יוסי געשטעטנער פאר קאנגרעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מיטוואך מארטש 10, 2010 3:20 pm

פאכמאן האט געשריבן:יודישלעך גערעדט איז קאנגרעס אליין אויך נישט גוט.

ער וועט פון דארט נישט אהיימקומען ערליך, דאס איז מיין מיינונג.

אידישלעך מעגן ווען אסאך אידן בלייבן היינט צוטאגס אינדערהיים.
וויפיל אידן קומען אהיים 'נישט ערליך' פון דער ארבעט?
דער איינציגער חילוק איז אז דו וועסט קענען אנקוקן יאסל דער פאליטישאן אין אפאר יאר פון היינט און זאגן "זייט ער איז געגאנגען אין קאנגרעס איז ער נישט אזוי איי איי"(אויב עפעס ח"ו), און אויף סתם יונגעלייט קענסטו נישט פינפוינטן אויף ווען דער ירידה איז געשען.
מיר קענען נישט באשמוצן דעם קאנדידאט "ווייל ער וועט מער נישט זיין אזוי פרום", די זעלבע וואס דו וועסט נישט קענסלען דעם פלאמבער ווייל דו האסט געהערט אז ער איז לעצטנס געפאלן אין אידישקייט.
יאסי זוכט זיך א דשאב. זיין פראבלעם איז נאר אז זוכט א פאבליק דשאב, און ער דארף אנקומען צום פאבליק דערפאר.

טהור'ל זאגט פיינע רייד.
אינ'אמת'ן האלט איך אז רוב פון אונז האבן מורא אז יאסי זאל לויפן, ווייל אויב פארלירט ער וועלן מיר זיין צו שאנד.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך מארטש 10, 2010 3:35 pm

מאנאגרעמס; איך וויל דיר עפעס פרעגן.

וואס האלסטו גייט יאסי טון אויב הילערי קלינטאן קומט און רייכט אים א האנט, וועט ער זאגן "איי קענט דא איט ביקאז אף מיי רעליזשען"? - איך מיין אז נישט.

און דאס איז נאך פון די קליינע פראבלעמען.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך מארטש 10, 2010 3:45 pm

פארוואס נישט??
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

תגובהדורך דער גראפיסט » מיטוואך מארטש 10, 2010 3:46 pm

הילערי איז שוין געווען ביי גענוג רבנים אין ניו יארק אין זי ווייסט שוין אז חסידישע אידן גיבן נישט די האנט פאר נשים
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך מארטש 10, 2010 3:48 pm

האניג און פאכמאן, איך קען בלויז צושטימען.

גראפיסט, הילערי איז בלויז געווען איין ביישפיל, עס זענען דא צענדליגער פרויען אין קאנגרעס.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך מארטש 10, 2010 3:55 pm

ואביו שמר את הדבר...
און... וואס איז געבליבן למעשה מיט יוסף'ס חלומות?? פרעגסט נאר ליפא... ס'פיין געלונגען!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מיטוואך מארטש 10, 2010 4:05 pm

זיס האט געשריבן:וואס האלסטו גייט יאסי טון אויב הילערי קלינטאן קומט און רייכט אים א האנט, וועט ער זאגן "איי קענט דא איט ביקאז אף מיי רעליזשען"?

אפשר יא, אפשר נישט. מיר זענען נישט די וועלכע דארפן זיך זארגן פאר זיין אידישקייט.
פארגעס נישט, אין קאנגרעס קען ער נאך אפשר שיין אויסנעמען אויב ער וועט נישט קיין האנט מיט נשים...
איך קען נישט יאסי'ן פערזענליך און איך האב נישט געמאסטן זיין אידישקייט, אבער עס זענען נאך דא גענוג אידן וואס וואלטן נישט גערייכט א האנט. (גיי פרעג זיך נאך אויף די פילע אידן וואס האבן פארלוירן גוטע ביזנעס דיעלס ווייל די גוי'טע האט מער נישט געוואלט האנדלען מיט דעם "צערודערטן פארשוין")
דער פראבלעם איז נישט אז ער לויפט פאר קאנגרעס. דער פראבלעם איז פארוואס עס איז אים בכלל איינגעפאלן צו לויפן...

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » מיטוואך מארטש 10, 2010 4:06 pm

זיס האט געשריבן:מאנאגרעמס; איך וויל דיר עפעס פרעגן.

וואס האלסטו גייט יאסי טון אויב הילערי קלינטאן קומט און רייכט אים א האנט, וועט ער זאגן "איי קענט דא איט ביקאז אף מיי רעליזשען"? - איך מיין אז נישט.

און דאס איז נאך פון די קליינע פראבלעמען.


איך כאפ נישט וואס דיין פראבלעם איז. עס איז דא ווייניג אידישע פאליטישאנס?? נאר יוסי געשטעטנער'ס אידישקייט איז דיין פראבלעם??

"אברהם ווידער" די מעיאר פון ק"י איז געווען נעכטען אין וואשינגטאן, האט ער ווייניג פרויען געדארפט טרעפן דארט???

טוה מיר א טובה...
לעצט פאראכטן דורך אינגערמאן אום מיטוואך מארטש 10, 2010 4:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מארטש 10, 2010 4:36 pm

מאנאגרעמס האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:וואס האלסטו גייט יאסי טון אויב הילערי קלינטאן קומט און רייכט אים א האנט, וועט ער זאגן "איי קענט דא איט ביקאז אף מיי רעליזשען"?

אפשר יא, אפשר נישט. מיר זענען נישט די וועלכע דארפן זיך זארגן פאר זיין אידישקייט.
פארגעס נישט, אין קאנגרעס קען ער נאך אפשר שיין אויסנעמען אויב ער וועט נישט קיין האנט מיט נשים...
איך קען נישט יאסי'ן פערזענליך און איך האב נישט געמאסטן זיין אידישקייט, אבער עס זענען נאך דא גענוג אידן וואס וואלטן נישט גערייכט א האנט. (גיי פרעג זיך נאך אויף די פילע אידן וואס האבן פארלוירן גוטע ביזנעס דיעלס ווייל די גוי'טע האט מער נישט געוואלט האנדלען מיט דעם "צערודערטן פארשוין")
דער פראבלעם איז נישט אז ער לויפט פאר קאנגרעס. דער פראבלעם איז פארוואס עס איז אים בכלל איינגעפאלן צו לויפן...

האסט אפשר אן השגה וואס פרנסה און בענעפיטן א קאנגרעסמאן האט, און דאס איז שוין אפען טיש.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מיטוואך מארטש 10, 2010 5:42 pm

הונדרעט פופציג מיט בענעפיטס וואס מיינט שטאב אפיס עקספעסעס נישט. . .
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך מארטש 10, 2010 7:10 pm

זיס האט געשריבן:מאנאגרעמס; איך וויל דיר עפעס פרעגן.

וואס האלסטו גייט יאסי טון אויב הילערי קלינטאן קומט און רייכט אים א האנט, וועט ער זאגן "איי קענט דא איט ביקאז אף מיי רעליזשען"? - איך מיין אז נישט.

און דאס איז נאך פון די קליינע פראבלעמען.


ר' זיס, אנטשולדיגט מיר זייער, אבער דער פראבלעם האבן הונדערטער היימישע אידן, טאג טעגליך, ביי ביזנעס דיעלס, ווען שווערע מיליאנען שטייען אין קאן.

איך גלייב הונדערט פראצענט אז יאסי וועט שיינערהייט מסביר זיין אז ער קען דאס נישט טאן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » מיטוואך מארטש 10, 2010 7:18 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:איך גלייב הונדערט פראצענט אז יאסי וועט שיינערהייט מסביר זיין אז ער קען דאס נישט טאן.


וויזוי זאגט הערשל? כבין זייער סקעפטיש...

נאך א פראגע: וועט ער נישט גיין קאמפיינען מיט אויפטריטן ביי פרויען פריציות'טעס? (אויב נישט דעמאלס זאל ער נישט קלערן פון אנציען פראצענטן..)

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מיטוואך מארטש 10, 2010 7:22 pm

און וואס איז מיט ר' הערשל אויב איז ער מקנה זאל ער לויפן אין ארענטש
מעג מען נאר ביי די צוויי און צוואנציג :?:
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך מארטש 10, 2010 10:42 pm

פאכמאן האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:איך גלייב הונדערט פראצענט אז יאסי וועט שיינערהייט מסביר זיין אז ער קען דאס נישט טאן.


וויזוי זאגט הערשל? כבין זייער סקעפטיש...

נאך א פראגע: וועט ער נישט גיין קאמפיינען מיט אויפטריטן ביי פרויען פריציות'טעס? (אויב נישט דעמאלס זאל ער נישט קלערן פון אנציען פראצענטן..)


נאכמער; די סדר ביי די סארט קאנדידאטן (בפרט אויב מען לויפט פאר פרעזידענט אדער ווייס פרעזידענט, אבער מיר האלטן נאכנישט דארט), אז אז מען טרעט אויף צוזאמען מיט די ווייב און די משפחה... פיל מאל ברויך דאס ווייב אליין אויפטרעטן און געבן א ספיטש. טיילמאל זענען פאראן וואס קומען רייכן א האנט מיר איר...

האלסטו אז יאסי וועט דאס דורכטראגן?

איך מיין אז נישט.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מארטש 10, 2010 11:01 pm

ר' זיס,
אולי איז נישט כדאי דא דורכצושמועסן יוססי'ס קאמפעטענץ בייצוקומען נסיונות.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » מיטוואך מארטש 10, 2010 11:37 pm

From Yossi Gestetner: Regarding the graphics of me out there, let me say this: I didn't make ANY of the graphics! I didn't ask anyone to make graphics! And I have NO CLUE who made it! At the current stage of considering a run, NO graphics is needed or worth spending a second on it. (One photo, has me in a tie, and ppl wondered what THAT was/is... Well, anyone with juice in their brain, would notice that it's a photo-shop/made up photo. Plus, a neck-tie ain't my thing. Am bh a proud Hasid!) Pls fw
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך מארטש 10, 2010 11:50 pm

קראצער האט געשריבן:. Am bh a proud Hasid!) Pls fw


פאר די ווערטער גיב איך אים קרעדיט.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 7:14 am

א שטיקל דערהער:

עס האט נעכטן רעזיגנירט עריק מעסא, א ניו יארקער קאנגרעסמאן, צוליב אומעטישע געפירעכץ אין קאנגרעס.

שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז ווען מעסא איז געווען אין די נעווי, איז ער אויך אומגעגאנגען מיט די אומעטישע געפירעכץ.

ווען מען האט אינטערוויוט איינעם וואס האט געדינט אין די נעווי אינאיינעם מיט מעסא, האט יענער זיך אויסגעדריקט: "נו, קיין וואונדער אז ער איז אנגעקומען אין קאנגרעס"...

דאס זאגט שוין אלעס און עס זאגט אויך וואס און וויפיל די אמעריקאנער בירגער האלטן פון קאנגרעס (דאס איז שוין אויסער וואס פאליטיש ווייזן די אנקעטעס אייביג אז קאנגרעס האט די שוואכסטע אפראוועל רעיטינגס פון סיי וועלכע רעגירונג צווייג). סאו אז אזעלכע נארישע פארשוינען, מיט אומעטישע בעקגראונד'ס און סקאנדאליעזע פארגאנגענהייטן קענען אנקומען אין קאנגרעס, וועט יוסי - כ'קען אים פערזענליך ער איז א חשובער יונגערמאן- אויך קענען אהין אנקומען.

דאס איז אלעס פאליטיש און סטראטעגיש גערעדט, אבער דער אידישקייט פראבלעם און די רויע פאליטישע ידיעה פראבלעם בלייבט נאך אלס, סיי ביים קאמפיינען און סיי ביים זיצן אין קאנגרעס -אויב איז באשערט און ער וועט געווינען.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

רעיא מהימנא
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:02 pm

תגובהדורך רעיא מהימנא » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 7:57 am

לאמיך אויך אריינווארפען מיינע פיר סענט אין דעי דעבעיט....
איך האלט אז יאסי כאפט נישט ווי קאמפליקעיטעד אזא קאמפעין איז, ער כאפט אויכעט ניש אז ער דארף ציגרייטען ענפערס פאר כל מינע שאלת, ווי צים ביישפיל: פארוואס אידען זאגען "שלא עשנו אישה יעדען אינדערפרי, אדער "שלא עשנו גוי.".....
יעדער געדענקט ווי אפילו דזא ליבערמאן האט זיך פארפלאנטערעט מיט דעי פראגעס.
אבער די אמת איז אז איך האב טראסט אין יאסי. ער פארשטייט גיט א עסק, אין מיט זיין ענערזשי וועט ער נאך ווייט אנקימען!!;

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 8:09 am

וועגן די שלא עשנו אישה פראגע האלט איך אז יאסי וועט מאכן דערפון א וויץ.
ער האט א סענס אוו הומער. און די מידיא גלייכט געווענליך אזעלכע מענטשן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 8:24 am

אז מ'רעדט פון די ברכה שלא עשני גוי, איז אינטערעסאנט נאכצוברענגען א עדיטאריעל וואס איז לעצטנס געווען אינעם ניו יארק טיימס איבער אידישקייט אין מדינת ישראל, אינדערצווישן דערמאנט די שרייבערקע מיט איבערגענומענקייט:
In Orthodox synagogues, some men still say a morning prayer thanking God for not making them women

http://www.nytimes.com/2010/03/03/opinion/03dowd.html

סארי פארן פארקריכן פונעם ענין. כהאב עס געברענגט סתם פאר אינטערעסאנטקייט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 10:49 am

lebediger berel האט געשריבן:האסט אפשר אן השגה וואס פרנסה און בענעפיטן א קאנגרעסמאן האט, און דאס איז שוין אפען טיש.

און?
פאכמאן האט געשריבן:וויזוי זאגט הערשל? כבין זייער סקעפטיש...

זאל מיר הערשל זייער מוחל זיין. ער רעדט ווי א בהמה. וואס באזאלצטו אזוי דעם אינטערוויואירטן? הא? עס דערקענט זיך אז דו זיצט געווענליך נישט אויפן אנדערן זייט טיש.
מער ווייניגער איז ער EVEN מיט יוסי'ן. ער פרעגט און שינדט גענוי ווי א גוי'שע רעפארטער, און יוסי וויל אויך טון וואס [ביז היינט] גוים טוען.

לגבי די ברכת שלא עשני אשה/גוי, דער פשוט'סטער הסבר איז אז מיר דאנקען דעם באשעפער אז ער האט אונז געמאכט פאר דאס וואס מיר זענען. מיר זענען נישט אינטערעסירט צו זיין עפעס אנדערש. שכח באשעפער פארן מיך מאכן פאר א מאן, שכח פארן מיך מאכן פאר א איד.
פארוואס איך זאל ווען וועלן זיין א פרוי? איך וויל טאקע נישט. אויב איך וואלט געווען א פרוי, וואלט איך געווען העפי צו זיין א פרוי און איך וואלט נישט געוואלט זיין קיין מאן.

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 11:00 am

דו האסט געפרעגט פארוואס ס'איז אים בכלל איינגעפאלן צו לויפן, דער תירוץ וואס איך האב געשריבן איז אז מעגליך פשוט געלט און בענעפיטן, פאר 150 פלאס פלאס פלאס א יאר גיבט מען א פרוביר
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 11:01 am

און ר' שמחה פעלדער אין קאנסיל האט נישט געהאט די פראבלעמען מיט נשים?

דאכט זיך ער איז א וואוילער פרומער יונגערמאן. כאטש נישט מיט די חסידישע טראגע.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 11:24 am

איך מיין מ'זאל מיר אויפהערן אביסל צו טראכטן פון די נשים, לאמיר טראכטן פון געלט (און טון עפעס דערצו)
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: masmid, YandexBot, א גאנץ יאר פרייליך, אן א נאמען, דריידל, ורחץ, כאפצעם, נעם אין אכט, פרידן, קושטא און 48 געסט