טי-מאביל VS ווערייזאן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

טי-מאביל VS ווערייזאן

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 12:33 pm

איך רעכט מיך צו סוויטשן צו T-MOBILE.
ווערייזאן קאסט מיר צופיל א חודש.


בעפאר איך טו דער שריט וויל איך הערן עקספיריענס פון חברים ווי גוט זייער רעסעפשאן איז.
און וועלכע בלעקבערי פאן איז קאמפעטיבל צו מיין יעצטיגע טהור'ל.

אין די מאונטענס כאפט טי מאביל?
עספיריענס מיט ביללינג פראבלעמען?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 12:56 pm

פארוואס האסטו דיך אפגעלאזט מיט ספרינט? האסט נישט געפלאנט צו נעמען א ספרינט?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 1:01 pm

קיינמאל נישט געטאטשט ספרינט.
כ'אב אמאל געפרעגט דערוועגן אבער כ'הער פון יעדן ס'יז כפרות. און ווען איך שיק א פין באקומט עס יענער אמאל אמאל וכו'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 7:05 pm

איך בין מוחה... ספרינט ארבעט א מחי'! נאכדערצו מיט די ראמינג אין די ביליגע פרייזן.

אבער יעצט מיט דיין נייע טהור וואלט טי מאביל געווען א בעסערע טשויס ווייל די וועסט קענען נוצן ס'זעלבע טעלעפאן, זינט ס'איז אנלאקט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 15, 2009 8:02 am

שוועמל, מיין לאנגיעריגע עקספיריענס מיט ר' טימבל איז:

1) קיין בילינג פראבלעמען ב"ה.

2) רעסעפשען, ווענדט זיך וואו דו דרייסט דיך איבערן טאג, אין טייל אונטערערדישע שולן, אדער שווערע בנינים וועסטו נישט האבן קיין סערוויס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג נובעמבער 15, 2009 12:15 pm

די שאלה איז צו מען שפארט זיך טאקע געלט דורך ר' טימבל..
דארף מען דורכקוקן פונקטליך זייערע פלענער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 11:02 am

לאזי, ספרינטס ראומינג מאכט קונצן לעצטנס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 11:12 am

איך האב געהאט טי מאביל פאר א שטיק צייט, איך האב געהאט היבש מאל ווען עס האט נישט געהאט קיין סערוויס.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 11:19 am

איך האב שוין ספרינט קארגע צעהן יאר. זיי האבן די זעלבע dead spots און עס איז נאך קיין איינע נישט געפיקסט געווארן.
דא אין וויליאמסבורג אליין איז דא אסאך פון זיי. מיר באדערט עס מער ווי די בייק לעינס און אנדערע אנשיקענישן.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » פרייטאג נובעמבער 27, 2009 9:42 am

נאטורליך, אינטערעסאנט וואס דו זאגסט אז ספרינט האט זיך נישט געבעסערט.

לדוגמא ווייס איך אז אויף טעילאר פלעגט זיין גרויסע פראבלעמען אבער היינט איז זייער סערוויס דארט זייער גוט.

בכלל האב איך שוין ספרינט ווייסעך וויפיל יאר, און ב"ה עס איז סופער גוט אין קליטה.

אדרבה ווייסט איינער א פלאץ אין ווילי וואס דארט כאפט נישט? איך וויל אהינגיין און עס אויספרובירן...

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » פרייטאג נובעמבער 27, 2009 9:57 am

עס ווענדט זיך אסאך אין די טעלעפאון אליין.

שוועמל, וואס עפעס האסטו באשלאסן טי-מאביל? עס זענען דא אסאך אנדערע קאמפאניס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » פרייטאג נובעמבער 27, 2009 11:21 am

אין פרייזן קען איך דיר נישט זאגן אין פארגלייך צו די אנדערע. אבער זייערע קאסטומער סערוויס שטייגט זיכער איבער די אנדערע. עכ"פ לויט מיין עקספיריענס – וואס כ'האב שוין געדילט מיט ספרינט, ווערייזאן , עי טי ענד טי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג נובעמבער 27, 2009 2:08 pm

סתם_אזוי האט געשריבן:עס ווענדט זיך אסאך אין די טעלעפאון אליין.
שוועמל, וואס עפעס האסטו באשלאסן טי-מאביל? עס זענען דא אסאך אנדערע קאמפאניס.

דאס איז אמת, ס'יז פארהאן צוויי זאכן אויף וואס מען ברויך קוקן, אויף רעסעפשאן און אויף סערוויס.

רעסעפשאן איז געוואנדן אינעם פאון זעלבסט, ס'יז דא פאונס וואס כאפן בטבע בעסער אדער שוואכער.
סערוויס איז געוואנדן אינעם פראוויידער, וויפיל טורעמס\אנטענעס זיי פארמאגן אינעם געגענט וואס שטעלט צו גוטע קלארע ווייערלעס סערוויס.

די סיבה פארוואס כ'אב געטראכט פון ר' טימבל איז ווייל קוקנדיג זייערע פלענס האב איך גערעכענט כ'על מיך שפארן א 40-50 דאלאר מאנאטליך. ביי ספרינט איז עס געווען די זעלבע ווי ווערייזאן. אחוץ וואס איך ווייס אז ספרינטס ביללינג איז ממש א דיזעסטער, זייער נישט האנעסט.

איך שפעקוליר נאך אלץ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג דעצמבער 08, 2009 3:06 pm

סתם_אזוי האט געשריבן:לאזי, ספרינטס ראומינג מאכט קונצן לעצטנס.

ספרינט האט מיר געשיקט א בריוו אז זיי גייען מיר אפהאקן פארן נוצן אין די קאנטרי צופיל ראומינג
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג דעצמבער 08, 2009 4:02 pm

איך האב עטליכע חברים וואס ספרינט האט זיי לעצטענס גענצליך אפגעהאקט, און נישט געלאזט מיט נעמען זייער אלטן נומער צוליב ניצען צופיל ראומינג.
איך פערזענליך נוץ ספרינט די לעצטע 5 יאר, און איך צאל ממש פיאסטערס פאר 1500 מינוט + אנלימיטעד טעקסט, דאטא, ראומינג, וכו'. און אפילו ס'דא צייטן וואס זיי הונקען אביסל אונטער קען איך מיר נישט אפרעדן.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט