שוידערליך: מיכאל יחיאל גראסמאן ע"ה הינגעריכטעט

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

שוידערליך: מיכאל יחיאל גראסמאן ע"ה הינגעריכטעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

פלארידע. – א וואלקן פון טרויער הענגט איבער כלל ישראל, מיטן אנקום פון די ביטערע בשורה איבער די הינריכטונג פון הבחור יחיאל מיכל גראסמאן ע"ה, היינט זעקס אזייגער נאכמיטאג.

אין די לעצטערע וואכן האט כלל ישראל פון איבער די גאנצע וועלט געטון וואס מען האט נאר געקענט אפצושטעלן דעם טויט אורטייל, מען האט געהאנדלט מיט פראפעסיאנאלע אדוואקאטן, עסקנים זענען פערזענליך אראפגעפארן צו פאליטישאנס, טויזנטער און טויזנטער אימעילס זענען מיט טרערן און ווייטאג ארויסגעשיקט געווארן, צו בעטן רחמים ביי די אויטאריטעטן.

עס האט זיך באמת ארויסגעוויזן די ריכטיגע הערליכע קאלירן פון כלל ישראל, ווען אידן פון אלע שיכטן, קרייזן און פראקציעס האבן איינגעריסן לטובתו, מניני תהלים זענען אראנדזשירט געווארן, הונדערטער דאלער צדקה זענען אויסגעטיילט געווארן לזכותו, ווי נאר מען האט געהערט אז דער איד האט זיך לעצטנס צוריקגעקערט צו שטארקע אידישקייט און איז א גענצליכע בעל תשובה.

פון די גאנצע וועלט זענען אידן געשטאנען געשפאנט, די ליפן האבן געשעפשעט קאפיטלעך תהלים אן אויפהער, פון די אויגן זענען גערינען טרערן און דאס האלדז האט געשטיקט פאר געוויין, דאס הארץ האט פארפעלט א קלאפ ווען דער זייגער האט געוויזן אויף איין מינוט צו זעקס, און א סקרוך איז אריבער אין די ביינער, אידן זענען געשטאנען צוגעשמידט צו די טעלעפאנען און געהאפט צו הערן א גוטע בשורה, א הימלישער –אבער אוממעגליכער- אנזאג פון גוטע נייעס.

אבער ס'איז געווען שערי רחמים ננעלו, פון הימל האט מען שוין נחתם געווען גזר דינו מיט שווארצע טינט און דער הינריכטונגס פראצעדור איז אויסגעפירט געווארן. יחיאל מיכל גראסמאן ע"ה האט צוריקגעגעבן זיין טייערע פארווארפענע נשמה פארן מלך מלכי המלכים, און כלל ישראל האט פארקלאפט די הענט, פארביסן די ליפן און פארגאנגען אין געוויין.

לאמיר האפן און איינרייסן אז דער ביטערער גלות זאל שוין קומען צו אן ענדע, ומחה השם דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

השם ינקום דמו !!!!!!!!!!!!!!!
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

יעצט באקומען א מעסעדזש וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:
Breaking! electric shutdown avoided to complete the execution! details will follow
ביטע ווער עס ווייסט עפעס מער איבער די קראנטהייט פון דעם זאל ביטהע אפדעיטען
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הוי, עיני עיני יורדה מים,

אזאנס האט פאסירט און דער מלכות של חסד אמעריקא.

האט מען דען געבעטן מען זאל אים פריילאזן?
האט מען דען אפי' געבעטן א גענצליכער פארדאן?

טויזענטער מענטשן האבן סך הכל געבעטן, 'גיב נאך זעכציצ טעג'. און.... אויף טויבע אויערן.

עס קלינגט ענדערש ווי אן ערצעהלונג פון דער מיטל אלטער, ..

ה' ינקום לעיניו נקמת דם עבדיך השפוך.

נישט פארגעסן:
אידאלעך מיר זענען ליידער אין גלות.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

מוישע_יאכעס האט געשריבן:יעצט באקומען א מעסעדזש וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:
Breaking! electric shutdown avoided to complete the execution! details will follow
ביטע ווער עס ווייסט עפעס מער איבער די קראנטהייט פון דעם זאל ביטהע אפדעיטען


מען נוצט שוין לאנג נישט קיין עלעקטריק טשעיר - אויב דאס איז וואס דו מיינסט - נאר א גיפט איינשפריצונג.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

6:17 איז געווען די גענויע צייט וואס ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

ברוך דיין האמת
אבער לפי עניות דעתי דארף דער רשע טשארלי קריסט וויסען אז ער פארבלייבט לחרפה ולדראון עולם כ'מיין אז איינער זאל אויפקומען מיט א נישט סטראשענדיגע אבער עפעס א לשון פון א אימעיל וואס יעדער זאל אים שיקען צי מסביר זיין אז און אונזערע אויגן איז ער דער זעלבער רוצח און מערעדער און אפי' נאך אסאך א גרעסערע ווייל ער האט דא אויסגעפירט א אויספלאנירטער מארד אינדערצייט וואס גראסמאן איז נעבעך געווען פארלוירן כידוע

עינוועי א גוטע זאך וואלט זיכער געווען אז דער זעלבער ציבור וואס האט אזויפיל געטון פאר זיין באפרייאונג זאל יעצט נעמן די מיה און לערנען א משנה לעילוי נשמתו ווער עס וויסט ביטע זאל פאוסטן זיין נאמען און טאטעס נאמען
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

זיין טאטע'ס נאמען?
מ'זאל כאטש קענען א משנה לערנען לע"נ.

הי"ד!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

ברוך דיין האמת.

השם ינקום דמו!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ברוך דיין האמת

או רבש"ע נקום נקמת דם עבדך השפוך, זאל דעי גאווענער קריסט אריין גיין און די היסטאריע אלץ א מערדער און רוצח, פארשעמט זאל ער זיין, זיין בליט זאל זיך גיסן פון אים און הינט זאלען עסן זיין פלייש לעבעדיגערהייט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גיב אכט גיב אכט אפשר טאר מען נישט אזוי טון התגרות באומות
העי העי טראכט, טראכט א מינוט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

רבותי, מיר זענען אין גלות, געדענקט.

דער רבוש"ע האט זיך שוין זיינע אופנים וויאזוי זיך צו ספראווען מיט דעם .... פון פלארידע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

זיין נאמען צו לערנען משניות איז יחיאל מיכאל בן אברהם ת.נ.צ.ב.ה

חסד של אמת ארבייט יעצט אז מ'זאל נישט פאראוזאכען בזיון המת

ער וועט קומען צו קבר ישראל און די חלקה פון חסד של אמס אין אפסטעיט נ.י.
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אויב קומט ער לקבורה אין נ.י. וואלט אפשר פאסיג געווען אז מ'זאל מאכן א ריזיגע לוי' וואס זאל גלייכצייטיג דינען אלס אונזער וויי געשריי אנטקעגן דעם מעשי רשע.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

קודם ברוך דיין האמת, אין ר' מיכאל יחיאל גייט זיכער ארויף ריין נאך אזא טראגישע לעבען אין ביטערע טויט, אין זאל זיין נשמה רוען אין לעכטיגען גן עדן,

יעצט גיימער זיך נעמען צי דעם טשארלי קראצמעך, הער מיר גוט אויס די פאדארבען קינד, האסט מורא געהאט ציציגעבען א פאר טאג צי די לעבען פין א אידיש קינד, האסט מורא געהאט אז ס'וועט דיר שאטען פאר די קומענדע וואלען, הא טשארלי ?!

אין נישט נאר דאס, האסט מסתם אויך געהאט א חשבון אז מיטען ארויס ווייזען שטייפקייט אויף אידיש בלוט וועט דיר דאס ארויס העלפען אין די וואלען, הא טשארלי?!
האסט דיר געוואלט בויען מיט אידיש בלוט הא טשארלי?!

יעצט הער מיר אויס, די טשארלי, אונז ווינטשען דיר אין נאמען פין גאנץ כלל ישראל אז די זאלסט האבען א סוף אזוי ווי המן די האסט געמיינט אז ס'וועט דיר העלפען טאמער די וועסט טשעפענען מיט עם מרדכי, אבער אזוי ווי המן האט עס באגראבען וועט עס דיר אויך באגראבען,
אין נאמען פין כלל ישראל ווינטשען מיר דיר אז די זאלסט מער נישט געווינען קיין שום וואלען, אין ס'זאל אויפגעדעקט ווערען איבער דיר סקאנדאלען איבער סקאנדאלען אזש די זאלסטעך שעמען צי באווייזען דיין פנים אין די גאס, אין דער באשעפער זאל זיך מיט דיר אפרעכענען אין זיך אנעמען פאר זיינס א קינד וואס די האסט אים נישט פארגינט נאך א טאג לעבען,
שעם דיר טשארלי אין פארשעמט זאלסטו בלייבען
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

כל המיצר לישראל נעשה ראש.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

בין איך טאקע די איינציגסטע וואס האלט אז לאו דוקא אז אנטיסעמעטיזם האט געשפילט א ראלע דא ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קיינער האלט נישט אז ס'איז געווען אנטיסעמיטיזם, נאר אביסעלע געפיהל איז אויכניש געוועהן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

ברוך דיין האמת

אונטערסאנט אנצומערקן: בערך א צוואנציג נאך 5 (א האלבע שעה פאר די אורטייל האט געזאלט אויסגעפירט ווערן) האט דער גאווערנער ארום געשיקט א בריוו פאר מיר (און פאר נאך עטליכע וואס האבן אים געשיקט, איר האט עס אויך באקומען?) אלעס מיטן זעלבן לשון ווי ער לייגט אראפ ווי שוידעליך די מעשה איגעווען און אז אלע קארט'ס האבן אזוי געזאגט און יא ער האט דאס אונטערגעשריבן.

זעהט אויס אז די היינטיגע דריק האט אים געגעבן א טרייסעל אז ער מוז זיך ארויס קומען פארענטפערן, אבער ליידער האט ער נישט צוריקגעצויגן זיין אונטערשריפט.

זאל ר' מיכאל ע"ה זיין א גוטע בעטער פאר גאנץ כלל ישראל וואס האט אים אזוי געוואלט ראטעווען, ומחה שם דמה מעל כל פנים בביאת בן דוד בב"א
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

:-(
אוי טאטע קרוין.
פרוק ית ענך מפום אריותא.
אטעטשמענטס
Martin before being killed.jpg
Martin before being killed.jpg (11.09 KiB) געזען 5293 מאל
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

עס עפעס האט געשריבן:http://www.chron.com/disp/story.mpl/ap/top/all/6870072.html


שקויעך עסעלע, פארן ארונטערברענגען דעם לינק.
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

כבין צעמישט מיט די בילד וואס דו לייגטס ארויס פון מארטין גראסמאן הי"ד
דא האט איר אנאנדער בילד פון זשערוסאלעם פאוסט, זיי זאגן אז דאס איז מינוטן בעפארן ווערן הינגעריכטעט
http://www.jpost.com/International/Arti ... ?id=168927
אטעטשמענטס
ShowImage.jpg
ShowImage.jpg (7.98 KiB) געזען 6648 מאל
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איז דער לעצטער בילד פון גראסמאן?
אין יעדן בילד זעט ער אויס אינגאנצן אנדערש.
כ'אב מורא מ'האט עקסעקיוטעד א צווייטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

דער רשע גאווארנאר טשארלי האט מיר דאס נעכטן אריינגעשיקט אויף אימעיל:

Thank you for contacting me and sharing your concerns about the execution of Martin Grossman.



On December 13, 1984, Mr. Grossman violated the terms of his probation by leaving Pasco County and having a stolen firearm in his possession. In a routine stop, Florida Fish and Wildlife Officer Margaret Park found the weapon. When she reached for the radio in her patrol car to report him, Mr. Grossman attacked her with her own large flashlight, beating her over the head and shoulders 20 to 30 times. When Officer Park tried to fight back, Mr. Grossman took her .357 Magnum revolver and shot her in the back of the head, killing her.



Mr. Grossman took several carefully planned steps to cover up this horrible crime. The weapon was buried, and Mr. Grossman attempted to burn his clothes and shoes, which were later disposed of in a nearby lake. The following day, Mr. Grossman thoroughly cleaned the van and changed its tires to mislead law enforcement.



Officer Park’s autopsy revealed lacerations on top of her head, hemorrhaging inside the scalp and extensive fracturing of the skull. All of these injuries resulted from Mr. Grossman’s attack. The facts of this crime clearly meet the definition of heinous, atrocious and cruel, and his actions afterward demonstrate his well-reasoned attempts to cover it up.



The courts have fully reviewed Mr. Grossman’s legal claims, and his conviction and sentence have been affirmed by both the Florida Supreme Court and the United States Supreme Court. Based on the facts and exhaustion of legal proceedings, and in accordance with Florida law, I signed his death warrant on January 12, 2010.



Thank you again for taking the time to contact me.


----
הי"ד
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”