רעוואלוציע אין סיריע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יעצט דארף מען נאר האבען מלכויות און שופרות, און שוין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

Fearing a U.S. strike, Syria warns of global "chaos"

http://www.cbsnews.com/8301-202_162-576 ... bal-chaos/
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אמעריקע זאגט אצינד אז עס איז פארהאן א זייער קליינע פארדאכט אז סיריע האט נישט גענוצט די וואפן. לויט אלע וויירשיינליכקייטן האבן זיי דאס גענוצט.

סיריע האט זיך דערשראקען און געזאגט אז זי גייט אריין לאזען די יו ען אינספעקטערס אויסטשעקען יענעם פלאץ. אבער אמעריקע זאגט אז אויף דעם איז שוין צו שפעט.

די אינספעקטערס זענען געגאנגען, און אויפן וועג זענען זיי געקומען אונטער סנייפער פייער. קודם האבן זיי זיך צוריקגעדרייט, אבער למעשה זענען זיי צוגעפארן צום ארט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

ווער האט געשאסן די סנייפער, מדינת ישראל אדער אמעריקא?

(כ'רעד צו חזקיהו)
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

קענעדי האט דאס פערזענדליך באפוילן פאר ניל אמסטראנג פאר ער האט געשאסן יצחק רבין בשעת'ן אראפקנאקן די וואלרד טרעיד סענטער
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דער תהילים איד האט געשריבן:ווער האט געשאסן די סנייפער, מדינת ישראל אדער אמעריקא?

(כ'רעד צו חזקיהו)

;l;p-
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

דער תהילים איד האט געשריבן:ווער האט געשאסן די סנייפער, מדינת ישראל אדער אמעריקא?

(כ'רעד צו חזקיהו)


http://www.infowars.com/syrian-rebels-b ... nspectors/
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

א באנדע ליגנערס, שקרנים, לבן הארמי׳ס, בכלל נישט דא א לאנד וואס הייסט סיריע , און צווייטנס אז סאיז יא דא אזא לאנד איז אלעס שטיל דארט קיינער שלאגט זיך נישט אַרום דארט, סך הכּל האט אסאד אריינגעלייגט פלארייד און די וואסער סיסטעם, און די מערב וועלט שרייט אז סאיז כעמישע באמבעס
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

מיין מיינוג און קורצע אנאליז וואס עס גייט זיין אין סוריע און וואס די תוצאה גייט זיין, און אדרבה איך קען באשטיין אז יחקק בספר צו זעהן צו איך בין גערעכט געווען צו נישט.

900 טעג, 120 טויזענט טויטע, א האלבע מיליאן פאוואונדעטע, מיליאנען פליטים, דאס אלעס איז נישט גענוג געווען פאר די מאדערענע און שיינע וועלט איז עס נאך נישט גענוג געווען, די וועלט האלט נאכנישט ביים טוהן וואס זיי האבן ווען געדארפט טוהן דאס ערשטן טאג, מאקסימום די צווייטע טאג. אבער אין סוריע די זין שיינט נאך, די שיטה בלוהט און גייט אן מיטן פולן טעמפא, און דער קצב בן קצב שחט זיינע בירגער אן קיין רחמנות.

אסאד האט געדארפט טרעטן מיט א פעסטקייט און אריבערלויפן דעם רויטן ליניע כדאי די וועלט זאל זיך אויפוועקן, אבער דאס איז נישט דאס ערשטע מאהל וואס ער טוט דאס, שוין חדשים וואס די סורישע רעגירונג באניצט זיך מיט כעמישע וואפן מיט א ברייטע האנט, און די וועלט זעהט נישט, הערט נישט, ווייסט נישט, און בעיקר שמעקט נישט. "עס איז נישט דא גענוג באווייז", "אפשר איז דאס גאר די אויפשטענדלער", "מיר וועלן שיקן מענטשן דאס אויספארשן"- און אזוי ווייטער אויסגעקלאפטע תירוצים וואס אפילו איך וואלט זיך געשעמט צו ניצן אין כיתה ג פאר די ענגליש טישטער. אלע הויעלע תירוצים פשוט כדאי גארנישט צו טוען, ווייל אפשר וועט אינצווישן אדער די פריץ שטארבן פון געלעכטער אדער די הינט פון גאז.

די בילדער פון פאריגע וואך און שוין געווען קלאר און דייטלעך, דאס מאהל האט אפילו אבאמא נישט געקענט דרייען די אויגן און זאגן אז מ'האט נישט ממש, נישט עכט, נאר בערך, נאר כמעט אריבער דאס רויטע ליניע וואס אבאמא האט קלאר געמאכט ביי א פרעסע קאנפירענץ. יעצט איז שוין געקומען צו א מצב ווי די גאנצע באגלייבקייט פון אמעריקא און אבאמבא איז שוין געווען אויפן וואגשאל, און דאס איז שוין א צווייטע מעשה, און א צווייטע משל פון א בן מלך וועלכע האט געזינדיגט.

אבער אין די זייט זענען דא צוויי גרויסע סכנות- איראן מיט רוסלאנד. איראן איז א נאנטע סכנה, פשוט ווייל די גאנצע נעפט ביזנעס שווימט אדורך ממש אונטער די נאז פון די איראנע מיסילס, איראן קען דאס אין איין מינוט אפשטעלן. שוין אפערעדט פון פארברענען די אויל פעלדער, איראן האט זיך שוין געלערנט אין די לעצטע יארן ווי אזוי אין אפאר שעה צו פארמאכן דעם הארמאז קאנאל, און פארשטייט זיך אין די זייט סטראשענען זיי מיט אטאקירן ארץ ישראל.

אבער מיר דארפן פארשטיין אויך אז איראן איז נישט אין די גיסטע עכט פאר זעלבסמארד, און אירע הערשער ווייסן זייער גוט אז אויב וועלן זיי עפעס נאר טוהן וועלן זיי כאפן די גאנצע כעס פון אמעריקא אויף זייער קאפ, אמעריקא האט מיט זיי זייער א לאנגע חשבון און דאס וואס אמעריקא קען נישט אפשטעלן די איראנע נוקעלער פלאן, דאס רעגט זייער אויף אמעריקא, און אמעריקא וועט זיך פארלירן אויב וועט איראן עפעס טוהן. ענק געדענקן אין חדר איז געווען דער אינגל וואס האט אייביג געטשעפעט זיין שכן, איין טאג האט זיך דער שכן פארלוירן און אים געגעבן מכות רצח אז דער טשעפעניאק האט נישט געוואוסט פון וועלכע שטאט זיין זיידע איז געקומען פארן קריג, אפילו די טשעפע וואס ער האט געגעבן איז געווען באמת א קינדערשפיל קעגן וואס ער האט אים געגעבן יעדן טאג, אבער דאס מאהל האט אים זיין שוועסטער אויך געגעבן אינדערהיים און דער טשעפעניאק איז פשוט געווען דער של מזל היינט און איבערגעצויגן דאס שטריקל בטעות. דאס אלעס ווייסן די איראנע צרה-לייט אויך, במילא די טשאנס אז זיי גייען זילך דא אראיינמישן אויף אן ערענסטע אופן איז זייער א קליינער, עס זעהט ענדערש אויס אז זיי גייען אוועקלייגן זייער קראקס אין פריזער.

אמעריקא'ס קאפ וויי איז למעשה רוסלאנד, וואס גייען זיי טוהן און ווי אזוי גייען זיי רעאגירן ווען זייער בעסטע חבר סוריע איז געווארן אטאקירט, און וואס גייען זיי טוהן ווען זייער חבר אסאד'ס בענקעל גייט זיך שאקעלען פון די זעצעס פון די פליענדיגע באמבעס?

במילא איז מיין השערה אז אבאמא גייט דארפן דא עפעס טוהן, נישט ווייל ער וויל, נאר ווייל ער דארף. ער גייט לכאורה מאכן א 24-48 שעה בליץ אטאקע פון די וואסער און לופט, מיט ווי ווייניגער טויטע פון די סורישע זייטן, און וועט האפן פאר גוטע בילדער. אמעריקא וועט פארדינען אז זיי האבן געהאלטן ווארט. סוריע גייט פארדינען אז אסאד איז נישט געווארן אראפגעווארפן פונעם טראן (דו דארפסט טאקע אן אל קיידע לאנד ממש נעבן ארץ ישראל? איך נישט), רוסלאנד גייט פארדינען אז זיי דארפן זיך נישט אריינמישן ווייל סוף כל סוף וויפיל קען מען שוין חרוב מאכן א חרובע לאנד? יעדער גייט דא סטראשענען אז מ'דארף זיך בארואיגן און דא גייט זיך עס ענדיגן, לכאורה.
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

רבותי ס'גייט פאר א שוי שפיל מיט מענטשליכע לעבענס פארענט פין אונזערע נעזער, 99% אז סוריא שטייט נישט אונטער די כעמישע אטאקע, ס'איז א שפיל, צי האבען א תירוץ, צי באשולדיגען אסאד, ס'איז איין שטיק בלאף א גראבע שטיק,

אין די צווייטע זאך איז אז אפילו ס'ווען יא אמת אז סוריא האט עס געטוהן, געבט דאס נאך אלץ נישט קיין רעכט פאר אמעריקע זיך צי אריין מישען, דאס איז אויך פראפעגאנדע מיינד קאנטראל, ס'דא אויף די וועלט אסאך ערגערע עוולות ווי א פאר הונדערט טויט פין א גאז אטאקע, אין אמעריקע איז נישט צים געפינען, ס'גייט זיי אן ווי א פאריעריגען שניי, נאר ווען ס'לויט זיך זיי נעמט מען ארויס די "יומען רייט'ס קארטעל" אין מען שמירט אויס די מידיא דערמיט,

נו פארוואס פונקט דא האט אמעריקע אנגעצינדען די פראפעגאנדע מאשין ????, ווייל זיי ווילען אראפברענגען אסאד, די גאז אטאקע איז נאר די תירוץ אין זיי האבען לכאורה געהייסען פאר די רעבעלען עס צי מאכען,

רבותי וועקטס ענק אויף, די מידיא פיטערט דעם עולם מיט צואה, ס'אלץ א גרויסע בלאף שפיל, אין מען דארף נישט זיין צי קלוג עס צי איינזעהן,

לאמיר האפען אז טאמער אמעריקע וועט אטאקירען אז זיי זאלען חאפען אזאלכע מפלות אויף וואס זיי האבען זיך נישט געראכטען, די אמעריקאנע גאווערמענט איז היינט אין די הענט פין א באנדע קרימינאלען וואס האבען זייערע אייגענע אינטערעסען, אין זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט אין די ריכטיגע אינטערעסען פין דעם אמעריקאנע פאלק,

לאמיר האפען א מצרים וועט זיך שטעלען אויף די זייט פין סוריא קעגען אמעריקע אין די מערב, אזוי וועט זיין סוריא איראן מצרים רוסלאנד אין כינע vs אמעריקע טערקיי ענגלאנד פראנקרייך אין אפשר מדינת ישראל טאמער דעי איזרעיליס וועלן נישט האבען קיין שכל זיך צי האלטען ארויס פין דעי מלחמה, וואס ביזדערווייל וועלען האבען זיי יא געהאלפען אמעריקע אין געשאסען א פאר מאל אויף סוריא מיט נארישע תירוצים,

די קריזיס יעצט האט די פאטענציעל צי אויספלאצען אין א וועלט מלחמה, אבער כ'מיין אז ס'וועט נישט אזוי שנעל פאסירען, אין די יו-ען וועט אמעריקא סייווי גארנישט קענען דורעך שטופען, ווייל רוסלאנד אין כינע וועלען שטיין ווי א מויער קעגען סיי וועלכע סיקיורעטי קאנסיל רעזאלוציע, אליינס וועט אמעריקא נישט וועלען גיין, ווייל זיי ווילען עס זאל אויסקוקען ווי א קאאליציע, איז מסתם וועלען זיך צאם שטעלען אמעריקא ענגלאנד פראנקרייך אין מסתם קאנאדא אין מסתם דורעך די נאטא ארגעניזאציע,

מסתם וועלען זיי קודם פרובירען אטאקירען סוריא מיט מיסיל'ס אזוי ווי זיי האבען שוין געזאגט אז זיי ווילען טוהן, אבער נאך די ערשטע מיסיל פליט וועט מען דארפען זעהן וואס ס'וועט זיי רוסלאנד'ס ענפער, ס'איז זייער מעגליך אז סוריא מיט די אקטיווע הילף פין רוסלאנד וועלען אטאקירען אמעריקאנע עירקרעפט קעריער'ס אינעם מיטל-לענדישען ים, נאך די ערשטע עירקרעפט קעריער וועט זינקען אינעם ים וועלען זיך אמעריקאנער אויפוועקען אין זיך קלאפען קאפ אין וואנט אין זיך פרעגען פארוואס אין די וועלט זיי זענען שוין ווייטער אין א מלחמה, אבער ס'וועט זיין אביסעל צי שפעט, די מלחמה צינדער וועלען האלטען אין איין פראפעגאנדירען אין די מידיא אז יעצט ווען מען האט שוין אטאקירט אמעריקא יעצט איז עס שוין א "עכטע מלחמה" אין מען "מיז" מלחמה האלטען, אין ס'וועט שוין זיין זייער שווער צי אפשטעלען,

אין די ליינער דארפען געדענקען, אז אמאל אמאל איז געווען א אנדערע גאז אטאקע, אין נישט מיט הונדערטער טויטע נאר מיט מיליאנען טויטע, יא וון מען האט נעבעך געשטיקט אין געברענט אומשולדיגע אידען אין די גאז קאמערען, אין אמעריקע האט געהאט קריגס עראפלאנען אין די טויזענטער ארום פליען דארט, אין מיט א פאר באמבעס וואלטען זיי געקענט מאכען א סוף דערצי, "אבער זיי האבען עס נישט געטוהן", סאו קיינער זאל נישט אפקויפען די פראפעגאנדע אז פאר אמעריקע גייט אן טויטע קינדער, ס'איז אלעס פראפעגאנדע, מיט בלאף

אין זאל דער באשעפער דער שומר ישראל האלטען די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

חזקיהו המלך האט געשריבן:רבותי ס'גייט פאר א שוי שפיל מיט מענטשליכע לעבענס פארענט פין אונזערע נעזער, 99% אז סוריא שטייט נישט אונטער די כעמישע אטאקע, אויף וואס בויסטו דיין איין פראצענט שאנס?ס'איז א שפיל, צי האבען א תירוץ, צי באשולדיגען אסאד, ס'איז איין שטיק בלאף א גראבע שטיק,פארוואס זאלן זיי דאס וועלן טוהן?

אין די צווייטע זאך איז אז אפילו ס'ווען יא אמת אז סוריא האט עס געטוהן, געבט דאס נאך אלץ נישט קיין רעכט פאר אמעריקע זיך צי אריין מישען, דאס איז אויך פראפעגאנדע מיינד קאנטראל, ס'דא אויף די וועלט אסאך ערגערע עוולות ווי א פאר הונדערט טויט פין א גאז אטאקע, אין אמעריקע איז נישט צים געפינען, ס'גייט זיי אן ווי א פאריעריגען שניי, נאר ווען ס'לויט זיך זיי נעמט מען ארויס די "יומען רייט'ס קארטעל" אין מען שמירט אויס די מידיא דערמיט,לוינט זיך פארוואס? פארוועם?

נו פארוואס פונקט דא האט אמעריקע אנגעצינדען די פראפעגאנדע מאשין ????, ווייל זיי ווילען אראפברענגען אסאד, די גאז אטאקע איז נאר די תירוץ אין זיי האבען לכאורה געהייסען פאר די רעבעלען עס צי מאכען, וכאן הבן שואל, נאכאמאל פארוואס?

רבותי וועקטס ענק אויף, די מידיא פיטערט דעם עולם מיט צואה, ס'אלץ א גרויסע בלאף שפיל, אין מען דארף נישט זיין צי קלוג עס צי איינזעהן,די בילדער איז פשוט פון פאטאשאפ? אפשר לעבט נאך קענעדי? אפשר פירן עליענס דאס לאנד? זאג נאר האסט מאלא געזעהן בלומבערג? אפשר איז אפילו נישט דא אזא מענטש, דאס איז פשוט צואה פונעם מידיע?

לאמיר האפען אז טאמער אמעריקע וועט אטאקירען אז זיי זאלען חאפען אזאלכע מפלות אויף וואס זיי האבען זיך נישט געראכטען, די אמעריקאנע גאווערמענט איז היינט אין די הענט פין א באנדע קרימינאלען וואס האבען זייערע אייגענע אינטערעסען, אין זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט אין די ריכטיגע אינטערעסען פין דעם אמעריקאנע פאלק, הוי מתפלל לשלום המלכות איז א מאמר חז"ל, א חוץ וואס אידן דינען דארט אינעם מיליטער. אנטשוליגט מיר אבער מיט די שורה ביסטו אריבער דאס גרעניץ פון נערמאלקייט אדער זיסקייט.

לאמיר האפען א מצרים וועט זיך שטעלען אויף די זייט פין סוריא קעגען אמעריקע אין די מערב, אזוי וועט זיין סוריא איראן מצרים רוסלאנד אין כינע vs אמעריקע טערקיי ענגלאנד פראנקרייך אין אפשר מדינת ישראל טאמער דעי איזרעיליס וועלן נישט האבען קיין שכל זיך צי האלטען ארויס פין דעי מלחמה, וואס ביזדערווייל וועלען האבען זיי יא געהאלפען אמעריקע אין געשאסען א פאר מאל אויף סוריא מיט נארישע תירוצים, מיט דעם ווייזטו דיין עם הערצות. מצרים זאלן זיך שטעלן מיט סוריע? בערך אזוי ווי גלען בעק פאר פרעזידענט און אכמדינידשאד פאר ווייס פרעזידענט. דיין טעות מיט די שורה ווייזט וואספארא קליינע מושג דו האסט מיט די אינערליכע פאליטיקס ביי די אראבער און דו האסט נישט קיין מושג וואס דארט גייט פאר

די קריזיס יעצט האט די פאטענציעל צי אויספלאצען אין א וועלט מלחמה, אבער כ'מיין אז ס'וועט נישט אזוי שנעל פאסירען, אין די יו-ען וועט אמעריקא סייווי גארנישט קענען דורעך שטופען, ווייל רוסלאנד אין כינע וועלען שטיין ווי א מויער קעגען סיי וועלכע סיקיורעטי קאנסיל רעזאלוציע, אליינס וועט אמעריקא נישט וועלען גיין, ווייל זיי ווילען עס זאל אויסקוקען ווי א קאאליציע, איז מסתם וועלען זיך צאם שטעלען אמעריקא ענגלאנד פראנקרייך אין מסתם קאנאדא אין מסתם דורעך די נאטא ארגעניזאציע, און האו אבאוט- טערקיי- ירדן- סודיע אראביע- קאטאר?

מסתם וועלען זיי קודם פרובירען אטאקירען סוריא מיט מיסיל'ס אזוי ווי זיי האבען שוין געזאגט אז זיי ווילען טוהן, אבער נאך די ערשטע מיסיל פליט וועט מען דארפען זעהן וואס ס'וועט זיי רוסלאנד'ס ענפער, ס'איז זייער מעגליך אז סוריא מיט די אקטיווע הילף פין רוסלאנד וועלען אטאקירען אמעריקאנע עירקרעפט קעריער'ס אינעם מיטל-לענדישען ים, נאך די ערשטע עירקרעפט קעריער וועט זינקען אינעם ים וועלען זיך אמעריקאנער אויפוועקען אין זיך קלאפען קאפ אין וואנט אין זיך פרעגען פארוואס אין די וועלט זיי זענען שוין ווייטער אין א מלחמה, אבער ס'וועט זיין אביסעל צי שפעט, די מלחמה צינדער וועלען האלטען אין איין פראפעגאנדירען אין די מידיא אז יעצט ווען מען האט שוין אטאקירט אמעריקא יעצט איז עס שוין א "עכטע מלחמה" אין מען "מיז" מלחמה האלטען, אין ס'וועט שוין זיין זייער שווער צי אפשטעלען,קודם כל א שיף אין די גרויסקייט פון א קעריער זינקט נישט פון א מיסל, דארף זיין עטליכע אדער איין ריזיגע וועלכע איז זייער גרינג מיט די היינטיגע טעכנילאגיע אראפצושיסן

אין די ליינער דארפען געדענקען, אז אמאל אמאל איז געווען א אנדערע גאז אטאקע, אין נישט מיט הונדערטער טויטע נאר מיט מיליאנען טויטע, יא וון מען האט נעבעך געשטיקט אין געברענט אומשולדיגע אידען אין די גאז קאמערען, אין אמעריקע האט געהאט קריגס עראפלאנען אין די טויזענטער ארום פליען דארט, אין מיט א פאר באמבעס וואלטען זיי געקענט מאכען א סוף דערצי, "אבער זיי האבען עס נישט געטוהן", סאו קיינער זאל נישט אפקויפען די פראפעגאנדע אז פאר אמעריקע גייט אן טויטע קינדער, ס'איז אלעס פראפעגאנדע, מיט בלאף 2 wrongs doesnt make 1 right

אין זאל דער באשעפער דער שומר ישראל האלטען די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער, און אויף אונזער מלכות של חסד
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

הבן יקיר, אז דו ענטפערסט אים איז ער גערעכט...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הבן, האסט הערליך אראפגעלייגט די צדדים. דיין שפראך איז צוקער זיס. איך שוין אין א געוויסע זין שטארק דעם אבאמא. ער איז אריין אין א זומפ וואס ער זעט נישט דעם וועג ארויס. דיין עצה וועגן א קורצע סורפרייז אטאקע איז זייער גוט. אבער אסאד האט היינט געווארענט אז אויב גייט אמעריקע זיך אריין מישן גייט גאנץ מיטל מזרח אויפפלאמען.
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

געדענקסט נאך ווען ער האט דאס אויך געסטראשעט ווען מדינת ישראל האט אטאקירט אין 2009? און דאס יאר צוויי מאהל? סך הכול איז ער א פאפירענעם טיגער. און אודאי סטראשעט ער אז עס גייט פלאקערען, וואס דען מיינסטו אז ער גייט זאגן תיבי תיבי אושפיזין עילאין? אלע לענדער חוץ פון איראן איז היינט אנטקעגן אים, און כיזבאלא וויל נישט ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע פון אמעריקא און אפגערעדט אייראפע וועלכע שטיצט זיי נאך.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

חזקיהו ביטע, קאנפיראציעס אין אן אנדערן אשכול.
אבער אז דו ביזט שוין דא וועל איך פרעגן, שוין חדשים וואס דאס גייט אן און ווי ס'קוקט אויס וויל אבאמא זיך בכלל נישט אריינמישן, נאר פראבירט צו מינימוזירן די שאדן וואס אסאד מאכט אן, ממילא אפילו אלס א קאנספיראציע איז דיין מיינונג בכלל נישט זאכליך.

יקיר, זייער א קלארע שפראך, אבער אויב זאל אבאמא יא אריינגיין איז דען א צוויי טאגיקע בליץ אטאקע אן גארנישט אויפטוהן גענוג צו בארואיגן די געמיטער?

--
האקט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

בילדער פון אסאד׳ס פאלאץ ברענען אויפן דעקל פונעם ניו יורק טיימס נישט גענוג צו בארואיגן די געמיטער?
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

ווי לאנג איז מען געווען און ליביע?
alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2011 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך alte zida »

חזקיהו וואס נאך האסטו געהערט פון דעם קאקא אלעקס דשוינס?
דער וואס האלט אז בוש איז געשטאנען אונטער סעפטעמבער 11.
עס איז דא אזא שווארצע געהיימע גרופע וואס הענד פיקט דעם פרעזידענט. פון אמעריקע (און עטץ מיינטס נאך אז מיטן שטימען וועלט איר דעם פרעזידענט... כאכא אבערוואז... עטץ לעבסט און לאלא לענד.
אה! בין לאדין איז א באהאלטענע סי איי עי אגענט וואס זיין זיידעס טאטע האט נאך געארבעט פאר בוש דעם ערשטענס עלטער זיידע און די האלבורטן אויל פירמע און טשעיני האט אים אפירגעבראכט און געצאלט אז ער סאל עפענען אזא ארגענעזאציע ווי על קאידא.

יא יא איר פערדן קענץ גלייבן די אלע רעגירונגס באצאלטע פראפעגאנדע מאשינען וואס רופן זיך די מידיע איך הער אבער אלעקס דשוינס וואס האט די אמתע אינסייד איפארמאציע.
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

3 מאל איז א חזקה
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איז מעגליך צו לאזן סארקאזים אין א זייט? ס'נעמט אוועק די געשמאקייט פון ליינען נייעס
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הבן, דו פארגעסט איין זאך אסאד שלאגט זיך פאר זיין לעבן. ער גייט טון אלעס אין די וועלט... אויף א צואווילדעוועטע טיגער וואלט איך נישט פאראויסגעזאגט וואס ער גייט יא אדער נישט טון.

אויב גייט אמעריקע באמבעדירן אסאד'ס פאלאץ גייט רוסלאנד דאס נישט פארשווייגען
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

הבן_יקיר האט געשריבן: אלע לענדער חוץ פון איראן איז היינט אנטקעגן אים, און כיזבאלא וויל נישט ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע פון אמעריקא און אפגערעדט אייראפע וועלכע שטיצט זיי נאך.

ביסט קלאר אין דעם?

עפעס איז געווען אין די נייעס נישט לאנג צוריק אז אייראפע האט באשטעטיגט אז חיזבאלא איז געשטאנען אונטער די אטאקע אויף די מדנ"י טוריסטן באס, און זיי זענען ארויף אויף די שווארצע ליסטע.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

די אי יו האט דאס איינגעטיילט אין צוויי, די טעראר גרופע ממש אין כיזבאללא דאס איז טעראריסטיש, אבער כיזבאללא אליינס איז נישט. בערך אזא בחינה ווי די ווייבער שוהל אינעם פענטיגאן איז טעראריסטיש אבער גאנץ אמעריקא נישט. ישראל איז געווען פרייליך אז אבי עפעס, אבער חוץ פון דעם גארנישט. און דאס איז אויך אריבער בדוחק רב.
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

און געלעגער, טאקע ווייל ער גייט אלעס טוהן צו בלייבן אויפן טראן וועט ער דאס נישט ריזיקירן. ווען ישראל קומט ווען מלחמה האלטן מיט אים וואלט ער צוריק געשאסן (מעגליך) צו קענען אריינגיין אין די ביכער אז ישראל האט אים געשאסן. אבער זעהסט דאך פאר 3-4 חדשים צוריק איז ער געווען אויף אסאך א שמעלערע מצב, חומס (די גרעסטע שטאט אין סוריע) איז געווען אונטער די אויפשטענדלער׳ס קאנטראל, רוב פארטן ביים ים אויך. מיט דעם אלעם, ווען ישראל האט באמבעדירט צוויי מאהל האט ער גארנישט געטוהן חוץ פון ווייזן מיט די פינגער.

אזוי ווי לויט מיין השערה גייט ישראל שטיין ווייט פון די קאאליציע, די פליגער גייען ארויסגיין פונעם בריטישן מיליטערישע באזע אין קפריסין, פון אמעריקאנעם באזע אין ירדן, און פון די גרויסע שיפן, און זיי גייען אנזאגן ישראל איינצורוען אזוי ווי אין 1991 ביי די ערשטע גאלף קריג, גייט סוריע נישט וועלן שטארבן פון אמעריקאנע באמבעס אויב ווארפט ער עפעס צוריק.

סך הכול שטייט ער אויף זייער א גוטע מצב יעצט, ער שטייט יעצט די בעסטע פון די לעצטע יאר א האלב (מיליטעריש), ער וויל נישט אלעס פארלירן. און לויט מיין השערה גייט אים נישט אמעריקא שטיפן צום וואנט. זיי גייען באמבעדירן זיין זימער הויז און נישט די הויז ווי ער וואוינט יעצט לדוגמה. אזוי ווי איך האב שוין פריער געזאגט, יעדער דארף יוצא זיין ידי חובתם ותו לא.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

אדאנק אייך הבן יקיר פאר די זאכליכע תגובות.

א פריוואטע בקשה: ביטע שרייב "איזראעל" במקום "ישראל".
רבינו שאג בקול גדול וגו'
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”