דאונגרעידן ווינדאוס מאביל פון 6.1 צו 6.0

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

דאונגרעידן ווינדאוס מאביל פון 6.1 צו 6.0

תגובהדורך ביזנעסמאן » זונטאג מארטש 08, 2009 1:21 pm

איך פארמאג אן HTC TOUCH טעלעפאן, דער פשוטער. איך פארמאג עס שוין עטליכע חדשים און איך בין ב"ה געווען זייער צופרידן דערמיט.

לעצטענס האט עס מיר אנגעהויבן מאכן קונצן למשל אז ס'האט זיך פיל מאל געמאכט אז ווען איינער האט אריינגערופן האב איך נישט געקענט זען ווער ס'רופט.
ווען איך האב אנגעלונגען ספרינט מיט א ויצעקו האבן זיי מיר ברוב טובם באלד געשאנקען א נייע טעלפאן - פארשטייט זיך דער זעלבער סארט.

אבער דא עקא, אז מיין ביז יעצטיגע טעלעפאן איז געלאפן אויף ווינדאוס מאביל 6.0 און דער וואס זיי האבן מיר געשוקט איז שוין עטוואס נייערער, ס'איז 6.1.
אבער ער שאפט מיר א רייע פראבלעמען. דער עיקר פון זיי, אז עס איז נישט פארהאן דער אפציע פון אנשטעלן "ראומינג אונלי", וואס דאס איז זייער א וויכטיגער פונקציע פאר מיר.

זיך אפרעדענדיג פאר ספרינט האבן זיי מיר געזאגט אז דער אינציגסטער אויסוועג איז דאונצוגרעידן צו 6.0 אבער זיי זענען נישט ערלויבט דאס צו פראוויידן און איך מוז זיך עס אליינס איינהאנדלען.

דערפאר ווענד איך זיך צו אייך, ליבע פריינד ווער עס קען מיר ארויסהעלפן אין מיין קלעם, סיי צו פארשאפן ווינדואס 6.0 אדער עפעס אן אנדער עצה.

(אגב, איך האב נאך נישט צוריקגעשוקט מיין אלטע פאון, איז אויב איינער האט אן אצה פאר מיר מיטן אויבנדערמאנטן פרבלעם [נישט זען אריינקומענדיגע טעלעפאנען], וועל איך ענדערשט האלטן די אלטע און זיי צוריקשוקן די נייע)

טענק יו ווערי מאטש!
ביזי
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מאנטאג מארטש 16, 2009 12:19 am

אינסטאל דעע פייל אויף דיין פאון, עס דארף צו ארבעטן.

(מאך א בעקאפ פאר די טרייסט עס אויס!!!)
צוגעלייגטע
roaming.zip
roam only cab
(968 Bytes) דאונלאודעד 47 מאל
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט