שוידערליך: מיכאל יחיאל גראסמאן ע"ה הינגעריכטעט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארשער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובהדורך פארשער » מיטוואך פאברואר 17, 2010 9:52 pm

לאקשען האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט סיי יעצט און סיי אין דיין ערשטע תגובה, איך בין מיט דיר הונדערט פראצענט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך פאברואר 17, 2010 9:57 pm

לאקשען אפילו איך שטים נישט איין מיט יעדע ווארט וואס די זאגסט אבער דיין לעצטע שורה איז גאר גוט און שטארק צופעדיג!

יא טייערע אידן, ווען דאס זאל זיין אייער נאנטער קרוב אדער פריינט וואלט איר נישט געקענט שרייבן אדער ליינען די זאצען וואס ווערן דא געשריבן.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 17, 2010 10:14 pm

נישט באקומען אין אישית:
איך האב געברויזט אויף די פארקערטע ריכטונג. מיר האט געשטאכן ווען דער עולם האט זיך צופירט מיטן שרייבן "רשע" "מערדער" אויף גאווערנאר קריסט. איך גיי נישט שרייבן ברבים, איך דארף נישט מען זאל מיך באוואשן, אבער קריסט האט געטוהן זיין דזשאב! די טויט אורטייל איז ארויסגעגעבן געווארן דורך א דזשורי צי א ריכטער, זיין פארגייער'ס פארגייער האט דאס אונטערגעשריבן בשעתו, און ער האט בלויז בשב ואל תעשה נישט אפגעהאלטן דעם אורטייל פון אויסגעפירט ווערן צוליב דעם וואס מען האט אנגעדרייט די אידעלעך אין ניו יארק צו פארדרייען זיין ספאדיק.

דו ווייסט אז אבאמא האט א מעגליכקייט צו באגנאדיגן? פארוואס האסטו אים נישט אראפגעדרייט דעם קאפ? פארוואס איז ער נישט קיין מערדער? דו ווייסט אז אין טעקסעס איז טויט אורטייל א וועכנטליכע זאך, און קיינער שרייט נישט אויפן גאווערנאר אז ער איז א מערדער, ווייל געזעץ פון לאנד איז געזעץ פון לאנד, און אויב זיי וועלן זיך רעכענען מיט יעדן שמויגער פון אונטערלאנד וואס באמבערדירט מיט אימעילס וועט דאס גאנצע לאנד אריינפאלן אין כאאס.

איך מאך נישט אוועק די השתדלות וואס מיר אלע האבן געטוהן, איך האב אויך אונטערגעשריבן די פעטיציע בתוך רבבות אלפי ישראל, אבער דאס געט אונז נישט די רעכט צו שרייבן העסליך אקעגן דעם גאווערנאר (נאכדערצו אויף די ענגלישע שפראך, כנוסח ...) וועלכער האט א פליכט צו באשיצן דאס געזעץ און האט קלאר געהאנדלט אין די ראמען דערפון, און נישט אנדערש ווי יעדע רעכטדענקענדער פאליטיקאנט אויף דעם אמט.

איך האב היינט געלערנט משניות לעילוי נשמת מיכאל יחיאל בן אברהם, אויך די שיעור פון 2 הלכות אין קיצור שו"ע איז היינט פארגעלערנט געווארן דורכן קרעטשמער לעילוי נשמתו, אבער מען העלפט נישט די נשמה מיטן פארפירן קעגן גאווערנאר קריסט און אים אראפרייסן.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מיטוואך פאברואר 17, 2010 10:24 pm

איך וויל נישט אריינגיין אין די ויכוחים דא, כ'קען מיך אבער נישט איינהאלטן פון זיך אפשטעלן אויף איין נקודה. די וואס ברענגען אויף די טענה אז "עפ"י תורה" האט מען נישט געטארט הרג'ענען גראסמאנען, טראכטן אויך א רגע אז "עפ"י תורה" האט מען ווארשיינליך נישט געטארט איינזעצן מר. בערני מעידאף?

אלזא, אידעלעך טייערע - הכונו למערכה! לאמיר ארויסגיין אין א מערכה אויף דעם ביטערן פאקט אז די אמעריקאנער רעגירונג-סיסטעם האלט נישט איין די תורה הק'...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך פאברואר 17, 2010 10:25 pm

לכאורה האט געשריבן:דו ווייסט אז אבאמא האט א מעגליכקייט צו באגנאדיגן? פארוואס האסטו אים נישט אראפגעדרייט דעם קאפ? פארוואס איז ער נישט קיין מערדער?

איר זענט "לכאורה" נישט גערעכט מיט דעם פונקט,
לפי ידיעתי קאן דער פרעזידענט נישט באגנאדיגן אין אזא פאל, דהיינו ציווילע סטעיט געריכט.
ועמך כולם צדיקים

זיס
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך פאברואר 17, 2010 11:10 pm

הערט מיר אויס טייערע אידעלעך:

מען טאר טאקע נישט שרייבן און העצן אז דער גאווענער איז א רשע, וויבאלד מיר זענען אין גלות, אבער למען האמת איז ער נישט מער ווי דאס... הגם מען טאר עס נישט שרייבן ברבים...

איך דארף נישט איבערקייען וואס מיינע פארגייער האבן געשריבן, אבער עס איז פשוט אז צווישן גראסמאן אין בערני מעידאף איז פאלג מיר א גאנג, דא רעדט מען פון א מענטש וואס האט נישט דורכגעפירט קיין אויספלאנירטע מארד און פארמאגט א פאזעטיווער היסטאריע פון די אלע יארן וואס ער איז געזעצן אין תפיסה... אנדערע וועלכע פירן דורך אויספלאנירטע מארדן זיצן אפ א פופצן יאר און מען לאזט זיי ארויס, איך פערזענליך ווייס פון א פאל, ווען מען האט געשאסן מיינס א נאנטער רח"ל, בייזוויליג און פלאנירט, יענער איז געזעצן א שיינע פאר יאר, און אצינד געפינט ער זיך אויף די פריי... און איר ווילט הערן נאך עפעס? - ביי יענעמ'ס משפט האט ער פראבירט צו טענה'ן אז ער האט נישט בייזוויליג געשאסן, נאר זיך געוואלט פראטעקטן פון דעם נאנטן מיינער און צוליב דעם קומט אים ווייניגער יארן, דער שופט האט נישט געוואלט אננעמען די טענה און איז דערפאר יא געזעצן לענגער...

אבער אפגעזען צי עס קומט זיך אים מער אדער ווייניגער, צי אפילו טויט שטראף, מיר האבן דאס נישט פארלאנגט... בסך-הכל האבן מיר געוואלט אז מען זאל זיך אביסל רעכענען מיט געפילן, אריינקוקן אינעם קעיס און עס נאכאמאל איבערגיין... וואס האט געשטערט פארן גאווענער צו זאגן "אקעי, גיימער נאכאמאל איבערגיין דעם קעיס", און עטליכע טעג שפעטער צו זאגן "ניין, מען קען נישט טוישן דעם גזר-דין"... ווייז כאטש אביסל דיפלאמאטישקייט, ווייז אז דו רעכנסט זיך מיט די געפילן פון הונדרעטער טויזנטע מענטשן וואס בעטן עס... מוזט נישט נאכגעבן, ווייז אז דו הערסט אונז אויס...

אלזא; זאגט מיר, איז דער גאווענער דאס וואס מען טאר נישט שרייבן אויף אים צוליב דעם וואס מיר זענען אין גלות, אדער נישט?

און יא, פאר איך פארגעס, די אלע אויפגעקלערטע מענטשן וואס קומען אויף מיט 'היתכן, בערני מעידאף האט מען נישט פארפירט און מארטין גראסמאן יא'; איר מיינט אז מיטן זיך אננעמען אויפן אנדערן זייט ווייזט איר אויפגעקלערטקייט, אז איר הערט יענעמ'ס זייט, אבער למעשה ווייזט איר ארויס טפשות און עמיראצעס, שרייבנדיג סטעיטמענטס פון פרעזידענט אבאמא און בערני מעידאף, אלזא, בעסער זייט שטיל און פארטיג.

זיס
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך פאברואר 17, 2010 11:20 pm

עס עפעס האט געשריבן:בלויז צוצוגעבן נאך א געדאנק וויל איך איר זאלט פרובירן זיך פארצושטעלן אזא סצענע:

(די ביישפיל שטימט אפשר נישט מיט הלכה, רעאליטעט, אבער סאיז פארט א גוטע וועג וויאזוי צו פארשטיין וואס דא גייט פאר)

משיח איז שוין דא, מיר האבן א סנהדרין, א בית המקדש און אלע דעטאלן.

ליידער הערשט אבער נאך די פירוד לבבות צווישן קהילות און חסידות'ער. לאמיר אנכאפן א משל קהילה א' און קהילה ב'

די סנהדרין באשטייט פון לאמיר זאגן א מערהייט פון קהילה א'.

איינער פון קהילה ב' האט אומגעברענגט א איד וועלכער געהערט צו קהילה א' (נישט פאר פאליטיק אורזאכן)

מען קומט צו דין תורה און בית דין פסק'נט: דער איד פון קהילה ב' ווערט געאורטיילט צו מיתה

וועט איינער שרייען אז די סנהדרין איז א מערהייט פון קהילה א' און דערפאר האט מען דן געווען דעם איד צו מיתה???? אדער וועט מען פארשטיין אז דאס איז די ריכטיגע הלכה????

דער מארטין האט אומגעברענגט א מענטש, ער איז א איד און דער גאווערנאר א גוי, קען מען שרייען אז ער טוט דאס בלויז ווייל מארטין איז געווען א איד???

ואידך זיל גמור...

(דיסקלעימער: די אלע זאכן וואס כהאב נאכגעשריבן אז כהאב באקומען אין אישית, האב איך טאקע באקומען אין אישית און ווען איך לייג ווען ארויף אלע דאנק בריוון פון מיין אישית -פארן אויסדרוקן מיין מיינונג איבער דער נושא- וואלט געווען יכלו הזמן והם לא יכלו)


ניין שעפעלע; דער גאווענער איז נישט קיין אנטיסעמיט פארן נישט לאזן פרייגיין גראסמאן, נאר פארן נישט אויסהערן די שטימע פון טויזנטע אידן וואס האבן אים געבעטן נישט מער און נישט ווייניגער, 'קוק נאך איינמאל איבער דעם קעיס, איידער דער גזר-דין ווערט דורכגעפירט', א זאך וואס קאסט גאר ווייניג כוחות און עס איז גארנישט נאר צו געבן דעם גוטן געפיל פאר די אידן.

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך פאברואר 17, 2010 11:57 pm

SSPX0341.jpg
בשעת די לוי' פארנט פון ביהמ"ד ניקלשכורג אין מאנסי
SSPX0341.jpg (19.99 KiB) געזעהן 3444 מאל


אויב די מנהלים זענען נישט מסכים צו די פיקטשערס זאלן זיי עס אראפנעמן
---

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 12:11 am

SSPX0338.jpg
די ארון אינעם קאר פון העסקן הר"ר אייזיק לידער בשעת די לוי'
SSPX0338.jpg (18.11 KiB) געזעהן 3422 מאל


אויב די מנהלים זענען נישט מסכים צו די פיקטשערס זאלן זיי עס אראפנעמן
---

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 7:30 am

זיס האט געשריבן:איך דארף נישט איבערקייען וואס מיינע פארגייער האבן געשריבן, אבער עס איז פשוט אז צווישן גראסמאן אין בערני מעידאף איז פאלג מיר א גאנג, דא רעדט מען פון א מענטש וואס האט נישט דורכגעפירט קיין אויספלאנירטע מארד און פארמאגט א פאזעטיווער היסטאריע פון די אלע יארן וואס ער איז געזעצן אין תפיסה...

און יא, פאר איך פארגעס, די אלע אויפגעקלערטע מענטשן וואס קומען אויף מיט 'היתכן, בערני מעידאף האט מען נישט פארפירט און מארטין גראסמאן יא'; איר מיינט אז מיטן זיך אננעמען אויפן אנדערן זייט ווייזט איר אויפגעקלערטקייט, אז איר הערט יענעמ'ס זייט, אבער למעשה ווייזט איר ארויס טפשות און עמיראצעס, שרייבנדיג סטעיטמענטס פון פרעזידענט אבאמא און בערני מעידאף, אלזא, בעסער זייט שטיל און פארטיג.

איך האב נישט געברענגט בערני מעידאף אים צו פארגלייכן צו מארטין גראסמאן, איך האב אים נאר דערמאנט אפצואווענדן די וואס נוצן דא די טענה אז עפ"י תורה האט מען אים נישט געטארט אומברענגען. אוודאי זענען דא נאך אישוס וועלכע איך האב נישט אדרעסירט.
אין דיין פארזוך זיך אוועקצושטעלן ווי אן א.ג. "נישט-אויפגעקלערטער", ביסטו געפארן מענין לענין שלא מאותו ענין, אריינכאפנדיג אינצווישן אזעלכע פערל-ווערטער ווי "טפשות" און "עמיראצעס". אויב קלעבן "לעיבלס" אויף מענטשן איז דער וועג וויאזוי דו ווייזט איבער אז דו ביסט גערעכט, זענען דא שטארקע חששות אז דיין קעיס איז א שוואכער.

אגב, איך האלט אז ס'איז א שאנדע אז קרעטשמעריסטן האבן מורא דא ארויסצוזאגן זייער מיינונג אין פובליק, נאר דארפן שיקן אישית'לעך צו "עס עפעס" אים צו שטיצן. לויט מיין מיינונג זענען אזעלכע שמאלקעפיגע שונד-קאמענטארן ווי דיינע א הויפט גורם דערצו.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 8:33 am

זיס האט געשריבן:

ניין שעפעלע; דער גאווענער איז נישט קיין אנטיסעמיט פארן נישט לאזן פרייגיין גראסמאן, נאר פארן נישט אויסהערן די שטימע פון טויזנטע אידן וואס האבן אים געבעטן נישט מער און נישט ווייניגער, 'קוק נאך איינמאל איבער דעם קעיס, איידער דער גזר-דין ווערט דורכגעפירט', א זאך וואס קאסט גאר ווייניג כוחות און עס איז גארנישט נאר צו געבן דעם גוטן געפיל פאר די אידן.


דער גאווערנאר האט געשיקט דעם אימעיל וואו ער האט געשריבן אז ער האט איבערגעקוקט דעם קעיס און אויך האט ער נעכטן מיטוואך זיך אויסגעדריקט אז די מענטשן וועלכע האבן אים אנגערופן כסדר און געבעטן צו פארשוינען גראסמאן, האבן נישט געוואוסט די פאקטן קלאר ווען ער האט זיי געפרעגט צי זיי ווייסן די קלארע פאקטן איבער דעם קעיס.

און איבערקוקן דעם קעיס וואלט גארנישט געטוישט, ווי עס זאגן קלאר די אדוואקאטן וועלכע זענען באקאנט אינעם קעיס, אפילו די וועלכע האבן פרובירט מיט בלויזע סייעתא דשמיא צו טון עפעס אינעם קעיס.

און איך גלייב שווער אז אזעלכע היץ קעפ ווי דיר און אנדערע וועלכע שרייבן ווילדע זאצן וואלטן זיך בארואיגט ווען מען קוקט ווען איבער דעם קעיס און דער גאווערנאר זאגט אז מען מוז אים הינריכטן; דו וואלסט דאן אויך געשריגן אז ער איז א רשע.

און קארל, וואס האט געשריבן:

אגב, איך האלט אז ס'איז א שאנדע אז קרעטשמעריסטן האבן מורא דא ארויסצוזאגן זייער מיינונג אין פובליק, נאר דארפן שיקן אישית'לעך צו "עס עפעס" אים צו שטיצן. לויט מיין מיינונג זענען אזעלכע שמאלקעפיגע שונד-קאמענטארן ווי דיינע א הויפט גורם דערצו.


צום פינטל!!!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 10:07 am

ווען מען גיבט ווען יא 60 טעג, און די גאווענער באשליסט אז מען דארף אים יא הרג'נען, וואלטן ענק אלע מער געשריבן ער איז א רשע.
וואס הייסט, שוין 60 טעג וואס מען שיקט אים אימעילס אז ער זאל אים פארדענען און ער מאכט זיך פשוט נישט וויסענדיג פון די אידן פון ניו יארק. רוצח וואס ער איז!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 10:58 am

סתם ביסט גערעכט מען וואלט מער געשריגן אבער נישט דאס איז געוועהן זיין סיבה פון נישט נאכגעבן 60 טאג...
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 11:57 am

http://col.org.il/show_news.rtx?artID=53097

ליינט די חלק 'לבטיו של מושל'

ווי אויך 'המושל הקשיב ושתק'

דאס איז גאנץ אנדערש ווי קול מבשר, וואס האט אגאנצן צייט געשריגן אז ער וויל זיך נישט טרעפן מיט קיינעם.

ווי אויך ליינט די צינישע ארטיקל פון די צודרייטע אמעריקאנע געזעצן 'באיזה סוג שיש אתה מעוניין למצבת הקבורה שלך'.

וסרמן
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2009 1:20 pm

תגובהדורך וסרמן » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 12:32 pm

פארהאן א צעמישעניש. יחיאל מיכאל, מיכאל יחיאל, אדער יחיאל 'מיכל' ? מעגליך מען האט אויסגעבעטן פאר מיכאל יחיאל זאל נישט אומקומען אבער יחיאל מיכל איז הינגעריכטעט געווארן?... ביטער געלעכטער לעילו נשמתו מעגליך פאדערט זיך א קלארמאכונג אין נאמען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 1:08 pm

דאנק בעילאוט.

זייער עמאשענעל
וכך הוא מתאר את רגעיו האחרונים: "נציג הממשל פנה לגרוסמן ושאל לבקשתו האחרונה. הוא השתהה מעט ואז ביקש את סליחת בני המשפחה של השוטרת. הוא לא הסתכל להם בעיניים. עיניו היו כל הזמן על תקרת החדר והיה נראה שהוא ממלמל כל הזמן. אולי דיבר עם הקב"ה. גרוסמן אמר את הפסוק 'שמע ישראל' והוסיף שתי מילים: 'אהבת ישראל'. במילים אלו, הוא קיבל את זריקת הרעל שהעבירה את נשמתו לעולם שכולו טוב".
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 3:51 pm

ליינער האט געשריבן:עס האבן גערעדט ר' מ. ד. נידערמאן
כ"ק אדמו"ר מ'ניקלשבורג שליט"א
עס האט געהערשט א מוראדיגע התעוררת


מ'קען עס הערן אויף אויף קול מבשר 1 1 4.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 4:44 pm

כהאב היינט באמערקט צענדליגער שארפע קאמענטארן אויף א געוויסע באקאנטע קאנסערוואטיווע בלאג, וועלכע שעלטן צוזאם דעם טשארלי קריסט פארן פארשפעטיגן מיטן הינריכטונגס פראצעדור אויף מארטין גראסמאן ע"ה. די שרייבער אויפן בלאג זענען ווארשיינליכע שטיצער פון זיין קאנסערוואטיוון קעגנער אין די קומענדיגע פלארידע סענאט פריימעריס מארקא רוביא.

איך זוך נישט צו דן זיין לכף זכות דעם טשארלי קריסט, אבער צו די וועלכע זענען פארנומען שרייען רשע מרושע און אנטיסעמיט:

פאר א מינוט פרובירט צו טראכטן וואספארא פרעשור ער איז אויסגעשטאנען פון זיינע קאנסערוואטיווע קעגנער פארן כלומר'שט פארציען דעם הינריכטונגס פראצעדור -און אויסער דעם וואס קריסט האט געזען פאר זיינע אויגן אז פאקטיש וועט ער קיינמאל קיינמאל נישט קענען אויסדרייען דעם פסק- און ביי א פאליטישאן איז נישטא קיין וויכטיגערע זאך ווי זיין פאליטישע קאריערע.

איך רוף דעם גאווערנאר ליבערשט "סעלפיש"!

אגב: איך ברענג נישט א לינק צום בלאג, ווייל אסאך קאמענטארן גייען שוין צו עקסטרעם און עס האט מיר אויך אויפגערעגט)
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 5:47 pm

עס עפעס, איך פארשטיי ווען איינער איז סעלפיש אין ביזנעס/סאציאלע געלעגנהייטן וכדו'.
ווען איינער איז סעלפיש בשייכות איינעמס לעבן, און מ'רעדט נישט דא א פאל פון אדער/אדער - קריסט'ס לעבן אדער מארטין'ס לעבן, נאר אויפן וואגשאל הענגט בלויז קריסט'ס פאליטיק, איז ער א סעלפיש רשע!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 6:03 pm

ער איז נישט קיין רשע דערפאר.
"סעלפיש" איז נישט די ריכטיגע ווארט, אבער יעדער מענטש האט זיך ליב, ער האט דא געארבעט פאר זיין אייגענע קאריערע.

נאר וואדען, וויבאלד ער איז א גוי האט ער נישט די מידה פון רחמנים גומלי חסדים האט ער נישט געקענט גובר זיין זיינע אנדערע מידות.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שאינו יודע לשאול
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2009 11:51 am

תגובהדורך שאינו יודע לשאול » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 6:20 pm

איך פארשטיי בכלל נישט אויב טוט עס וויי דאס וואס ער האט געטוהן וואס האט מען פון פארטייגען דעם רשע? פארוואס דארף בכלל זיין א יוד וואס זאל זוכען צו זאגען פארוואס ער איז גערעכט? וועם גייט אן וואס זיין צד איז געווען? אויב ער האט געטוהן אן עוולה ווי ווייט די עוולה איז האט יעדער א רעכט צו זאגען אבער פארענטפערן פארוואס?
שלח לחמך על פני המים כי ברוב ימים תמצאנה

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » זונטאג פאברואר 21, 2010 8:52 pm

לאקשן ברעט האט געשריבן:
ס'איז יא אקעגען יוסטיץ ווייל זיי וואלטען געדארפט נעמען אין באטראכט זיין בעקראונד אין אז ער איז געווען אויף דראגס אין אז די פאליצאנטקע וואלט געדארפט טראכטען וואס זי טוט


עס איז זייער א ווייטאגליכע פרשה, און דער פאקט אז ער איז געווען אויף דראגס איז ריכטיג א לימוד זכות. דאך, דאס וואס מען ברענגט אויף אלס עיקר טענה אז ער איז היינט מער נישט וואס אמאל, ער איז פשוט געווען אומערצויגן, אין א שווערן מצב, א.ד.ג. דאס איז זייער גלייך פאר אונז אלס יחידים דערמיט דן צו זיין דעם מענטש לזכות, אבער א משפט קען זיך מיט דעם נישט רעכענען. עס איז טאקע אמת אז זיין פארברעכן איז געווען א רעזולטאט פון א שלעכטן חינוך, אבער דאס גופא איז טאקע דער שולדיגער צו זיין טראגישן אורטייל. פארפאלן, נעבעך געפאלן א קרבן צו א שלעכטן חינוך, און צובראכענעם שטוב.

עס דערמאנט מיך אן עפיזאד וואס א מחנך האט אונז פארגעשטעלט אין חדר [איך געדענק נישט גענוי וואס דער ציל איז געווען], ווי א איד איז מחלל שבת אין אנטווערפן אין געגנווארט פון צוויי עדים, און אנטלויפט דערנאך קיין ארץ-ישראל. נאך צוואנציג יאר טרעפן אים די עדים דאווענען מנחה אין איצקאוויטש, און עס איז קענטיג אז ער האט זיך זייער געטוישט. עס רייסט זיי ביים הארצן, אבער זיי מוזן טון וואס די תורה פארלאנגט. זיי גייען צום בי"ד, און גיבן אים איבער. עס איז אוודאי זייער ווייטאגליך, אבער מיר פארשטייען אז תשובה איז א זאך וואס ווערט אנגענומען נאר אין הימל. אין דיני אדם קען מען זיך נישט רעכענען מיט תשובה.

עס איז זיכער א ווייטאגליכע פרשה. עס דערווארעמט דאס הארץ צו זען דאס אהבת ישראל וואס עס קלאפט אין אונזערע קרייזן. עס קימערט מיך אויך גאנץ קנאפ צו דער גאווערנאר זאל זיך יא פארדינען א קללה אדער נישט, דאס ווייסט דאך דער באשעפער סיי-ווי. נאר דער פרט דארף אונז קלאר זיין, אז עס איז ווירקליך א ווייטאג וואס ער האט נעבעך באקומען א שלעכטער חינוך, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ אין א משפט אויף דער וועלט. אנדערש, קען דאך יעדער רוצח האבן דעם תירוץ, אויב ער נעמט זיך פאר צו זיין וואויל. וועלכער רוצח האט דען נישט קיין ווייטאגליכע געשיכטע הינטער זיין מפוקפקדיגע אויפפירונג?... אלזא, איך זאג דאס נישט כדי פארצושטעלן די זייט פון דעם משפט אין דעם ספעציפישן פאל, - דאס קענען מיר נישט טון וויבאלד דאס איז א פראגע אין דיני נפשות, און מיר קענען דאך אינגאנצן נישט די פארשידענע זייטן פון דער פרשה - איך זאג דאס נאר איינפאך אלס "תורה היא וללמוד אנו צריכים". ד.ה. איך באצי מיך צו דער טענה, און נישט צו דעם ספעציפישן פאל (וואס איך בין איבערהויפט נישט באקאנט מיט דעם). די טענה פאר זיך איז גרונטלאז, און דאס איז נאר א סיבה צו באוויינען דעם אומשולדיגן אומגליקליכן, וואס איז געפאלן א קרבן צו א שלעכטער ערציאונג.

אויף דעם איז פאסיג דאס אידישע פאלקס-ליד (פון מרדכי געבירטיג הי"ד), וואס שטעלט פאר דעם מצב פון א יונגל וואס איז אויסגעוואקסן א גנב, אלס רעזולטאט פון א שווערע קינדער-יארן. דער גנב לאזט צוואה אז מען זאל דעם פאלגנדן נוסח אויפשרייבן אויף זיין מצבה:

"דא ליגט אברהמ'ל דער פעאיגסטער מארוויכער [גנב],
א מענטש א פיינער, געווען וואלט פון אים זיכער,
א מענטש א ריינער מיט הארץ און מיט געפיל,
א מענטש א פיינער ווי גאט אליין נאר וויל.
ווען אויף אים וואלט געוואכט א מאמע'ס אויגן,
ווען ס'וואלט די פינסטערע גאס אים נישט ערצויגן,
ווען ער נאר א טאטע וואלט געהאט,
דא ליגט אברהמ'ל, יענער וואוילער יאט..."


א סקרוך גייט דורך אין די ביינער. וויפיל טייערע נשמות ליידן אויף דער וועלט צוליב דער זעלבער סיבה... אלזא, מיר האבן אסאך אויף וואס צו דאנקען.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 21, 2010 9:44 pm

יידישיסט, יפה דברת
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » זונטאג פאברואר 21, 2010 11:41 pm

איך האב גארנישט מער צוצולייגן צו די קלארע ווערטער פון הרב יידישיסט, וועלכע ברענגען ארויס דאס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ.
אבער דאס קען איך - און דארף - צולייגן: שלום עליכם הרב יידישיסט! עס בענקט זיך נאך די צייטן ווען איר האט זיך דא מער געדרייט. אייערע טייערע ווערטער, פול מיט חכמה ודעת, זענען ווי באלזאם אויף א וואונדעטן קערפער. חדש ימינו כקדם...

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מאנטאג פאברואר 22, 2010 3:42 am

הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זי"ע פלעגט זאגן (דאכט זיך אז בשם שינאווער רב זי"ע), אז א איד קעגן א גוי, איז דער איד אלעמאל גרעכט ...

אויב איז ריכטיג אז דער גראסמאן האט געהארגעט די פאליציאנטקע אונטער די השפעה פון דראגס, האט ער נישט קיין דין רוצח במזיד עפ"י התורה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], SemrushBo און 14 געסט