וויסקאנסן געפעכט איבער אנטי-יוניאן בילל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

וויסקאנסן געפעכט איבער אנטי-יוניאן בילל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דערווייל זעה איך עס נישט דא באריכטעט.

עס איז הויעך יום טוב אין וויסקאנסן מיט די נייע בודזשעט וואס די רעפובליקאנער גאווענער וויל דורכפירן. די דעמאקראטן מאכן פראטסעטן און זייערע סענעטארן זענען אנטלאפן. אבאמא נעמט א צד דערקעגן און דער גאווענער שיסט צוריק. פאליציי זיכן אפיר פעלענדע סענעט מעמבער'ס און וועלן זיי ברענגען צום אפשימונג. בקיצור, ס'איז יום טוב אין קליימער מק.. אין וויסקאנסן.

קען איינער ביטע געבן א אויספירליכער אפשאצונג און באריכט איבער די גאנצע סומעטאכע? וואס וויל דער גאווענער פונקטליך דורכפירן?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך האב קיין סאך נישט געליינט דערוועגן אבער דאס ביסל וואס איך פארשטיי איז.

די גאווערנאר וויל דורך פירן א בודזשעט קאט וואס וועט שטארק וויי טון פאר די יוניאנס. מ'וויל אז זיי זאלן זיך עטוואס צושטעלן און אנפאנגן צו באצאלן געוויסע בענעפיטן וואס זיי האבן.
פארשטייט זיך אז זיי שמעקט עס נישט און זיי פארפירן און פראטעסטירן ווי צולאזענע פערד.

די געזעץ פארלאנגט אז צו קענען דורך פירן א ביל מוז איינער פון מינארעטי זיין אפוועזענט און נאר אזוי קען מען וועלן.
יעצט האבן זיך אלע דעמעקראטן אויפגעהויבן און אנטלאפן. זיי האבן געמוזט ארויסלויפן פון שטאט ווייל אויב בלייבן זיי ווען אין שטאט וואלט די גאווערנאר זיי געקענט ברענגן געצווינגענערהייט. זיי זענען אנטלאפן צום דערנעבענדיגן טשיקאגאו וואו זיי זאגן גייען זיי זיך אויפהאלטן אזוי לאנג וואו ס'פעלט אויס!

וועגן אבאמא רעד איך נישט ווייל איך בין זייער אויפגעברויזט! איך וואלט נאר געוואלט וויסן ווען ער נעמט די גאנג פון זיך נישט אריין מישן און ווען ער שיסט סטעיטמענטס נאך פאר ער ווייסט וואס די מעשה איז..?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האלט אויך אביסל מיט, איך האלט אז איין ריפאבליקען דארף טוישן פארטיי פאר איין מינוט און שטומען דערקעגן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גאנץ א קילע בייפאל. קען מען דאס טון?
יעצט ליין איך אז היינט שבת זענען פארגעקומען ערענסטע פראטעסטן ווען ביידע פארטייען זענען ארויסגעקומען אויף די גאסן. איינער האט געשריגן "שטופ די געזעץ" א צווייטער האט געשריגן "הארגע די געזעץ"
ס'איז א פחד אויף וואס מ'שלאגט זיך דא. וויסקאנסן איז אין דער ערד. די שטאט איז אן קיין דאללער! מ'בעט פון די טיטשערס אז זיי זאלן עטוואס אריין צאלן אויף זייער העלט אינשורענס אזוי ווי איך און יעדע נארמאלע מענטש טוט. און אויך אז זיי זאלן אראפנעמען א קליינע פארצענט פון זייער געהאלט און דאס זאל גיין און די אקאונט פאר זייער פענסיע. און זיי שרייען ניין!
זאל די שטאט גיין פייפן, קיין דאלער נישט פון מיין טאש!
טיפיקעל ליבערעל/יוניאנס!

איך האף אז די גאווערנאר וועט זיך האלטן פעסט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די גאנצע יוניאן זאך דארף מען אומברענגען! סטע'געזעהן אזאונס? א נארמאלע ביזנעסמאן האט נישט קיין שום סיבה צו עפענען א פעקטארי דא אין אמעריקא, אויב זיינע ארבייטערס ווערן מיטגלידער אין א יוניאן, דארף ער באצאלן העלט בענעפיטס, 15-20 דאלער א שעה, פלאס געלט פאר די יוניאן, מיט פארשידענע מיני געזעצן וואס די חברה האבן! א צודרייטע וועלט!

א וואונדער דזשי עם איז אינטערגעגאנגען? א וואונדער אז רוב גאווערמענט אפיסעס קוקן אזוי אויס? מ'טאר נישט פייערן איינעם אן רשות פון די יוניאן, און זיי ווייסן דאס, טוהען זיי נישט זייער ארבייט, נאר די מינימום, דער עיקר איז אז זיי האבן געפאנטשט די קארד, און די זייגער לויפט!

פוי!!!

געלעגער, ס'דא נאך א פראבלעם, ס'דארף זיין א "קוואוראם" צו קענען דורכפיהרן א געזעץ, א קוואוראם רעכענט אריין - צווישן אנדערע זאכן - אז ס'מוז זיין פרעזענט א געוויסע צאל מיטגלידער, (יעדע קוואוראם האט אייגענע רולס, ביי געוויסע מוז זיין 50 פראצענט, ביי געוויסע מוז זיין צוויי דריטל, ביי אנדערע מוז זיין האלב, אבער כאטשיק איינער פון די אנדערע פארטיי מוז דארט זיין, אדער אנדערע משיגעתן) איך ווייס נישט וויפיל די קוואוראם אין וויסקאנסין סענאט איז, אבער זעהט אויס אז זיי האבן נישט גענוג מעמבערס צו פארמירן א קוואוראם.

אין אנדערע נייעס האבן די יוניאן פיהרער היינט געמאלדן אז זיי זענען גרייט זיך צו זעצן צום פארהאנדלונגס טישל, און זיי זענען גרייט אויף געוויסע קאנצעסיעס.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

געשריבן דא א שטיקל ארטיקל דערוועגן.
אין אמת'ן איז די פרשה פון יוניאן'ס א לאנג'ס און א ברייט'ס, און פארמאגט זאגאר די פינגער אפדרוקן פון סאוויעט רוסלאנד דערויף.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די גאנצע יוניאן זאך דארף מען אומברענגען! סטע'געזעהן אזאונס? א נארמאלע ביזנעסמאן האט נישט קיין שום סיבה צו עפענען א פעקטארי דא אין אמעריקא, אויב זיינע ארבייטערס ווערן מיטגלידער אין א יוניאן, דארף ער באצאלן העלט בענעפיטס, 15-20 דאלער א שעה, פלאס געלט פאר די יוניאן, מיט פארשידענע מיני געזעצן וואס די חברה האבן! א צודרייטע וועלט!

א וואונדער דזשי עם איז אינטערגעגאנגען? א וואונדער אז רוב גאווערמענט אפיסעס קוקן אזוי אויס? מ'טאר נישט פייערן איינעם אן רשות פון די יוניאן, און זיי ווייסן דאס, טוהען זיי נישט זייער ארבייט, נאר די מינימום, דער עיקר איז אז זיי האבן געפאנטשט די קארד, און די זייגער לויפט!

פוי!!!


דו ברענגסט אייגענטליך ארויס צוויי נקודות.
1. יוניאן'ס בכלל.
2. פאבליק סעקטאר יוניאן'ס.
אפילו דער עקסטרעם ליבעראלער רוזוועלט וועמען מיר האבן צו פארדאנקען די ענטייטעלמענט פראגראמען און ליבעראלע געדאנקן גאנג וועלכע האבן געמאכט א תל פון אמעריקע, איז אויך געווען קעגן יוניאן'יזירן פאבליק סעקטאר ארבעטער. ער האט פאראויסגעזעהן אז א פאבליק סעקטאר יוניאן וועט קענען טעראריזירן דעם רעגירונג.

איי, פארוואס מעג א פריוואטע סעקטאר יוניאן יא טעראריזירן דעם פריוואטן באלעבאס? האט ער אוודאי געמיינט אז די רעגירונג וועט דערפון נאכנישט אונטערגיין, א גרויסע טעות פון זיין זייט. ווייל איינס, מיר ווייסן דאך דעם כלל פון "אין מלך בלא עם". צוויי, ער האט געמעגט וויסן אז אין די מינוט וואס ער ערלויבט יוניאן'ס, וועלן זיי אויך אריינרוקן א פיס אין פאבליק סעקטאר און טאקע האלטן די רעגירונג פארמשכונ'ט צו זייערע מאכינאציעס. אזוי ווי ס'האט טאקע פאסירט.

פאר מער לייען דא.

די ארטיקל ברענגט ארויס אז דער קאנסערוואטיוו-רעפובליקאנער גאווערנאר פון וויסקאנסין איז גאר א ליבעראלער אין פארגלייך מיט FDR...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יודל, אפרע מיני לאזט מיך נישט קאמענטירן אויף דיין ארטיקל בנוגע די יוניאן'ס, סאו שרייבעכעס דא..

ס'איז געוואלדיג! גוט ארויסגעברענגט!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך האף זייער זייער שטארק אז די גאווענער וועט זיך האלטן שטארק און זיך נישט ברעכן אדער אפילו קאמפרעימייזן מיט די פארשאלטענע יוניאנס.

און וועגן אבאמא פעלט נישט אויס צו קאמאנטירן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

איך האלט גראדע יא פון די יוניאנ'ס אבער א שאד צו טענה'ן, איך וועל נאר ארויסברענגען עטליכע פאקטן וואס די יוניאן האט אויפגיטוהן, נישט דוקא פאר זייערע מעמבער'ס,
1) נישט דארפן ארבעטן חגאות צב''ש להבדיל שבת יו''ט א,א,וו,
2) מינומום וועדזש
3) 40 שעה א וואך ארבעט די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער
א,א,וו,
יעצט די פאקטן אין וויסקאנסין
די געפעכט איז איבער יוניאן רעכטן עס האט גארנישט מיט בודזשעט אישוס,
די יוניאן האט נאכגעגעבן אלע פינאנציעלע פארלאנגען
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

ברעיקינג!
דער וויסקאנסין 'אסעמבלי' האט היינט פארטאגס דורכגעפירט דעם ביל. עס דארף נאך דורכגיין דעם סענאט, וואס איז סאך שווערער אין ליכט פון די אנטלאפענע דעמאק'ראטן' (קרעדיט קאדאפי...).
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

מאנסיאנער האט געשריבן:איך האלט גראדע יא פון די יוניאנ'ס אבער א שאד צו טענה'ן, איך וועל נאר ארויסברענגען עטליכע פאקטן וואס די יוניאן האט אויפגיטוהן, נישט דוקא פאר זייערע מעמבער'ס,
1) נישט דארפן ארבעטן חגאות צב''ש להבדיל שבת יו''ט א,א,וו,
2) מינומום וועדזש
3) 40 שעה א וואך ארבעט די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער
א,א,וו,
יעצט די פאקטן אין וויסקאנסין
די געפעכט איז איבער יוניאן רעכטן עס האט גארנישט מיט בודזשעט אישוס,
די יוניאן האט נאכגעגעבן אלע פינאנציעלע פארלאנגען


ס'איז א גרויסע חילוק אין די יוניאנס פון אמאל און פון היינט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די מעלה פון די מינימום וועידזש איז מורא'דיג!!! מ'קעניש טרעפן אין אמעריקע ארבייטערס פאר ביליג, גייט מען אויף טשיינע!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די מעלה פון די מינימום וועידזש איז מורא'דיג!!! מ'קעניש טרעפן אין אמעריקע ארבייטערס פאר ביליג, גייט מען אויף טשיינע!

איך גלייב נישט אז דו ווילסט אז אמעריקע זאל אויסקוקן ווי טשיינע
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

הערשי קניהויז האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:איך האלט גראדע יא פון די יוניאנ'ס אבער א שאד צו טענה'ן, איך וועל נאר ארויסברענגען עטליכע פאקטן וואס די יוניאן האט אויפגיטוהן, נישט דוקא פאר זייערע מעמבער'ס,
1) נישט דארפן ארבעטן חגאות צב''ש להבדיל שבת יו''ט א,א,וו,
2) מינומום וועדזש
3) 40 שעה א וואך ארבעט די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער
א,א,וו,
יעצט די פאקטן אין וויסקאנסין
די געפעכט איז איבער יוניאן רעכטן עס האט גארנישט מיט בודזשעט אישוס,
די יוניאן האט נאכגעגעבן אלע פינאנציעלע פארלאנגען


ס'איז א גרויסע חילוק אין די יוניאנס פון אמאל און פון היינט.

ווען איז געשעהן די חילוק???
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מאנסיאנער האט געשריבן:איך האלט גראדע יא פון די יוניאנ'ס אבער א שאד צו טענה'ן, איך וועל נאר ארויסברענגען עטליכע פאקטן וואס די יוניאן האט אויפגיטוהן, נישט דוקא פאר זייערע מעמבער'ס,
1) נישט דארפן ארבעטן חגאות צב''ש להבדיל שבת יו''ט א,א,וו,
2) מינומום וועדזש
3) 40 שעה א וואך ארבעט די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער
א,א,וו,
יעצט די פאקטן אין וויסקאנסין
די געפעכט איז איבער יוניאן רעכטן עס האט גארנישט מיט בודזשעט אישוס,
די יוניאן האט נאכגעגעבן אלע פינאנציעלע פארלאנגען


איך האב עפעס גראדע פארשטאנען אז די נישט ארבעטן שבת, איז צו פארדאנקען איינעם פון די פרעזידענטן, נישט ריכטיג (אויסער דעם צוליב וואס אין דער וועלט האבן די יוניאן'ס געזוכט יוצא צו זיין די פאר אידן וואס האבן נישט געוואלט ארבעטן שבת).

וועגן די מינימום וועידזש, האלט איך ווי "וויכטיג מאכער" אז עס מאכט פאר בעלי בתים שווערער צו טרעפן ארבעטער און אויטאמאטיש גייט מען זוכן ערגעץ אנדערש, גייט דער ארבעטער אויף אנעמפלוימענט אדער אויף ווייס איך וואספארא פראגראמען עקזיסטירן היינט, און די שטייער צאלער האלטן אים אויס, עס איז ממילא דא גענוג און נאך פראגראמען היינט פון די שטאט, די שטאט וואלט געקענט צוצאלן נאך אפאר דאללער פאר דעם וואס מאכט ווייניגער ווי מינימום, אנשטאט געבן אנעמפלאוימענט און וועלפער וכדו'.

די 40 שעה א וואך, זעה איך דייקא נישט די גרויסע אויפטוה, ווייל ווען מען קוקט ווי א דעמאקראט/ליבעראל/מארקסיסט איז דער בעל הבית דער אויסרייסער, דער פארברעכער וואס רעכנט זיך נישט מיטן ארימען ארבעטער, און אויב קוקט מען מיט א ניכטערן בליק, דאן איז דער בעל הבית נישט מער ווי איינער וואס וויל מאכן געלט, און דער ארבעטער וויל אויך מאכן געלט, ממילא אויב איז דער ארבעטער גרייט צו נעמען דעם דזשאב ווייל ער וויל מאכן געלט אפי' ער וועט דארפן ארבעטן שווער דערפאר (ווייל עס שטערט אים נישט אזוי שטארק, אדער ווייל ער האט נישט קיין אנדערע ארבעט), דאן איז דער בעל הבית גערעכט, וואספארא יושר איז דאס צו צווינגען דעם בעל הבית וויפיל צו צאלן פאר זיינע ארבעטער און וויפיל שעה ער קען פון זיי פארלאנגען, אז דער ארבעטער איז נישט צופרידן זאל ער נישט קומען ארבעטן אדער זאל ער טרעפן א צווייטע ארבעט.

ביטע פארשטיי, די איינציגסטע וועג צו שטופן די עקאנאמיע (וואס וועגן דעם האט אמעריקע געהייסן די גאלדענע מדינה), איז אויב יעדער וויל מאכן געלט, און מען האט די געלעגענהייט צו מאכן געלט, אויב לאזט מען נישט דעם עולם מאכן געלט, און מען מאכט זיכער אז דער פעדלער טאר נישט ארומגיין פעדלן (נאר מיט א פערמיט, און מיט נאך צוואנציג הוצאות וואס זאל אויפעסן די פאר דאללער וואס ער קען פארדינען), און דער בעל הבית זאל אויך נישט מאכן ח"ו קיין געלט, און אויב יא זאל ער עס פארלירן אויף לאו סאוט'ס און אויף סאמענסעס, און אויף בענעפיטן פאר די נעבעכדיגע באקריוודעטע ארבעטער, און אויף צו שטאפן די גרויסע אויגן פון די יוניאן פירער'ס, און אודאי אז דער לענדלארד זאל אויך נישט מאכן קיין געלט, (גראדע דא זעה איך עפעס נישט אז מען זאל זיך אזוי אננעמען פארן טענענט, ענדערש מאכט מען זיכער צוצונעמען פון דעם לענדלארד זיין געלט מיט טויזנט און אכציג וועגן און אומוועגן, שטייערן און סאמענסעס און פערמיטס און אינספעקשאן'ס און רעגיסטרעישאן'ס און אזוי ווייטער) אזוי מאכט מען זיכער אז מען פארלירט דעם ווילן צו פרובירן מאכן עפעס געלט, ווייל עס איז פיל מער קאפ וויי ווי געלט, אזוי אז איינס פון פינף מענטשן וואס וואלטן געקענט מאכן געלט פרובירן טאקע, די אנדערע קלויבן אויס צו ארבעטן ווי א פריץ 40 שעה א וואך, און באקומען מינימום וועידזש און די איבריגע שנארן פונם רייכן פעטער (וואס צאפט אויס זיין רייכקייט פון די רייכע פאראזיטן), און אזוי בליהט די עקאנאמיע....

דער סך הכל איז, אויב נעמט מען זיך אן פאר די באקריוודעטע ארבעטער נעבעך, דאן האט מען אזא פנים ווי רוסלאנד, און ווי... אמעריקע היינט, די הויט שינדערישע ארבעטס געבער גייען שינדן די הויט פון די נעבעכדיגע ארבעטער אין טשיינע, און דער עולם לעבט אויפן חשבון פון די רעגירונג וואס שינדט אפ די הויט פון די רויבערישע קאפיטאליסטן, און דערנאך איז יעדער ארים און דאן איז אלעס גוט. ממש אזוי ווי דעם סאוויעטישן חלום.... דרים ביקאמס טרו......

אפשר האב איך נאכנישט גענוג מסביר געווען, איך האף אז מען וועט מיר דא קומען צוהילף אויב וועל איך קומען אונטער אטאקע פון מאנסיאנער.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

איזעי, זייער שיין ארויסגעברענגט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נישטא קיין אטאקעס דא! דא מעג יעדער זאגן א מיינונג!

חוץ איך!!! אפרע מיני לאזט מיך נישט שרייבן לאנגע זאכן, סאו וועסט מוזן ווארטן ביז איך קום אן צום קאמפיטער.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

הערשי קניהויז האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:איך האלט גראדע יא פון די יוניאנ'ס אבער א שאד צו טענה'ן, איך וועל נאר ארויסברענגען עטליכע פאקטן וואס די יוניאן האט אויפגיטוהן, נישט דוקא פאר זייערע מעמבער'ס,
1) נישט דארפן ארבעטן חגאות צב''ש להבדיל שבת יו''ט א,א,וו,
2) מינומום וועדזש
3) 40 שעה א וואך ארבעט די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער
א,א,וו,
יעצט די פאקטן אין וויסקאנסין
די געפעכט איז איבער יוניאן רעכטן עס האט גארנישט מיט בודזשעט אישוס,
די יוניאן האט נאכגעגעבן אלע פינאנציעלע פארלאנגען


ס'איז א גרויסע חילוק אין די יוניאנס פון אמאל און פון היינט.

איך צייל זיך נישט צווישן די היסטאריקער, און זייערע ארטיקלען האב איך נישט געלעזט ,
אבער כפי הנראה איז די חילוק אין איינצעלע ווערטער,

די יוניאן איז געגרינדעט געווארן צו פארמיידן די "אונטערדרוקונג" און בארבאריזם וואס די בעלי בתים זענען זיך אומגעגאנגען צו זייערע ארבעטער,
אבער במשך השנים איז פון דעם ארויס געוואקסן א קערפערשאפט, וואס גיט זיך אפ צו ארגענאזירן און אינטערשטיצן אן "אינטערדרוקונג" פון ארבעטער צום בעל הבית אויף גאר א מאסשטאבליכער פארנעם.

הערשי איך בין אויף דיין זייט --s
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

חס וחלילה איך אטאקיר נישט קיינעם, יעדער זאל שרייבן וואס ער וויל,
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יודל; קענסט מיר אפשר אריינשיקן אין אישי א זאפטיגן דאנק פאר דיינע ארטיקלן...?

איך האב פשוט נישט די ווערטער דערצו.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:חוץ איך!!! אפרע מיני לאזט מיך נישט שרייבן לאנגע זאכן, סאו וועסט מוזן ווארטן ביז איך קום אן צום קאמפיטער.

געווארט און געווארט, אזוי א גאנצע נאכט . . .



יאך און נאך אנדערע ווייסן אז עפעס קאנסטו יא.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אבאמא באקומט הסכמה פון יוניאן באלעבאס!
AFL-CIO President Richard Trumka gave his blessing Sunday to President Obama's handling of the labor standoff in Wisconsin.

Amid some criticism on the left that Obama could do more to boost unions in their demonstrations against Wisconsin Gov. Scott Walker, and his proposal to eliminate most collective bargaining rights for public workers, Trumka said the president was doing just fine.

"I think he's doing it the right way," Trumka said on NBC's "Meet the Press."


נו, אז ער אליין זאגט, ווער בין איך צו זאגן אנדערש?!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

די וויסקאנסן פאליציי זענען מיד געווארן פון די נאכאנאנדע פראטעסטירן. זיי האבן היינט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז אויב גייט מען נישט פארלאזן די קעפיטאל וועלן זיי ארעסטירן.
ס'איז ערווארטעט אז אסאך וועלן זיך לאזן ארעסטירן, מאנכע זאגן פאר אז אזויפיל וואו הונדערטער מענטשען וועלן זיך לאזן ארעסטירן. עמער זען וואס דארט וועט זיך אויסקאכן. איך האף אז די גאווערנאר וועט זיך האלטן פעסט און דורך שוויצן די שוועריגקייט.
ס'איז צייט אז די יוניאנס זאלן כאפן א שטויס פון אינטן!
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

בחורהזעצער האט געשריבן:אבער כפי הנראה איז די חילוק אין איינצעלע ווערטער,

די יוניאן איז געגרינדעט געווארן צו פארמיידן די "אונטערדרוקונג" און בארבאריזם וואס די בעלי בתים זענען זיך אומגעגאנגען צו זייערע ארבעטער,
אבער במשך השנים איז פון דעם ארויס געוואקסן א קערפערשאפט, וואס גיט זיך אפ צו ארגענאזירן און אינטערשטיצן אן "אינטערדרוקונג" פון ארבעטער צום בעל הבית אויף גאר א מאסשטאבליכער פארנעם.


בחור!!!
נישט געקענט ארויסברענגן בעסער!

(שוין צייט צו מאכען א יוניאן פאר די בעלי בתים...).
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”