בג"ץ: שולע אין עמנואל מוז אריינעמען קינדער פון אלע שיכטן

באריכטן און אנאליזן

אחראי: צייטליך

הודעהדורך אלדד » זונטאג יוני 27, 2010 1:01 pm

יהיה כן האט געשריבן:אלדד
מען טאר נישט אריינקומען ביינונז אין קרעטשמע מיט אזא זויערן פנים.......

וואסי פשט מיטן לייגן די קו"ק, זיי שליסן כאטש אויס 'אייוועלט'.......

ס'איז מיר פשוט א דערמאנונג, ווען איך זיץ אין שרייב אויפ'ן אינטרנט, אז נישט יעדער האלט אז ס'איז אויסגעהאלטן, אבער לאמיר נישט פארקריכן פונם נושא, באלד וועט דער מנהל קומען און מאכן סדר דא...
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אוועטער
אלדד
שר מאה
 
הודעות: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פבואר 03, 2009 10:34 pm

הודעהדורך יהיה כן » זונטאג יוני 27, 2010 1:03 pm

נו אידעך א שטארקע קשיא, פארוואס מאכן נישט די זעלבע וועלכע האבן געמאכט דעם גרויסן עצרת פאר אסירי עמנואל, מאכן נישט אזוינע שיינע עצרת'ן פאר אנדערע עבירות, חילול שבת, חיטוטי שכבי וכו'. (זאג מיר נישט אז די מאסשטאבליכע חיטוטי שכבי וואס מען זעהט ליידער לעצטנס איז נישט אזא גרויסע עבירה אז מען זאל פארדעם דארפן מאכן אן עצרת...)
און וואס זאגסטו?
אוועטער
יהיה כן
שר האלף
 
הודעות: 1487
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

הודעהדורך אלדד » זונטאג יוני 27, 2010 1:12 pm

פאר די חסידישע תושבים אין עמנואל איז ארויסגעקומען א גרויסע טובה פון דעם אז סלונימ'ער רבי שליט"א מיט הרב עובדי'ה יוסף שליט"א האבן צוזאמען געמאכט די הסכם און די בג"ץ האט ס"ה געדארפט ארויפלייגן די שטעמפל אז זיי זענען מאשר די הסכם (כמו הרבנות נותן הכשר למוצרים שיש לזה הכשר מהרב לנדא או העדה"ח) און אזוי זענען זיי אראפ פונם בוים מיט'ן נאמען בזיון בית המשפט... די שטארקייט פונם הסכם איז אז ביידע גדו"י ווייזען אז דא איז נישט געווען דיסקרימינצי' נאר ס"ה מער פרום, ווייניגער פרום און דער יואב ללום איז ארויס פון די בילד.

ס'איז כדאי אנצומערקן אז ווען ס'איז געפרעגט געווארן ביי ללום וואס ער וועט טוהן איבער'ס-יאהר אויב סלונים וועט עפנען א מיידל שולע במסגרת מוסדות פטור (וואס נעמט נאר 40% שטיצע פון די מדינה) האט ער גענפערט אז עפ"י חוק איז אפילו א מוסד וואס נעמט בכלל נישט קיין געלט, טאר אויך נישט דיסקרימינירען און ער וועט לוחם זיין קעגן דעם אויך...

למעשה האט נעכטען הרב עובד'ה יוסף שליט"א געזאגט ביי זיין וועכענטליכע מוצש"ק שיעור, אז היות היינט איז שוין דא ספרד'ישע שולע'ס איז מער ראטזאם אז ספרדים זאלן לערנען דארטן ווייל זיי האבן אנדערע מנהגים און מסורות. אויך האט ער געזאגט אז סוכ"ס דארפן די ספרד'ישע דאנקען די אשכנזים וואס האבן זיי אריינגענומען אין די ישיבות און אין די שולע'ס ווען ס'איז נאכנישט געווען קיין ספרד'ישע, און ס'זענען ארויסגעוואקסען גרויסע תלמידי חכמים אויך פון די אשכנז'ישע ישיבות...
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אוועטער
אלדד
שר מאה
 
הודעות: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פבואר 03, 2009 10:34 pm

הודעהדורך אלדד » זונטאג יוני 27, 2010 1:14 pm

יהיה כן האט געשריבן:נו אידעך א שטארקע קשיא, פארוואס מאכן נישט די זעלבע וועלכע האבן געמאכט דעם גרויסן עצרת פאר אסירי עמנואל, מאכן נישט אזוינע שיינע עצרת'ן פאר אנדערע עבירות, חילול שבת, חיטוטי שכבי וכו'. (זאג מיר נישט אז די מאסשטאבליכע חיטוטי שכבי וואס מען זעהט ליידער לעצטנס איז נישט אזא גרויסע עבירה אז מען זאל פארדעם דארפן מאכן אן עצרת...)

ווארטסט פאר אן ענפער נא דיך איינס...

ווייל רוב רבנים אין ארץ ישראל זענען קעגן אלימות! די מציאת האט געוויזען אז דארט ווי די עדה"ח איז פארמישט מאכט זיך געווענדליך אלימות, דעריבער האלטן זיי אז שב ואל תעשה עדיף!
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אוועטער
אלדד
שר מאה
 
הודעות: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פבואר 03, 2009 10:34 pm

הודעהדורך פאכמאן » זונטאג יוני 27, 2010 1:18 pm

ווער פון אייך קען מסביר זיין קלאר:

אויף וואספארא פשרות האט דער סלונימער רבי נישט געלאזט איינגיין, און אויף וואס - און פארוואס - איז מען יעצט יא איינגעגאנגען.


יישר כח.
לעצט פאראכטן דורך פאכמאן אום זונטאג יוני 27, 2010 1:24 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
גרעפיק'ס: fachman2@gmail.com
אוועטער
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 311
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

הודעהדורך אלדד » זונטאג יוני 27, 2010 1:21 pm

ער האט בשום אויפן נישט געוואלט אז זיי זאלן לערנען צוזאמען אין איין קלאסרום, וואס די פשרה איז געווען, מען וועט גיין צו א צענטראלע שיעור וויא עס וועלן זיך באטייליגען די תלמידות פון אלע פרומע שולעס אין עמנואל, (דהיינו מעיין החינוך התורני פון ש"ס און ווי אויך חב"ד) פאר די נעקסטע דריי טעג ביז די חופש הגדול...

בדרך אגב: דארפסט נישט שרייבן אזוינע גרויסע אותיות, איך קען ליינען קלענערע אויך... :shock:
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אוועטער
אלדד
שר מאה
 
הודעות: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פבואר 03, 2009 10:34 pm

הודעהדורך TAG » זונטאג יוני 27, 2010 1:22 pm

ארץ ישראל יוד,
איך קען נישט אריין זאגען א מיינונג צו ס'איז א חילול השם אדער א קידוש ה' דאס לאז איך פאר די גדולים, אזוי פיל קען איך זאגען אז דער וואס וואוינט אין די געגענט פון מאה שערים לייד צרות צרורות ביי יעדע מערכה וואס ס'קומט דארט פאר. ב"ה איך וואוין נישט דארט.

יהיה כן,
אסאך גדולים האבען געהאלטען אז מ'מאכט הפגנות נאר ווען עס שטערט די יידישע לעבנס שטייגער ווי גיוס בנות וכדומ'. און די מציאות האט געוויזען אז ס'האט מער אויפגעטוהן.
אוועטער
TAG
שר חמישים
 
הודעות: 99
זיך איינגעשריבן: זונטאג נובמבר 15, 2009 2:41 am

הודעהדורך יהיה כן » זונטאג יוני 27, 2010 1:24 pm

אלדד האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:נו אידעך א שטארקע קשיא, פארוואס מאכן נישט די זעלבע וועלכע האבן געמאכט דעם גרויסן עצרת פאר אסירי עמנואל, מאכן נישט אזוינע שיינע עצרת'ן פאר אנדערע עבירות, חילול שבת, חיטוטי שכבי וכו'. (זאג מיר נישט אז די מאסשטאבליכע חיטוטי שכבי וואס מען זעהט ליידער לעצטנס איז נישט אזא גרויסע עבירה אז מען זאל פארדעם דארפן מאכן אן עצרת...)

ווארטסט פאר אן ענפער נא דיך איינס...

ווייל רוב רבנים אין ארץ ישראל זענען קעגן אלימות! די מציאת האט געוויזען אז דארט ווי די עדה"ח איז פארמישט מאכט זיך געווענדליך אלימות, דעריבער האלטן זיי אז שב ואל תעשה עדיף!


איך האב דיך נישט געפרעגט פארוואס מען גייט נישט מיט די עדה החרדית, איך האב געפרעגט פארווא די זעלבע וועלכע האבן איצט געמאכט אזא געלונגענע עצרת, אנאנדערס מאל הערט מען נישט פון זיי קיין פיפס, וואו זענען די פערטל מיליאן יודן ביי אנדערע גזירת לעקירת התוה"ק?????
און לשיטתך, א פלא יעצט האט מען יא צוגעלאזט די עדה'ניקעס צום עצרת, קיינער האט נישט חושש געווען אז די עדה'ניקעס וועלן פאברענען מיסטקאסטענעס מען וועט זיי נישט קענען קאנטראלירן......

הרב תג
הא גופא קשיא
פארוואס חילול שבת בפטלרין של מלך, חיטוטי שכבי וואו הייליגע עצמות פון אבות אבותינו ווערן ציברעקלט און ציפיצלט דורך די כופרים שטערט נישט די יודישע לעבנ'ס, על כבוד בשר ודם מחיתם על כבודי לא מחיתם?????
און וואס זאגסטו?
אוועטער
יהיה כן
שר האלף
 
הודעות: 1487
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

הודעהדורך TAG » זונטאג יוני 27, 2010 1:30 pm

די חיטוטי שכבי שטערט די יידישע לעבנס שטייגער? און פארוואס איז חיטוטי שכבי מער כבוד שמים ווי חינוך?
אוועטער
TAG
שר חמישים
 
הודעות: 99
זיך איינגעשריבן: זונטאג נובמבר 15, 2009 2:41 am

הודעהדורך אלדד » זונטאג יוני 27, 2010 1:31 pm

יהיה כן האט געשריבן:
איך האב דיך נישט געפרעגט פארוואס מען גייט נישט מיט די עדה החרדית, איך האב געפרעגט פארווא די זעלבע וועלכע האבן איצט געמאכט אזא געלונגענע עצרת, אנאנדערס מאל הערט מען נישט פון זיי קיין פיפס, וואו זענען די פערטל מיליאן יודן ביי אנדערע גזירת לעקירת התוה"ק?????
און לשיטתך, א פלא יעצט האט מען יא צוגעלאזט די עדה'ניקעס צום עצרת, קיינער האט נישט חושש געווען אז די עדה'ניקעס וועלן פאברענען מיסטקאסטענעס מען וועט זיי נישט קענען קאנטראלירן......
קוקט אויס אז מען האט אויף דעם נישט חושש געווען - זיי זענען דארט געווען א מיעוט שאינו מצוי, ווען אפילו נישט אלע פון די עדה"ח זענען ארויס.
הרב תג
הא גופא קשיא
פארוואס חילול שבת בפטלרין של מלך, חיטוטי שכבי וואו הייליגע עצמות פון אבות אבותינו ווערן ציברעקלט און ציפיצלט דורך די כופרים שטערט נישט די יודישע לעבנ'ס, על כבוד בשר ודם מחיתם על כבודי לא מחיתם?????
תג האט דיר שוין מסביר געווען
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אוועטער
אלדד
שר מאה
 
הודעות: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פבואר 03, 2009 10:34 pm

הודעהדורך פאכמאן » זונטאג יוני 27, 2010 1:31 pm

אלדד האט געשריבן:ער האט בשום אויפן נישט געוואלט אז זיי זאלן לערנען צוזאמען אין איין קלאסרום, וואס די פשרה איז געווען, מען וועט גיין צו א צענטראלע שיעור וויא עס וועלן זיך באטייליגען די תלמידות פון אלע פרומע שולעס אין עמנואל, (דהיינו מעיין החינוך התורני פון ש"ס און ווי אויך חב"ד) פאר די נעקסטע דריי טעג ביז די חופש הגדול...

אויף בח"ח שרייבן זיי אז דרעי האט שוין פארגעשלאגן גענוי דעם פלאן נאך בעפאר די טורמע-פסק.
גרעפיק'ס: fachman2@gmail.com
אוועטער
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 311
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

הודעהדורך TAG » זונטאג יוני 27, 2010 1:34 pm

ס'קען אויך זיין אז די אנדערע גדולים וואלטען מיט געגאנגען מיט די מערכות פון העדה החרדית ווען די עדה וואלט זיי געבעטען (אזוי ווי ביי די בר-אילן מערכה).
אוועטער
TAG
שר חמישים
 
הודעות: 99
זיך איינגעשריבן: זונטאג נובמבר 15, 2009 2:41 am

הודעהדורך אלדד » זונטאג יוני 27, 2010 1:34 pm

און די קענסט מיר מסביר זיין ווי אזוי מען קען אנגיין פאר צוויי וואכן אן קיין געהעריגע סדר, ס"ה זיצען און אויסהערן דרשות יעדן טאג בנושא אהבת ישראל? פאר דריי טאג איז דאס גוט!
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אוועטער
אלדד
שר מאה
 
הודעות: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פבואר 03, 2009 10:34 pm

הודעהדורך יהיה כן » זונטאג יוני 27, 2010 1:38 pm

אלדד מיין ערשטע קשיא איז נישט פארענטפערט און תג האט נישט מסביר געווען פארוואס חיטוטי שכבי טוט ליידער נישט וויי??????
און בכלל מצות מחאה שטייט נישט אין קיין איין ראשון ואחרון אז ס'איז נאר נוהג דארט וואו ס'שטערט דע יידישע לעבנס שטייגער!! און אויב וועסטו מיר צוריק שרייען אז די מחאות טוען נישט אויף גייט נישט אן קיין מצות מחאה, דאן קוק דזשע צוריק וואס האט אפגעהאלטן די חפירות אין יפו?, און וואס און ווער האבן גענצליך אפגעהאלטן די חפירות און יבנה (מקום מנוחת התנא האלקי רבן גמליאל דיבנה!!), און עס וואלט געקענט פיל פיל מער אויפטון ווען זיי פילן דרוק פון נאך א פערטל מיליאן יודן ביי די (אפילו פרידליכע) מחאות!!!, ליידער גייט עס פאר די פערטל מיליאן אידן גאנץ ווייניג אן.......

אקעי, דע מנהל פאכעט שוין מיטן בעזים....
און וואס זאגסטו?
אוועטער
יהיה כן
שר האלף
 
הודעות: 1487
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

הודעהדורך פאכמאן » זונטאג יוני 27, 2010 1:50 pm

אלדד האט געשריבן:און די קענסט מיר מסביר זיין ווי אזוי מען קען אנגיין פאר צוויי וואכן אן קיין געהעריגע סדר, ס"ה זיצען און אויסהערן דרשות יעדן טאג בנושא אהבת ישראל? פאר דריי טאג איז דאס גוט!


ווער זאגט אז דאס וואלט געמוזט זיין אויף גאנצע דריי וואכן? ס"ה האט די בג"ץ געוואלט אז די פסק זאל ווערן אנגענומען, און מען זאל גיין צוזאמען. האט מען גערעדט אז דאס מוז זיין ביז סוף זמן?
גרעפיק'ס: fachman2@gmail.com
אוועטער
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 311
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

הודעהדורך ווינקל » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 12:34 pm

די נייע זמן האט זיך שוין אנגעהויבן?
אוועטער
ווינקל
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 319
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
געפינט זיך: vinkel.ivelt@gmail.com

פאריגע

צוריק צו אידישע און וועלטליכע נייעס

ווער איז אריינגעסיינט

באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: MSN [Bot] און 2 געסט