ווער האט גע'הרג'עט יצחק רבין

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

ווער האט גע'הרג'עט יצחק רבין

תגובהדורך אריאל » מיטוואך מאי 05, 2010 11:28 pm

סאכדעס האט געשריבן:קהת, די חילוק איז פשוט, דער חזיר-עסער, טוט אן עבירה בזדון, דער איד האט דאך געהאלטן אז ער טוט א מצוה.


א מענטש קאן באגיין א הארבע עבירה, און זיין בדעה אז ער טוט גאר א מצוה. יגאל עמיר צום ביישפיל, האט עובר געווען אויפן לאו פון לא תרצח, און געווען פולשטענדיק איבערצייגט, אז אויף רבין איז חל דער דין פון א מוסר, און מען דארף אים דערהארגענען.
לעצט פאראכטן דורך אריאל אום דאנארשטאג מאי 06, 2010 12:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך מאי 05, 2010 11:46 pm

איהר זענט זיכער אז יגאל עמיר איז געווען דער רוצח ?
ועמך כולם צדיקים

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

תגובהדורך אריאל » דאנארשטאג מאי 06, 2010 1:17 am

ביקסאד האט געשריבן:איהר זענט זיכער אז יגאל עמיר איז געווען דער רוצח ?


זייט מוחל, וואס איר זאגט איז לעכערלעך. יגאל עמיר איז געכאפט געווארן ביי דער האנט בשעת מעשה, און דער מארד גופא איז פאטאגראפירט געווארן דורך רוני קמפלר, אן אמאטארישער פאטאגראף.

אין דעם פאקט איז נישטא קיין צווייפל.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג מאי 06, 2010 2:39 am

אויב איר זענט אזוי זיכער מיט אייערע פאקטן, דאן צייגט איבער בערי חמיש.

מאדנע :
ווער האט געשריגן סרק סרק ?
וואו אזוי האט ער זעך געקאנט אליין אריין זעצן אין דעם אויטא ?
פאר וואס האט גענומען פאר דעם אויטא אזוי לאנג אן צו קומען אין שפיטאל ?
ווען עס איז א גראדע וועג, צו וואו האט זעך דער אויטא פאר-קיווערט ?
וועמען'ס לויה איז פארגעקומען א טאג שפעטער, אין א פאר-מאכטן בית החיים ?

אינטערסאנט, דער ווידיאו וועלכער איהר דער-מאנט איז נאר נישט ברציפות.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג מאי 06, 2010 3:10 am

אריאל האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:איהר זענט זיכער אז יגאל עמיר איז געווען דער רוצח ?


זייט מוחל, וואס איר זאגט איז לעכערלעך. יגאל עמיר איז געכאפט געווארן ביי דער האנט בשעת מעשה, און דער מארד גופא איז פאטאגראפירט געווארן דורך רוני קמפלר, אן אמאטארישער פאטאגראף.

אין דעם פאקט איז נישטא קיין צווייפל.


לעכערליך, הא? ווער איז דאס רוני קמפלר, ווייסטו? איז דאס טאקע די איינציגסטע ווידיאו פון די מארד? ווי איז דאס מעגליך?

נישטא קיין צווייפל? וואו האט זיך יגאל עמיר געלערנט? און ווער איז געווען אבישי רביב? און ווער האט צוגעשטעלט די וואפן פאר יגאל?
שוין איינמאל דא א צווייפל.

לייען נאך אביסל, און זוך אליין דעם ווארהייט. אפשר וועסטו מיט די צייט אויפהערן גלויבן די אפיציעלע ווערסיע וואס די שב"כ פיטערט פאר די מאסן. דערווייל באטראכט די צוויי לינקס, און זעה טאמער ס'איז מתקבל על הדעת. האלט אן אפענע קאפ, וועסטו אליין טרעפן נאך אסאך סתירות אין די אפיציעלע ווערסיע.

ווער האט טאקע געהארגעט רבין? גיי ווייס! ר' משה הירש נישט, און יגאל עמיר מסתמא אויך נישט. איין זאך איז זיכער. עפעס שמעקט דא נישט ריכטיג. און אז א פיש שטינקט פון קאפ, האסטו שוין אמאל געהערט?

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

תגובהדורך אריאל » דאנארשטאג מאי 06, 2010 4:34 am

בערי חמיש'ס טעאריע איז פון לאנג אפגעווארפן געווארן. סיי דורך די פרייע אומאפהענגיקע פרעסע, סיי דורך די פארשס-קאמיסיע פונעם געריכט, און סיי דורכן ברייטן ציבור וועלכע זעען אין דעם בערי חמיש א מאדנער פויגל.

איך זע נישט קיין זין, זיך אריינלאזן אין א פוסטן וויכוח לגבי דעם אויסגעטראכן קאנספיראציע פון בערי חמיש.

דאס איז איינס. צווייטנס, די טעמע איז אראפ פונעם דרך הישר. עס רעדט זיך נישט דא וועגן בערי חמיש מיט זיינע המצאות און נישט וועגן יצחק רבין'ס מארד. איך האב דא דערמאנט יגאל עמיר בלויז אלס ביישפיל. (איך בין קאפאבל צו ברענגען אויך אן אנדערן ביישפיל... )

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג מאי 07, 2010 1:38 am

אז בערי חמיש איז א קאנספיראציע טעאריסט דארפט איהר מיר נישט צו פאר ציילן.
אבער מאדנע ביז גאר, אז מען לאזט איהם נישט אין דעם דעמאקראטישע מדינה של גהינם אויף טרעטען אין קיין שום אפיציעלע געביידע, ‫און אפילו פריוואטע זאלן זאגן איהם אף אין די לעצטע מינוט.

וואו פיהל די פרעסע אין די קאמוניסטישע מדינת ישמעאל איז פריי און אומאפהענגיק וועלן מיר זעך אצינד נישט אריין לאזן אין א דעבאטע, ווייל מען וועט נישט פערטיג ווערן.
כמו"כ איבער אלע וועדות חקירות וואו פיהל עס איז נישט תלוי אין די ממלכה אדער ממשלה, דער-מאנט אייך נאר די פרשיות פון ילדי טעהראן, תימן, מאראקא ועוד.



ועכשיו בחזרה לנושא,
‫העכסט אינטערעסאנט, די וועג פון כיכר מלכי ישראל ביז צו דעם שפיטאל איז א גראדע, נעמט ווייניגער וואו פינף מינוט, און דא איז מען ארום געפאהרן מיט א שטערבליך פאר וואונדעטען פרעימער מיניסטער אויף א טוהר פאר באלד א האלבע שטונדע.


זאגט נאר איהר האט שוין געטראפן א מערדער וועלכער זיצט אין א העכסט פאר-זיכערטע תפיסה,
וואס מען לאזט איהם הייראטן [חופה, קידושין, יחוד וכו'] און האבן קינדער פון צווישן די תפיסה ווענט ?
בנוהג שבעולם אז א מערדער פון א רעגירונג הויפט האט די מינימאלסטע באדינונגען,
און דא פונקט קאפויער, די העפליכסטע באקוועמליכקייטן וואס א ארעסטאנט טוהט אפילו אין וויסטן חלום נישט דמיון'ען.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג מאי 07, 2010 7:02 am

פאר וואס דארף רעדן פין א נושא וואס געהערט נישט פאר אונז היימישע יודן, ס'איז טאקע א ווייטאג צו רעדן וועגן א יוד האט געהארגעט א צווייטער יוד, אבער נישט אלעס דארף אראפ געברענגט ווערן דא ובפרט מיט אזעלכע שטותים ווער האט יא געהארגעט ווער נישט וד"ל
参考专家

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מאי 07, 2010 8:31 am

מומחה יוחס האט געשריבן:פאר וואס דארף רעדן פין א נושא וואס געהערט נישט פאר אונז היימישע יודן, ס'איז טאקע א ווייטאג צו רעדן וועגן א יוד האט געהארגעט א צווייטער יוד, אבער נישט אלעס דארף אראפ געברענגט ווערן דא ובפרט מיט אזעלכע שטותים ווער האט יא געהארגעט ווער נישט וד"ל


ס'איז א ריין שטיקל היסטאריע, פאליטיק און קאנספיראציע וואס ברענגט נישט קיין שאדן פאר קיינעם און באדערט נישט קיינעם. איך זעה נישט קיין פראבלעם דעראון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » פרייטאג מאי 07, 2010 8:36 am

ס'נישט קיין שאלה אויב עמיר האט רים געהארגעט, די שאלה איז נאר אויב ער איז געווען אונטער געשטעלט אדער נישט
איך זאג עשה!

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

תגובהדורך אריאל » זונטאג מאי 09, 2010 12:48 pm

ס'טייטש, ווער האט געהארגעט יצחק רבין?! פארשטייט זיך, אז דער מלאך המוות!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מאי 09, 2010 1:09 pm

אריא' גוט...

קעש, עמיר האט זיכער געשאסן, די שאלה איז נאר, ווער האט אים ערמארדערט, שטייסניש?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג מאי 09, 2010 1:16 pm

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:ס'נישט קיין שאלה אויב עמיר האט רים געהארגעט, די שאלה איז נאר אויב ער איז געווען אונטער געשטעלט אדער נישט


אמת עס איז נישט קיין שאלה, נאר עס איז קלאר אז ער האט איהם נישט גע'הרג'ט..... ווער ס'האט געזעהן דעם ווידיאו אדער געליינט דעריבער ווייסט דערפון
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4790
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג מאי 09, 2010 1:59 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:פאר וואס דארף רעדן פין א נושא וואס געהערט נישט פאר אונז היימישע יודן, ס'איז טאקע א ווייטאג צו רעדן וועגן א יוד האט געהארגעט א צווייטער יוד, אבער נישט אלעס דארף אראפ געברענגט ווערן דא ובפרט מיט אזעלכע שטותים ווער האט יא געהארגעט ווער נישט וד"ל

אריאל האט געשריבן:ס'טייטש, ווער האט געהארגעט יצחק רבין?! פארשטייט זיך, אז דער מלאך המוות!


עס איז פארהאן א באוואוסטער טעיפ ווי דער רמ"ש מליובאוויטש (פאר)פירט א שמועס מיטן בעלזער רבי'ן זז"ג פון ירושלים, עס איז געווען נאך וואס דער רמ"ש'ס רעבעצין איז אוועק, פרעגט דער ב"ר וויאזוי איז זי אוועק, ענטפערט דער רמ"ש בלשו"ק דער נשמה האט זיך אפגעטיילט פונעם גוף...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 09, 2010 2:09 pm

אפשר פארציילט איינער די מעשה און דערנאך וועל'ן מיר קענען פארשטיין וואס די שאלה איז..?

איך קען נישט אנפאנגען ליינען קאנספיראציעס בעפאר איך ווייס נישט אויף וואס ס'איז געבויעט.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג מאי 09, 2010 2:41 pm

בן בוזי האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:פאר וואס דארף רעדן פין א נושא וואס געהערט נישט פאר אונז היימישע יודן, ס'איז טאקע א ווייטאג צו רעדן וועגן א יוד האט געהארגעט א צווייטער יוד, אבער נישט אלעס דארף אראפ געברענגט ווערן דא ובפרט מיט אזעלכע שטותים ווער האט יא געהארגעט ווער נישט וד"ל

אריאל האט געשריבן:ס'טייטש, ווער האט געהארגעט יצחק רבין?! פארשטייט זיך, אז דער מלאך המוות!


עס איז פארהאן א באוואוסטער טעיפ ווי דער רמ"ש מליובאוויטש (פאר)פירט א שמועס מיטן בעלזער רבי'ן זז"ג פון ירושלים, עס איז געווען נאך וואס דער רמ"ש'ס רעבעצין איז אוועק, פרעגט דער ב"ר וויאזוי איז זי אוועק, ענטפערט דער רמ"ש בלשו"ק דער נשמה האט זיך אפגעטיילט פונעם גוף...


השמועס הוא עם הפאפא רבי מוומס"ב.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:36 pm

בארימטע חוקר דר מרדכי קדיר האט נעכטן געזאגט ביי א ראלי אז יגאל עמיר האט נישט געהארגעט

די ידיעה קומט אין א שאק ווייל ער איז א בארימטע פראפעסאר אין אוניברסיטת בר אילן אין א אנגענומענע מענטש

ער טענט אז י.ר. איז דער רוצח
וואו עס ערוויינט מיינט ער יורם רבין וועלכע האט געארבעט פאר די שב״כ און סדא וואס האלטן אז די שב״כ האט געהארגעט רבין

ביבי האט היינט פארדאמט די גירסא
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:43 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:פאר וואס דארף רעדן פין א נושא וואס געהערט נישט פאר אונז היימישע יודן, ס'איז טאקע א ווייטאג צו רעדן וועגן א יוד האט געהארגעט א צווייטער יוד, אבער נישט אלעס דארף אראפ געברענגט ווערן דא ובפרט מיט אזעלכע שטותים ווער האט יא געהארגעט ווער נישט וד"ל

אינעם דאהאן אשכול האט איר אויך אזוי געשריבן? אמת ס'איז א ווייטאג, אבער איך האב קיין ספק נישט, אז די שופרות און חצוצרות פון יהדות החרדית וועלן דעקן די נייעס.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:57 pm

איך זע דא אז אזויפיל ווי 28% פון מדנ"י בירגער גלייבן אז די מעשה איז נישט אזויווי די ווערסיע פון בית משפט.

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:50 pm

א באנדע נעראנים גלייבן די קאנספיראציעס, דער ריינער אמת איז אז, יצחק ראבין, JFK, בין לאדין, אין היטלער וואוינען אין ארגענטינה אין מאכען אויף ציזאמען אלע קאנספיראציעס

קענעדי האט שוין געמאכט איינס אלטץ פרעזידענט איינגערעדט יעדעם אז מען לאנדעט אויף די לבנה, ווען בוש האט איינגרעדט יעדען אז א ערעפלאן האט געקראכט אין די פענטעגאן האט מען עם אויך געוואלט אריינעמען איו די גרופע, אבער אזויווי קיינער האט עם נישט געגלייבט וויא מען קען זעהן קלאר אויף יו טאב אז די לאך איז צי קליין האט מען עם נישט אנגענימען אין די גופע
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:03 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:א באנדע נעראנים גלייבן די קאנספיראציעס, דער ריינער אמת איז אז, יצחק ראבין, JFK, בין לאדין, אין היטלער וואוינען אין ארגענטינה אין מאכען אויף ציזאמען אלע קאנספיראציעס אויף די לבנה,

...and just this week
al-Baghdadi joined the group
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:42 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:א באנדע נעראנים גלייבן די קאנספיראציעס, דער ריינער אמת איז אז, יצחק ראבין, JFK, בין לאדין, אין היטלער וואוינען אין ארגענטינה אין מאכען אויף ציזאמען אלע קאנספיראציעס

קענעדי האט שוין געמאכט איינס אלטץ פרעזידענט איינגערעדט יעדעם אז מען לאנדעט אויף די לבנה, ווען בוש האט איינגרעדט יעדען אז א ערעפלאן האט געקראכט אין די פענטעגאן האט מען עם אויך געוואלט אריינעמען איו די גרופע, אבער אזויווי קיינער האט עם נישט געגלייבט וויא מען קען זעהן קלאר אויף יו טאב אז די לאך איז צי קליין האט מען עם נישט אנגענימען אין די גופע

עס איז קיין פארגלייך
קיינער לייקענט נישט אז ראבין איז טויט און קיינער לייקענט נישט אז עמיר האט געשאסן
די שאלה (קאנספיראציע??) דא איז איבער אנדערע דעטעאלן

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:52 pm

פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 6:00 pm

די וועלט איז פלאך. אפאר משוגעים, מיינען אז עס איז רינדעכיג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 8:40 pm

ביקסאד האט געשריבן:

זאגט נאר איהר האט שוין געטראפן א מערדער וועלכער זיצט אין א העכסט פאר-זיכערטע תפיסה,
וואס מען לאזט איהם הייראטן [חופה, קידושין, יחוד וכו'] און האבן קינדער פון צווישן די תפיסה ווענט ?
בנוהג שבעולם אז א מערדער פון א רעגירונג הויפט האט די מינימאלסטע באדינונגען,
און דא פונקט קאפויער, די העפליכסטע באקוועמליכקייטן וואס א ארעסטאנט טוהט אפילו אין וויסטן חלום נישט דמיון'ען.


נישט א ראי'
מדינת ישראל לאזט צו וואס ווערט אנגערופען Conjugal visit אפילו פאר מערדער
זעה דא https://en.wikipedia.org/wiki/Conjugal_visit
סייג לחכמה שתיקה....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, אינדיאנער, טשיינע רב, יאנקעל פעדראטשיק, כאפצעם, לעכטל, עטיש, קאנסילמאן, שכל טוב און 44 געסט