נאר א געריכטליכן באפעל האט די פירמע געמאלדן אז זי וועט פארעפענטליכן די געהיימע ציפערן וועלכע ערלויבן צו "אויפשפארן" AT&T פאונס צו קענען נוצן מיט אנדערע ווייערלעס פירמעס (פארשטייט זיך נאר GSM באזירטע), אין א קליין פאראגראף האט AT&T אבער באוויזן אויסצושליסן פאונס וואס זענען ארויסגעקומען ווייניגער ווי 10 חדשים בעפאר די קלאגע איז אריין אין געריכט, און דאס שליסט איין... יא איר האט צוגעטראפן! די אייפאון מיט עטליכע לעצטערע בלעקבערי ווערסיעס ווי די BOLD און נאך.
וואל סטריט זשורנאל
AT&T וועט פארעפענטליכן די Unlock Codes פאר אלע אירע פאונס
די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 744
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
AT&T וועט פארעפענטליכן די Unlock Codes פאר אלע אירע פאונס
קאמענטארן זענען איבריג
- מבין נומ 1
- שר האלף
- תגובות: 1112
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm
ווען איך קען ווען האבן אן אייפאון מיט 'טי מאביל' פריפעיד פלען וואלט ATT געגאנגען באנקראט....
שוועמל: ATT לייגט אריין דאס יאר 'פיר ב-י-ל-י-א-ן' דאלער צו פאררעכטן און אויפארבעטן זייערע אנטענעס איבער'ן לאנד
אין דרום און צענטראל אמעריקע זענען זיי די בעסטע און קלארסטע אייביג געווען, זייער שוואכקייט איז בעיקר אין ניו יארק און אומגעגנט אוואו צופיל מענטשן האבן זיך איינגעהאנדלט דעם אייפאון, און זיי האבן נישט געקענט הענדלען אזויפיל דאטא יוסעדש אויפאמאל.
בקיצור ס'מאכט סענס אז זיי זענען שוין בעסער, אבער ס'איז נאך אלס נישט קיין שלימות, און אוודאי אין אפסטעיט ווי ס'נישט דא קיין 3G

תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 744
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
צייטליך האט געשריבן:קאמענטאטאר. פארוואס נאר ATT, וועט מען ווערייזאן פאונס אויך קענען ניצן מיט א ספרינט ליין?
כ'ווייס אויך נישט, מסתבר איז אבער אז נאך די סוקסעספולע - קלאס אקציע - קלאגע קעגן AT&T וועט זיך ענליכעס איבערשפילן ביי די איבריגע פירמעס
ווי אויך איז מסתבר אז די נייעס איז דירעקט פארבינדען מיט די לעצטע "אפענע בריוו" פון עי טי ענד טי אז זיי גייען העכערן די ETF (ערלי טערמינעישאן פי) פאר אלע איהרע פארגעשריטענע פאונס - זיך צו פארזיכערן קעגן פאטענציאלע שאדנ'ס פון דעם א.ד. אורטייל, אזוי אז די שטראפן פון אפהאקען א קאנטראקט - $325 - וועט באלד איבערוועגן די פארדינסטן ווי איידער אויסצוווארטן ביז ענדע קאנטראקט, וואס געווענטליך איז שוין דאן פארהאן פיל נייערע מאדעלן אזש ס'איז שוין נישט אזא מציאה.
און צו לעצט, אפילו אז AT&T איז געצוואונגען אויפצוגעבן א דעווייס מיינט נאך נישט אז די מאנופעקטשורער - וו.צ.ב.ש. בלעקבערי - אדער די נייע סערוויס פראוויידער איז געצוואונגען עס צו סופפארטן (פארשטייט זיך ווילאנג מ'קלאגט זיי נישט עקסטער אן..), ווייל אויב ספרינט וויל נישט אז מ'זאל - דורך א ענליכע אנקלאגע - אוועקנעמען א דעווייס פון איהר צו ווערייזאן, וועט זי רעספעקטירן איהר קאנקורענט מיטן נישט סופפארטן איהרס א דעווייס און דאס זעלבע אויף צוריק.
קאמענטארן זענען איבריג
צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט