רעוואלוציע אין סיריע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

אין די לעצטע וואכן טוט דער אסאד מיליטער גאלאפירן צו זיג, נאכדעם וואס מיט די הילף פון איראן און רוסלאנד האט זי האט באוויזן צו גענצליך צוריקנעמען קאנטראל אויף צפון מערב סיריע און דרום סיריע ביים גרעניץ מיט מדינת ישראל, און אצינד טוט אסאד קאנטראלירן די מערהייט פן סיריע.

אבער נאך אלס איז א דריטל פון סיריע אונטער קאנטראל פון די רעבעלן, דאס נעמט אריין דעם אידליב פראווינץ וואס גרעניצט זיך מיט טערקיי, און טיילן פון אללעפא, און אסאד האט קלאר געמאכט אז זיי קומענדיגע ציל איז צו איבערנעמען אויך די ארטיגע שטעט און אזוי ארום צוריקשטעלן זיין רעזשים איבער גאנץ סיריע.

אין אידליב געפונען זיך טרופן פון נאט״א, טערקיי, און אמעריקאנער קרעפטן וואס האבן געקעמפט זייט ביי זייט מיט די רעבעלן קעגן אייסיס, און אזוי אויך זענען די ארטיגע קורדישע רעבעלן פיל בעסער מושטירט און באוואפנט.

אזוי אויך געפונען זיך דארטן אלע רעבעלן און אקטיוויסטן וואס זענען אנטלאפן פון די געגענטער וואס זענען איינגענומען געווארן דורך אסאד, און האבן נישט געוואלט פארבלייבן אונטער די אסאד רעזשים, דעריבער זענען די קאמפן דארטן ערווארטעט צו זיין פיל טויטליכער און ארגער.

אידליב איז באוואוינט מיט ארום 3 מיליאן איינוואוינער, די איבערוויגנדע מערהייט פון זיי זענען שארפע קעגנער פונעם אסאד רעזשים, און דעריבער האט די אסאד רעזשים געזאגט אז זי ערווארטעט א פארצויגענע און שווערע קאמפ צו צוריקנעמען דעם ראיאן, די אפיציעלע מידיע האט דאס אנגערופן ״די מוטער פון אלע שלאכטפעלדער״.

די יו-ען און פילע הומאניטארע ארגאניזאציעס ווארענען אז די שלאכטן ארום אידליב קענען זיין די טויטליכסטע וואס מען האט געזען אין דעם 8 יעריגן קריג, און קען אויך פירן צו פרישע פליטים קריזיס פון הונדערטער טויזנטער וואס וועלן זוכן צו אנטלויפן פונעם אסאד רעזשים.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

א נייער באריכט צייגט, אז פוטין און טראמפ האבן מסכים געווען, אז עס איז צייט אז איראן זאל פארלאזן סיריע. לויט'ן באריכט, האט די אישו פון סיריע דאמינירט די סאמיט צווישן טראמפ און פוטין, אבער פוטין האט געזאגט פאר טראמפ, אז עס וועט זיין זייער שווער ארויסצוזען איראן פון סיריע. טראמפ און פוטין האבן אויך גערעדט איבער דעם קאמף קעגן אייסיס און איבער'ן צושטאנד אין די גולן הויכן. לויט'ן באריכט, האט טראמפ זיך אראפגעזעצט גלייך נאכ'ן סאמיט מיט סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא, אמבאסאדאר דזשאן האנטסמאן און ראטגעבער דזשאן באלטאן, און זיי איבערגעגעבן וואס ער האט גערעדט מיט פוטין
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

איראן און סיריע האבן אונטערגעשריבן א דיעל, פאר ווייטערדיגע מיליטערישע קאאפעראציע, ביי א זיצונג צווישן די פארטיידיגונג מיניסטארן פון ביידע לענדער. דער איראנער פארטיידיגונגס מיניסטער אמיר כאטאמי איז געפארן קיין דמשק, סיריע פאר א צוויי-טאגיקן באזוך, טרעפנדיג זיך מיט'ן סירישן דיקטאטור באשאר אסאד און אנדערע הויכראנגיקע מיליטערישע באאמטע – און נעכטן האט ער זיך אראפגעזעצט פאר געשפרעכן מיט'ן סירישן פארטיידיגונגס מיניסטער און אונטערגעשריבן דעם אפמאך. אונטער'ן אפמאך, וועט איראן קענען פארבלייבן מיט א מיליטערישע אנוועזנהייט אין סיריע, און וועט אויך העלפן צוריקבויען די גרויסע סירישע שטעט וואס זענען חרוב געגאנגען אין לויף פונעם פארצויגענעם בירגער קריג.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

אהבת השם האט געשריבן:איראן און סיריע האבן אונטערגעשריבן א דיעל, פאר ווייטערדיגע מיליטערישע קאאפעראציע, ביי א זיצונג צווישן די פארטיידיגונג מיניסטארן פון ביידע לענדער. דער איראנער פארטיידיגונגס מיניסטער אמיר כאטאמי איז געפארן קיין דמשק, סיריע פאר א צוויי-טאגיקן באזוך, טרעפנדיג זיך מיט'ן סירישן דיקטאטור באשאר אסאד און אנדערע הויכראנגיקע מיליטערישע באאמטע – און נעכטן האט ער זיך אראפגעזעצט פאר געשפרעכן מיט'ן סירישן פארטיידיגונגס מיניסטער און אונטערגעשריבן דעם אפמאך. אונטער'ן אפמאך, וועט איראן קענען פארבלייבן מיט א מיליטערישע אנוועזנהייט אין סיריע, און וועט אויך העלפן צוריקבויען די גרויסע סירישע שטעט וואס זענען חרוב געגאנגען אין לויף פונעם פארצויגענעם בירגער קריג.

איראן האט די געלט פאר דעם?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יא, מזומן.. :wink:
רשעות קאלטע סעלצער
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יא, מזומן.. :wink:

אבאמא...........
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער לעבאנעזער צייטונג ״אל-אכבאר״ וועלכע איז אפיליאירט מיט׳ן כעזבאלע טעראר גרופע דעקט אויף פון קוועלער אין סיריע אז אן אמעריקאנער באאמטער וועלכער האט אפגעהאלטן געהיימע געשפרעכן מיט פארשטייער פון די אסאד רעזשים האט אנגעטראגן אן אפמאך אונטער וועלכע אמעריקע וועט מאכן א פולשטענדיגע ריקצוג פון סיריע אויב זי קומט נאך עטליכע באדינגונגען.

לויט דעם באריכט האט אמעריקע פארלאנגט צוערשט אז סיריע זאל פארטרייבן די איראנער מיליטער און מיליציעס פון לאנד, מיטטיילן שפיאנאזש איבער טעראר צעלן אין סיריע און אויך שליסן אן אפמאך צו פארקויפן אויל פאר אמעריקע.

דער באריכט געט אן פונקטליכע דעטאלן איבער ווער עס האט זיך באטייליגט ביים זיצונג, און אז עס איז פארגעקומען אין דמשק. דער באריכט איז נישט באשטעטיגט פון אנדערע קוועלער אויסער כעזבאלע, און קומט א טאג נאכדעם וואס סיריע האט אונטגעשריבן א מיליטערישע פּאקט מיט איראן.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אהבת השם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יא, מזומן.. :wink:

אבאמא...........

נאכדעם גייען די פאנאטישע חברה בא'שגצ'ן רוכאני מיט זיין קאבינעט פארוואס די עקאנאמיע קוקט אזוי אויס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הענדימען האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יא, מזומן.. :wink:

אבאמא...........

נאכדעם גייען די פאנאטישע חברה בא'שגצ'ן רוכאני מיט זיין קאבינעט פארוואס די עקאנאמיע קוקט אזוי אויס

אטע דא...

איראן'ס פרעזידענט כאסאן רוכאני איז נעכטן געקומען צום פארלאמענט, נאכ'ן באקומען א "סאמענס" אז ער מוז קומען ענטפערן פראגעס איבער'ן שווערן עקאנאמישן צושטאנד אין לאנד.

רוכאני האט אין זיין אויפטריט פאר'ן פארלאמענט געזוכט צו באשולדיגן די פאראייניגטע שטאטן, זאגנדיג אז די סאנקציעס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויפגעשטעלט אויף איראן, האט געברענגט דעם יעצטיגן שווערן צושטאנד. אבער רוכאני האט בלויז געהאט א שאנס צו ענטפערן אויף 5 פראגעס, בעפאר א מאיאריטעט פונעם פארלאמענט האט געשטימט אין א דעקלעראציע, אז זיי זענען נישט צופרידן פון 4 פון זיינע ענטפערס.

עקספערטן האבן געזאגט, אז די פארלאמענט אפשטימונג קען מיינען דער אנהייב פון אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן רוכאני.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

אהבת השם האט געשריבן:דער לעבאנעזער צייטונג ״אל-אכבאר״ וועלכע איז אפיליאירט מיט׳ן כעזבאלע טעראר גרופע דעקט אויף פון קוועלער אין סיריע אז אן אמעריקאנער באאמטער וועלכער האט אפגעהאלטן געהיימע געשפרעכן מיט פארשטייער פון די אסאד רעזשים האט אנגעטראגן אן אפמאך אונטער וועלכע אמעריקע וועט מאכן א פולשטענדיגע ריקצוג פון סיריע אויב זי קומט נאך עטליכע באדינגונגען.

לויט דעם באריכט האט אמעריקע פארלאנגט צוערשט אז סיריע זאל פארטרייבן די איראנער מיליטער און מיליציעס פון לאנד, מיטטיילן שפיאנאזש איבער טעראר צעלן אין סיריע און אויך שליסן אן אפמאך צו פארקויפן אויל פאר אמעריקע.

דער באריכט געט אן פונקטליכע דעטאלן איבער ווער עס האט זיך באטייליגט ביים זיצונג, און אז עס איז פארגעקומען אין דמשק. דער באריכט איז נישט באשטעטיגט פון אנדערע קוועלער אויסער כעזבאלע, און קומט א טאג נאכדעם וואס סיריע האט אונטגעשריבן א מיליטערישע פּאקט מיט איראן.

קלוזשען אלערט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פעיק נוז האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יא, מזומן.. :wink:

אבאמא...........

נאכדעם גייען די פאנאטישע חברה בא'שגצ'ן רוכאני מיט זיין קאבינעט פארוואס די עקאנאמיע קוקט אזוי אויס

אטע דא...

איראן'ס פרעזידענט כאסאן רוכאני איז נעכטן געקומען צום פארלאמענט, נאכ'ן באקומען א "סאמענס" אז ער מוז קומען ענטפערן פראגעס איבער'ן שווערן עקאנאמישן צושטאנד אין לאנד.

רוכאני האט אין זיין אויפטריט פאר'ן פארלאמענט געזוכט צו באשולדיגן די פאראייניגטע שטאטן, זאגנדיג אז די סאנקציעס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויפגעשטעלט אויף איראן, האט געברענגט דעם יעצטיגן שווערן צושטאנד. אבער רוכאני האט בלויז געהאט א שאנס צו ענטפערן אויף 5 פראגעס, בעפאר א מאיאריטעט פונעם פארלאמענט האט געשטימט אין א דעקלעראציע, אז זיי זענען נישט צופרידן פון 4 פון זיינע ענטפערס.

עקספערטן האבן געזאגט, אז די פארלאמענט אפשטימונג קען מיינען דער אנהייב פון אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן רוכאני.

איי געס די איאטאלאס (גוט געספעלט?) קאנטראלירן אקטיוו דעם פארלאמענט אויך

כ'האב געמיינט אז זיי האבן נאר דאס לעצטע ווארט. זעה איך אז זיי האבן אויך דאס ערשטע און מיטעלסטע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די אסאד רעזשים גרייט זיך פאר׳ן ״לעצטן שלאכט״ איבער סיריע און פלאנירט אן איבערפאל אויף דעם אידליב פראווינץ וואס איז דער לעצטער פעסטונג פון די רעבעלן, און ווי עס שיינט וועט דער רוסישע מיליטער דארט קעמפן מיט איר פולסטן מאכט, אין א שלאכט וואס קען צום ערשטן מאל קומען צו א דירעקטע קאנפראנטאציע מיט אמעריקאנער קרעפטן.

נעכטן האבן געאנקערט ביי די סירישע בארנטס איבער צען מאסיווע קריגס שיפן פונעם רוסישן מיליטער, אינאיינעם מיט צוויי סומבארינען, אלע פול באוואפנט מיט קורץ שטרעקיגע מיסילס, און לויט די פרעסע אין רוסלאנד זענען נאך שיפן און פליגערס אויפ׳ן וועג קיין סיריע אין בעפארברייטונג צום שלאכט.

דער מאסיווע מאביליזירונג פון אזויפיל קרעפטן ברענגט ארויף שפעקולאציעס אז רוסלאנד זוכט דערמיט צו שיקט א מעסעדזש צו אמעריקע אז זי זאל נישט פרובירן זיך צו אריינמישן צו שטיצן די אמעריקאנער-אליאירטע רעבעלן.

ארום 2.5 מיליאן מענטשן וואוינען אינעם אידליב פראווינץ, מיינסטנס קעגנער צום אסאד רעזשים, און יו.ען. באאמטע ווארענען אז דאס קען זיין דאס בלוטיגסטע שלאכט אין דעם לאנג פארצויגענעם קריג, און קען ברענגען צענדליגע טויזנטער טויטע און הונדערטער טויזנטער פליטים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

KollelNiyes: Explosions were heard at a Syrian Military Air Base, unknown the reason and from who it comes reports say it was an Israeli attack, state media says it was caused by electrical problem m...
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער ״פאריין פאליסי״ מאגאזין דעקט אויף אז מדינת ישראל האט אין די לעצטע פאר יאר באוואפנט און באצאלט געהעלטער פאר ארום 12 מיליציע גרופעס פון די סירישע אפאזיציע, די גרופעס זענען געווען באזירט אין דרום סיריע נעבן די צפון גרעניץ מיט מדינת ישראל און דער ציל איז געווען צו פארמיידן פון פרא-איראנער קרעפטן פון זיך דערנענטערן צום גרעניץ.

דער אויפדעקונג איז באזירט אויף עדות׳שאפטן פון 24 קעמפער וועלכע זאגן אז זיי פלעגן באקומען א חודש׳ליכע שטיצע פון 75 דאלער פון מדינת ישראל, זיי באקלאגן זיך אין דעם אינטערוויו אז מדינת ישראל האט זיי ״פארלאזט״ ווי נאר די אסאד קרעפטן און די רוסן האבן זיך געשטארקט אינעם ראיאן, און זיי זענען אנטוישט געווארן אז זיי האבן נישט מיליטעריש אינטערווינירט זיי צו העלפן.

דער אסאד רעזשים האט פאר לאנגע יארן געזאגט אז מדינת ישראל שטיצט גרופעס וועלכע זענען פארבינדען צו אל-קאידע, אבער מדינת ישראל האט דאס קאטעגארישע געלייקנט און געזאגט אז זי שענקט בלויז מעדיצינישע הילף פאר פארוואונדעטע.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער טערקישער פרעזידענט ארדואן האט פארעפנטליכט א גאסט עדיטאריעל אינעם ״וואל סטריט זשורנאל״ אין וועלכע ער ווארנט אז די מערב וועלט מוז נעמען באלדיגע מיליטערישע שריט צו פארמיידן א שוידערליכע הומאניטארער קריזיס וואס אנטוויקלט זיך אינעם אידליב פראווינץ אין סיריע.

אין די לעצטע טעג טוט די אסאד רעזשים מיט די הילף פון רוסלאנד און איראן דורכפירן טויזנטער געצילטע אטאקעס קעגן רעבעלן אינעם אידליב פראווינץ אין בעפארברייטונג צום ענדגילטיגן שלאכט איבער דעם ראיאן, און לויט באריכטן טוט טערקיי פארשטערקערן איר הילף וואס זי שענקט פאר די רעבעלן, און טוט זיי באוואפענען מיט פארגעשריטענע וואפן אז זיי זאלן קענען שטעלן א ווידערשטאנד.

ארדואן שרייבט אינעם עדיטאריעל אז טערקיי האט דערווייל גענומען אויף אירע פלייצעס דאס מערסטע ווען עס קומט צו העלפן דעם סירישן פאלק, און אריינגענומען 3.5 מיליאן פליטים, אבער א שלאכט אינעם אידליב פראווינץ קען ברענגען א באלדיגע איבערפלוס פון א מיליאן פליטים וואס טערקיי האט נישט די מעגליכקייט צו ארייננעמען.
jp
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

א שטיקל סענזאציע איז פארגעקומען מאנטאג צווישן סיריע רוסלאנד און מדינת ישראל.

מדינת ישראל האט אטאקירט א סירישע מיליטערישע באזע ווי זיי זאגען אז איראן האט געליפערט געווער צו חיזבאלע, די סירישע מיליטער האט געוואלט אראפשיסן די מדינת ישראל פליגער אבער האט אנשטאט אראפגעשאסן א רוסישע פליגער מיט 12 מאנשאפט.

שארפע מילדע און בארואיגונגס ווערטער אויסטוישן זענען פארגעקומן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער רוסישער פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, איז געווען פארנומען צו בארואיגן די געמיטער, נאכדעם וואס א רוסישער פליגער איז אראפגעשאסן געווארן העכער סיריע, בשעת מדינת ישראל האט דארטן דורכגעפירט א באמבארדירונג, ברענגענדיג אז אלע 15 זעלנער אויפ'ן פליגער זאלן אומקומען.

דער פליגער איז קלאר אראפגעשאסן געווארן דורך סירישע מיסיל-שוץ וואפנס, אבער מען האט אנגעלייגט די שולד אויף דעם איזראעלישן מיליטער, וויבאלד די סירישע מיסיל-שוץ האבן געצילט צו שיסן אויף איזראעלישע פליגערס וועלכע האבן געהאלטן אינמיטן באמבארדירן א וואפנס סטארעדזש אין שטאט לאטאקיע.

דער אסאד רעזשים איז ארויסגעקומען מיט גאר שארפע סטעיטמענטס און פארדאמונגען קעגן מדינת ישראל, זאגנדיג אז די איזראעלישע פליגערס האבן גענוצט דעם רוסישן פליגער אלס א "פאנצער" און דערמיט צוגעברענגט אז דער פליגער זאל אראפגעשאסן ווערן. פוטין זוכט אבער נישט אנצוהייבן א געפעכט מיט מדינת ישראל, און האט דעריבער אקצעפטירט א "חרטה" סטעיטמענט פון דער מדינת ישראל רעגירונג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

רוסלאנד זוכט צו עפענען א קאמיוניקאציע קאנאל צווישן מדינת ישראל און איראן. לויט די באריכטן, וויל רוסלאנד ארבעטן, צו פארמיידן א מיליטערישן צוזאמשטויס צווישן איראן און מדינת ישראל אין סיריע. רוסישע רעגירונג באאמטע האבן געזאגט, אז זיי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט, אז רוסלאנד וועט דינען אלס פארהאנדלער צווישן די צוויי לענדער. די אנטוויקלונג קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס רוסלאנד האט געענדיגט ליפערן אירע פארגעשריטענע "עס-300" מיסיל שוץ סיסטעמען פאר דעם סירישן רעזשים, וואס איין אפעקט דערפון וועט זיין, אז דער אסאד רעזשים וועט קענען אראפשיסן איזראעלישע פליגערס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ארויף.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

מען האט געכאפט און ארעסטירט אן הויפט גייסטליכער (די מופתי) פון אייסעס מיטן נאמען שיפא אל נימא
קען איינער ברענגען בילדער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די סירישע רעגירונג קרעפטן, מיט די שטיצע פון רוסישע מיליטערישע באמבארדירונגען פון דער לופטן, האבן נעכטן געיובלט און געפייערט דאס אז זיי האבן צוריקגעכאפט א סטראטעגיש-וויכטיגע שטעטל אין צפון-מערב סיריע.

דאס צוריקכאפן דאס שטעטל מאראט על-נומאן און 28 ארומיגע קליינע ווילעדזשעס איז געקומען אלס טייל פון א באנייטן קאמפיין דורך דעם אסאד רעזשים, וועלכע האט פארשפראכן צוריקצוכאפן יעדן אינטש פון סיריע.

דאס שטעטל איז אינעם אידליב פראווינץ, וואס איז פארבליבן די איינציגסטע טעריטאריע אונטער רעבעלן קאנטראל.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

די טערקישע רעגריאנג
סטארשעט מלחמה צו האלטן מיט רוסלאנד איראן סיריע
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שרייב האט געשריבן:די טערקישע רעגריאנג
סטארשעט מלחמה צו האלטן מיט רוסלאנד איראן סיריע

אקעי דער האט השגות...

וואס איז די מעשה?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

שרייב האט געשריבן:די טערקישע רעגריאנג
סטארשעט מלחמה צו האלטן מיט רוסלאנד איראן סיריע

העללאוי קום אריין מיט דיטעלס!!! וואס איז יעצט געשען?? וואס איז זייער פלאן??
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

אידליב - ווינטן פון א מעגליכע געפארפולע מלחמה בוזשעוועט אין סיריע, נאך וואס רוסלאנד, סיריע און איראן טוט טאג טעגליך באמבעדירן אן רחמנות, די אידליב פראווינץ ווי עס געפינען זיך איינוואונער און טערקישע געשטיצטע מיליציעס, דעריבער האט דער טערקישער פרעזידענט ראסעפ טייעפ ערדואן נעכטן געסטראשעט די 3 לענדער אין שפיץ פון רוסלאנד אז "מיר וועלן ארויסגיין מיט א מאסיווע אינוואזיע און מיר זענען גרייט פאר מלחמה מיט רוסלאנד, סיריע און איראן. אין אידליב געפינען זיך מער ווי 3 און א האלב מיליאן ציווילע איינוואונער, מיר וועלן נישט זיי לאזן אויסהארגענען אומשולדיגע מענטשן".

*קרעדיט [jcn]
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”