בלאט 1 פון 8

הצלת נפשות! (שיקט א בריוו צום פלארידע גאווערנאר)

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 7:29 am
דורך פאטאקי08
א מערכה האט זיך יעצט אנגעהויבן נאכדעם וואס א אידישע בחור איז פאראוטיילט געווארן צום טויט און די אורטייל איז יעצט אונטערגעשריבן גווארן דורך פלארידע גאווענער טשארלי קריסט אויף דעם קומענדיגן פעב. 15 אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו נומער 188
מען בעט דארט צי שיקן אימעיל צום גאווענער
טשארליקריסט@מייפלארידא.קאם

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 8:34 am
דורך ווער בין איך?
וואס איז די אימעיל אדרעס אין ענגליש?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 8:42 am
דורך ראטגעבער

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 9:29 am
דורך סתם_אזוי
איינער קען געבן מער אינפארמאציע?
וויאזוי הייסט ער? (אויף ענגליש)
וואס איז זיין חטא?

און אויב איינער קען מאכן א בריוו אין ענגליש וואלט איך עס זייער גערן געשיקט.
וואס קען איך אבער טאן אז איך קען נישט קיין ענגליש?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:30 am
דורך קרעמער
יוסי געשטעטנער האט געשריבן א בריוו, דארט קען מען זעהן אביסל מער אינפארמאציע:
http://yossigestetner.com/2010/01/25/my ... lie-crist/

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:33 am
דורך שוועמל
איז ער געזעצן ביז היצט, די גאנצע 25 יאר?
נו קומט דאך אים זיכער עפעס אראפ דערפאר

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:44 am
דורך ביקסאד
הנדון למוות מתחזק ביהדותו ואוכל רק כשר

מרטין גרוסמן, שנידון למוות בפלורידה בשל רצח שוטר לפני 25 שנים, ממתין לגזר הדין שיתבצע ב-16 בפברואר • בכלא הוא התקרב ליהדות, ובימיו האחרונים הוא אוכל רק כשר ומניח תפילין


יואל ביטלמן, בחדרי חרדים
תאריך: 25/01/2010 10:39:00


מושדל פלורידה חתם בשבוע שעבר על עונש מוות למרטין גרוסמן, יהודי שרצח לפני 25 שנים שוטר ביער בפלורידה.

גרוסמן, שהיה בעת האירוע בן 19, נתקל בשוטר בעת שהשתמש באקדח גנוב. משביקש הלה לדווח עליו, ירה בו גרוסמן, שעל פי דיווחים היה מסומם באותה עת, למוות בראשו.

בסופו של הליך משפטי ארוך ומתיש, גזר חבר מושבעים עונש מוות על גרוסמן, למרות הנסיבות המקילות של המקרה. לאחר דחיית כל הערעורים בתיק, חתם המושל על החלטה לביצוע גזר הדין ב- 16 בפברואר, בשעה 6 בערב.

גרוסמן, שגדל במשפחה יהודית ואף חגג בר-מצוה אורתודוכסית, התחזק ביהדות במהלך שהותו בכלא האמריקני, ועל פי דיווחים, אוכל רק אוכל כשר במהלך שהותו בכלא, והמתנתו לביצוע גזר הדין.

גורמים יהודיים בפלורידה, טוענים כי בתיקו של גרוסמן פרצות משפטיות רבות, שאמורות לאפשר את דחיית גזר הדין, אולם גם הם מסופקים אם אכן תתממש הדחייה.

גרוסמן, שקיבל הבטחה ממנהל הכלא לאפשר לו להניח תפילין בימיו האחרונים, ממתין לביצוע גזר הדין באגף הנידונים למוות בכלא המרכזי בפלורידה, כשעל פי המקובל יותר לו לראות רב ולקבל הדרכה רוחנית ביומו האחרון, בו יומת בזריקת רעל קטלנית שתנתן לו בכלא.

בחדרי חרדים

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:45 am
דורך צייטליך
זיין חטא איז אז ער האט דערשאסן צום טויט א פאליציי/וועכטער אין וואלד.

נאכדעם וואס ער איז געווען אויף פעראל צוליב אן אנדער חטא און איז נישט ערלויבט געווען ארויסצוגיין פון זיין שטאט האט ער מיט א חבר זיך אנגעטראפן אין א וואלד מיט דעם וועכטער, זיי האבן געבעטן דעם וועכטער זאל זיי נישט איבערגעבן אז זיי זענען דא.

ווען די וועכטער האט אריינגעריפן פאר בעק-אפ הילף האט ער זיך אנגעפאנגען צו ראנגלען מיטן וועכטער און ארויסגעכאפט איר רעוואלווער און איר דערשאסן צום טויט.

ער איז אין יענער צייט געווען א 17 יעריגער בחורל און געווען אויף הויעך דראג'ס.

ווי איך האב נעכטן געליינט זאגט דער ראביי פון די תפיסה אז ער האלט אידישקייט ווי ווייט מעגליך היינט צוטאגס.

---

דער עלם האקט דא אריין..

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 12:07 pm
דורך שוועמל
מען מוז דעם בחור ראטעווען.
אחינו בשרינו הוא.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
דורך לוסטיג
וואס גייט פאר מיט דיר שוועמל?

קוק דעם חילוק פון דיר און צייטליך, ער דערציילט די מעשה מיט אזא מין מיטלייד אין געוויין, אין די מיט אזא קאלטקייט, אין נאך מיט אזא שמייכל אויפן פנים...

הזאת שוועמל?!..

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:31 pm
דורך שאינו יודע לשאול
יא שוין געשיקט אן אימעיל
סאיז זיכער אז מדארף זעהן צו טוהן וואס מען קען נאר
נעבעך!!

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 2:48 pm
דורך שטארק זיך
ווייסט איינער אויב עס זענען פאראן מראשי העם וועלעכע זענען באקאנט מיט די תהלוכות פונעם אמעריקאנעם הינריכטונג סיסטעם.

וואס זאגן זיי?

אפשר אז מען וועט עהם שיקן אימעילס אין וועלעכע ס'קען געמאלט זיין מענטשן זאלן נישט ווי מ'ברויך, עס קען גאר האבן דעם פארקערטן עפעקט.

ווייסט איינער מער?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 4:29 pm
דורך למעלה משבעים
איך האב שוין געשיקט געקאפי'ט די נוסח פון גלגל.
און דאס צוריק באקומען.
Thank you for contacting Governor Charlie Crist.

Due to the volume of emails sent to the Governor, there may be a delay in responding to your email. Please know that the Governor's office is making every effort to respond to your inquiry.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 5:37 pm
דורך ארעסטאנט
שטארק זיך האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס זענען פאראן מראשי העם וועלעכע זענען באקאנט מיט די תהלוכות פונעם אמעריקאנעם הינריכטונג סיסטעם.

וואס זאגן זיי?

אפשר אז מען וועט עהם שיקן אימעילס אין וועלעכע ס'קען געמאלט זיין מענטשן זאלן נישט ווי מ'ברויך, עס קען גאר האבן דעם פארקערטן עפעקט.

ווייסט איינער מער?


איך בין נישט פון די ראשי העדה. אבער אוודאי געוויס גילט ביי אונז אידן דעם כלל "אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל יתאש מן הרחמים", ליידער זעה איך נישט אויף וועלכע "פארקערט" עס קען האבן א עפעקט, דער גאווערנער האט שוין ל"ע אונטערגעשריבן דעם ביטערן גזר דין. אלזא איז דאס לכאו' די איינציגע וועג און איך גלייב אז די מערכה קומט פון די נאנטע צום באטראפענעם, און דאס איז די איינציגע מיטל וואס איז נאך פארבליבן. כנלע"ד.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 7:08 pm
דורך בשבילי נברא
אפשר וואלט איינער געקענט אזוי גוט זיין און ארויפלייגן נאך עפעס א בעסערע נוסח פון א בריוו פארן פלארידע גאווערנאר

קודם כל קען נישט אנקומען די זעלבע נוסח נאכאמאל און נאכאמאל, מ'דארף האבן עטליכע נוסחאות

און חוץ מזה איז דער אויבן דערמאנטע בריוו איז (לפי דעתי) זייער נאריש און אידיעלאגיש געשריבן

1) איך בין נישט פאר capital punishment ווי ער שרייבט דארט, איך בין א איד, און דן זייו למיתה קען נאר א בי"ד של שבעים בזמן שביהמ"ק קיים

2) וואלט מען נישט געהאנדעלט דא מיט א קאנסערוואטיווע רעפובליקאנער גאווערנאר וואלט מען נישט געדארפט די גאנצע זאך, עס וואלט לכאורה נישט געווען לכתחילה קיין טויט אורטייל פאר דעם בחור. ודי

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 7:19 pm
דורך למעלה משבעים
גלגל האט דאס געשריבן.
I am writing this email to request that you reconsider your action of signing Martin Grossman’s death warrant.

While his crime is by no means condonable, a punishment as irreversible as death seems extreme in this case. While I personally do not know Mr. Grossman, I have been informed by his friends and counselors that he sincerely regrets his actions. Of course, taking the life of an officer is a crime that deserves punishment. But, considering the teen’s mental state at the time, and how far he’s come since then, I don’t see how taking another human life would right the wrong.

I greatly appreciate your consideration and wish you the best of luck in your position.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 7:35 pm
דורך שוועמל
צוויי שאלות:

איז שוין אמאל געווען אין היסטארי אז א דעט רולינג איז געווארן אווערטורנד?
ווען איז געווען אז דער באשולדיגטער איז למעשה נאכן דעט רולינג ארויסגעקומען זכאי? (ד"ה אז די גאנצע דעט איז געווען שלא ביושר)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 26, 2010 8:20 am
דורך סתם_אזוי
באקומען אין אימעיל

געשריבן: דינסטאג יאנואר 26, 2010 4:01 pm
דורך צייטליך
איך שטיץ זייער די בריוו'ן און מ'ברויך טוען וואס מ'קען ארויסצוהעלפן דעם גראססמאן.

אבער!

דער וואס שיקט ארום די אימעיל'ס שרייבענדיג אז גראסמאן איז דער איינציגסטער אין די טעג צו קריגן טויט שטראף "Just because he is a Jew" דער איז א פאברעכער. עס האט נישט איינס מיטן צווייטן! פארוואס דארפן מיר אויסקוקן ווי די שווארצע? די פאקט איז אז דער גראסמאאן האט דורכגעפירט דעם פאברעכען און ער האט געשאסן אויף טויט א פאליציאנט אין קאפ. וואס דרייסטו א קאפ אז עס איז "בלויז ווייל ער איז א איד"?? עס איז ווייל ער איז באגאנגען דעם פאברעכען.

איך וועל טוען - און געטוען - וואס איך קען ארויסצוהעלפן אין א קאמפיין אז דער גאווערנער זאל איבערדרייען זיין פסק, אבער ביטע נארמאל.

א סעמפעל איז דער בריוו וואס יוסי געשטעטנער שרייבט (וואס קרעמער האט געברענגט דא אויבן) ווי ער שרייבט לאגיש און רחמנות'דיג, אבער די אנדערע וואס רעדן אז עס איז "בלויז ווייל ער איז א איד" די ברענגען אן אנסימיטיזעם אויף אונז.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 26, 2010 4:19 pm
דורך קרעמער
אין איינע פון די אימעילס שטייט אז ער איז פאראורטיילט געווארן ווייל מען האט אים "פארדעכטיגט" אין שיסן וכו'. דאס איז אויך א קארופציע, ווייל ער לייקנט נישט דעם פאקט אז ער האט דאס געטוהן, ולא על זה אנו דנין.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 26, 2010 4:28 pm
דורך נחמן נתן
שוין געשיקט (וואס סתם-אזוי האט געברענגט).

געשריבן: דינסטאג יאנואר 26, 2010 4:47 pm
דורך צייטליך
קרעמער האט געשריבן:אין איינע פון די אימעילס שטייט אז ער איז פאראורטיילט געווארן ווייל מען האט אים "פארדעכטיגט" אין שיסן וכו'. דאס איז אויך א קארופציע, ווייל ער לייקנט נישט דעם פאקט אז ער האט דאס געטוהן, ולא על זה אנו דנין.


דאס האט מיר גראדע אויך שטארק פאדראסן. ווייל ער ברענגט דארט די מעשה אין דריי שפראכן. אידיש, היברעאיש און ענגליש. און נאר ביי די אידישע וויל ער אונז פאדרייען אז "בלוז פארן חשד" אז ער האט געשאסן, ווען אין די אנדערע צווי שפראכן אויפן זעלבן צעטיל ווערט גארנישט דערמאנט אז עס איז חשד און ניטאמאל טענה'ט ער דאס.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 26, 2010 5:45 pm
דורך קרעמער
איך האב ניטאמאל געליינט די אנדערע שפראכן, נאכדעם וואס ער האט מיך אזוי אויפגערעגט מיט די אידישע חלק. זענען מיר דען קעץ?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 27, 2010 12:57 pm
דורך 1x1
אמעראצישע פראגע: כ'זע אז די גאווערנער איז דער וואס גיט דעם פסק, נישט די שופט - דזשאדזש - איז דער וואס דארף פסק'נען? צי ער איז ביידע?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 27, 2010 1:09 pm
דורך שוועמל
דוכט זיך אז א שופט אליינס איז נישט גענוג צו אויספירן א טויט אורטייל, עס מוז באשטעטיגט ווערן דורכן גאווערנאר.

צייטי, גערעכט מיט דעם אידישן חלק ס'האט מיר אויך פארדראסן אבער כ'אב נישט געוואלט רעדן דערפון.
אפשר לעגאל קען מען אויסטייטשן וויבאלד ער איז געווען אנגעדראגט האט "ער" נישט געשאסן. עי' ערך א.ג'. סימפסאן.