבן פאר אמעריקא.

איך פארשטיי נישט א צווייטע זאך, הלמאי קיינער אין אבאטאבאד איז נישט אנגעוויזן געווען אויף 27 מיליאן דאללער? אויב איז דאס געווען אזוי אויף פאלענד, פארוואס האט קיינער נישט אויף געהויבן א טעלעפאן צו רופן די אמעריקאנער און זאגן, האלאו עס זעהט מיר אויס צו זיין דאס מיין שכן איז קיין אנדערער נאר בין לאדען, און אויפן ארט וואלט ער באקומען דאס געלט און געווען באשיצט.

???
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דו האלטסט בשיטה אז מ'גייט אמאל אפיציעל זאגן אז CIA האט געזאגט ליגנט?

ואגב, ער זאגט נישט אז מ'האט אויפגעגעבן למעשה אויף בין לאדין, נאר מ'האט אויך אנגעפאנגען צו זוכן על זאווארי אויף א הויעכן לעוול.

איך טראכט יעצט, אז בוש האט גוט געוויסט אז בין לאדין איז א ליבעראל און ער וועט גלייבן דעם באריכט, דעריבער האטערעס געלאזט מעלדן אין נ"י טיימס...

צייטליך האקט....

יא, אבאמא האלט אויך אז ס'מאכט אונז נישט מער סעיפער?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בנוגע פאקיסטאן, מ'קען זאגן אלע מיני וועגן, ס'קען זיין אז זיי האבן געוויסט, אדער עם גאר געגעבן שיץ, ס'קען זיין אז וויבאלד ס'האבן דארט געוואוינט 2 הויעך באשפריצטע חברה האט די אויסזעהן פון די הויז בכלל נישט געברענגט אויפמערקזאמקייט, ס'קען זיין ס'קען זיין.... אונז וועמער סייווי נישט אזוי שנעל וויסן, און יעדער זאגט סייווי וואס ער וויל, און מארגן זאגטער ער אנדערש, סאו לאמער ווארטן און זעהן וואסערע סטארי ס'וועצעך דיוועלאופן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

אין מיינע אויגן איז זייער זייער נעריש צו זאגן אז פאקיסטאן האט נישט געוואוסט אז דער ארכי טעראריסט געפינט זיך ביי זיי,
די אלע פארדאכטן וואס האט געפירט די CIA צו די החלטה אז ער איז דארט, וואלט געברויכט אנצינדען די פאקיסטאנע רויטע לעמפל אסאך שטערקער,
בפרט ווען דאס איז אין א מיליטערישע געגענט.

-

בן בוזי האקט.
מעגליך אז די שכנים האבן נישט געוואוסט ווער ס'וואוינט דארט, ער איז דאך קיינמאל נישט ארויסגעקומען אינדרויסן (די CIA פירער האט געזאגט אז מ'האט פרובירט מיט די סעטילייט נאן סטאפ צו כאפן א בילד פון די איינוואוינער, אבער ס'איז נישט געווען קיין שום שאנס, ער האט זיך קיינמאל נישט באוויזן אינדרויסן),
אבער אז די רעגירונג און שפיאנאש אגענטור אין פאקיסטאן זאל נישט וויסן בחייכון וביומיכון וואס דארט גייט פאר, איז זייער נעאיוו.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
למשל פייניגן טערעריסטן ביים אויספארשן, די דעמעקראטישע אידעלאגיע איז אז מ'טאר נישט, די ריפאבליקאנע האלטן אז יא! אין פאקט איז דורך די פיינונגען ארויסגעקומען די נאמען וואס האט געוויסט ווין בין לאדין איז! יעצט דאס אז אבאמא האט ווייטער אנגעהאלטן די טראדישן ביים אויספארשן, אדער אז ער האט נישט פארמאכט גוואטאנאמע בעי.


איך קוואט פון CBS
While KSM and al-Libbi gave U.S. officials the nickname of the courier that led to bin Laden, it took years for the CIA to learn the courier's real name and eventually track him down. That information was uncovered after President Bush had ceased waterboarding and shuttered the CIA black sites.

מ'רייסט זיך צו די פייניגונגן האבן יא געהאלפן צו נישט, די פאקטן זענען פשוט - אנע אידיעלאגיע - די ניק נאמען האט מען ארויסבאקומען פון די שרעקעדיגע פייניגונגען, און די ריכטיגע נאמען האט מען ארויסבאקומען אין 07 ווען מען האט שוין געהאט אפגעשטעלט די שרעקעדיגע פייניגונגען, יעצט ווערט עס א מחלוקה צו תפוס לשון ראשון צו תפוס לשון אחרון. און ביידע זייטן האבן א שטארקע בעיס, ווייל איינס אנעם צווייטן איז נישט גענוג.
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

מ'רייסט זיך צו די פייניגונגן האבן יא געהאלפן צו נישט, די פאקטן זענען פשוט - אנע אידיעלאגיע - די ניק נאמען האט מען ארויסבאקומען פון די שרעקעדיגע פייניגונגען, און די ריכטיגע נאמען האט מען ארויסבאקומען אין 07 ווען מען האט שוין געהאט אפגעשטעלט די שרעקעדיגע פייניגונגען, יעצט ווערט עס א מחלוקה צו תפוס לשון ראשון צו תפוס לשון אחרון. און ביידע זייטן האבן א שטארקע בעיס, ווייל איינס אנעם צווייטן איז נישט גענוג.


און דאס איז שוין געווען נאכן צומאכן די יוניט צו זיכען בין לאדין, און דאכצומער אז אבאמא איז נאך נישט געווען פרעזידענט דעמאלטס...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”