טשיקאווע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

עין טובה האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:אדער יא אדער ניין.

פארשטייט זיך א דזשאוק

די טוויטס לעבן נאך

https://mobile.twitter.com/TheMossadIL/ ... 4194641920
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סיז א ליצנות קאנטע
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

:roll: :roll:

א 92 יעריגער איז ארעסטירט געווארן אויף קלאגעס אז ער האט געהארגעט זיין 60 יעריגס מיט א האמער ווען ער איז אהיים געקומען טויט שיכור.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:דערמאנט מיר פון יענעם איינגעשטעלטן אין סייענס מוזעאום וואס האט געזאגט אז דער און דער געביין איז 350 מיליאן מיט 22 יאר. אויף די פראגע וויאזוי ער ווייסט אזוי פונקטליך האט ער מסביר געוועו אז ווען ער האט אנגעהויבן ארבעטן דארט 22 יאר צוריק האט מען אים געזאגט אז עס איז 350 מיליאן יאר אלט...


;l;p-
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א ריכטער אין קאנעטיקוט האט ארויסגעגעבן א מאדנעם אורטייל, ווען ער האט געזאגט אז ער אנטזאגט זיך צו דערקלערן עלעפאנטן אלס מענטשן. די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן ווען די "נאניומען רייטס פראדזשעקט" גרופע האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די "קאמערפארד טירגארטן" אין גאושען, קאנעטיקוט, זאגנדיג אז זיי ווילן זיך אננעמען פאר די רעכטן פון דריי עלעפאנטן וועלכע וואוינען אינעם טירגארטן און ווערן געהאלטן אויף זייער א שוואכן צושטאנד.
די צעדרייטע באשעפעניש-אקטיוויסטן האבן אויך אנגעצייגט אז פון אבזערווירן די עלעפאנטן האבן זיי געזען, אז די עלעפאנטן האבן ממש ענליכע חושים און אן ענליכן פארשטאנד צו געהעריגע מענטשן, און דעריבער ווילן זיי אז דער ריכטער זאל דערקלערן די 3 עלעפאנטן אלס לעגאלע "מענטשן". דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די ביטע.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 10:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

טאקע א מאדנע אורטייל. פארוואס אין די וועלט האט ער אזוי געאורטיילט? :roll:
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

די "נאנ-יומען רייטס פראדזשעקט" גרופע באשטייט פון פארשוינען וואס די "נאנ-ענימעל רייטס פראדזשעקט" גרופע אינערהאלב די בהמות באפעלקערונג האט זיי אנערקענט אלס "בהמות" נאכן אויפמערקן אז זיי האבן האבן ממש ענליכע חושים און אן ענליכן פארשטאנד צו געהעריגע בהמות...
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

שוין, האט ער מזל אז איך בין נישט געווען ריכטער אויף די קעיס, איך האלט אז ער איז אויסדריקליך גערעכט מיט דעם אז די עלעפאנטען האבן גאר ענליכע שטריכן צו אים, און וואלט געפסקנט אז ער איז אויך נישט קיין יומען.
.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:שוין, האט ער מזל אז איך בין נישט געווען ריכטער אויף די קעיס, איך האלט אז ער איז אויסדריקליך גערעכט מיט דעם אז די עלעפאנטען האבן גאר ענליכע שטריכן צו אים, און וואלט געפסקנט אז ער איז אויך נישט קיין יומען.


נו, איז דאך שוין א "קאנפליקט אף אינטערעסט", ווען ער פסק'נט לטובת די עלעפאנטן וואלט מען אים פארשריגן אלס נוגע בדבר, ער נעמט זיך אן פאר זיין פאמיליע.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

גראדע אין מלאכת שלמה שטייט אז ביים דור הפלגה זענען טייל מענטשן (מסתמא די פעשערע...) געווארן עלעפאנטן.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אויב זיי זענען די נאנ יומען רייט גרופע, מיינט אז זיי נעמען זיך אן פאר יעדעם חוץ מענטשן, אויב האלטן זיי אז די עלעפאנטן זענען מענטשן, וויאזוי קענען זיי זיך אנעמען פאר די עלעפאנטן?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זאכליך האט געשריבן:אויב זיי זענען די נאנ יומען רייט גרופע, מיינט אז זיי נעמען זיך אן פאר יעדעם חוץ מענטשן, אויב האלטן זיי אז די עלעפאנטן זענען מענטשן, וויאזוי קענען זיי זיך אנעמען פאר די עלעפאנטן?


דאס הייסט געפרעגט זאכליך ;l;p-
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

אין מדרש (משלי) שטייט א ענליכע מעשה, ביי א רוימישע קיסר האבן זיך צוויי חכמים געקריגט, איינער האט געטענה'ט אז רעדן איז די בעסטע זאך, און דער צווייטער האט געטענה'ט אז שווייגן איז דאס בעסטע זאך. דער קיסר האט געבעטן ביידע צו ערקלערן זייער מיינונג, דער ערשטער האט אנגעהויבן מיט א לענגערע ערקלערונג אז אן רעדן קען גארנישט פאסירן אויף די וועלט וכו' וכו', ווען דער צווייטער האט געוואלט אנהייבן רעדן און מסביר זיין פארוואס שווייגן איז בעסער, האט דער קיסר אים געגעבן א קלאפ אויפן מויל, און געזאגט, וויאזוי קענסטו מסביר זיין מיט רעדן די מעלה פון שווייגן???
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

קליינטשיגער האט געשריבן::roll: :roll:

א 92 יעריגער איז ארעסטירט געווארן אויף קלאגעס אז ער האט געהארגעט זיין 60 יעריגס מיט א האמער ווען ער איז אהיים געקומען טויט שיכור.

לקיים מה שנאמר "טויט שיכור"
רוצה לדעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע: וויל וויסן ווי איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוצה לדעת »

א צעטל וואס איך האב היינט באקומען אין אימעיל

ווייס איך נאכנישט צו דאס איז א עכטע מעשה, אדער א געמכאטע, קודם לייג איך דאס דא ארויף
אטעטשמענטס
גילוי דעת תורה עם אונגארי ואנגלי.jpg
גילוי דעת תורה עם אונגארי ואנגלי.jpg (179.09 KiB) געזען 3757 מאל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

גארנישט אזוי טשיקאוו, די נעעלאגן זענען בעל הבית אין אונגארן.
רוצה לדעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע: וויל וויסן ווי איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוצה לדעת »

ס'גייט נאך אן, נעעלאגן און ארטאדאקסן?
זענען נישט ביידע גלייכע מחללי שבתות?

און ווער פארטרעט די ביידע זייטן?
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

איך ווייס נישט ווי עס צו לייגן, לייג איך עס דא...

לעצטע פאטאליטעטן פון עקסטרעמע וועטערס: טויזנטער פלעדערמויזן

אין אויסטראליע זענען אין די לעצטע טעג באריכטעט געווארן רעקארד-ברעכנדע היצן, ספעציעל אין די מדבר׳ישע געגנטער נעבן סידני. די אומדערטרעגליכע היצן האבן געברענגט אסאך פראבלעמען פאר מענטשן, אבער אויך בעלי חיים זענען נישט אפגעשוינט געווארן, און די שווערע היצן האבן באטראפן אפילו אזעלכע באשעפענישן וועלכע זענען געווענליך צוגעפאסט צום ווארימן קלימאט.

אין די לעצטע טעג טוען זיך די אויטאריטעטן אפגעבן מיט א מאסן מגיפה פון טויזנטער פלעדערמויזן, וועלכע פאלן טויט פליענדיג אין די לופטן פון די שווערע היצן.

די ארטיגע 'צער בעלי חיים' גרופעס האבן פארעפנטליכט הארצרייסנדע בילדער, אין וועלכע מען זעט הויפנס פון טויטע פלעדערמויזן וועלכע זענען אויסגעגאנגען פון די היצן.

פיינע נייעס.

דאס ווארט ״הארצרייסנד״ האט באקומען א נייע באדייט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ארגעניזאציעס וואס געבן זיך אפ מיט שארקס גיבן איבער, אז עס פליסן אריין גרויסע דאנעישאנס לעצטענס, נאך וואס אין א לעצטערע אינטערוויא האט א פרוי וואס האט זיך געטראפן (...) מיטן פרעזידענט איטליכע יאר צוריק, האט איבערגעגעבן אז די פרעזידענט האט איר געזאגט אז ער האט זייער פיינט שארקס, און האפט אז אלע שארקס שטארבן אויס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רוצה לדעת האט געשריבן:ס'גייט נאך אן, נעעלאגן און ארטאדאקסן?
זענען נישט ביידע גלייכע מחללי שבתות?

און ווער פארטרעט די ביידע זייטן?


ווען די קאמוניסטן האבן איבערגענומען אונגארן נאך די צווייטע וועלט מלחמה, האבן זיי מבטל געווען דעם טיילונג און נאר אנערקענט די נעעלאגן, ממילא האבן די נעעלאגן אלעס איבערגענומען, לעצטענס איך מיין 2015 , האט די אונגארישע רעגירונג צוריק געמאכט די טיילונג, און זיי אנערקענען דריי קהילות, ארטאדאקסן, חב"ד, און להבדיל נעעלאגן.

איבער פארטרעטער און שבת ווייסעך נישט, איך ווייס אבער יא אז עס וואוינען אבער נאך געהעריג דארט נעלאגישע אידן ליידער.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

"די נאמען פון דעי מעשה איז: יותר ממה שהעגל רוצה לינוק הפרה רוצה להניק"
"די מעשה ווערט אראפגעברענגט אין טשיקאגאו טריביון, דף 34 עמוד א'"...


‏'פרוי סטעפפ', פרעזידענט טראמפ נאמעני צו אנפירן די ענווייראמענטעל פראטעקשאן עידשענסי'ס אפיס אין טשיקאגא שטעלט זיך ארויס צו זיין א געריבענע "פעיק נאז" חברה'מאנטע.. 

די 23 יעריגע טאכטער 'חנה' פון פרוי סטעפ דערציילט פארן 'טשיקאגאו טריביון'  אז ‏ווען זי - די טאכטער - האט געברויכט איבערנעמען די ראוד טעסט - נאכן דורכפאלן די ערשטע טעסט - האט די מאמע באשלאסן ארויסציהעלפן די טאכטער און זיך שפארן בושות. האט זי זיך דערטראכט א געדאנק צו פארשטעלען און אריבערגעפארן צום מאטאר וויקעהל אפיס, און געווארט צו נאכגעפארן איינער וועלכע גייט דאן גענומען די ראוד טעסט, כדי אזוי ארום ארויסהאבן די וועג וועלכע די חברה ניצן, און דערנאך קענען פראקטעצירן מיטן טאכטער...

אומר ועושה....
די מוטער האט זיך אנגעטוען א פאלטשע נאניע אויפן פרצוף און זון ברילען,‏ און אריבערגעפארן צום DMV אפיס, נאכגעפארן איינעם וועלכע האט בשעת מעשה גענימען די ראוד טעסט. שפעטער האבן מאמע און טאכטער זיך איינגעחזר'ט די וועג. און טאקע! מה עשה הקב"ה? די צווייטע מאל האט די טאכטער טאקע אדורכגעמאכט די טעסט אן קיין שטרויכלונגען....

די "וויסקאנסין דעפארטמענט אוף מאטער וויקעהל" האט געזאגט אז די טאכטער ברויך נישט איבערנעמען די טעסט. ס'איז נישטא קיין שום לעגאלע פראבלעם צי נאכפארן און זיך אויסלערנען די וועג פאר א טעסט.

פיראראמפאם.. טאראאאאא... פאם באאאאאאאאאם. פיפ.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

:lol: :lol: :lol: שמאטע!!! ביזט אזא שמאטע דו! א שמאטע פונקט ווי שמאטע...! :lol:
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7707
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

איז דאס ריכטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

IMG-20180207-WA0002.jpg
IMG-20180207-WA0002.jpg (48.56 KiB) געזען 2652 מאל
IMG-20180207-WA0003.jpg
IMG-20180207-WA0003.jpg (94.55 KiB) געזען 2652 מאל
IMG-20180207-WA0004.jpg
IMG-20180207-WA0004.jpg (92.7 KiB) געזען 2652 מאל
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7707
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

IMG-20180207-WA0005.jpg
IMG-20180207-WA0005.jpg (63.88 KiB) געזען 2651 מאל
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

א אלטע ליגנט
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”