יוסי געשטעטנער פאר קאנגרעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

יוסי געשטעטנער פאר קאנגרעס?

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 7:59 pm

אין אן איבעראשענדע (קלוגע?) שריט קלערט אונזער היימישע יוסי איבער לויפן פארן קאנגרעס זיץ פון ניו יארק '17נטע דיסטריקט!! וועט עס איהם געלונגען? האט ער בכלל א מעגליכקייט צו געווינען? טיים וויל טעלל.

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 8:05 pm


אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 8:34 pm

ער זאל מאכן גענאר פון א צווייטן, נישט פון די וויילער. כ'ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

יוד איינער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:07 pm

תגובהדורך יוד איינער » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 8:37 pm

יא דער איז ענערגיש און לעצעוודיג.

איך קען אבער נישט כאפן, צו ער איז סארקאסטיש אזוי ווי תמיד, אדער דא מיינט ער עס ערענסט, און ס'האט זיך אים פארגלוסט דאס בענקל.

מיט א זירא דיגרי און קיין שום גענעראלע בילדונג, אן געגאנגען אין קיין קאלידש ניטאמאל אין טורא...

מיט א אלטע דשעלאפי קאר וואס ער טענה'ט ער דרייווט,

וואס א אידל פאלט נישט ביי...ער בעט קאנטריביושאנס, ער בעט מען זאל צושפרייטן אין גאנץ אמעריקא זיין גוטער נאמען.

אה! כאמיך דערמאנט ער האט סוקסעספול אנגעפירט מיט די רעטונג פון "הרב" מיכל גראסמאן ז"ל [קרעדיט כולל שומרי החומות] ער איז געוועהן פון די פיאנירן, פון די גרעסטע עסקנים אינערהאלב אגודת ישראל ד'אמעריקא צו ראטעווען גראסמאן...איז ער דאך שוין אויפן פאליטישען ארענע זייענדיג אין א כמו קאמף מיט'ן גאווערנער קריסט.

אה! אויסער דעם איז ער דאך א וואן אף עי קיינד פאליטיקל ריפארטער-זייענדיג א איין און איינציגער אידיש רעדענדע פאליטישע ריפארטער אויפן מאכטפולן יידישן ראדיא פראגראם קאלמעבאסער...דאס גיבט אויך צו צו זיין רעזאמעי..

און די ליסט גאוס אן ענד אן..זייענדיג א קאלאמניסט אינעם פרעסטישפילן בלאט ווי ער האנדלט אפ, שפעט אפ פון די אמעריקא-געפירטע רעגירונג, וואס שלעפט און פירט אריין דאס לאנד אין כאאס...

בקיצור אז איינער ווייסט צו ער איז ערענסט, וועט מען זעהן אז די קרעטשמע זאל אים אינדארסירן, און אזוי ארום העלפן שטופן זיין וואגן פאראויס קיין וואשינגטאן, להיות לאח בבית המלך...
אני ממליץ לכל אחד לזכור כי הלבוש היפה ביותר הוא "החיוך".

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 8:38 pm

איך בין פארלוירן פאר ווערטער.

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 8:58 pm

איך וויל מיך אויך משוגע מאכן בפני כל הקהל!
איינער וויל אריינשיקן עפעס קאנטריבוציעס?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג מארטש 05, 2010 12:43 am

רבותי לאכט לאכט.

חז"ל זאגן שוין: אל תהי בז לכל אדם.

צו ס'וועט געלונגען ווייסט דער רבוש"ע, אבער ווען ער וואלט געווען, להבדיל, אן ערל, וואלטן מיר אים בהחלט געגעבן מער טשאנס.

ימים ידברו...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » פרייטאג מארטש 05, 2010 9:06 am

ס'איז שוין גאר ערנסט
www.theyeshivaworld.com/

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » פרייטאג מארטש 05, 2010 9:20 am

איך האלט גראדע ער איז גאר פאסיג פאר דעם אמט. ער קען אסאך באשטייערן פאר זיי דיסטריקט. ער האט כאריזמע. ער פארשטייט גאר גוט פאליטיק.

ווען איר זאלט וויסן וויפיל לוזערס דרייען זיך אין קאנגרעס וואלט איר זיכער אים געגעבן מער שאנסן.

(כזע אבער נישט קיין וועג וויאזוי ער זאל דאס מאכן... אפשר אז מיר אידן וועלן ארויסגיין אין די מאסן, הו נאוס)
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » פרייטאג מארטש 05, 2010 9:24 am

א גוטן מועד, זעט אויס ר' יוסי שרייבט נישט חוה"מ, פראוועט ער יעצט אפריל 1, כיון דאיקדים איקדים.
צוגעלייגטע
yossigestetner.jpg

אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » פרייטאג מארטש 05, 2010 9:35 am

מבין נומ 1 האט געשריבן:אפשר אז מיר אידן וועלן ארויסגיין אין די מאסן

אידן אין די מאסן?

אידן פון...
Norwood, Riverdale, Wakefield, and Woodlawn in the Bronx

אדער פון...
Mount Vernon and parts of Yonkers in Westchester

אדער גאר פון...
Nanuet, Pearl River, and Suffern in Rockland County

בלייבט איבער "אפשר" נאר פון...
Monsey
צוגעלייגטע
untitled5.jpg
untitled5.jpg (39.23 KiB) געזעהן 8430 מאל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מארטש 05, 2010 10:03 am

וואס איז טאקע זיין פלאן אויב האט ער אזוי ווייניג פראצענט אידן אין זיין (?) דיסטריקט?

איך שטיץ עס גראדע שטארק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » פרייטאג מארטש 05, 2010 10:23 am

איך גלייב נישט ער וועט עס מאכן, אבער איך שטיץ אים.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג מארטש 05, 2010 12:23 pm

לויט וויפיל איך קען יוסי וועט ער זיין אן עקסעלענט קאנדידאט, מיט א גוטן קאמפיין קאסע קען אים אפשר געלונגען, די פראגע איז קעגן וועם ער וועט לויפן, און ווער ס'וועט אים נאכלויפן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג מארטש 05, 2010 2:28 pm

עס איז טאקע פאראן ווייניג אידן אין זיין דיסטריקט, אבער גראדע האבו אמעריקאנער ליב צו ערוויילן עטנישע פערזאנען, ווער ווייסט זיין אידישקייט קען אים גאר העלפן :?:
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש מארטש 06, 2010 7:15 pm

איך רופ דאס זינלאז, ס'האט נישט קיין שום טשאנס אז ער זאל אנצוען אפילו צוואנציג פארצענט,
ער לויפט אלס ריפאבליקאנער און א שטארקע דעמעקראטישע דיסטריק,
ער איז א איד,
ער ברענגט נישט מוט מוט זיך גארנישט א-חוץ א טוויטער אקאונט און א בלאג,
איך זעה נישט קיין שום וועג פאר אום,

דאס איז וואס ער האט נארוואס ארויסגעשוקט

yossigestetner: Contributions page is up http://bit.ly/9gv1PB . $upport of $10, $36, $50 or whatever, is all that's needed now. #YGFC

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מוצ"ש מארטש 06, 2010 10:55 pm

בס"ד,

לדעתי האט ער זייער גוטע שאנסן, אסאך מער ווי מיר קענען זיך פארשטעלן. דער סיסטעם פון מעלדן א "מעגליכער פלאן" און זיך געבן "אפאר וואכן" צו "הערן דעם ציבור" און נאכדעם "מאכן א באשלוס," איז דער אלטער אויסגעטראטענער וועג פון אלע פאליטישע קאנדידאטן.

דאס מיינט, אז ער נעמט די טראדיציאנאלע סטראטעגיעס פון ערנסטע פאליטישע קאנדידאטן.

דאס מיינט אויך אז די החלטה איז שוין לאנג געמאכט, אז ער וועט לויפן - לכאורה. איך זאג נאר מיין מיינונג, נישט גערעדט צו אים דערוועגן. און אז ער האט שוין מחליט געווען צו לויפן, האלט איך ער האט עס נאר געטאן מיט די שטילע הסכמה פון די רעפובליקאנער פארטיי שישקעס.

וועגן זיין האבן א טוויטער אקאונט און א בלאג, איז שוין אסאך מער ווי אנדערע קאנגרעס קאנדידאטן האבן געהאט ביי זייער ערשטע מאל לויפן פאר אפיס. דאס איז נישט קיין שום פראבלעם. איין זאך יא, ער וועט דארפן צוזאמשוויצן פאר לכה"פ אפאר הונדערט טויזנט דאלאר בעפאר די אפיציעלע פארטיי וועט אים נעמען ערנסט. אן קיין פאנדרעיזינג איז נישטא קיין חתונה.

לכאורה האט ענגעל קאמפיין געכאפט א שטיקל ציטער פון יאסי'ס פלאן, וואו מען זעהט אזוי קלאר פון די "פראפעשאנעל וואשינגטאן" אפאזיציע ענטפערס קעגן יאסי אויף זיין בלאג דירעקט. עס זעהט אויס ממש ווי קאמפיין ליטעראטור וואס מ'וואלט גענוצט קעגן יאסי. און דאס איז נאך בעפאר ער האט אפילו אפיציעל מחליט געווען צו לויפן.

איי וואס מ'זאגט אז ס'איז א שטארקע דעמאקראטישע דיסטריקט און יאסי איז א איד? ערשטנס איז ענגעל אויך א איד. צווייטנס, אויב איז געווען אמאל א שאנס פאר א רעפובליקאנער צו געווינען דעם זיץ, איז עס היי-יאר, ווען אלעס גייט אזוי כאאטיש מאסנווייז קעגן די אינקאמבענטס און דעמאקראטן.

אונטערשטע שורה, מ'קען נישט אוועקמאכן די זייער ערנסטע מעגליכקייט אז נאך נאוועמבער זאל מען האבן קאנגרעסמאן יאסי געשטעטנער. אבער קען זיין פון רוחניות'דיגן שטאנדפונקט וועט מען נישט לאזן דערצו, און משיח וועט אוודאי פריער קומען.


*

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מארטש 07, 2010 7:52 am

עס וועט זיין היסטאריע; דער ערשטער עכט היימישער קאנגרעסמאן אין אמעריקא.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מארטש 07, 2010 9:37 am

אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו (נומ' 206) מיט יוסי, שמעון ראליצקי צוזאמען מיט הערשל פריעדמאן אינטערוויען אים. אפאר נקודות זאגט ער דארט ענליך צו יו"ט'ס ווערטער. ס'איז אינטערעסאנט און זיס אויסצוהערן.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג מארטש 07, 2010 9:45 am

ווען קומען פאָר די וואלן?

(אפשר וועל איך אויך לויפן, איך דארף זעהן אויב ס'נישט די זעלבע וואך ווי מיין שוואגערס חתונה...)
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג מארטש 07, 2010 9:56 am

עמיצער אויף זיין בלאג האט אים געשטעלט די פראגע וויאזוי ער פלאנירט צו געווינען, מיטן לויפן אין א דיסטריקט פון שווארצע און רוב גוים. עס געפעלט מיר וויאזוי ער ענטפערט אז "די וואלן איז נישט איבער די פארטיי אדער יענע פארטיי, נאר אמעריקאנער איבערן לאנד ווייטאגן און האבן נישט קיין דזשאבס און די עקאנאמיע איז אין דער ערד"... בלא בלא בלא בלא

דאס איז גענוי די ארגומענט וואס די פארלוירענע דעמאקראטן -וועלכע זענען שוואך אין די אנקעטעס- שרייען יעצט ווען מען קאנפראנטירט זיי איבער זייערע שוואכע שאנסן אין נאוועמבער.

דער יוסי מאכט מיר לאכן, "קאמי-טראגיש" איז דער איינציגסטער ווארט וואס כאראקטעריזירט גוט דער מצב.

א רוי יונגל, קיין שום געהעריגע פראפעסיע, נישטאמאל פאליטיקס האט ער זיך געלערנט פראפעסיאנאל, נאר פון מקוה און אביסל אינטערנעט קומט זיין פאליטישע וויסנשאפט, וואס איז אזוי אויך דורכגענומען רוי מבית ומבחוץ... קיין שום דעגרי... גארנישט... ממש גארנישט...

פשי-הא! ער טוט ממש וויאזוי אנדערע פאליטישאנס טוען, הוה ראיה אז ער אנאסירט צוערשט אז ער קלערט וכו' וכו'! אזא סארט פאליטיק-דזשיניעס!

משה זוך מיר! ער גייט געווינען? און אפילו אויב וועט ער ארויסקוועטשן א געווינס, וועט בלויז זיין עמיצער וואס וועט בלייבן צושפאט, און דאס איז ער זעלבסט! קען ער דען א גוטן ענגליש אויפן סטאנדארט ווי פאליטישאנס קענען? ער וועט זיך אויפשטעלן מאכן א סטעיטמענט אין קעפיטאל היל און מ'וועט זיך האלטן ביי די זייטן!

כ'זאג נישט, אויב וועלן די עסקנים ארויסקומען און זאגן אז סאיז פאר כלל ישראל'ס טובה, וועל איך זיך רעגיסטרירן אין די בראנקס צו קענען שטימען פאר אים...

עה, אפשר בין איך געווען צו שארף?! כ'מיין איך בין הונגעריג, גיימער עסן עפעס...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » זונטאג מארטש 07, 2010 10:30 am

עס עפעס האט געשריבן:עמיצער אויף זיין בלאג האט אים געשטעלט די פראגע וויאזוי ער פלאנירט צו געווינען, מיטן לויפן אין א דיסטריקט פון שווארצע און רוב גוים. עס געפעלט מיר וויאזוי ער ענטפערט אז "די וואלן איז נישט איבער די פארטיי אדער יענע פארטיי, נאר אמעריקאנער איבערן לאנד ווייטאגן און האבן נישט קיין דזשאבס און די עקאנאמיע איז אין דער ערד"... בלא בלא בלא בלא

דאס איז גענוי די ארגומענט וואס די פארלוירענע דעמאקראטן -וועלכע זענען שוואך אין די אנקעטעס- שרייען יעצט ווען מען קאנפראנטירט זיי איבער זייערע שוואכע שאנסן אין נאוועמבער.

דער יוסי מאכט מיר לאכן, "קאמי-טראגיש" איז דער איינציגסטער ווארט וואס כאראקטעריזירט גוט דער מצב.

א רוי יונגל, קיין שום געהעריגע פראפעסיע, נישטאמאל פאליטיקס האט ער זיך געלערנט פראפעסיאנאל, נאר פון מקוה און אביסל אינטערנעט קומט זיין פאליטישע וויסנשאפט, וואס איז אזוי אויך דורכגענומען רוי מבית ומבחוץ... קיין שום דעגרי... גארנישט... ממש גארנישט...

פשי-הא! ער טוט ממש וויאזוי אנדערע פאליטישאנס טוען, הוה ראיה אז ער אנאסירט צוערשט אז ער קלערט וכו' וכו'! אזא סארט פאליטיק-דזשיניעס!

משה זוך מיר! ער גייט געווינען? און אפילו אויב וועט ער ארויסקוועטשן א געווינס, וועט בלויז זיין עמיצער וואס וועט בלייבן צושפאט, און דאס איז ער זעלבסט! קען ער דען א גוטן ענגליש אויפן סטאנדארט ווי פאליטישאנס קענען? ער וועט זיך אויפשטעלן מאכן א סטעיטמענט אין קעפיטאל היל און מ'וועט זיך האלטן ביי די זייטן!

כ'זאג נישט, אויב וועלן די עסקנים ארויסקומען און זאגן אז סאיז פאר כלל ישראל'ס טובה, וועל איך זיך רעגיסטרירן אין די בראנקס צו קענען שטימען פאר אים...

עה, אפשר בין איך געווען צו שארף?! כ'מיין איך בין הונגעריג, גיימער עסן עפעס...


הרב "עס עפעס" במחילת כבודך דיין 'אבאמא' וועמען די בעקסט אלעמאל איז געווען פונקט אזוי רוי פאר'ן ווערן פרעזידענט ווי 'יוסי' פאר'ן ווערן קאנגרעסמאן... און מיט דעם אלעם האט ער אונז געוויזן אז מיט עקשנות קומט מען אן!

Yes we can!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג מארטש 07, 2010 10:32 am

אינגערמאן, קענסט נאך מעקן דיין תגובה... אפפפסס קענסט שוין נישט...

לאמיר גיין און מאכן די מעט צי איז אמת וואס דו זאגסט אז אבאמא איז געווען "פונקט אזוי רוי"...

אויב ביזטו יאסי, האף איך אז דו קענסט טרעפן אין דיין הארץ מיר מוחל צו זיין...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג מארטש 07, 2010 10:37 am

ווער רעדט נאך, אינגערמאן, פון די ווערטער וואס דו האסט געמאכט אין "באלד" אז יוסי האט נישט קיין שום דעגרי, ווי צו זאגן אז אבאמא האט אויך נישט געהאט קיין שום דעגרי. איך וואלט רעקאמענדירט זאלסט דורכליינען דאס און נאכדעם קומען רעדן צו מיר איבער אבאמא'ס דעגריס און יוסי'ס ערפארונג...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מארטש 07, 2010 10:38 am

אבאמא האט כאטש געהאט א קאלעדש דעגרי... און ער קען ענגליש... און ער...וואאטעווער, ס'זיכער אז צוגלייכן יאסי צו אבאמא איז פונקט אזוי ווי אבאמא איז געבוירן אין קעניע... און פונקט אזוי ווי בוש האט אנגעפירט מיט סעפטעמבער 11...

----אפס, ער הקאט... גיי עס עפעס!
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Google [Bot], YandexBot, אבן יקרה, גיזוגט, חסידי און 18 געסט