מידער האט געשריבן:א פרישע אינסיידער עדווענטעדזש אנקעטע ווייזט אז גינגריטש באקומט א מאסיווע 41 פראצענט קעגן די בלויז 17 פראצענט פאר ראמני און קעין'ס 13, פערי'ס 7, פאול'ס 3, באכמאן'ס 2, סענטארום'ס 1 און האנטסמאן'ס 0.
א היינטיגע אנקעטע אין פלארידע מיינט נישט קיין סאך כאטש זי איז די פערטע סטעיט אפצוהאלטן די פארמעסט, וויבאלד נאך די אייאווע קאוקעס'ן אין פינף וואכן ארום גייט זיך אלעס במילא ארום טוישן. אבער די אנקעטע איז אן אנדייטונג אז גינגריטש איז 'העיר טו סטעי' און אז די רעפובליקאנער וויילער שארן זיך צו צונעם צוביסלעך.
א פלארידא פאול? פלארידא גייט לכוראה געווינען דער געווינער פון סאוט קארליינע, ריגארדלעס וואס די פאול זאגט, סאוט קארליינע גייצעך ווענדן אין ניו העמפשור און אייאווע, ניו העמפשור אליין גייצעך ווענדן אין אייאווע, סאו ס'איז צו ווייט צו גיין.
איין זאך וואס מ'זעהט יא, יעדע פרישע אנטי ראמני, ווי שפעטער מ'איז, אלס מער סופארט האט מען!
נאך א שטארקע זאך, די אנטי ראמני מאוומענט איז סאאאך שטערקער ווי מ'האט געמיינט, און רוב אנדעסיידעד וואוטערס זענען אנדעסיידעד צו וועלעכע "אנטי ראמני קאנדידאט זיי זאלן גיין"... (און לכוראה איז דאס די סיבה פארוואס ראמני פאלט אויף אינטרעיד)
אגב, ווי ביי יעדע פאול (וואס מאכט נישט אויס) קוק איך אויך דא די חילוק צווישן די RCP עוורידזש און די נייע פאול.
גינגריטש (שטארק) און פערי (אביסל) געשטיגן) די אנדערע געפאלן! איינער שטארק און איינער אביסל.