בעסטע ספרינט סעלפאן (נישט סמארטפאן)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

בעסטע ספרינט סעלפאן (נישט סמארטפאן)

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג יולי 14, 2009 3:59 pm

איז שוין דא א שכול איבער וועלכע סעלפאון איז די בעסטע היינט צוטאג?
אויב נישט ווער קען מיר ענטפערן.

איך האב א ספרינט פלען, און איך האב יעצט א סעמסאנג פאון, ווען ער וואלט געלערנט אין מיין חדר וואלט איך קיינמאל נישט געוואלט לערנען מיט אים.... ער האט א שטייטע קאפ אז סא פחד! סוי היות יעצט גיי איך שוין אפגרעיטן מיין פלען וויל איך וויסן וועלכע איז יעצט יא גוט. איך וויל נישט קיין בני ברק - כמיין: ב"ב, אויך נישט קיין טריאו וכל המינים למיניהם, נאר א פשוטע 'גוטע' ספרינט פאון.

יישר כח למפרע, אויך פאר די וועלכע האבן סתם אזוי מיטלייד...

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג יולי 14, 2009 7:38 pm

נו??
איז טאקע נישטא דא קיינער וואס [האט א ספרינט פאון - נישט קיין ב"ב און] קען מיר זאגן "איך האב די-און-די סארט פאון און איך בין 100% צופרידן"???

מיינט דאס אז איך זאל ענדערשט גארנישט קויפן?...

העלפט מיר ארויס דא

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 14, 2009 9:48 pm

איך האב א LG טעלעפאן מיט א ספרינט פלאן, זייער צופרידן ב"ה.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יולי 14, 2009 9:53 pm

וואס איז די מאדעל נאמבער פון דיין סעמסאנג?

איך האב געהאט איינס פון זיי, עס איז געווען אזוי גוט ווי א נישט קליגע פאון קען זיין...

ס'הייסט מען קען ארויס קלינגן און עס נעמט אויך טעלעפאנען ווען איינער קאלט אריין.

די באטארי האלט לאנג די געבוי איז נישט צו דיק נישט צו ברייט און שוין.

וואס נאך קען מען ערוואטן פון א טעלעפאן?

קרעמער האט אריינגעהאקט

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך יולי 15, 2009 9:03 am

איך האב א סעניו קעטאנע, עס איז זייער זייער גוט, עס האט נאר איין פראבלעם די ווייברעשן קען מאכן צרות אויב די פאן פאלט אמאל אראפ.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך יולי 15, 2009 9:21 am

איך האב א קאטאנע דילאקס. עס האט איין פראבלעם, אז עס נעמט נאר אריין 10 ספיד דייל. אויסער דעם מיין איך אז עס איז די בעסטע פאון.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

קנעפעל
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

תגובהדורך קנעפעל » מיטוואך יולי 15, 2009 12:56 pm

האט איינער פון אייך א רענט פון ספרינט, ווייל איך וואלט עס געוואלט קויפן, נאר איך האב געזען אן ליין ,אז עס מאכט פראבלעמען ,צי האבן אפרא מיני אויפן פאון,
איז וויל איך וויסן אפשר איז דאס נאר געווען פון אנפאנג ,אין יעצט. האט מען שוין דאס פאר ראכטען און מען קען עס יא האבן,
אויב איינער ווייסט עפעס מער פרטים וועגן די פאון , ביטע לאז וויסן
אויב איר ווילט רעקעמאנדירן אן אנדערע פאון אדרבה, אבער עס מיז קענען האבן אויף זיך ,אפרא מיני
א דאנק אייך אלע

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » מיטוואך יולי 15, 2009 2:19 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:וואס איז די מאדעל נאמבער פון דיין סעמסאנג?

איך האב געהאט איינס פון זיי, עס איז געווען אזוי גוט ווי א נישט קליגע פאון קען זיין...

ס'הייסט מען קען ארויס קלינגן און עס נעמט אויך טעלעפאנען ווען איינער קאלט אריין.

די באטארי האלט לאנג די געבוי איז נישט צו דיק נישט צו ברייט און שוין.

וואס נאך קען מען ערוואטן פון א טעלעפאן?

קרעמער האט אריינגעהאקט


כ'געדענק שוין נישט וויזוי מיינ'ס רופט זיך, (עס איז אזא אן א קאווער, און עס גליטשט זיך אזוי ארויף)
אבער אז דו ווילסט פארשטיין וואס עס מיינט א שוואכע קאפ.. וועל איך זאגן וויפיל איך געדענק:
1] אויפצומאכן די "קאנטאקט'ס" קען נעמען אייניגע סעקונד'ן. קומט עס אזוי?
2] ווען איך לייג אריין צוויי-דריי לעעטער'ס צו זוכן א קאנטאקט, דארף ער גוט דורכקלערן וואס איך האב פון אים געבעטן, דערנאך וועט עס ביז פיר סקונדעס ערשיינען..
3] ווען עס קומט אריין א קאל, און איך האב פונקט געהאלטן אינמיטן ארויסשיקן א קאל, דאן ווערט ער שוין ממש דיזי פון ארבעט, איך קען שוין דאן גארנישט טאן. די קאל וואס קומט אריין קען איך נישט ענטפערן, און די ארויסגייענדע קאל ווערט פארלארן.

דאס זענען טייל פון די ספעציעל-אויסגעצייכנטע קראקהייטן וואס ער האט, אויסער די זאכן וואס פאסירן אזוי יעדן צווייטן טאג, ווי אז ער ווערט אפגעמוטשעט און ער הערט אויף פונקציאנירן נארמאל ביז איך טוה אים ריסטארטן, און אויסער וואס די בעטארי האלט סתם אזוי נישט צו לאנג, און אויסער וואס זיינע באקוועמליכקייטן זענען סתם אזוי נישט "פראקטיש" אהערגעשטעלט, לדוגמה, ווען איך שטעל אן א אלארעם קען איך נישט צושרייבן א נאוט, (נאר ביי די סקעדשול'ס), ווען ער קליגט און איך דרוק "ענד" אדער סיי וואסערע קנעפל ווערט ער פארטיג, אנשטאט עס זאל זיין ווי א סנוז. וכו' כהאב נישט מער צייט, אבער זיכער קען זיין נאך אזעלכע וואס זאלן קענען זאגן זייער עקספיריענס מיט פאונ'ס, אזוי ארום זאל איך ווייסן וועלכע איז יא אויף די גוטע זייט.
יישר כח

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך יולי 15, 2009 2:24 pm

איך האב א קטאנע LX און איך בין זייער צופרידן

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » מאנטאג יולי 20, 2009 11:29 pm

כאמעך ב"ה לבסוף גאנץ פיין איינגעהאנדלט.

דער עולם האט מיר (בע"פ) גע'עצה'ט צו גיין מיט katana, האב איך אזוי געטוען, lx איז שוין נישטא צו קריגן, היינט גייט די נייע "קטאנא עקליפס עקס", עס זעהט אויס זייער פיין, כ'האב עס שוין צוויי טעג, די בעטערי איז פיין, די סיסטעם איז אויך זייער גוט, עס כאפט פיין, און מ'הערט קלאר.

ס'איז כדאי אנצומערקן איבער א נייע ספרינט גזירה, זיי האבן אוועקגענומען די אפציע פון אנשטעלן roaming only, וואס דער אפציע פלעגט אפט מאל ראטעווען די מצב פון די חולאי ספרינט, וחבל על דאבדין. (דאס איז ביי "אלע" נייע ספרינט פאון'ס - מפי השמועה).

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג יולי 21, 2009 12:21 am

פאכמאן האט געשריבן:ס'איז כדאי אנצומערקן איבער א נייע ספרינט גזירה, זיי האבן אוועקגענומען די אפציע פון אנשטעלן roaming only, וואס דער אפציע פלעגט אפט מאל ראטעווען די מצב פון די חולאי ספרינט, וחבל על דאבדין.

א שרעקליכע גזירה.. בימי חז"ל וואלט מען ווען מסתמא גוזר תענית געווען דערויף...

איך האב גראדע א בערי און כ'האב נאך די אפציע, אבער די וואס האבן געאפטעיט די OS אויפן בערי האבן עס שוין ליידער נישט..
א עצה וואלט אפשר געווען אז דער עולם זאל אנהויבן אריינקאלן ספרינט אין די מאסן.. קאמפלעינען איבער די פילע "דעד ספאטס" אין די היימישע געגענטער ווצב"ש אין ווילי.. און ווען זיי פרעגן; 'איז דיס די פורסט טיים יו קאליננג אבאוט דיס אישה?' זאל מען ענטפערן "נאו" ס'איז שוין די 20'סטע מאל!!..
פאכמאן האט געשריבן:3] ווען עס קומט אריין א קאל, און איך האב פונקט געהאלטן אינמיטן ארויסשיקן א קאל, דאן ווערט ער שוין ממש דיזי פון ארבעט, איך קען שוין דאן גארנישט טאן. די קאל וואס קומט אריין קען איך נישט ענטפערן, און די ארויסגייענדע קאל ווערט פארלארן.

לויט מיין ידיעה איז דאס א אלגעמיינער קרענק פון ספרינט.. ס'האט נישט דוקא מיטן פאון מאדעל, אדרבה, פרוביר עס ביי דיין נייע פאון..

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג יולי 21, 2009 11:38 am

צום זאך האט געשריבן:
פאכמאן האט געשריבן:3] ווען עס קומט אריין א קאל, און איך האב פונקט געהאלטן אינמיטן ארויסשיקן א קאל, דאן ווערט ער שוין ממש דיזי פון ארבעט, איך קען שוין דאן גארנישט טאן. די קאל וואס קומט אריין קען איך נישט ענטפערן, און די ארויסגייענדע קאל ווערט פארלארן.

לויט מיין ידיעה איז דאס א אלגעמיינער קרענק פון ספרינט.. ס'האט נישט דוקא מיטן פאון מאדעל, אדרבה, פרוביר עס ביי דיין נייע פאון..


די סעמסאנג פאון איז נישט געווען מיין ערשטע פאון, כ'האב קיינמאל נישט געהאט אזא פראבלעים, נאר ביי יענע פאון.
ביי מיין נייע קעטאנא פאון איז נישט פאראן אזא פראבלעים, און אויך נישט די איבריגע אויבנדערמאנטע.


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט