פאלם: לאקן אלע אפליקעישאנס חוץ טעלעפאן + איך פלאץ
געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 2:42 pm
אידן קומען צו בארגן דעם פאלם, אין שול אין גאס אין גראסערי און ווי נישט, ער קומט איידעלערהייט מיט א בעטענדע מינע, עה.. עם.. משה איך וויל נאר א מינוט מאכן א טעלעפאן קאל... קענסטו אפשר מיר עם בארגן דיין סעלפאן פאר א רגע... שוין, איז דאך גוט, א מצוה, פארוואס נישט?.... אזוי ווי איך בין נעתר לבקשתו... כאפט ער דעם טעלעפאן, און וואקט ארויס פון שול... מ'שטיינס געזאגט... ער וויל דאך רעדן פריוואט ...
קומט ער צוריק צוואנציג מינוט שפעטער... משה אהרן דיין מאמע האט געקאלט פיר מאל, און איינער לאקס... איך מיין דער פון די גמ"ח... און אויך איין טעלעפאן קאל מיט א פרייוועט קאלער איידי.... הייבסט עניוועי נישט אויף קיין פרייוועט קאלס! ניין? (איי דו חכם!!! אוודאי נעם איך פרייוועט קאלס, 1. כ'האב פונקט היינט אדווערטייזט אויף קול מבשר... און 2. ס'קען זיין א ניק...), עס פאלט אים נישט איין אין וויסטן חלום אז עס איז יענעמ'ס טעלעפאן, און יענעמ'ס מאמע ווערט באליידיגט אז איר זון הייבט נישט אויף איר פאון קאל נאכן פערטן מאל, און אז עס איז יענעמ'ס פריוואטע געשעפטן, און אז יענער ווארט שוין אהיימצוגיין פון שול פופצן מינוט(!!!) אז ער זאל ענדיגן זיין טעלעפאן קאל פאר א רגע... און דא זעהט מען אים נישט פאר די אויגן ...
שוין ברוך השם ער געט מיר צוריק מיין טעלעפאן, הייבט זיך אן א פרישע מעשה, ער מוז דאך זיין געשמאק... הייבט ער אן צו נישטערען, און לא די ער קריכט אין יענעמ'ס פערזענליכע ענינים.... הייבט ער נאך אן מיט זיינע אומבעטעמטע הערות... ער האט געקוקט מיין בילדער אלבום שלא ברשות און ער שעמט מיר זיך נישט צו פארציילן יו איז בעבי וואסערמאן זיס... איך האב נישט געוויסט אז דו האסט לעצטענס אפגעשוירן... ער ליינט דורך מיינע פריוואטע טעקסט מעססעדזעס... און זאגט עס מיר נאך אין פנים אריין, WOW ווער שיקט דיר א טעקסט מעססעדזש פירע פארטאגס.... אה! דיין חברותא... איך האב נישט געוויסט די לערנסט מיט גרונם (פיקטיווער נאמען) שטייסט יעדן טאג אויף אזוי פרי אדער נאר ליל שישי.... אה דו באקומסט אויך די אלע דזאוקס אויף טעקסט... וועגן דעם האב איך נישט קיין סעלפאן... ווי האב איך צייט צו די אלע זאכענעס... און אז איך דארף אמאל יא מאכן א קאל אין שול... וועגן דעם האבן דאך אנדערע אידן ליב צו טון מצוות... ער קוק דורך מיינע קאנטעקטס... און רופט זיך אן צו מיר אן א בושה... זאג דער גרינצווייג אין דיין קאנטאקט ליסטע האט א שייכוות מיט דעם פייערשטיין פון לאנדאן וואס איז א גרינצווייג אייניקל... וכו' וכו'
אמאל קען איך יענעם זאגן איידעלערהייט זייט מוחל קריכסט ביטע אראפ, אבער וואס טוה איך ווען דער נודניק איז א עלטערער מענטש אדער חשובער איד וכדומה, אדער איינער וואס פארשטייט נישט אויפן ווינק (נאך 10 מאל זאגן אויך נישט) אזוי אז עס פארגייט איינעם דער אפעטיט פון בארגן דעם סעלפאן, און מ'מוז נעמען דעם דרייען מיט די הענט מיטל - די זעלבע מיטל וואס מ'נוצט ביים געלט-גייער ווען מ'האט נישט, און אז ס'העלפט נישט נעמט מען ארויס די ציצית א-ווי ביי קריאת שמע.
יעצט צום ענין, איך זיך א פראגרעם וואס פארשפארט מיט איין קנעפל אלע אפליקעישאן'ס פונעם פאלם אויזער די פאון, און אזוי וועט קענען מקוים ווערן ווייטער דעם פסוק ויאכלו ענוים וישבעו... איך מיין וישאלו איש מאת רעהו כלי פאלם וכלי סעלפאן
יישר כח
ולמצוה גדולה ייחשב