ברעיקונג: איבערקערעניש אין 'נוארק'

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

ברעיקונג: איבערקערעניש אין 'נוארק'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

נוארק, ניו דזשערסי. א פלייץ פון היסטערישע געשרייען אין ווילדע באשולדיגונגען ווערן געהערט אין די מינוטן אין דעם אינטערנאציאנלן 'נוארק עירפארט', נאכדעם וואס דאס איז שוין געפרוירן זינט 5:30 נאכמיטאג.
די געשיכטע פאנגט זיך אן מיט א מיסטרעיעזן אנאנימער פארשוין וועלכער האט זיך דורך געשמוגלט די סקרינערס, און פארשוואונדן געווארן ווי אין וואסער אריין. אלץ רעזולטאהט, און אזוי אויך אונטערן בליק פון די לעצטע געשעענישן אין די הימלען, האט מען גלייך אויסגערופן אז קיין איין פלייט פליט נישט ווייטער און אז מען דארף יעדן איבערסקרינען, און דאבלטשעקן.
דאס כאאס איז ארויס פון יעדן פראפארץ, מאסן מענטשן שטייען אין קענען נישט באשלוסן זייערע קומענדיגע טריט, אלעס ווערט צוריקגערופן צום אנפאנג, עראפלאנען ווערן אונטערגעזוכט, דערווייל האט מען נאכנישט באוויזן צו לייגן א האנט אויפן מיסטריעיזן פארשוין.
ווי עס קוקט איצט אויס גייט קאנטינענטל עירליינס קענסלען די אלע געשפעטיגטע פלייטס.
אונז אידן ווייסן מיר 'אם השם לא ישמור עיר, שוא שקד שומר', און מען האפט אויפן בעסטן.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

ניו דזשערסי, נוארק, 6 שעה שפעטער.
ארום 12 אויפדערנאכט, האט זיך די זאך אנגעפאנגען רוקן צוביסלעך, ווען אלע פאסאנדזשירן זענען אנגעפאנגען געווארן צו ווערן איבערגעטשעקט און איבערגעסקרינט, און די עראפלאנען האבן זיך אנגעפאנגען רוקן, מיט א שטארקע דילעי.
די אויטאריטעיטן געבן איבער אז דעם פארשוין וואס האט זיך געשמוגלט די סקרינער'ס האט מען נישט געקענט אינדעפיציענירן, אבער זיי זענען רואיג אז די גאנצער טערמינאל איז אדורך א פולקאמער דאבל-טשעק, און זיי זענען פארזיכערט (איר הערט ווערטער..?) אז אלעס איז אקעי.
"איך בין נישט גערעגט אז דאס איז געשעהן, איך בין אנטוישט אז עס איז געווען אזא שטארקע כאאס" האט געזאגט אליסה דיי פון ענגלאנד, וואס האט געברויכט ספענדן די פארלאפענע 6 שעה אין דעם צומישטן טערמינאל מיט א פאמיליע פון אן אכצן חדשים'דיגס מיט א פינעף יעריגער, מיט נאך 5 קינדער.
א ווארטזאגער פון קאנטינענטל עירליינס האט קאמענטירט אז דאס איז געווען א אויסדרוקליכע אישו פון דעם עירפארט, און נישט פון די עירליין קאמפעני.
קאנטינענטל האט געגעבן די אפציע פון איבערמאכן דעם רוט, אדער נעמען א צווייטע פלייט פאר נאו טשארדזש.
אלץ רעזולטאהט פון די געשיכטע, און אזוי אויך אונטערן שאטן פון דעם דורעכגעפאלענעם ניגעריער אונטערוועש באמבע, האט די TSA געמאלדן אז פון היינט מאנטיג אנגעפאנגען וועט יעדער פאסאנדזשיר וואס קומט אריין/גייט ארויס פון/צו איינע פון די מזרח (לייען: אראבישע) לענדער, און צוגאב צו די ביזט איצטיגע פיינטליכע לענדער, וועלן זיין אויסגעשטעלט צו פארשטערקערטע אונטערזוכונגען. ד.מ. חוץ סיריע, איראן, קובא און סודאן וועלכע זענען שטיצער'ס פון טעראריזם, זענען אלע פאסאנדזשירן פון אפגאניסטאן, אלדזשעריע, איראק, לבנון, ליביע, ניגעריע, פאקיסטאן, סאודי אראביע, סאמאליע און תימן אונטער'ן פארגרעסערונג'ס גלאז פון די היימלאנד זיכערהייט דיפארטעמענט.
עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווען גייט אמעריקע דיסיידן בכלל אז א מוסלמענער האט נישט וואס צו זוכן אויף קיין פליגער, ה"י.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א גרויסן יישר כח שעפטיל. זייער שיין אראפגעלייגט און עס איז שוין ארויף היינט אינדערפרי אויפן הויפט בלאט אויך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

קול מבשר ווייסט נישט בחייכנו, ס'געווען אין 'נוארק'
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

Developing: Bakersfield, Calif. airport evacuated after trace amounts of
explosive material detected on passenger's bag.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

די חברה גיבען איבער אז עס האט זיך ארויסגישטעלט צו זיין אפאר פלעשער האניג,
די חידוש איז נאר אז צווי סעקיוריטי גארדס וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט די "פארדעכטיגע" פלעשער האבען גיהאט געזאגט אז זיי שפירען זיך עפעס שלעכט, סארא לאזערס
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

אפדעיט, דינסטאג אווענט.
"פלאפ", איין גרויסער טיטול פאר די אלע זיכערהייט אגענטורן וועלכע געבן זיך אפ מיטן היטן אויף אונזערע קערפער. עס איז שוין געקומען די העכסטע צייט פאר די חברה אראפצולייגן די מאשינען פון די האנט, און איבערגעבן אין די הענט פונעם באשעפער, ספעציעל נאך דעם זונטאג'דיגן עפיזאד.
איר געדענקט אוודאי דעם משל פון הייליגן חפץ חיים איבערן פויער וועלעכער האט אהיים גענומען מיט איין שמחה א לאמטערנע שיין איינגעפאקט אין א פושקעלע, נאכדעם וואס דער מעקלער זיינער האט אים מבטיח געווען אז מיט די לאמטערנע וועט קומען צו אן ענדע די ענדלאזע באמיאונגען אנצוצינדן דאס לעכטעלע אין די קילע נאכטשטונדען, אן עס זאל זיך אויסלעשן. און צו זיין גרויס וואונדער האט עס נישט געארבעט.... ווייל ער האט דאס פשוט נישט אנגעצונדן.
אטע דאס איז דא געשעהן; עס זענען געווען קעמערע'ס, פארשטייצעך, פאר אונזער זיכערהייט. נאר, עס האט נישט געארבעט... עס איז שוין צובראכן א לאנגע צייט.
איין אגענטור ווארפט די שולד אויפן צווייטן, קיינער וויל נאכנישט נעמען דעם שולד אויף זיך, באטעם ליין: עס האט נישט געארבעט זייט מאנטאג, שוין נאכ'ן דורעכגעפאלענעם ניגעריע'ר באמבע, א שאנדע אויף נוארק עירפארט.
אם ד' לא ישמור.. וכו'.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”