ה' י'נקום ד'מו, די שטוינענדע נקמה אויף גראסמאן'ס בלוט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

ה' י'נקום ד'מו, די שטוינענדע נקמה אויף גראסמאן'ס בלוט

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 3:23 pm

ווער ס'הערט פון צייט צו צייט יוסי געשטעטנער'ס אנאליזן אויף קול מבשר האט דאס שוין מסתמא געהערט, אבער איך וועל איצט אראפברענגען אביסל די שטוינענדע דעטאלן פון דעם שלאק וואס האט באפאלן אלע וואס האבן פארמאכט די אויערן צום געשריי פון ארום פופציג טויזענט אידן און געשיקט מארטין צום טויט.

די זאך איז אזוי, אין פלארידע איז דא אויסער דעם סענאט און הויז, דער גאווערנאר אמט, א רעגירונג קערפערשאפט וואס הייסט דער "קאבינעט", דער קאבינעט באשטייט פון אלע פיר סטעיטווייד ערוועלטע באאמטע, איינע פון די אויפגאבעס פון קאבינעט איז די "קלעמענסי באוירד" זיי קענען אויפנעמען אדער אפווארפן ווער ס'זוכט צייטווייליגע אדער פולשטענדיגע באגאנאדיגונג.

בשעת ס'איז אויפגעקומען אויפן סדר היום די פרשה פון מארטין (כ'האב זיך יעצט דערמאנט זיין אידישער נאמען ר' מיכאל יודא ע"ה הי"ד) האט פלארידע געהאט פיר ערוויילטע סטעיט באאמטע, וואס אלע זענען געווען באקוועם אויף זייער פאזיציע און זייער נאמען האט געגלאנצט. דער סדר איז ווי פאלגענד:

גאווערנאר: טשארלי קריסט, [דעמאלט'ס] רעפאבליקען
אטוירני דזשענעראל: ביל מעקאלום, רעפאבליקען
הויפט פינאנציעלער באאמטער: אלעקס סינק, דעמאקראט
אגריקולטור מיניסטער: טשארלס בראנסאן, רעפאבליקען

דא האט איר דעם לינק צום קאבינעט וועבזייטל, (זיי זענען נאך אין אמט ביז סוף יאר)
http://www.myflorida.com/myflorida/cabinet/members.html

יעדער איינער געדענקט מ'האט זיך געבוקט און געבעטן צו זיי, מ'האט געוויינט און געסטראשעט און ס'האט נישט געהאלפן, זיי האבן זיך גרויס געהאלטן און פארמאכט זייערע אויערן און פארהארטעוועט זייער הארץ צום געבעט פון כלל ישראל.

איצט מיט בערך א יאר שפעטער, איז זייער מצב אזוי.

טשארלי קריסט:
האט נישט געקענט מער לויפן פאר גאווערנאר צוליב טערם לימיטס איז ער געלאפן פאר סענאטאר, ער האט געזען אז ער קען נישט לויפן אלץ רעפאבליקאנער ווייל ער וועט פארלירן די פריימעריס צו מארקא רוביא, האט ער געטוישט פארטיי און געלאפן אלץ אינדעפענדענט.
ער האט אנגעדרייט א גאנצע שטינק ביי די דעמאקראטן מיט זיין דריקן אויף קענדריק מיקס דער שווארצער דעמאקראט זאל זיך ארויסציען פונעם פארמעסט, מיקס האט אים אנגעפיפן און קריסט איז געבליבן באשמוצט סיי ביי די דעמאקראטן און סיי ביי די רעפאבליקאנער פארלירענדיג מיט א שטוינענדעם דורכפאל.

היינו דאמרי אינשי, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.

ביל מעקאלום:
האט אויך נישט געקענט לויפן נאכאמאל פאר אטוירני דזשענעראל, איז ער געלאפן אין די רעפאבליקאנער פריימערי פאר גאווערנאר, אלע פאראויסשאצונגען זענען געווען אז מעקאלום גייט געווינען דעם פריימערי, און ווען ריק סקאט האט סורפרייזט די פאליטישע גאס מיט זיין געווינס האט מעקאלום זיך נישט געקענט בארואיגן ער האט זיך אויפגעפירט וואו א קינד וואס האט נישט געווינען די פרייז, ער האט גאר א לאנגע צייט געזאגט אז ער גייט נישט אינדארסירן סקאט ביי די אלגעמיינע וואלן, צום סוף האט ער זיך פארשטאפט די נאז און מיטגעגאנגען מיט זיין פארטיי געצוואונגענערהייט. און ער איז געבליבן באשמוצט סיי ביי די דעמאקראטן און סיי ביי די רעפאבליקאנער און ער איז נאך אלץ נישט געקומען צו זיך פונעם דורכפאל.

היינו דאמרי אינשי, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.

אלעקס סינק:
איז געלאפן פאר גאווערנאר אלץ די קאנדידאט פון די דעמאקראטן ביי די אלגעמיינע וואלן, נאכן פארלירן צו סקאט האט זי קודם נישט געוואלט אנערקענען איר דורכפאל, עס האט איר געדויערט א טאג צו קאנסידן, נאכדעם האט זי זיך צו-ווילדעוועט און געשימפט פרעזידענט אבאמא מיטן ווייסן הויז פארוואס זיי האבן איר נישט געהאלפן מער, אזוי אז זי איז געווארן דאס געלעכטער אין די פאליטישע וועלט וואו מען רופט דא זויערער פארלירער,און זי איז געבליבן באשמוצט סיי ביי די דעמאקראטן און סיי ביי די רעפאבליקאנער אינגאנצן שאקירט פון איר שטוינענדעם דורכפאל.

היינו דאמרי אינשי, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.

טשארלס בראנסאן:
קען אויך נישט לויפן פאר נאך א טערמין, ער האט געהייסן סתם א דורכפאל פון א מיניסטער, ער האט איינגעמאכט אין זויערן, און איז נעלם געווארן פון די פאליטישע ארענע.

כן יאבדו כל אביך ד' ואוהביו כצאת השמש בגבורתו

נ.ב. מיר געבן רשות פאר יעדן צו נעמען קרעדיט פאר דעם אנאליז, מיר האבן גענומען די יסודות דערפון פון יאסי'ס קאמענטארן אויף קול מבשר, אויב ער וויל קען ער עס נאך בעסער מסביר זיין און לייגן אויף זיין וועבזייטל. כ'האף אז אנדערע שונאי ישראל אזוי ווי ריכטערין ריעד און די פראסעקיוטערס פון אייאווע און זייערע שטיצער וועלן נעמען א לעקציע פון דעם און אפגעבן כבוד ווען כלל ישראל רופט, ענטפערט מען.
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום מאנטאג נובעמבער 08, 2010 5:20 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 3:32 pm

נאכ'ן שרייב דעם אנאליז איז מיר אונטערגעקומען א לינק פונעם היינטיגען "היל" בנוגע פארדאנען עפעס א שיכור'ן זינגער.
http://thehill.com/blogs/blog-briefing- ... ing-office
און כ'זע כ'האב געמאכט א שטיקל טעות, קריסט וואלט נאך געקענט זיין גאווערנאר פאר נאך א טערמין, אויך לייגן זיי שיין אראפ דעם פלארידע פארדאן סיסטעם.
Pardons in Florida must go through the Board of Executive Clemency, which has one final meeting Dec. 9. Crist, Chief Financial Officer Alex Sink, Attorney General Bill McCollum and Agriculture Commissioner Charles Bronson all sit on the board, but all will leave office in January.

Crist’s Senate run prevented him from seeking a second term, while Bronson is term-limited, and the unsuccessful bids for governor by Sink and McCollum will force them from office.

Under state law, a pardon must have the consent of Crist and at least two other members
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 3:37 pm

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן כן יאבדו כל אוביך ה'

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 3:44 pm

;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol:

איינער האט כאטשיק געזאגט פאר טשארלי אז סקומט פון דעים? אויב נישט איז עס גארנישט ווערט!!!!
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 3:46 pm

קהת,מ'דארף אים גארנישט זאגן, כאפט ער איז גוט און אז נישט איז אויך גוט. דער ויזתא וועט עפ"י חשבון קיין פאליטישע אמט אין זיין לעבן מער נישט האבן, זיין חלום צו לויפן פאר פרעזידענט (אזוי ווי יעדער פאלאטישאן חלומ'ט) ליגט פארשטעקט אונטער זיין קישן. קיין איד וועט ער שוין נישט קענען הרג'נען.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 3:48 pm

פאר דעם וואלט איך געבעטן איינער זאל עס איבערטייטשן אויף ענגליש, און מ'זאל עס פאסטן אויף וויפיל בלאגס ס'לאזט זיך, מ'קען קיינמאל נישט וויסן צו ס'קען העלפן פאר א איד, ווייל יענער וועט זען, ס'איז נישט איינער, ס'איז אלע פיר חברה.
און זאלן די אידישע אפיקורסים זען אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און די וועלט איז נישט הפקר. און אידיש בלוט איז נישט הפקר.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 3:56 pm

אביסל קלארער ארויסברענגען.
די סיבה פארוואס קריסט האט נישט געוואלט פארגוטיגען גראסמאן, ווייל ער האט געוואלט געוואונען די פריימערי קעגן רוביא, דעריבן האט ער געוואלט אנשטעלן דעם פנים ווי א שטרענגער. און ס'האט זיך נישט איינגעגעבן פאר אים.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 4:05 pm

קלארער האט נישט קיין שיעור
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 4:21 pm

* שטוינענדע

----


גלייך נאכן באקומען זיין בריוו א האלבע שעה פארן ערמארדן גראסמאן, האב איך צוריקגעשריבן פאר קריסט א גאר שארפע מעסעדזש ווי איך האב אים ממש צוגעזאגט אז עפ"י חשבון גייט ער גיין מטה מטה, ווייל דער באשעפער העלפט פאליטישנעס וועלכע ארבעטן מיט געפיל. נישט קאלטבלוטיגע.

ביז די פארלאפענע וואלן האב איך שפעקולירט צו איך וואלט געמעגט שרייבן אזוי זיכער פאר א הארטנעקיגער גוי.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 4:39 pm

גרויזאמער האט געשריבן:* שטוינענדע

פאראכטן, [טייפא]
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 5:09 pm

נישט אז איך נעם עס בנפשי, אבער אז מען רעדט דערפון...

עס איז נאך אלץ נישט גוט
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6447
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 5:20 pm

כן יאבדו כל אביך ד'
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 5:21 pm

גרויזאמער האט געשריבן:נישט אז איך נעם עס בנפשי, אבער אז מען רעדט דערפון...

עס איז נאך אלץ נישט גוט


יויש, מ'פארמער אוועק, אקעי געמאכט קאפי פעיסט פון דיין הגה ווייל דו ביזט גערעכט געווען
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 5:47 pm

נישט מיכאל יחיאל?

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 6:38 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:נישט מיכאל יחיאל?


אפשר, איך אליין בין נישט זיכער, סאמהאוי געדענק איך מיכאל יודא
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 6:51 pm

די בילד פון די מצבה איז אוועק געפלויגן ביי דעם צונאמי, אבער אין דעם בד"ה שנירל חסד של אמת, הקמת המצבות איז געווען געשריבן דער-וועגען.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 7:03 pm

כ'געדענק קלאר מיכאל יחיאל
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 7:07 pm

שמערי בערי האט געשריבן:כ'געדענק קלאר מיכאל יחיאל

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 7:11 pm

ביקסאד האט געשריבן:די בילד פון די מצבה איז אוועק געפלויגן ביי דעם צונאמי


imzist האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן:כ'געדענק קלאר מיכאל יחיאל


כ'האב דא אין מיין סעל א בילד פונעם מציבה - וואס איך האב געכאפט זייענדיג דארט פאריגען זומער - און ס'איז טאקע מיכאל יחיאל ע"ה בן אברהם ע"ה.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 7:26 pm

נאך איין ווארט אויפצוקלערן איבער דעם שטוינענדן דורכפאל פון קריסט, איז דער פאקט אז קריסט איז געווען גאר פאפולער אין פלארידע, און איז אויך געווען שטארק באליבט אין זיין סטעיט. ווער עס געדענקט ביי די רעפובליקאנע פריימערי'ס פון 08' זענען אין די ערשטע פריימערי סטעיטס נאכנישט קלאר געווען ווער ס'גייט זיין דער קאנדידאט, און די גאס האט זייער שטארק ארויס געקוקט אויף פלארידא, וואס איז געווען די לעצטע פריימערי בעפאר סופער טוסדעי. און דאן האט יעדער ארויס געקוקט אז טשארלי קריסט דער "פאפולערער" געווערנאר זאל אינדארסירן א קאנדידאט, עס איז געווען ערווארטעט אז וועם קריסט וועט אינדארסירן וועט געווינען פלארידא.

למעשה האט קריסט אינדארסירט דשאן מ'קעין, וואס דאס האט געגעבן פאר מ'קעין א שטארקע ליעד אין די פריימערי טאג, ארויס שטויסנדיג דשוליאני און נאך עטליכע קאנדידאטן, און דאס האט עווענטועל געגעבן פאר מ'קעין דעם ארט צו לויפן פאר פרעזידענט.

קומט אויס אז קריסט האט א געהאט א שטארקע יד אין אויסקלויבן נאציאנאל א קאנדידאט צו לויפן פאר פרעזידענט!

ווען קריסט האט באשלאסן צו לויפן פאר סענעטאר האט אויסגעזעהן פון אנפאנג ווי דער פארמעסט איז אויסגעשפרייט פאר אים מיט א רויטן טעפיך, ער איז נאך אלס געווען שטארק פאפולער, און זאך קענער האבן געהאלטן אז ער נוצט בלויז דעם סענאט אלס א דורכגאנג צום ווייסן הויז...

בעת ווען דער גראסמאן קעיס איז פארגעקומען, איז דער פארמעסט צווישן קריסט און רוביא שוין געווען אנגעצויגן, אבער עס איז קיין שום אנאליסט נישט אויפגעקומען אין חלום אז קריסט וועט פארלירן די פריימערי'ס, און מ'האט זאגאר געהאלטן אז ער וועט בכלל שטארק געווינען די וואלן. בלויז א קורצע צייט שפעטער האבן זיך די פאולס דראמאטיש א דריי געטאן,וואס האט געצוואונגען פאר קריסט צו טוישן זיין פארטיי ליניע, צו אינדעפענדענט.

אויפן ערשטן בליק האט אויסגעזעהן אז ער האט געטאן א גוטן שריט ווייל אנקעטעס האבן געוויזן אז ער איז אביסל פאראויס פון רוביא און מיק, אבער לא עברו ימים מועטים און די רעדל האט זיך א מיאוס'ן דריי געטאן, און - ווי בערל האט שוין ארויס געברענגט- איז ער איצט פארהאסט ביי ביידע פארטייען, און דער מענטש וואס האט אויסגעזעהן צו זיין א געלונגענער פאלאטישן מיט א גלענצענדען צוקונפט האט זיך פלוצים געטראפן צווישן די 9.6 פראצענט ארבעטסלאזע אין אמעריקא....

נאך איין ווארט, אפילו זאל ווען קריסט באקומען מיק'ס שטיצע, וואלט אים עס גאנץ ווינציג געהאלפן, רוביא האט געווינען מיט א מאדשאריטי פון 51 פראצענט. און כמעט צוויי מאל אזויפיל שטימען ווי קריסט.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 8:09 pm

Governor Crist signed the death warrant of a Jewish inmate that has been on death row for 25 years. The death sentence is scheduled for February 16th at 6:00pm.


מיר גייען דאס נישט פארגעסן!!!!
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 8:36 pm

שמערי בערי האט געשריבן:נאך איין ווארט אויפצוקלערן איבער דעם שטוינענדן דורכפאל פון קריסט, איז דער פאקט אז קריסט איז געווען גאר פאפולער אין פלארידע, און איז אויך געווען שטארק באליבט אין זיין סטעיט. ווער עס געדענקט ביי די רעפובליקאנע פריימערי'ס פון 08' זענען אין די ערשטע פריימערי סטעיטס נאכנישט קלאר געווען ווער ס'גייט זיין דער קאנדידאט, און די גאס האט זייער שטארק ארויס געקוקט אויף פלארידא, וואס איז געווען די לעצטע פריימערי בעפאר סופער טוסדעי. און דאן האט יעדער ארויס געקוקט אז טשארלי קריסט דער "פאפולערער" געווערנאר זאל אינדארסירן א קאנדידאט, עס איז געווען ערווארטעט אז וועם קריסט וועט אינדארסירן וועט געווינען פלארידא.

למעשה האט קריסט אינדארסירט דשאן מ'קעין, וואס דאס האט געגעבן פאר מ'קעין א שטארקע ליעד אין די פריימערי טאג, ארויס שטויסנדיג דשוליאני און נאך עטליכע קאנדידאטן, און דאס האט עווענטועל געגעבן פאר מ'קעין דעם ארט צו לויפן פאר פרעזידענט.

קומט אויס אז קריסט האט א געהאט א שטארקע יד אין אויסקלויבן נאציאנאל א קאנדידאט צו לויפן פאר פרעזידענט!

ווען קריסט האט באשלאסן צו לויפן פאר סענעטאר האט אויסגעזעהן פון אנפאנג ווי דער פארמעסט איז אויסגעשפרייט פאר אים מיט א רויטן טעפיך, ער איז נאך אלס געווען שטארק פאפולער, און זאך קענער האבן געהאלטן אז ער נוצט בלויז דעם סענאט אלס א דורכגאנג צום ווייסן הויז...

בעת ווען דער גראסמאן קעיס איז פארגעקומען, איז דער פארמעסט צווישן קריסט און רוביא שוין געווען אנגעצויגן, אבער עס איז קיין שום אנאליסט נישט אויפגעקומען אין חלום אז קריסט וועט פארלירן די פריימערי'ס, און מ'האט זאגאר געהאלטן אז ער וועט בכלל שטארק געווינען די וואלן. בלויז א קורצע צייט שפעטער האבן זיך די פאולס דראמאטיש א דריי געטאן,וואס האט געצוואונגען פאר קריסט צו טוישן זיין פארטיי ליניע, צו אינדעפענדענט.

אויפן ערשטן בליק האט אויסגעזעהן אז ער האט געטאן א גוטן שריט ווייל אנקעטעס האבן געוויזן אז ער איז אביסל פאראויס פון רוביא און מיק, אבער לא עברו ימים מועטים און די רעדל האט זיך א מיאוס'ן דריי געטאן, און - ווי בערל האט שוין ארויס געברענגט- איז ער איצט פארהאסט ביי ביידע פארטייען, און דער מענטש וואס האט אויסגעזעהן צו זיין א געלונגענער פאלאטישן מיט א גלענצענדען צוקונפט האט זיך פלוצים געטראפן צווישן די 9.6 פראצענט ארבעטסלאזע אין אמעריקא....

נאך איין ווארט, אפילו זאל ווען קריסט באקומען מיק'ס שטיצע, וואלט אים עס גאנץ ווינציג געהאלפן, רוביא האט געווינען מיט א מאדשאריטי פון 51 פראצענט. און כמעט צוויי מאל אזויפיל שטימען ווי קריסט.


גוט ארויסגעברענג.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 9:50 pm

לאמיר נישט איבערקייען אלטע שטרוי, אבער ...

אקעי, ווייסטו וואס? איך פריי מיך אויך מיט די מפלה פון טשארלי קריסט, אבער ביז מאכן א פאמפע דערפון אין די מידיא אדער זאגאר אריינשיקן צו אים א מעלדונג דערוועגן, דאס הייסט ריכטיג התגרות באומות בנוסח דזשעי די על.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 10:24 pm

קרעמער האט געשריבן:לאמיר נישט איבערקייען אלטע שטרוי, אבער ...

אקעי, ווייסטו וואס? איך פריי מיך אויך מיט די מפלה פון טשארלי קריסט, אבער ביז מאכן א פאמפע דערפון אין די מידיא אדער זאגאר אריינשיקן צו אים א מעלדונג דערוועגן, דאס הייסט ריכטיג התגרות באומות בנוסח דזשעי די על.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 8:28 am

למעשה האב איך געהאט געשיקט פאר קריסט צוויי אימעילס וואס ער האט איגנארירט, במילא כאטש וואס איך וואוין אין ניו יארק, האב איך געפילט ווי די פארמעסט איז מיין לאקאלע פארמעסט ווי איך האב א פערזענליכע אינטרעסע אז ער זאל פארלירן.
ווען קריסט האט זיך געדארפט מיט בושות ארויסציען פון די רעפובליקאנע פארמעסט (ווער געדענקט נאך ווי אין די טעג און וואכן בעפאר, האט ער און זיינע געהילפן געהאלטן אין איין איבערזאגן אז ער גייט קיינמאל נישט לויפן אלס אינדעפענדעט...),וואס כאטש אלע אנקעטעס און אנאליזן האבן דעמאלטס געהאט פארגעזאגט א זיכערע געווינס פאר קריסט, האב איך געזאגט וואס זרש האט געזאגט פאר המן "אם מזרע היהודים... אשר החלות לנפול... כי נפול תפול לפניו"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט